צוריק עפענען די פארקס

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חלה לכבוד שבת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3655
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » דינסטאג יוני 16, 2020 11:20 am

פערדס מיניסטער האט געשריבן:
חלה לכבוד שבת האט געשריבן:
20200616_110257.jpg


קענסט ארויפלייגן די ווידיאו?

Its from status don't know how download it

אוועטאר
שווערע שטופער
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך שווערע שטופער » דינסטאג יוני 16, 2020 11:27 am

ראש לימבא האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:עס איז א ביטערער טעות וואס מען מאכט דא מיטן שטיצן דעם וואנזיניגן טישלער, ער וועט נאך ווערן אריינגעוועלט ערגעצוואו און דאן וועט ער אונז אלע אריינפירן אין באד מיט זיין שיגעון.

נישט יעדער וואס רעדט דיין שפראך איז קלוג...


עס איז א ביטערער טעות וואס מען מאכט דא מיטן שטיצן דעם וואנזיניגן טראמפ, ער וועט נאך ווערן אריינגעוועלט ערגעצוואו און דאן וועט ער אונז אלע אריינפירן אין באד מיט זיין שיגעון.

נישט יעדער וואס רעדט דיין שפראך איז קלוג...

מה ענין שמיטה אצל שמאטע?
אז עס גייט נישט מיט כח פראבירט מען מיט מער כח

קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך קונדיטון » דינסטאג יוני 16, 2020 11:37 am

ווען די רבנים וואלטן צוריק געגאנגען און חדר כאפן פעטש וואלטן די חדרים שוין געווען אפן.
https://www.dropbox.com/s/8f50fz8nwqzfi ... H.mp4?dl=0

lazy
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך lazy » דינסטאג יוני 16, 2020 11:39 am

מיכל הירש האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:איך מיין אז די עולם האט נישט געוויסט פון פריער וואס ס'קומט, אז ער גייט עס אויפשניידן בפני כל עם ועדה.. מען איז אריין געפאלן אין שאק סופרייז

די וויליאמסבורגע עולם האט די הכנעה אין גלות מיט איינגעהאלטנקייט און אחריות , די בארא פארקע האבן מער די נוסח הייקינד מהלך פון פייטן, אין בארא פארק קימט פאר יעדע פאר חדשים פייטס מיט פאליציי, דא האט מען געהאט איינעם פון בארא פארק פלעטבוש איז געקומען קיין וויליאמסבורג

ר' משה דוד איז געווארן מערקבאר אימבאקוועם ווען טישלער איז אנגעקומען.


דאס פארענטפערט די וואס האבן זיך געוואונדערט אויף די ערליכע עסקנים וויאזוי זיי זענען מיטגעשטאנען.

באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1160
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך באקסער בוים » דינסטאג יוני 16, 2020 11:40 am

אזויפיל האט מען כאטש זיכער געמאכט אז לענטאל זאל נישט זיין אויף די בילדער ווען מ׳ברעכט די שלעסער.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך הלשון » דינסטאג יוני 16, 2020 11:48 am

moishy56 האט געשריבן:א יונגערמאן ש. ב. ב. שרייבט:

עפענען די פארקס?

איך בין געוועהן פאריגע וואך ביי א שבע ברכות אין ברוקלין. עס האבן משתתף געוועהן 3,500 יודן צוקוועטשט. אהן קיין זכר פון די Government Safety Guidelines,
הגם די Government לאזט דאס נישט בכלל.

יענער טאג בין איך געוועהן ביי די פארק Playground אינם זעלבע היימישע געגנט. די עולם האט געקופקעט וכו', אהן קיין זכר פון די Government Safety Guidelines,
הגם די Government לאזט דאס נישט בכלל.

אונז חסידים האבן אנגענומען מ'דארף נישט פאלגן יעצט בכלל, די Guidelines.

קען זיין.... אז זעהנדיג אז 95% פון די מענטשן ביי די דאזיגע פארק לאכן זיך אויס פון די Guidelines.. האבן זיי פארשפארט די פארק.
משא״כ, ביי די גויאישע פארקס.. 50-70% מענטשן אין די פארק פאלגן תמימותדיג די guidelines... האבן זיי נישט פארשפארט די פארק.


סעלף-העיטינג היפאקריט!

אויב האסטו א פראבלעם אז "אונז חסידים" פאלגן נישט...

פארוואס ביזטו "נארמאלער אנטי-חסיד" געגאנגען צו א שבע ברכות?

וואס זוכט א פאטריאטישע סיטיזען אין א פארק, בשעת די גיידליינס זענען נאך אין עפעקט?

---

די גרעסטע פארלעצונג פון סאשעל דיסטענסינג אין די חסידישע "וויליאמסבורג"- איז דערווייל געווען ווען דזשאסטיס האט מארשירט אויף בעדפארד
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5644
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג יוני 16, 2020 11:50 am

קונדיטון האט געשריבן:ווען די רבנים וואלטן צוריק געגאנגען און חדר כאפן פעטש וואלטן די חדרים שוין געווען אפן.
https://www.dropbox.com/s/8f50fz8nwqzfi ... H.mp4?dl=0

דיפאנד אסעמבלי

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 10971
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג יוני 16, 2020 11:52 am

ער לאכט זיך אויך אויס פון די Guidelines, און איז געגאנגען צום צוקוועטשטע שבע ברכות.

ער זאגט נאר, אז אפשר די גויאישע פארק איז אנדערש ווייל 50-70% מענטשן אין די פארק פאלגן תמימותדיג די guidelines...

קרייסלער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3058
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג יוני 16, 2020 11:55 am

דיר שוטה ארוך בלאסיא האט פארדאמט די וואס נעמען די געזעץ אין די אייגענע האנט און האט האסטיג ערקלערט אז די פלעי גראונגס דארפן זיין פארמאכט ביז פעיז 2
אינטערסאנט כאב נישט געהערט אזא שארפע טאון און שפראך ווען די אנארכיסטן און די פרידליכע מוחים האבן פארשפרייט (לשיטתו) די וויירוס אויף א מאסנשטרעבליכע פארנעם
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 10971
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג יוני 16, 2020 11:59 am

קרייסלער האט געשריבן:דיר שוטה ארוך בלאסיא האט פארדאמט די וואס נעמען די געזעץ אין די אייגענע האנט און האט האסטיג ערקלערט אז די פלעי גראונגס דארפן זיין פארמאכט ביז פעיז 2

אינטערסאנט כאב נישט געהערט אזא שארפע טאון און שפראך ווען די אנארכיסטן און די פרידליכע מוחים האבן פארשפרייט (לשיטתו) די וויירוס אויף א מאסנשטרעבליכע פארנעם

גערעכט.
ביי די Protests, זענען רובא דרובא באאמטע אין אמעריקע [און ספעציעל דיבלאזיאו] געגאנגען קאפ אין וואנט ממש...
נגד השכל..

פארשער
שר האלף
תגובות: 1439
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך פארשער » דינסטאג יוני 16, 2020 12:02 pm

ממה נפשך האט געשריבן:מארק לעווין האט גערעדט מיט אים לייוו 8'טע צייט, צווישן אנדערע האט ער אויף געדעקט אז ער לויפט פאר קאנסילמאן נעקסטע יאר...

שרייטס אלע, וואוט פאר העשי!!

ד.מ. אז ער גייט לויפן נאכאמאל קעגן יעגער, אדער יעגער גייט נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג?
ארטסקראלל.קאם האט יעצט א סעיל, אלעס איז 20% אראפ פון די ליסט פרייז.

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג יוני 16, 2020 12:13 pm

עכט היימיש האט געשריבן:טישלער האט שוין טאקע אסאך מען געטרייט צו לויפן, אבער איך האלט אין דער יעצטיגער טראמפ עפאכע איז זיין צייט...

דער עולם איז מיד פון די געביגעלטע פאליטישנס מיט די שיינע רעקלעך און סטעיטמענטס, מען דארף א משוגענער אבל משלנו, ווי דער טישלער. ער איז אויפן סצענע און פייט פאקטיש פארן ציבור. ער וועט איבערקערן די אסעמבלי און סטעיט סענאט, און דארט אריינברענגען סדר.

ווי אזוי גייט נאר יענעם'ס חתימה אויף טראמפ, מען דארט טראמפ זאל אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישנס דארטן.... פארדעם דארפן מיר אריינוועלן טישלער.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3995
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך abeg » דינסטאג יוני 16, 2020 12:24 pm

מ׳האט שױן יעצט א פרישע סטעיטמענט מ׳לאזט ארײן װיזיטארס אין שפיטעילער אבער אין פארק׳ס נישט

lazy
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך lazy » דינסטאג יוני 16, 2020 12:42 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:טישלער האט שוין טאקע אסאך מען געטרייט צו לויפן, אבער איך האלט אין דער יעצטיגער טראמפ עפאכע איז זיין צייט...

דער עולם איז מיד פון די געביגעלטע פאליטישנס מיט די שיינע רעקלעך און סטעיטמענטס, מען דארף א משוגענער אבל משלנו, ווי דער טישלער. ער איז אויפן סצענע און פייט פאקטיש פארן ציבור. ער וועט איבערקערן די אסעמבלי און סטעיט סענאט, און דארט אריינברענגען סדר.

ווי אזוי גייט נאר יענעם'ס חתימה אויף טראמפ, מען דארט טראמפ זאל אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישנס דארטן.... פארדעם דארפן מיר אריינוועלן טישלער.

ווי גייט דאס שפריכווארט:
ווען דער נאר איז נישט מיינס (משלנו), לאך איך אויך...

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2342
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך א גולם » דינסטאג יוני 16, 2020 1:22 pm

האבעך יעצט גערעט צו א גרויסע אפיציר פון די NYPD 90pct ער זאגט מיר אז די NYPD גייט מער נישט פארשפארן די פארק, (זיי האלטן אז סמעג זיין אויפן) נאר די NYPD PARK זיי גייען נאך צומאכן

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6462
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך eller » דינסטאג יוני 16, 2020 1:25 pm

א גולם האט געשריבן:האבעך יעצט גערעט צו א גרויסע אפיציר פון די NYPD 90pct ער זאגט מיר אז די NYPD גייט מער נישט פארשפארן די פארק, (זיי האלטן אז סמעג זיין אויפן) נאר די NYPD PARK זיי גייען נאך צומאכן

כ'מיין אז די פליס האט עס קיינמאל נישט פארמאכט נאר די פארקס דיפארטמענט.
ארויסגעשיקט מענטשן יא אבער נישט צוגעשפארט. כ'מיין אז זיי האבן אפילו נישט די שליסל פאר די שלאס..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 19060
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג יוני 16, 2020 2:07 pm

abeg האט געשריבן:מ׳האט שױן יעצט א פרישע סטעיטמענט מ׳לאזט ארײן װיזיטארס אין שפיטעילער אבער אין פארק׳ס נישט

אויב דו גייסט אין פארק מיט PPE קען מען רעדן
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
ראש לימבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:48 am

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך ראש לימבא » דינסטאג יוני 16, 2020 2:17 pm

שווערע שטופער האט געשריבן:
ראש לימבא האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:עס איז א ביטערער טעות וואס מען מאכט דא מיטן שטיצן דעם וואנזיניגן טישלער, ער וועט נאך ווערן אריינגעוועלט ערגעצוואו און דאן וועט ער אונז אלע אריינפירן אין באד מיט זיין שיגעון.

נישט יעדער וואס רעדט דיין שפראך איז קלוג...


עס איז א ביטערער טעות וואס מען מאכט דא מיטן שטיצן דעם וואנזיניגן טראמפ, ער וועט נאך ווערן אריינגעוועלט ערגעצוואו און דאן וועט ער אונז אלע אריינפירן אין באד מיט זיין שיגעון.

נישט יעדער וואס רעדט דיין שפראך איז קלוג...

מה ענין שמיטה אצל שמאטע?


דיר געוואלט ממחיש זיין ווי אזוי ער וועט אויסזען אלץ אן עלעקטעד אפישעל.
שנהיה לראש ולא לזנב

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך טישטוך » דינסטאג יוני 16, 2020 2:43 pm

כ'הער זאגן, ביסט צופרידן פון זיין (טראמפ'ס) אויפפירונג?

אנשטאט איינפאקן און טאן שטילערהייט וואס מען וויל קומט ער אראפ און רודערט קבל עולם ומלואו אז ער גייט אויפברעכן די פארק'ס, אנשטאט אים ארויסווארפן פון דארט פארן מחלל זיין שם שמים גיבט מען אים גערעכט און מען אפלאדירט אים, עס איז דאך נישט קיין נארמאלע זאך...

דאס איז פונקט פארקערט פון די גלות מענטאליטעט, אנשטאט טון שטילערהייט גייט מען זיך שלאגן בריש גליה און מען ווייסט ניטאמאל וואו דאס גייט אונז פירן.

איין גוטע זאך איז ארויסגעקומען פון זיינע פראוואקאציעס, אז היינט ווייסן מיר אז ווען מיר וואלטן זיך ווען אזוי געקריגט אויף די בתי מדרשים און זיך נישט געלאזט פארפירן פון די יפי נפש וואס זוכן זיך צו געפעלן פאר דעם גאווערנאר וואלטן מיר אפשר געקענט אריינכאפן עטוואס מער תפילה בציבור אין די גרויזאמע תקופה.

וואס טראכט דעבלאזיא?
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
נשמת השכל
שר האלפיים
תגובות: 2653
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך נשמת השכל » דינסטאג יוני 16, 2020 3:52 pm

טישטוך האט געשריבן:אנשטאט איינפאקן און טאן שטילערהייט וואס מען וויל קומט ער אראפ און רודערט קבל עולם ומלואו אז ער גייט אויפברעכן די פארק'ס, אנשטאט אים ארויסווארפן פון דארט פארן מחלל זיין שם שמים גיבט מען אים גערעכט און מען אפלאדירט אים, עס איז דאך נישט קיין נארמאלע זאך...

שטארק!
טישטוך האט געשריבן:אז היינט ווייסן מיר אז ווען מיר וואלטן זיך ווען אזוי געקריגט אויף די בתי מדרשים און זיך נישט געלאזט פארפירן פון די יפי נפש וואס זוכן זיך צו געפעלן פאר דעם גאווערנאר וואלטן מיר אפשר געקענט אריינכאפן עטוואס מער תפילה בציבור אין די גרויזאמע תקופה.

נאך שטערקער!

טאקע געהאט דעי קשיא פארוואס ביי די שוהל'ן און מוסדות האט מען נישט געזעהן דאס וואס מען זעהט ביי די קעמפס און פארקס.
א חכם גלויבט אין די פאקטן לויט ווי אזוי ער "פארשטייט" עס, א נער גלויבט אין די פאקטן 'נאר' לויט ווי אזוי ער "זעהט" עס!

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך HelpMe » דינסטאג יוני 16, 2020 3:55 pm

נשמת השכל האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:אנשטאט איינפאקן און טאן שטילערהייט וואס מען וויל קומט ער אראפ און רודערט קבל עולם ומלואו אז ער גייט אויפברעכן די פארק'ס, אנשטאט אים ארויסווארפן פון דארט פארן מחלל זיין שם שמים גיבט מען אים גערעכט און מען אפלאדירט אים, עס איז דאך נישט קיין נארמאלע זאך...

שטארק!
טישטוך האט געשריבן:אז היינט ווייסן מיר אז ווען מיר וואלטן זיך ווען אזוי געקריגט אויף די בתי מדרשים און זיך נישט געלאזט פארפירן פון די יפי נפש וואס זוכן זיך צו געפעלן פאר דעם גאווערנאר וואלטן מיר אפשר געקענט אריינכאפן עטוואס מער תפילה בציבור אין די גרויזאמע תקופה.

נאך שטערקער!

טאקע געהאט דעי קשיא פארוואס ביי די שוהל'ן און מוסדות האט מען נישט געזעהן דאס וואס מען זעהט ביי די קעמפס און פארקס.

וואס הייסט פארוואס?
ווייל די בתי מדרשים פארפרייטן די וויירוס, משא"כ די פלעי גראונדס... :lol:

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1721
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג יוני 16, 2020 3:56 pm

זייער שטארקע דיבורים פון ר' בערל שפיטצער, קאמיוניטי באורד 12

https://www.yiddish24.com/interviews/12/20708
על "טעם וריח" אין להתווכח

גלות איד
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך גלות איד » דינסטאג יוני 16, 2020 3:58 pm

ווייס איך נישט וואס די עולם איז אזוי ברוגז אוף טישלער. קודם כל איז עס נישט נאר דעם צעווילדעוויטע בחור, דאס איז די אפענע און קלארע שטעלונג פון די אפיציעל ערוועלטער באמטע, פעלדער, אייכנשטיין און יעגער.

צווייטענס, מ'קען נישט פלוצלינג אנהייבן שרייען גלות איד'ן (נד"נ) בו בעת וואס קהילות הקודש עפענען די קעמפס קלאר קעגן די געזעץ!!! די גאווענער שרייט ניין און מיר שרייען יא. און מ'שיקט נאך ארויס אפעציעלע צעטליך. פון דא ביז שניידן שלעסער פון פארקס איז שוין א קליינגקייט.

HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך HelpMe » דינסטאג יוני 16, 2020 4:09 pm

גלות איד האט געשריבן:ווייס איך נישט וואס די עולם איז אזוי ברוגז אוף טישלער. קודם כל איז עס נישט נאר דעם צעווילדעוויטע בחור, דאס איז די אפענע און קלארע שטעלונג פון די אפיציעל ערוועלטער באמטע, פעלדער, אייכנשטיין און יעגער.

צווייטענס, מ'קען נישט פלוצלינג אנהייבן שרייען גלות איד'ן (נד"נ) בו בעת וואס קהילות הקודש עפענען די קעמפס קלאר קעגן די געזעץ!!! די גאווענער שרייט ניין און מיר שרייען יא. און מ'שיקט נאך ארויס אפעציעלע צעטליך. פון דא ביז שניידן שלעסער פון פארקס איז שוין א קליינגקייט.

די חילחוק איז קעמפ איז מיין פראפערטי, משא"כ שניידן שלעסער ביי יענעם

אוועטאר
פארפרוירן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

Re: צוריק עפענען די פארקס

תגובהדורך פארפרוירן » דינסטאג יוני 16, 2020 4:17 pm

נשמת השכל האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:אנשטאט איינפאקן און טאן שטילערהייט וואס מען וויל קומט ער אראפ און רודערט קבל עולם ומלואו אז ער גייט אויפברעכן די פארק'ס, אנשטאט אים ארויסווארפן פון דארט פארן מחלל זיין שם שמים גיבט מען אים גערעכט און מען אפלאדירט אים, עס איז דאך נישט קיין נארמאלע זאך...

שטארק!
טישטוך האט געשריבן:אז היינט ווייסן מיר אז ווען מיר וואלטן זיך ווען אזוי געקריגט אויף די בתי מדרשים און זיך נישט געלאזט פארפירן פון די יפי נפש וואס זוכן זיך צו געפעלן פאר דעם גאווערנאר וואלטן מיר אפשר געקענט אריינכאפן עטוואס מער תפילה בציבור אין די גרויזאמע תקופה.

נאך שטערקער!

טאקע געהאט דעי קשיא פארוואס ביי די שוהל'ן און מוסדות האט מען נישט געזעהן דאס וואס מען זעהט ביי די קעמפס און פארקס.

א שטארקע קשיא, אבער כ'מיין אז מ'קען זאגן א לימוד זכות אויף כלל ישראל.
ווען מען האט פארשפארט די בתי מדרשים איז יעדער געווען אין א פחד, מען האט געזען בחוש ווי דער וויירוס פארשפרייט זיך מער און מער. משא"כ יעצט ווען די פרישע פעלער ווערן ווייניגער און ווייניגער, און ביים היימישן ציבור הערט מען ניטאמאל איינער וואס זאל נאך כאפן דעם וויירוס ב"ה, און די יעצטיגע רעגולאציעס האבן נישט קיין שום זין, גייט דער עולם ארויס פון די כלים. עס איז נישט קיין ספק אז ווען מען זאל ווען פארשפארן די פארקס תיכף נאך פורים, און די בתי מדרשים נאך שבועות, וואלט מען ביי די פארקס נישט געזאגט קיין ווארט, און ביי די בתי מדרשים וואלט מען פי כמה איגנארירט דעם געזעץ ווי יעצט ביי די פארקס.
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט