אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

גרשון
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:34 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
פייוויש בראדער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:הוספה: פארבינדן

פארבונדן

דער שם פועל איז זיכער פארבינדן.

ווענדט זיך צי אין עבר צי אין הוה (ער איז פארבינדן די אויגן, ער האט זיך פארבונדן די אויגן).

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג אוגוסט 18, 2019 2:09 pm

גרשון האט געשריבן:אינעם ענין פון אויבערשטריכלעך...

;l;p- זייער שיין און קלאר!

גרשון האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
פייוויש בראדער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:הוספה: פארבינדן

פארבונדן

דער שם פועל איז זיכער פארבינדן.

ווענדט זיך צי אין עבר צי אין הוה (ער איז פארבינדן די אויגן, ער האט זיך פארבונדן די אויגן).

ריכטיג.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 8:42 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:אינעם ענין פון אויבערשטריכלעך...

;l;p- זייער שיין און קלאר!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 8:48 pm

שאוולען? לאפעטעס?
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

אים אדער איהם?

תגובהדורך אילו זכינו » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 10:40 am

אים אדער איהם?
איך וויל אים עפעס געבן?
איך וויל איהם עפעס געבן?
לעצט פאראכטן דורך אילו זכינו אום פרייטאג אוגוסט 23, 2019 10:45 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

דענמאלטס אדער דעמאלטס

תגובהדורך אילו זכינו » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 10:45 am

וועלעכע איז ריכטיג?
דענמאלטס אדער דעמאלטס
מיט אדער אן די נו"ן?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 10:57 am

אילו זכינו האט געשריבן:וועלעכע איז ריכטיג?
דענמאלטס אדער דעמאלטס
מיט אדער אן די נו"ן?

דענמאלטס? איך מיין אז אויב עפעס (דער מער עלטערע וועג פון שרייבן) איז עס דענסמאל.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:16 pm

אים.

דעמאלטס.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:38 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אים.

דעמאלטס.


ייש"כ!

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 2:15 pm

דעמאלט.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 2:22 pm

יעמאלט, דעמאלט, דעמאלטס, דענסמאל, ס'איז אלץ נארישקייטן, די ריכטיגע אויסלייג איז דעמעץ...

און פאר ווער ס'איז באמת נייגעריג: אין דייטש זאגט מען דאַמאַלס, אין נעדערלאנס - דאן, און אין שוועדיש - סעדאן.
לעצט פאראכטן דורך חלב ישראל אום פרייטאג אוגוסט 23, 2019 2:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

התבונני
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 2:26 pm

חלב ישראל האט געשריבן:יעמאלט, דעמאלט, דעמאלטס, דענסמאל, ס'איז אלץ נארישקייטן, די ריכטיגע אויסלייג איז דעמעץ...

דענסטמאל, דעמאלטץ האסטו פארגעסן אויסצורעכענען

גרשון
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 4:36 pm

די ליובאוויטשע זאגן אלץ "יעמאלט" - מסתמא דער רוסישער דיאלעקט.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג אוגוסט 25, 2019 3:28 am

די לאנד גריכלאנד איז לפי מיטב ידיעתי געשאפן געווארן בערך פינף יאר צוריק דורך ר' זלמן ווידער. ביז דאן האט די שטח געהייסן גריכנלאנד.

אויב איינער קען דעם שרייבער פון 'די וואך אין שריפט' זאל ער אים ביטע איבערגעבן.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

פייוויש בראדער
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:56 am

תגובהדורך פייוויש בראדער » זונטאג אוגוסט 25, 2019 9:28 am

Think and Thank האט געשריבן:
פייוויש בראדער האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:איך גלייב אז איר פארשטייט אז איר זענט גארנישט מער פוסק ווי מעלות, און מען איז בארעכטיגט מפקפק צו זיין אין די כללים וואס איר שטעלט אוועק. אדרבה, ברענגט א מקור וואו א פראפעסיאנאלער שרייבער (נישט אייוועלט וכדומה) שרייבט פאר צען יאר צוריק אדער מער 'געזונגען', 'דריקן', אדער 'וואונקן'.


ס'דא אסאך סיבות פארוואס עס זאל זיך טוישן פון י' צו ו' און פארקערט, און טייל ערטער טוישט זיך עס בכלל נישט.
די שם דבר פון דרוקן איז 'דרוק', און עס טוישט זיך נישט ביי א פעולה, אפגעזען עבר אדער עתיד.
די שם דבר פון ווינקען איז 'וואונק', און ביי א פעולה איז עס אלעמאל מיט א י'.
די שם דבר פון זינגען איז זינגען, און עס טוישט זיך נישט ביי א פעולה, אפגעזען עבר אדער עתיד.
לשון יחיד פון שיך איז שוך, לשון רבים איז שיך.
לשון יחיד פון ברידער איז ברודער, לשון רבים איז ברידער.
די זון וואס מאכט ליכטיג איז מיט א ו'. א זון (בן) איז מיט א ו', און לשון רבים איז עס זין. זין (דעת) איז אויך מיט א י' ('עס האט נישט קיין זין צו טאנצן תשעה באב.')

אגב, וויסן איז לשון הוה און געוואוסט איז לשון עבר, וואס מיינט אז אפילו לשיטתך איז עס פארקערט ווי דיין כלל אז נאר ביי עתיד טוישט זיך עס צו א ו'.

הער יו"ט ערליך, וועסטו הערן ווי ער זאגט געזונגען און געקלונגען (ביידע אין 'יאקאב') און געוואונקען ועוד הרבה.

1) אני הקטן הער ר' יום טוב זינט די דריי יאר. ער זאגט טאקע געקלונגען, אבער דאס איז בכלל נישט געווען קיין טייל פון די שמועס דא.
2) אין די גאנצע ניגון יאקאב איז נישטא די ווארט געזינגען/געזונגען אפילו איין מאל, ווייסעכנישט וויאזוי ער וואלט ווען געזאגט ווען עס וואלט ווען יא געווען.
גערעכט.
3) אפשר קענסטו צוצייכענען די גענויע ארט וואו ער זאגט געוואונקען?
ניין. אבער איך געדענק קלאר אז ער זאגט אזוי, כיון שהסתפקתי בזה.

אגב, כאטש וואס ר' יו"ט עהרליך איז געווען א רוסישע געבוירענער איז זיין אקצענט היבש מאדיפיצירט געווארן (אזויווי ביי רוב מענטשן), און אויף די טעיפס הערט מען אסאך מאל ווי ער זאגט נישט ריכטיג י/ו (צב"ש און/אין זאגט ער גאר אסאך מאל נישט ריכטיג). איך וועל בל"נ באלד ארויפלייגן עטליכע דוגמאות אויב וועל איך האבן צייט.
אבער אין די מעסטער פיעסעס האט ער מער מדקדק געווען.

פייוויש בראדער האט געשריבן:לגבי דרוק דארף מען אויפפּאסן,
צודריקן מיט די פינגער
צו דרוקן צום וואנט
א מורא'דיגער אויסדרוק
אויסדריקליך
מ'דארף זיך ריכטיג אוסדרוקן
אסאך שיינע אויסדריקן


דאס האט א כלל אדער סתם געשאסן?
(יאך האלט אז סיז סתם אבי גערעדט און אין אלע דיינע דוגמאות קומט עס מיט א ו'.)

וואס זאל איך זאגן...
אבער אז מ'איז באקאנט מיט די ליטווישע אויסשפראך, ויותר מזה אז מ'האט ידיעות אין דויטש, ווייסט מען.

א כלל גדול, וואו דער דייטשער u טוישט זיך צו ü, וועט זיך אין אידיש טוישן ו' צו י'. ואע"פ שאינו ראיה גמורה; זכר לדבר.

עוד יש להוסיף: ווען מ'רעדט פון דפוס קומט עס אייביג מיט א ו'.

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג אוגוסט 25, 2019 12:51 pm

Think and Thank האט געשריבן:די לאנד גריכלאנד איז לפי מיטב ידיעתי געשאפן געווארן בערך פינף יאר צוריק דורך ר' זלמן ווידער. ביז דאן האט די שטח געהייסן גריכנלאנד.

אויב איינער קען דעם שרייבער פון 'די וואך אין שריפט' זאל ער אים ביטע איבערגעבן.

אונז האמער שוין געהערט פון גריכלאנד צענליגע יארן צוריק...
כ'ווייס נישט וועלכע ס'איז ריכטיג, אבער טייפ אריין גריכלאנד אין אוצר החכמה וועסטו טרעפן אז אין די ת"ר יארן האט מען שוין געוואוסט פון גריכלאנד צו זאגן.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג אוגוסט 25, 2019 12:51 pm

חלב ישראל האט געשריבן:יעמאלט, דעמאלט, דעמאלטס, דענסמאל, ס'איז אלץ נארישקייטן, די ריכטיגע אויסלייג איז דעמעץ...

און פאר ווער ס'איז באמת נייגעריג: אין דייטש זאגט מען דאַמאַלס, אין נעדערלאנס - דאן, און אין שוועדיש - סעדאן.

זייער שיין. אבער וויאזוי איז ריכטיג אין אידיש? וואס זאגט מעלות?
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוגוסט 25, 2019 1:03 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:די לאנד גריכלאנד איז לפי מיטב ידיעתי געשאפן געווארן בערך פינף יאר צוריק דורך ר' זלמן ווידער. ביז דאן האט די שטח געהייסן גריכנלאנד.

אויב איינער קען דעם שרייבער פון 'די וואך אין שריפט' זאל ער אים ביטע איבערגעבן.

אונז האמער שוין געהערט פון גריכלאנד צענליגע יארן צוריק...
כ'ווייס נישט וועלכע ס'איז ריכטיג, אבער טייפ אריין גריכלאנד אין אוצר החכמה וועסטו טרעפן אז אין די ת"ר יארן האט מען שוין געוואוסט פון גריכלאנד צו זאגן.

דאכט זיך מיר אז דער איד און אלע היימישע צייטונגען רופן עס גריכלאנד. אין געוויסע מקומות ווי אין פוילן, גאליציע, האט מען עס יא גערופן גריכנלאנד, ווארשיינליך איז עס א טעות צוליב די גריכן - גריכנלאנד. אזוי ווי זאגן פראנקנרייך...
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אוגוסט 25, 2019 1:21 pm

ווישוואש האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:יעך האלט אז מ'ברויך שרייבן פסק'נט.
מיין הסבר איז צו לאנג עס אפצושרייבן.

א יאר און א האלב שפעטער קען איך בלויז מסכים זיין לדעת קלאצקאפ ו-ווישוואש
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג אוגוסט 25, 2019 1:38 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אונז האמער שוין געהערט פון גריכלאנד צענליגע יארן צוריק...

גא"מ להנ"ל, גראדע אין שוועדיש און פריסיען לאזט מען אויך אויס דעם נו"ן.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אוגוסט 25, 2019 1:47 pm

עכט נוצבארע אשכול דאס, וואו בין איך געווען די לעצטע אנדערטהאלבן יאר?
אפגעליינט יעצט א צען-צוואנציג עמודים, זיך געפונען מיינסטנס צושטומען צו "אסדר לסעודתא".
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג אוגוסט 25, 2019 1:53 pm

לכאורה האט געשריבן:עכט נוצבארע אשכול דאס, וואו בין איך געווען די לעצטע אנדערטהאלבן יאר?
אפגעליינט יעצט א צען-צוואנציג עמודים, זיך געפונען מיינסטנס צושטומען צו "אסדר לסעודתא".

מיינסט מסתמא צושטימען.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג אוגוסט 25, 2019 1:58 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:די לאנד גריכלאנד איז לפי מיטב ידיעתי געשאפן געווארן בערך פינף יאר צוריק דורך ר' זלמן ווידער. ביז דאן האט די שטח געהייסן גריכנלאנד.

אויב איינער קען דעם שרייבער פון 'די וואך אין שריפט' זאל ער אים ביטע איבערגעבן.

אונז האמער שוין געהערט פון גריכלאנד צענליגע יארן צוריק...
כ'ווייס נישט וועלכע ס'איז ריכטיג, אבער טייפ אריין גריכלאנד אין אוצר החכמה וועסטו טרעפן אז אין די ת"ר יארן האט מען שוין געוואוסט פון גריכלאנד צו זאגן.

דאכט זיך מיר אז דער איד און אלע היימישע צייטונגען רופן עס גריכלאנד. אין געוויסע מקומות ווי אין פוילן, גאליציע, האט מען עס יא גערופן גריכנלאנד, ווארשיינליך איז עס א טעות צוליב די גריכן - גריכנלאנד. אזוי ווי זאגן פראנקנרייך...

זעהט אויס אז דייטשלאנד איז אויך פון די געוויסע מקומות:

פראנקרייך.JPG
פראנקרייך.JPG (17.12 KiB) געזעהן 651 מאל


גריכנלאנד.JPG
גריכנלאנד.JPG (17.97 KiB) געזעהן 651 מאל



זינט די פינף יאר האב איך שוין געליינט הונדערטער אידישע ביכער און טויזנטער אידישע אויסגאבעס (אידיש ליכט, אידישע ווארט, בעלייכטונגען, עונג שבת, מעלות, דער איד, די צייטונג, דער בלאט ועוד ועוד), און די סאמע ערשטע מאל איך האב זיך אנגעשטויסן אין די ווארט גריכלאנד איז געווען עטליכע יאר צוריק אויף קול מבשר, און זינט דאן איז פארשפרייט געווארן צווישן שרייבער, ס'רוב וועלכע זענען אויפגעוואקסן מיט ר' זלמן'נען און נעמען זייער ווערטער אוצר פון אים.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

גרשון
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » זונטאג אוגוסט 25, 2019 5:53 pm

ס'איז לכאורה א שטיקל גוזמא אז קול מבשר איז דער ערשטער מקור אויף "גריכלאנד," איך האב שוין פאקטיש אלס קינד געהערט ביידע ווערסיעס, דאכט זיך אפילו אז מער מענטשן זאגן אן דעם נ'. דאך אבער בין איך מיט דיר אויף מיינונג אז "גריכנלאנד" איז מער אויסגעהאלטן. כ'האב יעצט געגעבן א שנעלן זוך אויף גוגל, ער איז אויך אויף אונזער זייט.

גרשון
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » זונטאג אוגוסט 25, 2019 6:18 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז דער איד און אלע היימישע צייטונגען רופן עס גריכלאנד. אין געוויסע מקומות ווי אין פוילן, גאליציע, האט מען עס יא גערופן גריכנלאנד, ווארשיינליך איז עס א טעות צוליב די גריכן - גריכנלאנד. אזוי ווי זאגן פראנקנרייך...

די אידן אין פוילן-גאליציע האבן, פארשטייט זיך, נישט געמוזט וויסן ווי אזוי דער איד שרייבט... (כ'האב, אגב, לעצטנס געזען אין מעלות "גריכנלאנד.")

"פראנקנרייך" איז נישט קיין משל, ווייל די איינוואוינער פון פראנקרייך זענען פראנצויזן, נישט פראנקן - אפשר קענסטו זאגן "רוסנלאנד." בכל אופן קען מען נישט מאכן קיין צושטעל, ווייל יעדע לאנד רופט מען אנדערש: שפאניע-שפאניער, פארטוגאל-פארטוגעזן, פוילן-פאלאקן, יאפאן-יאפאנעזער, אונגארן-אונגארן (אדער מאדיארן), פראנקרייך-פראנצויזן, אא"וו.

אגב, מ'זעט לעצטנס אנדערע טעותים אין דער נושא: פוילאנד (ווי אין ענגליש), יאפאנער, און אפילו כינער...


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט