אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך א גולם » זונטאג יולי 26, 2020 8:39 am

זארג נישט האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:די FBI האט ארעסטירט די כינעזער סטודענט וואס האט זיך אויסבאהאלטען אינעם אפגעשפארטען קאנסולאט,

און אנדערע נייעס האט כינע פארלאנגט פון אמעריקע אפצושפארען איינע פון אירע קאנסולאטען אלס נקמה

אמעריקע האט ביז יעצט געהאט דארט 5 קאנסולאטס, אין
Shanghai
Guangzhou
Chengdu
Wuhan
Shenyang

וועליכע האבען זיי געהייסען פארשפארען? אפשר דער אין וואהאן...

כינע האט (געהאט) 6 קאסולאטס אין אמעריקע, זיי זענען (געווען) אין
וואשינגטאן די. סי.
מאנהעטען, ניו יארק
יוזטען, טעקסעס (פארשפארט)
שיקאגא, אילינויס
סאן פראנציסקא, קאליפארניע
לוס אנזעלעס, קאליפארניע

אפשר האבען זיי געמעגט האבען איינס מער, ווייל מען רעכענט נישט דער קאנסולאט אין ניו יארק וואס איז דארט (אפיציעל) פאר דער יונייטעד נעישאן'ס.



בעיזשינג – די דראמא צווישן אמעריקע און כינע האט ווייטער אנגעהאלטן, ווען די כינעזער רעגירונג האט פארארדנט אז אמעריקע מוז אפּשפּארן איר קאנסולאט אין דער כינעזער שטאט שענגדו. דאס איז געקומען אלס דירעקטע רעאקציע צו אמעריקע'ס פארלאנג אז כינע זאל אפּשפּארן איר קאנסולאט אין יוסטאן, טעקסאס פאריגע ענדע וואך. אויסער דעם האט די פעדעראלע רעגירונג געזאגט אז זיי האבן סוקסעספול ארעסטירט דעם געזוכטן כינעזער פארברעכער הואן טאנג וועלכער האט זיך באהאלטן אין דעם כינעזער קאנסולאט אין סאן פראנציסקא.

פון דדא

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג יולי 26, 2020 10:14 am

maybeeynot האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:זעה איך אין די נייעס אז אמעריקע האט זיך שוין פרייטיג אריינגעכאפט אין די אפגעשפארטע קאנסולאט

איז עס לעגאל?

יא, אין א אפגעשפארטע קאנסול מעג מען, א אמבאסאדאר איז א צווייטע מעשה

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג יולי 26, 2020 10:48 am

וואס אעז די געשיכטע מיט האון טאנג?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך האלצשטיין » זונטאג יולי 26, 2020 11:08 am

טויזענטער כינעזער בירגער האבן זיך פארזאמעלט פארנט פון די אמעריקאנער קאנסולאט וואס איז געווארן פארארדענט זיך צו אפשליסן, צו מיטהאלטן וויאזוי מ'ברענגט ארויס באקסעס און פיילס און מ'לאדענט עס ארויף אויף טראקס

אזוי אויך איז עס געווארן געליפטערט לייוו אויף די כינעזער סטעיט מידיא

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג יולי 30, 2020 10:48 pm

זארג נישט האט געשריבן:
The closure of the Chinese consulate in Houston comes soon after news emerged of the unsealing of a US indictment against two men accused of spying on US vaccine development on behalf of China's security services

אין איבערזעצונג
דאס הייסען פארמאכען די כינעזישע קאונסולאט אין טעקסעס, קומט גלייך נאכדעם וואס צוויי מענטשען זענען באשולדיגט געווארען אין שפיאנירען פאר כינע אויף א אמעריקאנער וואקסין דעוועלאפמענט.

דאס הייסט אז לא די וואס כינע איז שילדיג אינעם פענדעמיע (און אפשר אפילו עס ארויס געלאזט בכוונה און נישט סתם געווען א מיסטעיק מיט א קאוועראפ), האבען זיי נאך די חוצפה אין אריין שטעקען די נאז אין די ארבעט צו טרעפען א רפואה דערצו?

כינע האט גרויס חוצפה און עס קומט זיי צום ווינציגסטענס א שנעל אין די נאז.

מאדערנא - די פירמע וואס די האלט די ווייטסטע פאראויס אין ווקסין אנטוויקלונג - באשטעטיגט פאר רויטערס אז זיי זענען אינפארמירט געווארן דורך די עף.בי.איי. אז געוויסע פארשוינען לאקערן אויף זייערע קאמפיוטער סיסטעם'ס.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:25 am

אמעריקא ארויסגעקומען מיט נאך א רייע באגרענצונגען אנטקעגן פארקויפן טשיפס פאר האווייו טעלעקאם. האווייו האט שוין געהאט געמאלדן לעצטע חודש אז זיי לויפן שארט מיט טשיפס, לויט עקספערטן איז עס א מעגליכע טויט קלאפ פאר כינעס גרעסטע טעכנאלאגיע קאמפאני.

אויך איז ביז דערווייל איז דא גאר א באגרעניצטע רעאקציע פון בעזשינג. ווי עס שיינט ווילן זיי נישט פארערגערן די סטואציע מיט דעם צודרייטן טראמפ. טשיינע רעדט זיך זייער אפ אז אמעריקא בוליט. (איך געדענק נאך אמאל ווען אמעריקא פלעגט זיך אפרעדן אז טשיינע בוליט.... אנדערע ציייטן היינט).

The United States is “violating international trade rules, and undermining the global industrial chain, supply chain, and value chain,” said a ministry spokesman, Zhao Lijian.

Beijing will “take necessary measures to safeguard the legitimate rights and interests of Chinese companies,” Zhao said. Chinese officials frequently use that phrase during trade disputes but it often has been followed by no official action

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:58 am

גוט!

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9738
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:07 pm

Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3893
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:06 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:The United States is “violating international trade rules,

פאר עפעס א פאני סיבה האט מיך די פסוק געמאכט אויסשיסן

דאס אליינס ווייזט ווי שטארק מ'דארף זיך מרחק זיין פון זיי
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 12:34 pm

הענדימען האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:The United States is “violating international trade rules,

פאר עפעס א פאני סיבה האט מיך די פסוק געמאכט אויסשיסן

דאס אליינס ווייזט ווי שטארק מ'דארף זיך מרחק זיין פון זיי

אויף די כינעזער קען מען זאגען אז זיי זענען אינם מן הישוב, קיין שום מענטשליכקייט, זיי קוקען אלעס אן מיט א סעלפיש צוגאנג.

זיי זעהען זיך אלץ די מענטשהייט און א צווייטער עקזיסטירט אין גאנצען נישט און פארנעמט נישט קיין שום פלאץ.

the insane want to run the asylum
און גארנישט וועט זיין פאר זיי א צוריק האלט.

זיי וועלען קיינמאל נישט עפעס פארקוקען, נאר וועלען אייביג סטראשען אז זיי גייען זיך אפרעכענען. אויב מען שטעלט זיי נישט אפ באצייטענס איז דא גרויס טראבעל עהעד וואס מען קען זיך נישט פארשטעלען. זיי וועלען נעמען פול עדווענטעדז פון יעדער מצב וואס מאכט זיך נאר אויף דער וועלט און זיין א שטער צו סדר און שלום.
FBI director: China is 'greatest threat' to US

Mike Pompeo likens China threat to 'Frankenstein,' says engagement hasn't worked

פרענקענשטיין איז א מאנסטער.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3893
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 6:11 pm

זארג נישט האט געשריבן:זיי זעהען זיך אלץ די מענטשהייט און א צווייטער עקזיסטירט אין גאנצען נישט און פארנעמט נישט קיין שום פלאץ.

יאיא. זיי ווייסן אלע רולס און געזעצן און פייפן זיך אריין און אבער ווי נאר איינער פארמאגט אן צו רעדן זייער שפראך פאנגען זיי און צו שרייען "רולס"
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: masmid, police, tarmab, אבי.גערעדט, אליעזר ב., וואס קען שוין זיין, ווייס פרעזידענט, פרעג נישט, קאנאדישע קאריספעדאנט און 34 געסט