רבי צבי הירש שלעז זצ"ל - בעמח"ס נפלאות מתורת השי"ת

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

רבי צבי הירש שלעז זצ"ל - בעמח"ס נפלאות מתורת השי"ת

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג מאי 27, 2019 1:56 am

"הרב החריף והבקי המפורסם בתו"י" "משנתו זך ונקי ירא ושלם" (הגרי"א מקאוונע זצ"ל והמהרי"ל דיסקין זצ"ל בהסכמתם על אחד מספריו)

הרה"ג רבי צבי הירש שלעז זצ"ל
תופס ישיבה באוקריינע, ובעמח"ס נפלאות מתורת השי"ת ושאר ספרים

נולד אין שטאט זשידיק (Zidikai) ליטע בשנת תקצ"ד לאביו הרה"ג בן ציון בן רבי שלמה זלמן זצ"ל ולאמו מרת פרידא מלכה בת רבי שבתי יפה, נין ונכד להגאון הגדול רבי מרדכי יפה בעל הלבושים. אביו רבי בן ציון עלה לארץ הקודש והיה מתושבי ומנקיי הדעת שבירושלים.

רבותיו: למד אצל הגאון רבי מרדכי קלעצקי-מעלצער זצ"ל בווילנא, ואח"כ אצל הנצי"ב בוואלאזין. ער איז אויך געווען א תלמיד פון רבי ישראל סאלאנטער זצ"ל.

משפחתו: די פערזענליכע לעבן פון רבי צבי הירש שלעז , אדער רבי הירש'ל ווי טייל רופן אים, איז היבש פארנעפעלט, און עס זענען נישט פארהאן קיין קלארע ידיעות איבער משפחת אשתו הן בזיוג ראשון והן בזיוג שני, אדער איבער זיינע קינדער. ווען ער איז געווען א אינגערמאן אין זיינע צוואנציגער יארן האט ער זיך אריבערגעצויגן פון ליטא קיין קארסין/קארסאן (Korsun), א שטאט בערך 125 ק"מ דרום מערב פון קיעוו. (יתכן אז זיין פרוי איז געקומען פון יענע געגנט).

פעולותיו: דארט אין קארסאן האט ער מייסד געווען א ישיבה פאר בני תורה, גייענדיג אין די פוסטריט פון זיינע רבי'ס תלמידי רבי חיים מוואלאזין זצ"ל. שפעטער האט ער מוסף געווען נאך סניפים אין אומאן ובשאר מקומות. די דאזיגע ישיבות אויפגעטון גדולות ונצורות צו פארשפרייטן תורה ויראת שמים. די ישיבות האבן איטליכע פארמאגט בערך 100 תלמידים, ובמשך פון די יארן זענען פון זייערע ווענט ארויסגעקומען טויזענטער תלמידים, פולע פון זיי רבנים, דיינים, ומרביצי תורה. רבי צבי הירש האט אן קיין אפיציעלע רבנות שטעלע עוסק געווען בהרבצת התורה פאר 40 יאר ביז זיין פטירה, אבער אין די זעלבע צייט איז געווען א בעה"ב און האט עוסק געווען אין מסחר. ער האט נישט גענומען קיין געהאלט פון די ישיבה, אדרבה ער האט אליין אויסגעהאלטן א חלק פון די הוצאות.

אז מען קוקט אין די הסכמות צו זיינע ספרים זעהט מען אז גדולי דורו האבן געהאט א שטארקע הערצה צו רבי צבי הירש, ווארשיינליך צוליב זיין פילע פעולות להגדיל תורה ולהאדירה אין די תקופה ווען די דערנער פון די ביטערע השכלה האבן זיך איינגעגעסן ביים אינגן דור.

ספריו:
- אין די תורה וועלט איז רבי צבי הירש איז מפורסם מיט ספרו הנפלא נפלאות מתורת השי"ת. אין די בלעטער פונעם ספר ער קריכט אריין אין די טיפענישן פון די פסוקים און איז מגלה דברים נפלאים, מטמוני ספיר ויהלום וועלכע זענען באהאלטן אין די תורה הקדושה. צום ביישפיל; ער צייגט ער אן מיט א געוואלדיגן דיוק אז אלע נעמען פון די מקומות וואס ווערן געברענגט אין די די תוה"ק זענען דירעקט מקושר מיט די מאוראות ביי כלל ישראל וואס האבן פאסירט אין דעם זעלבן מקום מיט הונדערטער יארן שפעטער. וליכא מידיא דלא רמיזא באורייתא.

די ספר איז באקרוינט מיט שטארקע הסכמות מכמה גדולי ישראל, ובתוכם המהרי"ל דיסקין (פון די געציילטע הסכמות וואס דער גאון האט געגעבן!), הגאון רבי יצחק אלחנן מקאוונע, האדר"ת, ועוד. דער ספר זכה לעלות על שולחן מלכים, ספעציעל אין די ליטווישע וועלט. מען זאגט אז דער סטייפלער זצ"ל און הגר"א קאטלער זצ"ל האבן רעקאמאנדירט אז מען זאל עוסק זיין אין דעם ספר ווייל עס שטארקט די אמונה, און ברענגט שטארק ארויס אמיתת ונצחיות של תורתינו הקדושה.

- ידיו אמונה - ויכוח בדרך שאלה ותשובה בין מאמין וממאן
- כפלים לתושיה - על ספר משלי
- מטמונים - על ספר תהלים
- שיחת חולין של ת"ח - ליקוט של שיחות ואגדות מגדולי ישראל ע"ד צחות והלצה
- שאר ספרים וקונטרסים

נפטר כ"ה אלול תרע"ד לפ"ק ומנו"כ בקארסאן. יהא זכרו ברוך.

(בלויז אויפן שפיץ גאפל די ביאגראפיע פון א גאון ותופס ישיבה וואס מעשה תקפו וגבורתו איז כמעט ווי פארגעסן געווארן, צוזאמען מיטן גאנצן חורבן וואס האט באטראפן כלל ישראל מיט 80 יאר צוריק.)
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג מאי 27, 2019 11:29 am

אן אפשאצונג אינעם 'הצפירה'.



"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט