הוראה חבורה אויף אייוועלט

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג נובעמבער 30, 2015 7:29 pm

אוי זענט איר א צולייגער, איר צולייגט אונז אזוי פיין!

גם אני בחלומי, נישט צען יאר צוריק, נאר אקוראט 20 יאר אויפן זייגער איז שוין אדורך זינט איך האב געלערנט הלכות בשר בחלב אין ישיבה (נישט מטעם מסגרת הישיבה, נאר פריוואט מיט א כולל אינגערמאן, וועמען איך האב טאקע פונקט דעם דאנערשטאג אנגעטראפן און געזאגט אז קיין יאוש איז גארנישט פארהאנדן, און 20 יאר דערויף איז געקומען דער צייט איבערצו'חזר'ן דעם לימוד וואס ער האט מיר אויסגעלערנט דעם ערשטן מאל און איך האב עס ליידער נישט אנגעקוקט זינט דאן). עס איז ביי מיר בכלל נישט "קשה עתיקא מחדתא", ווייל איך געדענק ממש נישט דאס ערשטע לערנען בעוה"ר, כידוע מאמר העולם "אז מען חזר'ט נישט - געדענקט מען נישט" (ויש גורסים "אז מען לערנט נישט - קען מען נישט").

איך וועל נאך צולייגן נאך א נקודה צום צולייגער, אז נניח אז מיר וועלן ח"ו נישט באקומען קיין ראש החבורה און עס וועלן נישט קומען קיין בחינות אויף די סימנים וואס מיר לערנען, וועלן מיר נאך אלץ זיין צופרידן צו וויסן ביי זיך אז "חורף (דערווייל) תשע"ו האט מען אדורכגעאקערט יעדן ש"ך און ט"ז אין הלכות בשר בחלב איינמאל און נאכאמאל און פרובירט צו פארשטיין יעדן סעיף קטן כפי שידינו מגעת".

דברי תורה איז פון די זאכן וואס ברויכן חיזוק, און ב"ה אז דאס לערנען אליינס איז אונז מחזק, מען שפירט א געשמאק אין די רייד פון די הייליגע פוסקים, און מען איז זוכה צו פארשטיין און איבערגיין און האפנטליך געדענקן הלכות בשר בחלב על בוריה בעזהשי"ת. השי"ת זאל אונז ווייטער העלפן, ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

איציק
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 24, 2015 10:57 am

תגובהדורך איציק » מאנטאג נובעמבער 30, 2015 7:40 pm

איך הייב מיך אן דערמאנען גוטע צייטן, נישט נאר בשב"ח אפי' תערובות מליחה, כ'האב שוין יארן נישט אריין געקוקט אין דעם ס'נאך דא א האפענונג?

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1707
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 9:33 am

ניין.

כ'מיין, אז דו פרעגסט מסתמא ביסטו שוין הונדערט און ניינצן יאר מיט צען - עלף חדשים, שווער צו גלייבן אז אין א חודש צוויי, וועסטו קענען אניאגן בשר בחלב, מליחה, תערובות.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 10:05 am

והוא פלאי האט געשריבן:איר דארפט נישט מקנא זיין
איר קענט מיטהאלטן

קאן זיין, אבער ווען וועט מיין אפגעמוטשעט זעקל ביינער כאטש אביסעלע שלאפן?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6704
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 10:40 am

רב חסדא'ס טאכטער האט געפרעגט די שאלה...

צולייגער, שכח פארן געשמאקן ציפ.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 10:41 am

ידענא.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 10:42 am

צולייגער האט געשריבן:ניין.

כ'מיין, אז דו פרעגסט מסתמא ביסטו שוין הונדערט און ניינצן יאר מיט צען - עלף חדשים, שווער צו גלייבן אז אין א חודש צוויי, וועסטו קענען אניאגן בשר בחלב, מליחה, תערובות.

חחח
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4133
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 11:07 am

צולייגער האט געשריבן:ניין.

כ'מיין, אז דו פרעגסט מסתמא ביסטו שוין הונדערט און ניינצן יאר מיט צען - עלף חדשים, שווער צו גלייבן אז אין א חודש צוויי, וועסטו קענען אניאגן בשר בחלב, מליחה, תערובות.

שוין איינמאל א צולייגער.. האסט א פיינע שריפט
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 12:50 pm

עס איז חנוכה אויף דער וועלט, דאס בית המדרש איז כמעט ליידיג, סיי פארטאגס און סיי ביינאכט. משפחות נעמען זיך צוזאם אויף מסיבות חנוכה, מען איז אויף ביינאכט ביז שפעט, און מען רוהט זיך גוט אויס...

אבער נישט די חברותא וואס לערנט אין די "הוראה חבורה פון אייוועלט"... זיי זיצן מיט עקשנות יעדן פארטאגס און לערנען פלייסיג די רייד פונעם מחבר און רמ"א, ט"ז און ש"ך, איינמאל און נאכאמאל, און בקרוב א דריטע און פערטע מאל.

בעזהשי"ת האבן מיר היינט געענדיגט דעם חזרה אויף די לעצטע 4 סעיפים פון סימן צ"ב, און אנגעהויבן א חזרה אויפן מיטלסטן דריטל פון הלכות בשר בחלב, סימנים צ"א און צ"ב.

עס איז אומגלויבליך אז אין בלויז 2 חדשים האט מען זוכה געווען אפצולערנען (3 מאל!) צוויי-דריטל פון הל' בשר בחלב. (ווי געשמועסט, לויטן צורת הדף, באשטייען די סימנים פ"ז-צ' פון 9 בלאט אין שו"ע, און די זעלביגע איז מיט סימנים צ"א-צ"ב. די לעצטע דריטל איז א משהו מער... א בלאט-צוויי).

לויטן פלאן וועט מען יעצט איבערגיין צ"א און צ"ב, דאן פאראויסגיין אי"ה ביז סוף הלכות בשר וחלב, און דערנאך קומט א מעכטיגע חזרה אויף גאנץ הלכות בשר בחלב. יענע חזרה וועט דויערן ווילאנג מיר וועלן אי"ה טרעפן א פארהערער!...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » זונטאג דעצמבער 13, 2015 12:32 pm

די אפוועזענהייט פון א ראש חבורה האט מיר אביסל אונטערגעשטעלט, אבער איך בין נעכטן אנגעקומען צו סימן צ'. איך ווינדער זיך פון ווי די שיעור פון ווארטן א האלבע שעה נאך מילכיגס נעמט זיך.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג דעצמבער 13, 2015 12:55 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:איך ווינדער זיך פון ווי די שיעור פון ווארטן א האלבע שעה נאך מילכיגס נעמט זיך.

האט קיין מקור, אבל כך נהגו ישראל מקדמת דנא,
יש אומרים אז דאס נעמט זיך פון די זוהר הק' וואס די פוסקים ברענגען אראפ להמתין 'שעה אחת', ושעה לאו דוקא.
הק' איש ימיני

אוועטאר
קאוטש
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 18, 2015 12:11 pm
לאקאציע: פה גוגל וה'גוגל'ילות יצ''ו

תגובהדורך קאוטש » דאנארשטאג ינואר 07, 2016 7:56 pm


אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג ינואר 07, 2016 9:05 pm

אז איך אפדעיט נישט אויפן וועלטל מיינט נאכנישט אז מיר מאכן נישט פארשריט. בס"ד האבן מיר דעם וואך געלערנט דעם ערשטן האלב פון סימן צ"ד, אריינגערעכנט דעם לאנגן ש"ך סקט"ו וואס מען וועט נאך אי"ה איבערלערנען אפאר מאל ביז מען וועט דאס גרונטליך ארויסהאבן און גוט געדענקן.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג ינואר 07, 2016 9:08 pm

לכאורה האט געשריבן:אז איך אפדעיט נישט אויפן וועלטל מיינט נאכנישט אז מיר מאכן נישט פארשריט.

פארוואס טאקע נישט אפדיעיטן? אל תמנע..
לכאורה האט געשריבן:בס"ד האבן מיר דעם וואך געלערנט דעם ערשטן האלב פון סימן צ"ד, אריינגערעכנט דעם לאנגן ש"ך סקט"ו וואס מען וועט נאך אי"ה איבערלערנען אפאר מאל ביז מען וועט דאס גרונטליך ארויסהאבן און גוט געדענקן.

אהה.. ה' יאיר עיניך ויצליח דרכיך!
הק' איש ימיני

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג ינואר 07, 2016 9:18 pm

פארוואס נישט אפדעיטן? עס הערט זיך ווי א קול קורא במדבר... עס קוקט אויס ווי מיר זענען די איינציגסטע חברותא וואס איז געבליבן פונעם גאנצן גראנדיעזן פלאן, אלע אנדערע האבן ליידער צוזאמגעבראכן און אויפגעגעבן...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5316
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג ינואר 07, 2016 9:18 pm

לכאורה האט געשריבן:אז איך אפדעיט נישט אויפן וועלטל מיינט נאכנישט אז מיר מאכן נישט פארשריט. בס"ד האבן מיר דעם וואך געלערנט דעם ערשטן האלב פון סימן צ"ד, אריינגערעכנט דעם לאנגן ש"ך סקט"ו וואס מען וועט נאך אי"ה איבערלערנען אפאר מאל ביז מען וועט דאס גרונטליך ארויסהאבן און גוט געדענקן.

איך האב הנאה פון דעם לכאורה. ער האלט אן מיט א פעסטקייט אפילו נאכדעם וואס די גאנצע חבורה איז אנגעקומען ערגעץ לעבן יענטאש, שמערי בערי, קרעמער, זארכפעפער. ועוד..

פון ווי נעמט מען די שטארקייט?

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5316
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג ינואר 07, 2016 9:21 pm

לכאורה האט געשריבן:פארוואס נישט אפדעיטן? עס הערט זיך ווי א קול קורא במדבר... עס קוקט אויס ווי מיר זענען די איינציגסטע חברותא וואס איז געבליבן פונעם גאנצן גראנדיעזן פלאן, אלע אנדערע האבן ליידער צוזאמגעבראכן און אויפגעגעבן...

והיא הנותנת, צו ווייזן ווי אזוי א איד האלט זיך מיטן גאנצען שטארקייט און ווערט נישט געפאלן, און וועט בעז"ה ענדיגן די גאנצע הוראה טראץ די אלע שטרויכלינגען.

חזק חזק, אונז זעמיר אלע מציץ מן החרכים און קוקן ארויס אויף דיין הצלחה און סיום..

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג ינואר 07, 2016 9:22 pm

לכאורה האט געשריבן:פארוואס נישט אפדעיטן? עס הערט זיך ווי א קול קורא במדבר... עס קוקט אויס ווי מיר זענען די איינציגסטע חברותא וואס איז געבליבן פונעם גאנצן גראנדיעזן פלאן, אלע אנדערע האבן ליידער צוזאמגעבראכן און אויפגעגעבן...

אפי' הכי.. אולי ישתמט חד תנא וואס וועט זיך צוריקנעמען דערצו בזכותך..
און ווער זאגט אז עס זענען נישט דא קיין משתתפים וואס גייען נאך אן נאר זיי מעלדן זיך נישט דא ברבים?..

---
היימישער , שבעה דברים..
הק' איש ימיני

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג ינואר 07, 2016 9:24 pm

אזוי קוקט מיר עס אויס, ווען עס וואלט געווען נאך א חברותא וואלטן זיי געשטופט איינעם דעם צווייטן צו שרייבן דא. (און דער וואס לערנט אן א חברותא, איז איבריג צו זאגען אז דאס קען נישט אנהאלטן צו לאנג).
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5316
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג ינואר 07, 2016 9:24 pm

גערעכטער האט געשריבן:היימישער , שבעה דברים..

יא..?

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1707
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג פאברואר 07, 2016 11:33 am

האלאו?! איינער איז דארט?!

איז אזוי, עס זענען פאריבער א צירקע פינף און א האלב חדשים זינט מען האט אנגעהויבן רעדן, שרייבן, טייפן, חלומ'ן, פלאנירן וכל שום וחניכא דאית לי', מען האט געגרינדעט א חבורת הוראה! א קבוצה אינגעלייט וועלכע וועלן בעז"ה דורכלערנען די הלכתות חמורות פון יו"ד ח"א, און עס האבן זיך פארמירט גרופעס מיט שטרעמונגען, איטליכער חבר האט געהאט צוויי אנדערע פלענער וויאזוי דאס ארויסצוברענגען מכח אל הפועל, און וויאזוי איינצוטיילן די לימודים אא"וו.

אום כ"ח תשרי תשע"ו, האט זיך אפיציעל אנגעהויבן דער סדר הלימודים, מיט א פרייליכע שטימונג האבן די בני החבורה אנגעהויבן בשר בחלב - וואס רוב פון זיי האבן דאס שוין געלערנט(?!) אין זייערע אינגע יארן - מיט א פרישקייט, אצינד שוין וויסנדיג אז דאס מאל מיינט מען עס אמת'דיג, און אווי פרישע בחור'לעך הייבן אן מס' ברכות, האט מען אנגעהויבן מיט א פעסטקייט סימן פ"ז, כתוב בתורה וכו'.

דער שטן האט אוודאי נישט געקענט צוקוקן אזוינס, און מפה ומשם האט ער אונטערגערוקט פארשידענע שטערונגען - פאראויסגעזעענע און אומפאראויסגעזעענע - צו צעשטערן דעם כח התורה וכח הרבים, ליידער האט ער דאס אפגעשוואכט, און א גרויסער חלק לומדים האבן מחליט געווען אז זיי גייען קודם לערנען הל' שבת, און ערשט שפעטער זיך מצרף זיין מיט אונזער חבורה..

תהלי"ת, אז חבלים נפלו לי בנעימים, צו קריגן אלס חברותא איינער פון די פני וחשובי עדתינו, וואס אילו לא באתי אלא בשביל זה דיינו, און דאס האט מיר געגעבן דעם שטופ און די כחות דאס אנצוהאלטן, און הגם ליידער האב איך אסאך מאל אונטערגעפאנפעט..., האמיר נישט געקוקט אויף די עיכובים און מניעות ווי דער רבי רופט עס, און געפארן מחיל אל חיל, געלערנט סימן נאך סימן, איבערגעחזר'ט און איבערגעלערנט, און שטייענדיג כהיום הזה, זיבעצן וואכן שפעטער - יום א' פ' תרומה כ"ח שבט תשע"ו, האלטן מיר ביים התחלת חוזר חזרה, נאכן האבן דורכגעגאנגען גאנץ הל' בשר בחלב בעזהשי"ת.

עס איז טאקע נאך ווייט פון די בחינה ששאם ישאלך אדם אל תגמגם, און אז דו וועסט מיר פרעגן א שאלה וועל איך דיר שיקן צום נענסטן בית הוראה, אבער דאס ווייזט אויף אזויפיל אז מ'וויל קען מען, א ריכטיגע אפשפיגלונג פון די ווערטער פון חכמינו ז"ל "מי שטיפש אומר מי יכול ללמוד את התורה נזיקין ל' פרקים כלים ל' פרקים, מי שפיקח מהו אומר הריני שונה שני הלכות היום שני הלכות למחר עד שאני שונה את כל התורה כולה", מיר האלטן טאקע ערשט ביים התחלה פון חזרה, און עס איז נאכנישט דער צייט צו מאכן א סיום, אבער עס געט א שטופ צו זעהן אז אויב מען הייבט אהן האט מען א שאנס צו ענדיגן, ומכלל הן אתה שומע הן.

שוין, האטס מיר און זייטס מיר.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג פאברואר 07, 2016 11:54 am

WOW

מי מילל ומי פילל

ווער האט זיך געגלייבט אז די וויץ וועט זיך אויסארבעטן?... "חסדי אבות" קוילערט זיך מסתמא אין בעט און קען נישט גלייבן אז עפעס האט זיך אויסגעלאזט פון דאס וואס ער האט אנגעדרייט און איבערגעקערט און אנטרינען ווי דער ערל בעפאר שולחן עורך....

מזל טוב צולייגער! און מזל טוב צו דיין חברותא! ב"ה לא אלמן ישראל, נאך דא אידעלעך וואס קענען זיך האלטן מיט עקשנות צו א סדר וזמן הלימוד, אפגעזעהן צי עס ווערט אונטערגעשטיצט פון א ראש החבורה, א ראש הכולל, א דיין ומורה צדק.

איך קען מיך פארשטעלן וויאזוי איר שפירט... א בחינה פון "ויחד". פון איין זייט א ריזיגע שמחה, מען האט געלערנט, מען האט גע'חזר'ט, מען האט אפילו איבערגע'חזר'ט מער ווי איין מאל, אבער פון די אנדערע זייט נעשה בשרו חדודין חדודין, א שאד עס איז נישט דא דער ריבוי עם, די חברים מקשיבים, דער בוחן ובודק, אפילו די בחינה צעטעלעך פון וואס מען האט גערעדט, כולי האי ואולי וואלטן מיר געטראגן א שענערן פנים און בעסער געקענט ווען עס וואלט געווען א ריכטיגער כח הרבים און אן עומד בראש.

אבער זאת נחמתינו, אז כאטש האבן מיר אויסגענוצט די שעות פאר לימוד התורה, און געלערנט וויכטיגע הלכות וואס קומען למעשה צוניץ יעדע יעצט און דעמאלטס, און דער פלאן איז טאקע איבערצו'חזר'ן נאכאמאל דאס גאנצע אויף איינמאל, און אויך דאן צו ענדיגן מיט א גרויסע "הדרן עלך" מיר וועלן דיך נאכאמאל און נאכאמאל איבערלערנען, ווייל עס פארשטייט יעדער בר בי רב אז דאס זענען דברים קשים שבמקדש וואס פון בלויז איינמאל אדער פיר מאל לערנען קען מען דאס נישט קונה זיין.

ובשם השם נעשה ונצליח.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

ישמח לב מבקשי ה'! נייע חבורה הל' בשר בחלב

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג מאי 02, 2016 8:24 pm

מיט גרויס פרייד טוען מיר מעלדן אז מ'האפט אנצופאנגן א נייעם חבורה בהל' בשר בחלב (אויף דערווייל, און מ'וועט זען וויאזוי עס וועט גיין ווייטער מיט די איבריגע חלק ההוראה) דורך ועד שיעורי תורה ע"י קהל תורה חיים וויזניץ אין מונסי. עס הייסט אז דער חבורה פאנגט זיך אן נעקסטע וואך בראשות הרה"ג ר' יחיאל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ מונסי וניקעלשבורג. ווער עס וויל זיך משתתף זיין אדער מער אינפו קען זיך מעלדן צו מיר.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט