ר' משה ניישלאס מ'סערדעהעל-שיכון סקווירא ז"ל - כ"ז אדר א' תשנ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

ר' משה ניישלאס מ'סערדעהעל-שיכון סקווירא ז"ל - כ"ז אדר א' תשנ"ז

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 2:28 am

ר' משה בן ר' יעקב ניישלאס זצ"ל
קיין סאך ווייס איך נישט איבער ר' משה ניישלאס זצ"ל, אבער כווייס אז ער איז געווען א פערזענדליכקייט וואס איז דא וואס צו וויסען.
משמש געווען ברבנותבסוף אב"ד סקווירא
כוויל וויסען ווי נאך ער האט משמש געווען
זיינע איידימער וואס איך ווייס
ר' יושע לייפער
און דער רחמעסטיווקער רבי פון א"י
האט זיך מוסר נפש געווען פאר טהרת ישראל, געבויט די מקואות און סקווירא און אין מאנסי (א פרשה פאר זיך) מיט מסירת נפש.
איינער האט אפשר מער פרטים צוצילייגען פאר דער גבאי קימט
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 2:07 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:ר' משה בן ר' יעקב ניישלאס זצ"ל
קיין סאך ווייס איך נישט איבער ר' משה ניישלאס זצ"ל, אבער כווייס אז ער איז געווען א פערזענדליכקייט וואס איז דא וואס צו וויסען.
משמש געווען ברבנותבסוף אב"ד סקווירא
כוויל וויסען ווי נאך ער האט משמש געווען
זיינע איידימער וואס איך ווייס
ר' יושע לייפער
און דער רחמעסטיווקער רבי פון א"י
האט זיך מוסר נפש געווען פאר טהרת ישראל, געבויט די מקואות און סקווירא און אין מאנסי (א פרשה פאר זיך) מיט מסירת נפש.
איינער האט אפשר מער פרטים צוצילייגען פאר דער גבאי קימט


בניו הגאונים שליט"א
הרה"ג ר' יענקל שליט"א חתן ??? בבארא פארק
הרה"ג ר' יודל שליט"א חתן הגה"צ ר' בנימין רבינוביץ זצ"ל בירושלים
הרה"ג ר' ירמי' שליט"א חתן (טעמעשוואר)??? בבני ברק

חתנו הרב שמואל גולדמן בן הרה"מ מזוויהעל זצ"ל
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
פלומעןזאפט
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 09, 2011 3:58 pm

תגובהדורך פלומעןזאפט » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 2:46 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:ר' משה בן ר' יעקב ניישלאס זצ"ל
קיין סאך ווייס איך נישט איבער ר' משה ניישלאס זצ"ל, אבער כווייס אז ער איז געווען א פערזענדליכקייט וואס איז דא וואס צו וויסען.
משמש געווען ברבנות בסוף אב"ד סקווירא

ער איז געוועהן פאר די מלחמה א סוחר און האט געמאכט א נדר ביי די מלחמה אז אויב ער ווערט ניצל איז ער מקדיש דאס לעבן פאר השי"ת. וכך עשה.
משמש געוועהן אין סערדיהעל ברבנות תיכף ווען ער איז צוריק געקומען און געגבען שימש פאר צעהנדליגע מורה הוראות בדורינו
לעצט פאראכטן דורך פלומעןזאפט אום דאנארשטאג מארטש 22, 2012 2:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 2:48 pm

סערדאהעל, נישט סעדרעהעל
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2557
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 2:55 pm

געווען דבוק אין הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זצ"ל,
וסיפר הרב בנציון פעלדמאן (בשמחת שבע ברכות לבת האדמו"ר מראחמעסטריבקא שליט"א) אז רבי משה פלעגט שיקן יעדע וואך פיש פאר רבי שלום אליער זצ"ל מיט די באן, און איינער פלעגט עס אפנעמען.
און אמאל האט זיך רבי שלום אליעזר'ל זצ"ל אויסגעדריקט אויף אים: עטץ מיינטס ר' משה איז סתם א סוחר? ער וועט נאך זיין א רב אין א עיר ואם בישראל!
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 3:12 pm

ואכן כך הוה ושמש ימים רבים ברבנות בק"ק בעיר-ואם סקווערדאהעלי (יש אם למקרא ויש אם למסורת...)
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

תגובהדורך בונמס זיידע » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 4:07 pm

ווען ער איז אנגעקימען קיין ארה"ב מיט עטליכע תלמידים פון סערדאהעי (דער ly אין szerdahely זאגט מען ארויס העי) האט ער
געהאט אין ??? ניו יארק ישיבה וואס האט זיך מחמת ??? אויפגעלעזט

בערך כ"ה - ב"ו איז ער געווען דער איינציגער היימישער מורה הוראה אין ראקלענד און האט שטארק ג'ארבייט אז ק"ק בית ישרא' וואס
איז דעמאלט ג'ווען דאס "סענטראלע" בה"מ פאר בעה"ב זאל אויפנעמען א רב (הרב בערעל גרינבוים איז ג'זעסען אויבען אן אבער קיוין
מורה הוראה נישט ג"ווען) אויך כ"ק אדמו"ר וויזניץ שליט"א וואס איז דאמאלט נאך געווען וויזניצער רב אמעריקא איז שטארק צוגעשטאנען
האחים רויזמאן האבען ג'ברענגט ווייצנער רב זצ"ל פון CHICAGO ....... המשך אכ"מ

עס האט מיר דערציילט א איד וואס איז געווען אקטיוו ביים בויען א פרייטאג נעכט מקוה ווען מאנסי האט שוין געהאט אייגענע מורי הוראה
אז הגר"ם זצ"ל איג ארויפגעקראכען אויפען לייטער בודק זיין די רערן כאטש עס זענען דארט ג'ווען אינגערע מורי הוראה
לעצט פאראכטן דורך בונמס זיידע אום דאנארשטאג מארטש 22, 2012 4:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 4:07 pm

געווען און בעלז אויך אסאך ניין?
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 4:18 pm

ביים עק פונעם סקווירער בית החיים איז באערדיגט ר' שאול דוד צימערמאן, ע"ה. ר' שאול דוד איז געווען איינער פון די גאר אינטרעסאנטע און חשובע אידן אין די היסטאריע פונעם שטעטל. ער האט משפיע געווען אויף אסאך אידן דא און אין אסאך אנדערע קהילות אויך. עס איז נישט קיין סוד אז ר' שאול דוד איז געווען א עכטע בעל תשובה. וואס האט איהם געברענגט צו טוהן תשובה און ווי אזוי איז ער געקומען וואוינען אין אונזערע הייליגע שטעטל? ר' שאול דוד איז געבוירען געווארן אין אונגארן. ער איז געווען א געלונגענער בחור, א תלמיד פונעם גאון דעם עולם קרן לדוד זי"ע.
באלד נאך די ערשטע וועלט קריג, איז ר' שאול דוד געפארן קיין אמעריקע. דעמאלטס אין אמעריקע האבן די אידן געהאט גרויסע נסיונות מיט שמירת תורה און מצוות בפרט מיט שמירת שבת. כמעט אלע קאמפאניס האבן פארלאנגט פון די אידן אז זיי דארפן ארבייטן שבת. (יעצט איז עס ב"ה לייכטער ווייל רוב קאמפאניס זענען אפען נאר פינף טעג.) אבער דעמאלטס האט א שומר שבת איד געדארפט זוכען א נייע פאסטן יעדע וואך, ווייל ווען ס'איז אנגעקומען ערב שבת, האבן די גוים אפגעזאגט פון די ארבעט יעדער ארבייטער וואס איז נישט גרייט געווען צו ארבייטען שבת. בקיצור, פרנסה איז געווען א זייער שווערע זאך פאר שומרי שבת. ליידער אסאך אידן זענען דורכגעפאלן און זיי האבן געארבעט אין שבת, ה' ירחם.
ווען ר' שאול דוד איז געקומען זיך באזעצען אין אמעריקע, האט ער אויך געהאט שווערע נסיוניות מיט שמירת המצוות, ל"ע. ביים אנהייב, האט ער אביסל געגליטש. אבער Šעבירה גוררת עבירה... (אבות ד ב) און נישט לאנג דערנאך, איז ר' שאול דוד נעבעך אין גאנצן פריי געווארן. אסאך יארן האט ר' שאול דוד נישט געהאט קיין שייכות מיט אידישקייט. ביז איין טאג ווען ער האט געטראפן דעם סקווירען רב, הרה"ק ר' משה ניישלאס, זצ"ל.
אין די יארן נאך די צווייטן וועלט קריג, איז ר' שאול דוד געווען א Šטעקסי דרייווער. איין טאג אין חודש ניסן איז ער געפארן מיט זיין טעקסי אין וויליאמסבורג. פלוצלינג האט ער געזעהן א חשובער איד וואס איז געשטאנען אויפן גאס. דער איד האט געוויזען ר' שאול דוד מיט זיין האנט. ר' שאול דוד האט אפגעשטעלט זיין טעקסי אויפן זייט פון בעדפארד עוו. און דער איד איז אריין אינעם טעקסי. דער איד האט געהאלטן א קליין פעקעל אונטער זיין ארעם. דער איד האט געבעטן אז ר' שאול דוד זאל איהם צופירן נאר א פאר גאסן. ר' שאול דוד האט זיך געוואונדערט: דער איד האט נישט אויסגעקוקט ווי א אלטער איד, פארוואס האט ער געוואלט נעמען א טעקסי אזא קורצער וועג, וואס א נארמאלע געזונטע מענטש האט געקענט גייען צופוס. נאך מער, דער איד האט געהאלטן דעם פעקעל אזוי שטארק, אז ער האט אויסגעקוקט ווי א גנב וואס אנטלויפט מיט זיין גניבה! ר' שאול דוד האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון פרעגן. ער איז געווען נייגעריג, האט ער געפרעגט דעם איד פארוואס האט ער זיך אויפגעפירט אזוי אינטרעסאנט. דער איד האט גענומען דערציילן פארוואס ער האט זיך אזוי אויפגעפירט. דער איד האט אנגעהויבן צו זאגן אז יעצט קומט ער פון סאטמאר רבי'ן זצוקללה"ה. ער האט באקומען פונעם רבי'ן מעל אויף צו באקן מצות. דער איד האט ווייטער געזאגט אז ער האט געזעהן אז דער הימעל איז פארוואלקנט, און ער האט מורא געהאט אז ס'וועט אנהייבן צו רעגענען.
האט ער בשום אופן נישט געוואלט אז די מעל זאל ווערן נאס. ווייל טאמער יא, וועט מען די מעל נישט קענען נוצן אויף צו באקען מצות. דערפאר, האט דער איד גענומען א טעקסי אזא קורצער וועג און ער האט געהאלטן דעם פעקל אזוי פעסט אונטער דעם ארעם.
ר' שאול דוד איז געווען שטיל די גאנצע צייט. דערנאך, האט ר' שאול דוד זיך אנגערופן און געזאגט: איך געדענק אז די גמ' אין מסכת פסחים רעדט פון דעם ענין... דער איד איז געווארן זייער ערשטוינט! פון וואו האט דער מענטש געקענט די גמרא? ער האט אויסגעקוקט קוים ווי א איד! האט דער איד געפרעגט פון ר' שאול דוד פון וואו האט ער עס געקענט. ר' שאול דוד האט איהם געענפערט: אלס בחור בין איך געווען א תלמיד פונעם קרן לדוד. דער איד איז געווארן נאך מער איבעראשט. דערנאך האבן זיי געשמועסט א פאר מינוט. דער איד האט זיך פארגעשטעלט אלץ משה ניישלאס. ס'איז אויסגעקומען אז די צוויי האבען זיך געקענט פון פרעשבורג. ר' שאול דוד איז אפילו געווען א שטיק צייט אין דער הויז פון רב ניישלאס זיידע רב גבריא, ז"ל.
רב ניישלאס זצ"ל און ר' שאול דוד האבן געשמוסט נאך א פאר מינוט וועגן די ישיבות וואו זיי האבן געלערנט, און ווי אזוי זיי זענען אנגעקומען קיין אמעריקע. רב ניישלאס זצ"ל האט נישט אראפגעקוקט אויף ר' שאול דוד, אפילו ער איז געווען א מחלל שבת. אדרבה, ער האט איהם מקרב געווען!
ביים ענדיגן רעדן האט ר' שאול דוד געזאגט פאר רב ניישלאס זצ"ל, איך האב שוין לאנג געטראכט צו ווערן א בעל תשובה. איך בין אבער נישט גרייט יעצט תשובה צו טוהן, אבער ווען איך בין גרייט, וויל איך בלייבן ביי דיר די ערשטע שבת. רב ניישלאס זצ"ל האט איהם געגעבן זיין טעלעפאן נומבער און באלד דערנאך איז ער ארויסגעגאנגען פונעם טעקסי, און ר' שאול דוד איז אוועק געפארן. רב ניישלאס זצ"ל האט איבערגעלאזט א מורא'דיגע השפעה אויף איהם. אבער למעשה, האט ער נאך אלץ נישט תשובה געטוהן.
א געוויסן טאג, בערך צוויי חדשים שפעטער, איז ר' שאול דוד געפארן אין מיטן וואך. האט ער געזעהן פרומע אידן אנגעטוהן שבת'דיגע ארויסקומענדיג פון שול. האט ער זיך זייער געוואונדערט: היינט איז דאך נישט שבת, פארוואס גייען זיי מיט בגדי שבת? ער האט אפגעשטעלט זיין טעקסי און ער האט געפרעגט א בחור וועלכע איז ארויס געקומען פונעם שול: וואס איז היינט? די תשובה פון דעם בחור האט ר' שאול דוד זייער אויפגעשודערט, און ס'האט איהם אנגעכאפט א ציטער. שבועות, האט דער בחור געזאגט.
די ווערטער האבן איהם אויפגעשאקלט אזוי ווי א דינער אינמיטן טאג. שבועות? האט ר' שאול דוד צו זיך געזאגט: איך האב פארגעסן אין גאנצן פון דעם הייליגען יום טוב שבועות!" ער האט פלוצלינג געשפירט ווי ווייט ער איז פון אידישקייט. אזוי סאך יארן אן תורה, אן שבת, אן הקב"ה! ער האט זיך אויך דערמאנט די ווארעמע ווערטער פון הרב ניישלאס זצ"ל.
ר' שאול דוד האט אפגעשטעלט זיין טעקסי אויפ'ן גאס און ער האט זיך פארגענומען אז מער גייט ער נישט פארן שבת און יום טוב. פון דארט איז ער אהיים געגאנגען צופוס, און מער איז ער קיינמאל נישט געפארען שבת און יום טוב. א שטיק צייט שפעטער האט ער גערופען רב ניישלאס זצ"ל, און ער איז געווען ביי איהם אויף שבת. די שבת ביים רב איז געווען Šמעין עולם הבא. צוביסלעך איז ער געווארן א בעל תשובה. אין זיין לעצטע יארן האט ער געוואוינט אין שטעטל און ער איז נפטר געווארן אין תשל"ד. ער האט געשריבן אין זיין צוואה אז מ'זאל איהם לייגן לעבען די קינדער וועלכע האבן נישט טועם געווען די טעם פון חטא.
די חכמים זאגן אז א איד וועלכע איז מקרב אן אנדערען צום בורא כל העולמים האט א חלק אין אלע זיינע מצוות. אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק ואת־הנפש אשר־עשו בחרן וכו' (בראשית יב ה מדרש רבה בראשית פרשה לט סימן יד) די בעסטע וועג ווי צו מקרב זיין איינעם איז איהם אריין צו ברענגן אין שטוב בפרט אויף שבת, אזוי ווי דער רב זצ,ל האט געטוהן מיט ר' שאול דוד ע"ה. אזוי ווי די מדרש ברענגט אויפן פסוק: ומה ת"ל אשר עשו אלא מלמד שהיה אברהם אבינו מכניסן לתוך ביתו ומאכילן ומשקן ומקרבן ומכניסן תחת כנפי השכינה וכו' (שם).

גענומען פון וויקיביבליאטעק
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 4:49 pm

פערפעקט האט געשריבן:גענומען פון וויקיביבליאטעק

געשריבן דורך מתתי' וואלפבערג אטוירני עסק.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 5:01 pm

אז איר בעט מיר אזוי
בונמס זיידע האט געשריבן:ווען ער איז אנגעקימען קיין ארה"ב מיט עטליכע תלמידים פון סערדאהעי (דער ly אין szerdahely זאגט מען ארויס העי) האט ער
געהאט אין וואודמיר (פון די פייוו טאונס) ניו יארק ישיבה וואס האט זיך אויפגעלעזט מחמת כמה סיבות
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4003
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

הרב נישילאס

תגובהדורך dovidal » פרייטאג מארטש 23, 2012 1:04 am

הב ניישלאס איז געווען א גדול אין אלע עניינים תורה עבודה גמ"ח צידקות חסד פון די פארצייטישע רבנים לא פסק פומא מגירסי ונח נפשיה בלמדו מסכת מקוואות זי"ע

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2360
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג אפריל 01, 2012 11:28 pm

דער שאול דוד צימערמאן ז״ל האט איבער געלאזט זיין אמעריקאנעם ווייב און קינדער און האט אויך געהאט א שייכות צו פאפא. די פאפא קהלה האט דעם יאר (אפשר יעדעס יאר) אויפגעהאנגען זיין צוואה אין די צייט פון זיין יארצייט וואו ער פארציילט אביסל זיין לעבנס געשיכטע

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12637
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך יוני 27, 2018 3:15 pm

szerda.JPG
szerda.JPG (126.67 KiB) געזעהן 927 מאל

szerda2.JPG
szerda2.JPG (133.5 KiB) געזעהן 927 מאל


צישטעלען נעמען איז מכובד דער וואס האט צוטריט צו עלי זכרון #28 כסליו תשע"ז

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4276
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך יוני 27, 2018 3:23 pm

איז רבי משה דער מיטן קוטשמע אינעם ערשטן בילד?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2557
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג יולי 03, 2018 2:36 pm

חמרא טבא האט געשריבן:איז רבי משה דער מיטן קוטשמע אינעם ערשטן בילד?

ריכטיג
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג יולי 03, 2018 4:21 pm

ר' משה אעז געווען א תלמיד פון די סערדאהעלי רב - הגרא"א כ"ץ.

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » דינסטאג יולי 03, 2018 5:58 pm

אין דעם צווייטן בילד איז דער ראש ישיבה רבי משה ז"ל געזעסן אינדערמיט, נאר זיין פנים איז בכוונה פארדעקט געווארן מיט דעם צעטל, צוליב דער קפידא קעגן בילדער. דער בילד איז געכאפט געווארן צו קענען ארויסשיקן פאר די דזשוינט, צו קענען באקומען הילף. מיין זיידע שליט"א וועלכער ווערט אויך געזען אויפ'ן בילד, האט נישט געלערנט אין די ישיבה, (ער האט שוין געהאט חתונה געהאט), אבער ער האט זיך צוגעשטעלט צום בילד כדי עס זאל זיין אסאך בחורים אויפ'ן בילד...
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12637
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג יולי 03, 2018 6:28 pm

..........יש לציין שגם הגה"צ רבי חנינא אברהם לייטנער זצ"ל אבד"ק מאנטעווידעא למד
בישיבה.
וכדאי לציין עובדא נפלאה בנוגע להישיבה הק' הנ"ל: בעת שהיתה הישיבה כבר
בנוא יארק היו שני בחורים בישיבה שיראת שמים שלהם הי' חלושה וכו', והלך
הגה"צ הריש מתיבתא רבי משה ניישלאס זצ"ל להתייעץ עם כ"ק מרן ה'דברי יואל'
מסאטמאר זי"ע אם ישלחם מהישיבה או לא. ענה לו כ"ק מרן זי"ע: "תשלח מן
הישיבה את שאר כ"ח בחורים הטובים, ותחזיק אלו השנים אצלך"!

הגה"צ מוהר"ם ניישלאס זצ"ל אמר שבשני דברים הוא יכול לבא לעולם העליון.
האחד, הוא ישיבתו שהציל יתומים אודים מוצלים מאש וכו'. והשני, הוא מעשה
שהי' שהחזיר יהודי שסר מן הדרך לתשובה שלימה.
אלעזר בלומנפעלד - וויליאמסבורג נ. י.


http://jgsob.org/aleizikoroin/alei%20zikoroin%2028.pdf

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג יולי 03, 2018 11:07 pm

פון אור הצפון. זענען די אלע נעמען פון זיינע תלמידים?
[כ'האב פארמעקט די בילד און ארום און ארום כדי עס זאל דא ארויפגיין]
צוגעלייגטע
אור הצפון.pdf
(596.03 KiB) דאונלאודעד 35 מאל

mar0was
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » מאנטאג יולי 09, 2018 12:10 pm

הג"ר משה ניישלאס האט חתונה געהאט מיט צוויי שוועסטערס, בנות ר' ירמי' דושינסקי מפרעשבורג-ירושלים.
זיין ערשטע רבצין מרת רבקה איז גע'הרג'ט געווארן אין קריג מיט צוויי קינדער הי"ד, און ער האט נאך די קריג חתונה געהאט מיט איר שוועסטער מרת יוטל.
איינער ווייסט ווער איז געווען די צווייטע רבצין'ס ערשטע מאן (ד.ה. די זיווג ראשון פון מרת יוטל - פאר'ן קריג)?

שה אחד
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:05 pm

תגובהדורך שה אחד » מאנטאג יולי 09, 2018 12:37 pm

איר טאכטער מזיווג"ר איז געווען אשת ר' שבתי דוב גראס ע"ה

mar0was
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » מאנטאג יולי 09, 2018 4:34 pm

שה אחד האט געשריבן:איר טאכטער מזיווג"ר איז געווען אשת ר' שבתי דוב גראס ע"ה

אויף geni.com שטייט אז זי איז א טאכטער פון ר' משה ניישלאס, און איך ווייס אז זי איז נאר א שטיף טאכטער, טאקע פארדעם פרעג איך ווער איז געווען איר טאטע.

אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

תגובהדורך געדיך אוואש » דינסטאג יולי 10, 2018 11:28 pm

כ'מיין ס'דא א טעות אינעם קעפל. לפי זכרוני איז ער אוועק תשנ"ז, נישט תשנ"ו.
געדענק איך גוט?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך יולי 11, 2018 12:34 am

אוודאי אזוי, איר געדענקט גוט.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט