הילף: פיילן טעקס ריטוירן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 5:08 pm

שנאפס האט געשריבן:
שמעק_טאביק האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס היי יאר גיט די פעדעראל גאווערנמענט מיט א 700-800 דאלער ווייניגער ווי די פארגאנגענע יארן?... איז עס וועגן די עקאנאמיע???


גראדע האב איך היי יאר באקומען מער ווי פאראיאר, קען זיין דער פאראיעריגער האט נישט געטויגט?


די מאקסימום EIC Ccredit איז געוועהן היי יאר אביסל מער

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 6:05 pm

געהאט די זעלבע עקספיריענס ווי לאזי.

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9072
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

פיילן טעקס ריטורן

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 19, 2015 4:52 pm

אזויווי יעצט איז די טעקס סיזען וואלט איך געווען נייגעריג ווי דער עולם פיילט זייער טעקס ריטורן.

איך פלעג ביז היי יאר פיילן ביי מיין אקאונטענט פשוט ווייל כ'האב נישט געטראכט אז ס'דא א צווייטע וועג;
היי יאר האב איך באשלאסן צו פראבירן אליינס צו פיילן אנליין, ס'האט מיר גענומען בערך 10 מנוט די פעדערעל און די סטעיט טעקסעס אינאיינעם און האט מיר געקאסט פעניס.

בינעך נייגעריג וואס דר'עולם טוט.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

תגובהדורך מאגר » מאנטאג ינואר 19, 2015 5:00 pm

כאפצעם האט געשריבן:אזויווי יעצט איז די טעקס סיזען וואלט איך געווען נייגעריג ווי דער עולם פיילט זייער טעקס ריטורן.

איך פלעג ביז היי יאר פיילן ביי מיין אקאונטענט פשוט ווייל כ'האב נישט געטראכט אז ס'דא א צווייטע וועג;
היי יאר האב איך באשלאסן צו פראבירן אליינס צו פיילן אנליין, ס'האט מיר גענומען בערך 10 מנוט די פעדערעל און די סטעיט טעקסעס אינאיינעם און האט מיר געקאסט פעניס.

בינעך נייגעריג וואס דר'עולם טוט.


א ביזנעס ריטורן?

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9072
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 19, 2015 5:02 pm

מאגר האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אזויווי יעצט איז די טעקס סיזען וואלט איך געווען נייגעריג ווי דער עולם פיילט זייער טעקס ריטורן.

איך פלעג ביז היי יאר פיילן ביי מיין אקאונטענט פשוט ווייל כ'האב נישט געטראכט אז ס'דא א צווייטע וועג;
היי יאר האב איך באשלאסן צו פראבירן אליינס צו פיילן אנליין, ס'האט מיר גענומען בערך 10 מנוט די פעדערעל און די סטעיט טעקסעס אינאיינעם און האט מיר געקאסט פעניס.

בינעך נייגעריג וואס דר'עולם טוט.


א ביזנעס ריטורן?

ניין, Employees W-2
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » מאנטאג ינואר 19, 2015 5:05 pm

וואס קאסט פעניס
?
כאגעמיינט אז סע אומזונסט
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9072
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 19, 2015 5:08 pm

עירמאנט'ער האט געשריבן:וואס קאסט פעניס
?
כאגעמיינט אז סע אומזונסט

פעדערעל איז אומזיסט.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » מאנטאג ינואר 19, 2015 5:21 pm

טשעק מיט דיין אקאנטענט צי ער וואלט דיר געקענט מאכן צאלן ווייניגער\אדער ציריק באקומען מער

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9072
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 19, 2015 5:34 pm

שלך לחמך האט געשריבן:טשעק מיט דיין אקאנטענט צי ער וואלט דיר געקענט מאכן צאלן ווייניגער\אדער ציריק באקומען מער

לגבי צאלן ווייניגער ווי געזאגט, ס'קאסט דאך כמעט גארנישט; כ'האב באצאלט $19 און פאר מיין אקאנטענט פלעג איך באצאלן בערך $150.

לגבי צו כ'וואלט געקענט באקומען א גרעסערע ריפאנד, גלייב איך נישט, אבער אדרבה לאמיר הערן אויב איינער ווייסט.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6819
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג ינואר 19, 2015 5:39 pm

כאפצעם האט געשריבן:פאר מיין אקאנטענט פלעג איך באצאלן בערך $150.

$150???
וואו איז דָוִי?

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » מאנטאג ינואר 19, 2015 5:42 pm

כאפצעם האט געשריבן:
שלך לחמך האט געשריבן:טשעק מיט דיין אקאנטענט צי ער וואלט דיר געקענט מאכן צאלן ווייניגער\אדער ציריק באקומען מער

לגבי צאלן ווייניגער ווי געזאגט, ס'קאסט דאך כמעט גארנישט; כ'האב באצאלט $19 און פאר מיין אקאנטענט פלעג איך באצאלן בערך $150.

לגבי צו כ'וואלט געקענט באקומען א גרעסערע ריפאנד, גלייב איך נישט, אבער אדרבה לאמיר הערן אויב איינער ווייסט.


צאלן ווייניגער פאר די IRS

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג ינואר 19, 2015 5:59 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:פאר מיין אקאנטענט פלעג איך באצאלן בערך $150.

$150???

רט?! דער פרייז פאר א נארמאלע W2 טעקס ריטורן איז נישט מער פון $45.

דו ווייסט פאר וואס מען קען אלץ בעטן א ריטורן אויב מען איז אינקאם עלידזשיבעל? טיואישען ועוד. דער אקאונטענט ווייסט.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9072
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 19, 2015 6:40 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:פאר מיין אקאנטענט פלעג איך באצאלן בערך $150.

$150???

רט?! דער פרייז פאר א נארמאלע W2 טעקס ריטורן איז נישט מער פון $45.

דו ווייסט פאר וואס מען קען אלץ בעטן א ריטורן אויב מען איז אינקאם עלידזשיבעל? טיואישען ועוד. דער אקאונטענט ווייסט.

לגבי די פרייז, אזויפיל האט מיר מיין אקאנטענט אראפגערעכנט פונעם רעטורן.

לגבי א גרעסערע ריטורן, ביים פיילן אנליין פרעגן זיי דיר יעדע סארט פראגע אויף וואס מ'קען אלץ באקומען א ריפאנד, און ס'איז נישט קיין לאנגע תירוצים, ס'איז ע"פ רוב א יעס אר נאו.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

שמויגער
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 8:15 pm

תגובהדורך שמויגער » מאנטאג ינואר 19, 2015 6:51 pm

איך פייל אליינס מיט turbo tax און איך בין ב"ה זייער צופרידן...
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט

לייב ירק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 17, 2014 9:13 pm

תגובהדורך לייב ירק » מאנטאג ינואר 19, 2015 8:09 pm

Turbo tax טשארגט נישט עכ"פ די ערשטע יאר זיכער נישט עס איז זייער קלאר העריך מען קען אהן הייבן און פארן סובמיטן זעהן וויפיל זיי זאגן דו גייסט צוריק באקימען אז די האסט באקימן מער פאריאר גיי צום אקאנטנט

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9072
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 19, 2015 8:50 pm

לייב ירק האט געשריבן:Turbo tax טשארגט נישט עכ"פ די ערשטע יאר זיכער נישט עס איז זייער קלאר העריך מען קען אהן הייבן און פארן סובמיטן זעהן וויפיל זיי זאגן דו גייסט צוריק באקימען אז די האסט באקימן מער פאריאר גיי צום אקאנטנט

האבעך געפיילט ביי EZ Tax Filing (כ'בין געווארן דירעקטעד צו זיי דורך די IRS וועבסייט) זיי זאגן דיר אויך פארן סובמיטן וויפיל דיין טעקס ריפאנד וועט זיין און וויפיל זייער טשארדזש איז.

Turbo tax האט אן אפשען צו דעדאקטן זייער טשארדזש פונעם ריפאנד.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6819
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג ינואר 19, 2015 8:56 pm

כאפצעם, דיין אקאונטענט האט דיר מסדר געווען ריפאנדס פאר עדיוקעישן וכו'? אויב יא קען זיין דאס איז די סיבה פאר די 150 וואס ער האט געבעטן
וואו איז דָוִי?

דרייסטקייט
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 12:31 pm
לאקאציע: אינמיטן א דרייסטע אקט...

תגובהדורך דרייסטקייט » מאנטאג ינואר 19, 2015 8:59 pm

איך פייל שוין יארן לאנג מיט https://www.taxslayer.com, אנפאנג איז אלעס געווען בחנם, די לעצטע פאר יאר טשארזשען זיי בערך 20 דולר פאר די סטעיט ריטורן (פאריאר האב איך געהאט א קיופאן פון זיי, האב איך עס געהאט אלעס בחנם). וואס איך זעה איז אז יעדע יאר גייט מיין ריטערן ארויף.

קנאפער ידען האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:פאר מיין אקאנטענט פלעג איך באצאלן בערך $150.

$150???

רט?! דער פרייז פאר א נארמאלע W2 טעקס ריטורן איז נישט מער פון $45.

דו ווייסט פאר וואס מען קען אלץ בעטן א ריטורן אויב מען איז אינקאם עלידזשיבעל? טיואישען ועוד. דער אקאונטענט ווייסט.


מיין שאלה איז, פאר לאו אינקאם האוזהאלד, פון סתם פיילען w2 פון בערך 20,000 דולר, איז בכלל דא וואס צו דידאקטען? עס דארף דאך מאכן סענס צו קענען צאלן שכר לימוד פון מאכן אזוי ווייניג געלט וכדו'. זיי געבן דיר די אפציע אריינצולייגען די דידאקשענס, אבער איך לייג גארנישט אריין, ווייל איך גלייב נישט אז עס גייט מיר העלפען און אז עס מאכט בכלל סענס. קען א אקאונטענט האבן עפעס צוצולייגען ביי דעם? לוינט זיך בכלל צו פראבירן?

אין אנדערע ווערטער, וואס דארף איך מיך רעכענען אויב איך וויל אריינלייגען א דידאקשען פאר שכל לימוד? דארף איך ווייזן ריסיטס? דארף איך קענען אויפווייזן אז איך האב עס טאקע באצאלט פון מיין באנק אקאנטע?
לעצט פאראכטן דורך דרייסטקייט אום מאנטאג ינואר 19, 2015 9:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שפרינג אריין מיט א דרייסטקייט! דערשרעק דיך נישט!

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » מאנטאג ינואר 19, 2015 9:03 pm

לייב ירק האט געשריבן:Turbo tax טשארגט נישט עכ"פ די ערשטע יאר זיכער נישט עס איז זייער קלאר העריך מען קען אהן הייבן און פארן סובמיטן זעהן וויפיל זיי זאגן דו גייסט צוריק באקימען אז די האסט באקימן מער פאריאר גיי צום אקאנטנט

פאר לאו אינקאם קאסט נישט סטעיט

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9072
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 19, 2015 10:31 pm

צושויער האט געשריבן:
לייב ירק האט געשריבן:Turbo tax טשארגט נישט עכ"פ די ערשטע יאר זיכער נישט עס איז זייער קלאר העריך מען קען אהן הייבן און פארן סובמיטן זעהן וויפיל זיי זאגן דו גייסט צוריק באקימען אז די האסט באקימן מער פאריאר גיי צום אקאנטנט

פאר לאו אינקאם קאסט נישט סטעיט

כ'האב געדארפט באצאלן אפילו אלס לאו אינקאם.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

לייב ירק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 17, 2014 9:13 pm

תגובהדורך לייב ירק » מאנטאג ינואר 19, 2015 11:38 pm

דרייסטקייט האט געשריבן:איך פייל שוין יארן לאנג מיט https://www.taxslayer.com, אנפאנג איז אלעס געווען בחנם, די לעצטע פאר יאר טשארזשען זיי בערך 20 דולר פאר די סטעיט ריטורן (פאריאר האב איך געהאט א קיופאן פון זיי, האב איך עס געהאט אלעס בחנם). וואס איך זעה איז אז יעדע יאר גייט מיין ריטערן ארויף.

קנאפער ידען האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:פאר מיין אקאנטענט פלעג איך באצאלן בערך $150.

$150???

רט?! דער פרייז פאר א נארמאלע W2 טעקס ריטורן איז נישט מער פון $45.

דו ווייסט פאר וואס מען קען אלץ בעטן א ריטורן אויב מען איז אינקאם עלידזשיבעל? טיואישען ועוד. דער אקאונטענט ווייסט.


מיין שאלה איז, פאר לאו אינקאם האוזהאלד, פון סתם פיילען w2 פון בערך 20,000 דולר, איז בכלל דא וואס צו דידאקטען? עס דארף דאך מאכן סענס צו קענען צאלן שכר לימוד פון מאכן אזוי ווייניג געלט וכדו'. זיי געבן דיר די אפציע אריינצולייגען די דידאקשענס, אבער איך לייג גארנישט אריין, ווייל איך גלייב נישט אז עס גייט מיר העלפען און אז עס מאכט בכלל סענס. קען א אקאונטענט האבן עפעס צוצולייגען ביי דעם? לוינט זיך בכלל צו פראבירן?

אין אנדערע ווערטער, וואס דארף איך מיך רעכענען אויב איך וויל אריינלייגען א דידאקשען פאר שכל לימוד? דארף איך ווייזן ריסיטס? דארף איך קענען אויפווייזן אז איך האב עס טאקע באצאלט פון מיין באנק אקאנטע?

א אקאנטענט האט מיר געזאגט אז ביז 10% פון דיין אינקאם קענסטו שרייבן פאר שכר לימוד און וועסט לכאורה נישט ווערן געאדיט מער ווי דעם דארף מען שוין חושש זיין אויב ביסט א לא אינקאם
עס קען אויסמאכן מען קען צוריק באקימן א גרויס חלק פון טאישן

דרייסטקייט
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 12:31 pm
לאקאציע: אינמיטן א דרייסטע אקט...

תגובהדורך דרייסטקייט » מיטוואך ינואר 21, 2015 11:20 am

נעכטן גערעד מיט אן אקאונטענט. זאגט ער אז אויב עפעס קען מען צירוק באקומען פון די 'סטעיט' פאר child care אונטער פינעף יאר. פאר סתם שכר לימוד באקומט נישט צירוק, חוץ אויב עס איז פאר א קאלעדזש.
און בכל אופן ווערט עס אודיטעד.
שפרינג אריין מיט א דרייסטקייט! דערשרעק דיך נישט!

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » מיטוואך ינואר 21, 2015 11:29 am

און קרית יואל איז זייער טייער צו פיילן ארום $95 און וויליאמסבורג זענען דא אסאך וואס טוען עס פאר $40-$50

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך ינואר 21, 2015 11:40 am

משה יענקל האט געשריבן:און קרית יואל איז זייער טייער צו פיילן ארום $95 און וויליאמסבורג זענען דא אסאך וואס טוען עס פאר $40-$50

1040 עקספרעסס וואס האט איבערגענומען קויפמאן'ס נישט קאמפליצירטע קאסטומער'ס טשארדזשט $75, נישט $95.
אויך האב איך געזעהן אדווערטייזט א אינגערמאן וואלדמאן וואס טוט עס פאר בלויז $45.

אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

תגובהדורך מאגר » מיטוואך ינואר 21, 2015 3:03 pm

משה יענקל האט געשריבן:און קרית יואל איז זייער טייער צו פיילן ארום $95 און וויליאמסבורג זענען דא אסאך וואס טוען עס פאר $40-$50


אין קרית יואל איז זייער ביליג צו פיילן עס קאסט 45$ עוורידזש

ביזנעס שטייט זיך איז מער.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: באגלייבט און 8 געסט