ר' יוסף שאול נאטענזאהן מלבוב ה'שואל ומשיב' זצ"ל, כ"ז אדר

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

חיס
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 3:40 pm

שמואל הלוי נאטאנזאהן

תגובהדורך חיס » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 5:29 am

מיללער האט געשריבן:מציבת מרת אסתר זעלדא בת רבי שמואל הלוי נאטאנזאהן אב"ד פודקאמין בעיר קארטשין:
http://dartmouthprojectpreservation.org/korcyna-q3

וועמענס זון איז ר' שמואל געווען?


זון פון הרב יעקב אליעזר הלוי ראה באהלי שם עמוד 275
צוגעלייגטע
אהלי שם 275.png

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 11:26 am

חיס האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:מציבת מרת אסתר זעלדא בת רבי שמואל הלוי נאטאנזאהן אב"ד פודקאמין בעיר קארטשין:
http://dartmouthprojectpreservation.org/korcyna-q3

וועמענס זון איז ר' שמואל געווען?


זון פון הרב יעקב אליעזר הלוי ראה באהלי שם עמוד 275



זענען זיי אייניקלעך פון רבי אריה ליבוש אבי השואל ומשיב?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 24, 2014 11:36 am

א שיינע ברכה וואס דער הייליגער לעמבערגער רב שרייבט פאר נוות ביתו (בזוו"ר) הרבנית הצדיקת שרה אידל ב"ר יצחק אהרן הלוי איטינגא, בריש ספרו ידות נדרים:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=3

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 24, 2014 11:46 am

אויף אוצה"ח איז דא א קליין קונטרס'ל בשם "אמרות טהורות" וואס אנטהאלט צוויי דרשות פונעם לעמבערגער רב זצ"ל רבי יוסף שאול, איינס פון שבת שובה שנת תר"ט און דאס אנדערע פון שבת חוהמ"ס תר"י, דארט איז משמע אז דער שואל ומשיב האט געהאט אן אייגן ביהמ"ד אין לעמבערג בשם "אור הישר"' זעה דא:
http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?200661
צוגעלייגטע
getimg.jpg

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג פאברואר 24, 2014 12:13 pm

על השער חותמות ר' פנחס פרענקעל-תאומים אב"ד בוקובסק וצעשינוב, ובנו ר' יהושע העשיל פ"ת אב"ד סאפקוב.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג פאברואר 24, 2014 12:54 pm

חבל חבל, אזא הערליך שיין ספר ווי תשובות שואל ומשיב ווערט נישט איבער געדרוקט, אדער כאטש מאכן דעטאלירטע מפתחות דערויף, אידן וואלטן געקענט אזוי הנאה האבן דערפון, ליגט עס דערווייל כמעט ווי א ספר החתום... חבל חבל...

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג פאברואר 24, 2014 1:53 pm

יהיה כן האט געשריבן:חבל חבל, אזא הערליך שיין ספר ווי תשובות שואל ומשיב ווערט נישט איבער געדרוקט, אדער כאטש מאכן דעטאלירטע מפתחות דערויף, אידן וואלטן געקענט אזוי הנאה האבן דערפון, ליגט עס דערווייל כמעט ווי א ספר החתום... חבל חבל...

אוי זענט איר גערעכט
די זעלבע מיט תשובות בית יצחק
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2014 4:51 am

תגובהדורך נטיעות » מאנטאג פאברואר 24, 2014 6:36 pm

האם שם הספר של הני תרי גיסי, נקרא בשם: מְפָרְשֵׁי הים? או: מִפְרְשֵׂי הים?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 24, 2014 6:43 pm

נטיעות האט געשריבן:האם שם הספר של הני תרי גיסי, נקרא בשם: מְפָרְשֵׁי הים? או: מִפְרְשֵׂי הים?

תא שמע:
http://www.hebrewbooks.org/37355
צוגעלייגטע
39-37355.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 26, 2014 1:43 pm

א שיינע מעשה פונעם שואל ומשיב וואס דער גאון דער מהרש"ם האט דערציילט ביי א דין תורה פון האמבורגער אידן איבער דעם נוסח התפלה:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=15
דער שואל ומשיב איז געווען אין סקאליע אויף אפרוה און דארט האט אויסגבראכן ביים דאווענען פרייאג צו נאכטס א מחלוקה צווישן די אידן פון סקאליע וועלכע זענען געווען חסידים און די זומער געסט פון לעמבערג וואס זענען געווען אשכנזים, איין צד האט געשריגן 'כגוונא' די אנדערע "במה מדליקין'", דעל בעל תפלה האט געזאגט ויצמח פורקניה און די אשכנזים האבן געשישקעט.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך מארטש 26, 2014 3:34 pm

א שיינע סיפור.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 9:06 am

דא האט איר נאך א גאר אינטערעסאנטע עובדא מיט דעם שואל ומשיב זצ"ל
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=150
פעידזש 150
וועגען וואכעדיגע בגדים אויף שבת חזון
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 28, 2014 3:19 pm

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:פון ר' יוסך שאול איז נישט פארהאן קיין דורות ווייל ער האט נישט זוכה געווען לזש"ק, בין איך נייגעריג צו פון אביו ר' ארי' לייבוש איז יא עפעס געבליבען, דאס הייסט פונעם אנדערען זוהן ר' זלמן, אדער צו ער האט געהאט נאך קינדער.


אינעם 'מנחת חינוך' דפוס מכון י-ם זעה איך א נתינת תודה פאר משפחת ר' מרדכי זאב הלוי נאטאנזאהן פון אנטווערפן נכדי המנחת חינוך, ווייסט איינער מער פרטים איבער די משפחה וויאזוי זיי זענען אייניקלעך פונעם מנ"ח און צו זיי קערן זיך אן צו משפחת השו"מ?


א מזל טוב וואונטש אין מחזיקי הדת משנת תרס"ה, איינער יוסף הארנשטיין פון בוטשאטש וואונטשט אן פאר החתן ארי' בן דודו ר' מרדכי זאב הלוי נאטאנזאהן פון זאלישטשיק לרגל נישואיו עם בת ר' יחיאל קליין פון קריסניפאלי.

דער נאמען "מרדכי זאב" מיט נאטאנזאהן זאגט אז ווארשיינליך איז דאס אן אייניקל פון רבי ארי' ליבוש נאטאנזאהן אבי הוש"מ חתן של רד"ב היילפרין פון ברעזאן חתן רמ"ז אורנשטיין (הראשון) מלבוב, אפשר קען מען צאמשטעלן דעם בילד?
צוגעלייגטע
GetImage (2).png

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 13, 2014 12:43 pm

דער שואל ומשיב איז נתמנה געווארן אלס רב אין לעמבערג בשנת תרי"ז נאך לאנגע יארן וואס דארט איז נישט געווען קיין אפעיציעלער רב זינט די פטירה פון זיין פעטער דער ישועת יעקב זצ"ל, די סיבה אזי געווען וועגן מחלוקת וואס האט געברענט אין די שטאט בעיקר צווישן די ערליכע לאגערן און די משכילים למיניהם ימ"ש וועלכע האבן געשטערט יעדן פראוו פון שטעלן א רב וואס זאל זיין הולך לפני מחנה ה'.

בייגעלייגט איז דער "המגיד" פון תרי"ז וואס דערציילט אז ענדליך איז געלונגען ממנה צו זיין דעם שואל ומשיב אלס רב, וואס האט דאס אנגענומען נאר להציל את כבוד היהדות והרבנות.

זכר צדיק לברכה
צוגעלייגטע
GetImage (1).png

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » פרייטאג יוני 13, 2014 12:52 pm

דער פאר'סמ'טער פרעדיגער איז געוועהן נאך (להאא"ה) דעם ישועות יעקב?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 13, 2014 1:05 pm

הסרפד האט געשריבן:דער פאר'סמ'טער פרעדיגער איז געוועהן נאך (להאא"ה) דעם ישועות יעקב?


נאך דער ישועת יעקב האט פאר די פרומע און ערליכע אידן געדינט אלס מ"מ האב"ד ר' שמחה נתן עלינבערג, דער פרעדיגער איז דאכציך קיינמאל נישט געווארן אויפגענומען אפיציעל אלס רב, נאר דאס גופא איז געווען די מחלוקת, אבער איך בין נישט הונזערט פראצענט זיכער דערוועגן.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » פרייטאג יוני 13, 2014 2:43 pm

ביי בובער אין אנשי שם זעה איך אז ר' שמחה נתן איז געוועהן אב"ד גלייך פאר ר' יוסף שאול (און צוזאמן מיט איהם, אויף די עלטער) - דרייצען יאהר ביז תרי"ט, דאס הייסט פון תר"ו בערך. דער פרעדיגער להבדיל האט טאקע גע'פגר'ט אין אלול תר"ח. אבער פון די באשרייבונגן איז משמע אז ער איז טאקע געוועהן 'רב', ווייל די הנהלת הקהלה איז געוועהן אין די הענט פון די משכילים.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 04, 2014 3:41 pm

פטירת רבי ארי' ליבוש הלוי נאטאנזאהן מברעזאן זצ"ל (אבי השו"מ) בעיתון "עברי אנכי" - ער"ח אדר תרל"ג

אינטערעסאנט נפטר געווארן עטליכע יאר איידער זיין זון דער שואל ומשיב זצ"ל און דעמאלס איז דער שו"מ געווען שוואך, מ'האט פארהוילן פון אים פטירת אביו, און ער איז נישט געקומען צו די לויה קיין ברעזאן.
צוגעלייגטע
GetImage (2).png
GetImage (4).png
GetImage (3).png
GetImage (3).png (10.34 KiB) געזעהן 3340 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 4:52 pm

הסרפד האט געשריבן:ביי בובער אין אנשי שם זעה איך אז ר' שמחה נתן איז געוועהן אב"ד גלייך פאר ר' יוסף שאול (און צוזאמן מיט איהם, אויף די עלטער) - דרייצען יאהר ביז תרי"ט, דאס הייסט פון תר"ו בערך. דער פרעדיגער להבדיל האט טאקע גע'פגר'ט אין אלול תר"ח. אבער פון די באשרייבונגן איז משמע אז ער איז טאקע געוועהן 'רב', ווייל די הנהלת הקהלה איז געוועהן אין די הענט פון די משכילים.

א מצבה אויפן בארדיובער עולם פון אן אייניקל פון הג"ר שמחה נתן אב"ד מאשציסק ולבוב

בילד

אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

תגובהדורך חסידישער יוד » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 8:05 pm

א קליינע הערה אויפ'ן קעפל:
עס שטייט "נאטענזאהן" און אזוי אויך זענען דא [מעלות וכדו'] וואס זענען מקפיד צו שרייבן "וואסערמאן" און "קארעליץ"* וכו' וכו'. וצע"ג אויב די גדולים זעלבסט האבן אזוי געשריבן...
[פונקט היינט האב איך געזען א ספר מיט א הסכמה פון ראב"ד עדה"ח און א אוממענטש האט אויסגעמעקט "שטרנבוך" און פאראכטן צו "שטערנבוך".

*די ברידער פון חזו"א ז"ל האבן אזוי געשריבן משא"כ דער חזו"א האט געשריבן "קרליץ" [שמעתי].
...כי אם ליראה וגו'

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 6:13 am

נו נו
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 10:43 am

חסידישער יוד האט געשריבן:א קליינע הערה אויפ'ן קעפל:
עס שטייט "נאטענזאהן" און אזוי אויך זענען דא [מעלות וכדו'] וואס זענען מקפיד צו שרייבן "וואסערמאן" און "קארעליץ"* וכו' וכו'. וצע"ג אויב די גדולים זעלבסט האבן אזוי געשריבן...
[פונקט היינט האב איך געזען א ספר מיט א הסכמה פון ראב"ד עדה"ח און א אוממענטש האט אויסגעמעקט "שטרנבוך" און פאראכטן צו "שטערנבוך".

*די ברידער פון חזו"א ז"ל האבן אזוי געשריבן משא"כ דער חזו"א האט געשריבן "קרליץ" [שמעתי].

דא האסט א תשובה אויף דיין שלא במקומה צע"ג וועגען שרייבען משפחה נעמען
--
אגב ניט יעדע "שמעתי" אדער אפשר גאר "שמאטע" ליפטערט מען אויס

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

ממשל רב

תגובהדורך dovidal » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 1:12 pm

עפעס סודותדיג איבער די רבנות
מה היה המעשה
האט עס געהאט מיט חסידים ומתנגדים
צוגעלייגטע
memshal rav.jpg

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 3:07 pm

דאס האם בכלל ניט קיין שייכות צו דעם שוא' ומשיב וואס איז נפטר געווארען תרל"ה
און נישט לבוב
דורכגעבליקט א פאר בלעטער
ניט ציווישען מתנגדים און חסידים
נאר ערליכע אידען מיט אויפגעקלערטע

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 3:18 pm

קיקיון האט געשריבן:דאס האם בכלל ניט קיין שייכות צו דעם שוא' ומשיב וואס איז נפטר געווארען תרל"ה
און נישט לבוב
דורכגעבליקט א פאר בלעטער
ניט ציווישען מתנגדים און חסידים
נאר ערליכע אידען מיט אויפגעקלערטע

אוודאי איז שו"מ נפטר געווארן אין לבוב, דער ספר האט מיט די מחלוקה איבער דאס רבנות דארט אין לבוב נאך די פטירה פון שו"מ, צווישן דעם ברכת רצ"ה רבי צבי הירש אורנשטיין (איבער וועמענס כבוד דער חיבור איז מגין און ער האט טאקע ממלא מקום געווען למעשה) און הגרי"א איטינגא.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט