חזקו ותחזקה! - חיזוק אין שווערע צייטן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 15, 2014 2:31 pm

פריילאך האט געשריבן:.

פונקט די וואך געזעהן אינעם ספר וואס מען האט געטיילט אין בארא פארק ביי די טארטיקאווע חתונה, די ווארט פון "קל אדון" אויפן לעכעטשאווער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » זונטאג ינואר 19, 2014 12:26 pm

חיזוק פאר עלטערן פון פירות הנושרים


----


נאך אביסל דערקוויקענדע חיזוק ווערטער פאר יעדן..

עס מאכט זיך אמאל, אז דער מענטש איז אין א עת צרה, אדער עס פעלט אים עפעס, הייבט ער אן געבן עצות פאר'ן כביכול, ער טראכט
געוויסע מהלכים ווי אזוי דער רבוש"ע קען אים העלפן, זייער פיל מאל בעט ער אז דער רבוש"ע זאל טון כך וכך כדי צו לייזן זיין פראבלעם. אויב
זעט ער נישט קיין וועג פון א ישועה, ווערט ער אמאל פארלוירן. ער האט נישט קיין מהלך פאר'ן כביכול...

דער אמת איז אבער, אז טאקע דעמאלס ווען מ'זעט נישט קיין ישועה פאר די אויגן, דעמאלס דארף מען מיט א רואיגקייט זיך פארלאזן אויפן
בורא כל עולמים. ביים ים סוף האט כלל ישראל געזען אז דער רבוש"ע דארף נישט זייערע עצות, ער דארף א נחשון בן
עמינדב וואס זאל זיין גרייט אריינצוטאנצן אין וואסער אנע חשבונות מיט אמונה פשוטה.

ס'איז דא מענטשן וואס האבן א נאטור צו זיין א "בעק דרייווער" ווען זיי זיצן אין א קאר האלטן זיי און איין זאגן דעות: "גיב אכטונג פון דעם טראק", "פאר נישט אזוי שנעל", "לאז אים דורך פארן", ווען דער זעלבער מענטש זעצט זיך ארויף אויף אן עראפלאן וועט ער געווענליך בלייבן שטיל און אפילו כאפן א דרימל, ער ווייסט אז דא דארף מען נישט זיינע דעות, ער פארלאזט זיך אויף די געלערנטע פיילאט'ס אז זיי ווייסן פונקטליך וואס זיי האבן צו טון.

א איד דארף לעבן מיט די אמונה אז ער ווערט געפירט דורך דער מנהיג הבירה וואס קען און ווייסט אלעס, ער דארף נישט קיין הילף און
קיינע עצות. ער וויל מ'זאל האבן אמונה און בטחון און זיך פארלאזן נאר אויף אים, אויב ווערט מען שטארק ביי זיך, קען מען רואיג צומאכן די
אויגן און זיך אנליינען אויפן בענקל וויסענדיג אז אלעס וועט זיין בסדר.

די אמונה אליינס דאס ברענגט ישועות. תיכף נאכדעם וואס די אידן זענען צוגעקומען צו די מדריגה פון ויאמינו בה' ובמשה עבדו, האבן זיי
זוכה געווען צו נאך א נס שלא כדרך הטבע. מ'האט געדארפט עסן צום לעבן, קיינעם וואלט נישט איינגעפאלן אפילו אין זיסטן חלום, אז עס
וועט קומען צופליען לחם מן השמים אבער דער רבוש"ע האט נישט קיין פראבלעם מיט גארנישט אין די וועלט.
ס'איז דאס וואס טראכטן, טאקע פיינע דרשות, אבער למעשה ווען מ'קוקט זיך אום, זעט מען אז דער וואס ארבעט האט פרנסה, און דער
וואס נישט, האט נישט. איינער וואס האט א גרויסע ביזנעס איז אן עושר און דער פשוטער ארבייטער האט גענוג אויף צו לעבן.

דאס איז דער הויפט טעות, טאקע ווייל ס'איז אים באשערט פרנסה שטעלט אים דער רבוש"ע צו אז ער זאל האבן א געלונגענע ביזנעס
אדער א ארבעט, כדי עס זאל אויסזען אז די מענטשליכע פעולות ברענגען די הצלחה. דער אמת איז אבער אז דאס אליינס איז אויך פון
הימל. סיי דער דזשאב און סיי דער הכנסה, אלעס קומט פון דער רבוש"ע. פארוואס איינעם איז באשערט זיך צו מוטשענען און איינעם
נישט, דאס פארשטייען מיר נישט. מ'קען און מ'דארף מתפלל זיין און עס העלפט. אבער יעדע פרוטה וואס א מענטש האט יא, אדער נישט ח"ו,
איז בידי שמים.

אמאל ארבעט דער מענטש מער ווי ער וואלט געדארפט טון אלץ השתדלות, ער לויפט צופיל נאכן דאלער, גיבט מען אים פון הימל
איבריגע הוצאת, עס צעברעכט זיך דאס, ער פארלירט יענס, כדי ער זאל נישט האבן מער ווי ס'איז אים באשערט, די איבריגע געלט ברענגט נאר
אומזיסטיגע דאגות, אזוי ווי די חז"ל זאגן "מרבה נכסים מרבה דאגה".

דער יסוד פון אמונה אנע חשבונות לערנען מיר זיך פון קריאת ים סוף, דאס דארף באגלייטן דעם מענטש סיי ביי עניני פרנסה און סיי ביי
שידוכים ששניהם קשים כקריעת ים סוף. דעריבער האבן חז"ל מתקן געווען אז מ'זאל יעדן טאג חזר'ן דער שירה, ווייל דאס איז אונזער וועג-
ווייזער פאר אונזער טאג טעגליכע לעבן. דער רמב"ן שרייבט אז דער - רבוש"ע ווייזט נישט יעדן טאג ניסים שלא כדרך הטבע, ביי יציאת מצרים
האט ער אונז דאס געוויזן, און מיר דארפן דאס חזר'ן און בעיקר ארייננעמען "אין זיך", למען תזכור את יום צאתך מארץ מצרים כל ימי
חייך. גליון שלום וברכה
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

תגובהדורך הורוויץ » זונטאג ינואר 19, 2014 4:22 pm

יישר כח פריילאך, כשמו כן הוא: ברענגט אריין שמחה אין אידישע הערצער מיט די געוואלדיגע דברי חיזוק!

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג ינואר 19, 2014 6:32 pm

געוואלדיגע דיבורים, און א געוואלדיגע זאך עס צו ברענגן אהער. יישר כח.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג ינואר 20, 2014 11:28 am

למעלה משבעים האט געשריבן:געוואלדיגע דיבורים, און א געוואלדיגע זאך עס צו ברענגן אהער. יישר כח.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » מאנטאג ינואר 20, 2014 5:23 pm

אזוי ארום און ארום......... עם האשעם חזזזקו ונתחזקה..........

א איד האטזיך באקלאגט פארן פני מנחם אז ער מאכט ליידער גאר אסאך מיט. ער פארלירט קינדער, און וואס עס האלט זיך שוין יא, זענען נישט אזוי געזונט. האט אים דער אמרי אמת געענטפער אז ווען עריז געווען א קינד און עריז אריין אין באנק די ערשטע מאל, האטער געזעהן וויזוי איינער גייט צו צום פקיד אין באנק און גיט אים איבער א פעקל געלט. האטער זעהר רחמנות געקריגען אויף דעם מענטש, אז מען נעמט אים צו ס'געלט. דערנאך האטער געזעהן ווי עימיצער קומט אין באנק און דער פקיד גיט אים א פעקל מיט געלט, האטער זיך זעהר געפריידט פאר יענעם, אז יענער האט פארדינט אפאר דוללער. ווען עריז עלטער געווארן האט ער פארשטאנען אז דער וואס דער פקיד האט פון אים גענומען געלט, דער האט באקומען געוויס א ירושה אדער האטער געמאכט א גוטען דיל, און ער גיט אריין די געלט אין באנק און אין עטליכע יאר וועט ער ארויס נעמען די געלט מיט גרויסע רווחים. אבער דער וואס דער באנק האט אים געגעבן די געלט, דער וועט נאך דארפן צוריק צאלן די גאנצע געלט בנוסף צו גרויסע פראצענטען.

האטער אויסגעפירט "אז נישט א יעדער וואס באקומט איז דער גליקליכער, און נישט א יעדער וואס מען נעמט פון אים איז דער אומגליקליכער!!!!"
לעצט פאראכטן דורך your friend אום דינסטאג ינואר 21, 2014 11:17 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג ינואר 21, 2014 10:23 am

יוש כאב עס פונקט געהאט אויסגעשניטן פריער דא אהער צולייגן.. עניוועי ישר כח 'מיין פרענד' אויפן יודישן לשון מפי השמועה איז נאך אלץ בעסער. נאכדערצו מיטן ארום און ארום...
צוגעלייגטע
Capture2.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » דינסטאג ינואר 21, 2014 10:53 am

הערט ר' מענדל ווייס אויף קול סאטמאר.
יעדע פרייטאג א הערליכע קורצע שיעור פון אמונה ובטחון.

718-305-6942
2-5-6


ביי שיעור 27 פארציילט ער א מורעדיגע מעשה.
דריקט 11 מאל 9 אנציקומען צי די מעשה. און הערט ביזן סוף וואס די גוי האט געזאגט פאריגע וואך נאך די חתונה.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » פרייטאג ינואר 24, 2014 10:19 am

געהערט נעכטן פון ר' מיילעכן..

ה' צלך. ביים א פראזשעקטאר זעהט מען די וואס זענען נאנט איז די שאטן קליין, ווי ווייטער מען איז איז די שאטן גרעסער. די זעלבע בחינה איז ביים בורא עולם די וואס זענען ווייט (מיינט מען זיי שפירן זיך ווייט.. די הסתרת פנים איז גרויס..) דארט איז דא די מערסטע שאטן פונעם רבוש"ע..

בשם די קאברינער, ומשה נגש על הערפל כי שם האלקים. משה איז צוגעגנאגן צום 'ערפל' אויף אידיש - אראפ-פאל.. ווייל דארט איז די רבוש"ע, ווען א יוד איז אין שווערע מצב איז די אייבערשטער דארט (עמו אנכי בצרה).


צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:
כ'האב נעכטן געהערט (על הטעל) ביים הספד פונעם טאטן הרה"ג ר' אורי יודל קויפמאן שליט"א לפני מטתו של בנו הבה"ח ע"ה, האט ער געזאגט א רעיון נורא אויפן פסוק יקר בעיני ה' המותה לחסידיו. אז א איד אין יעדן מצב שהוא ווייסט ער אז דער באשעפער טוט אלעס, און נאר מיטן כח האמונה קען זיך א איד האלטן, און אזא מצב דארף מען עקסטער מאכן א ברכה שלא עשני גוי, אז מען איז א איד און מען האט אמונה אינעם רצון ה', וואס דאס העלפט לינדערן דעם ווייטאג. האט ער געזאגט 'יקר בעיני' עס איז יעצט טייער אין מיינע אויגן, ה' דאס אז כ'האב א באשפער א אדון כל המעשים, און מיט איהם קען איך זיך מחזק זיין, אין א זמן וואס עס קומט פאר 'המותה לחסידיו', ה"י.


קען איינער מזכה זיין מיט די טייערע ווערטער פון הרב גאנצפריעד פון מאורות וואס איז געווען אין די צייטונגען א וואך צוריק?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג ינואר 27, 2014 10:26 am

יישר כח גראדער:
נאך די שווערע צייטן איז רבי יעקב גאלינסקי זצ"ל אנגעקומען אין בני ברק מיואש און צובראכן, ער איז אריין צום חזון איש און זיך אויסגעוויינט, איך האב פארלוירן מיין טאטן, מיין מאמען, מיינע ברידער און שוועסטער, פון מיין גאנצע משפחה און מיין גאנצן שטעטל פון אלע מיינע באקאנטע בין איך געבליבן אליינס אויף די וועלט... אזוי האט ער געוויינט מיואש און צובראכן.

האט אים דער חזון איש געענטפערט:

אמאל איז א איד א סוחר קראנק געווארן, ער האט נישט געקענט פארן צום יריד, פרנסה דארף מען דאך אבער האבן, האט ער געבעטן זיין פרוי זאל דאסמאל אים איבערנעמען, איז זי נעבעך געגאנגען און זיך אנגעבארגט מיט געלט פון די האלבע שטאט און איז געפארן צום יריד, ווען זי איז אנגעקומען אין מארק איז איר פלוצלונג שלעכט געווארן און זי איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און גע'חלש'ט, נאך א מינוט האט זי זיך אויפגעכאפט, זי איז געגאנגען פון טישל צו טישל ביז זי האט געטראפן אן ערליכן סוחר, זי האט אויסגעוועלט עפעס גוטע סחורה, אפגעשמועסט א פרייז, און זי לייגט אריין די הענט אין בערזל ארויסצונעמען דאס געלט, און... ואיננו! דאס גאנצע געלט איז נישטא! ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די מינוט וואס זי איז געלעגן פאר'חלש'ט האט עס איינער גענומען.

די פרוי האט אנגעהויבן צו מאכן יאמערליכע קולות וברקים, כ'האב א שטוב מיט פיצלעך קינדער, א קראנקען מאן, און דאס געלט איז געבארגטע געלט! רבש''ע, וואס טוט מען דא!!! אידן רחמנים בני רחמנים זענען געקומען צו לויפן, אלע האבן ביטער רחמנות געהאט אויף איר, האט מען אנגעהויבן צו טראכטן ווער עס קען זיין דער גנב, מ'האט צוזאמגעשטעלט איינס מיט איינס, ווער איז געווען אין געגנט, ווער האט געזען ווי זי פאלט אוועק, וכו' וגו', ביז מ'האט מחליט געווען פה אחד אויף איין איד אז ער איז דער גנב. האט מען אים געשלעפט צום קאוונער רב צו א דין תורה.

די אידענע לייגט אראפ אירע טענות מיט בכיות נוראות, ווי איר מאן פון קראנקן בעט האט געארבעט צו פארשאפן די הלוואות, ווי אירע פיצלעך קינדער זענען געבליבן מיטן קראנקען טאטן אליינס אינדערהיים ווייל זי דארף ברענגען ברויט צו עסן, ווי זי וועט אהיימקומען א בעל חוב פאר די האלבע שטאט אן קיין לחם לאכול, וכו' דער איד הערט זיך אלעס צו, דערנאך ענטפערט ער פאר רב אזוי, איך הער אירע ווערטער, אבער להלכה איז די געלט מיינס, ווייל אין א עיר שרובה נכרים איז מען זיך מייאש, האט זי זיך שוין מייאש געווען פונעם געלט, איי רחמנות, האב איך ענדערש רחמנות אויף מיין פרוי און קינדער וואס דארפן אויך האבן פרנסה און נדן און קליידער וכו', דער קאוונער רב האט זיך צובייזערט, ''גיב שוין צוריק די געלט!'' האט ער געשריגן, דער איד האט געפאלגט, ער האט צוריק געגעבן דאס געלט.

דערנאך פרעגט דער איד דעם קאוונער רב, ילמדנו רבינו. אויב להלכה איז די געלט מיינס, פארוואס דארף איך רחמנות האבן מער אויף די פרעמדע פרוי ווי אויף מיין אייגענע?

די חכם איינער! האט זיך דער קאוונער רב צובייזערט, די געלט געהערט דאך נישט צו די פרוי, נאר צו איר מאן, ער האט דאך נישט געוואוסט אז זי האט עס פארלוירן, האט ער זיך בכלל נישט מייאש געווען דערפון, די פרוי ווידער, האט טאקע יא געוואוסט אז די געלט איז נעלם געווארן, אבער איז זי דען בעל הבית אויף די געלט זיך מייאש צו זיין? איז עס דען איר געלט אז זי זאל זיך קענען מייאש זיין דערפון.

האט דער חזון איז אויפגעהויבן (אפשר אראפגעלאזט...) די אויגן צו ר' יאנקעלע, ''איז דען די וועלט דיינס אז דו זאלסט זיך מייאש זיין?!!! די וועלט איז דעם רבש''ע, און ס'איז בכלל נישט אין דיין רשות זיך מייאש צו זיין פון איר...

אזוי ווי ר' יאנקעלע האט געהערט דעם פסק הלכה אז דער חזון איש לאזט זיך נישט מייאש זיין... איז ער אריין אין די כלים, ס'איז ידוע וויפיל ער האט געטון בכל כוחו ומרצו אין די ערשטע יארן ווען די מדינה האט אויסגע'שמד'ט אלפים ורבבות פונעם כלל ישראל, ווי ער איז ארומגעלאפן אין די קיבוצים, אין די פלעצער פון די נייע עולים, בשליחות פונעם חזון איש, און איינגעשריבן קינדער אין תלמודי תורה, ער האט מחזיר בתשובה געווען אידן לרבבות, נישט נאר פון די פרייע קרייזן, נאר אפילו ביינונז...
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג ינואר 30, 2014 4:19 pm

כל העולם כולו גשר צר מאד,והעיקר שלא לפחד כלל-אבער פארוואס ?

הודעהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג ינואר 27, 2014 6:23 pm

א געדאנק וואס איז אפיר געקימען לעצטענס,
געשריבען לחזק אותי ולחזק אחרים
קאמענטס אר אפרישיעיטעד.


שפאצירען זיך אינאיינעם
דער טאטע מיט זיין קליינעם
ביים וואסער, רואיג פין זארגען פריי
אריבער דעם טייך דא דערנעבען
מיין קינד איז מיין שטרעבען
אליינס אויפען בריק צום אנדערען זייט גיי

טאטע טאטע געב מיר צו פארשטיין
וואס פעלט מיר דא, פארוואס זאל איך גיין
נאכדערצו ווען דער בריק טוט זיך אזוי ווארפען
די ווינטען בלאזען גאר ווילד
אזא שמאלע וועג אוי ווי שרעקעדיג איז דאס בילד
טאטע פארוואס אריבער גיין דעם בריק טו איך דארפען

מיין טייער קינד אמת די וועג זעהט אויס מסוכן
וואס ליגט אויף די אנדערע זייט טו נאר קוקען
געבויט האב איך א פאלאץ פאר דיר הערליך רייך
כדאי אנצוקימען אהין אריבער גיין דעם טייך מיזט דו
אבער וויסען זאלסטו אז איגאנצען אליין נישט ביסטו
פין דא שטיי איך און וואך

דו מעגסט מיר געטרויען
דער וועג וועט דיר נאר בויען
געדענק דעם תחלית וואס כ'האב דיר געשיקט
האלט שטענדיג פאר די אויגען דיינע צילען
וועסטו קיין פחד שוין נישט פילען
און אזוי מיין קינד וועסטו אריבער גיין דעם בריק



דאס לעבען ווי א בריק טוט זיך וואקלען
כל העולם כולו גשר צר
ס'איז אבער אלעס ווי א פרוזדור צום טרקלין
אפי' פיל מאל זעהט עס אויס ווי א געפאר

טאקע א בריק וואס טוט באהעפטען
צום עולם הבא פין אלעם בעסטען
אבער פין ווי נעמט מען די קרעפטען
מיט די שווער'קייטען זיך צו פארמעסטען

נסיונות, זיי טוען שניידען
ווי ווינטען בייזע
וויאזוי קען מען פארמיידען
די פחד פין אזא רייזע

ס'ווייסט אבער יעדע איד
אז אפילו אין מצבים געפערליכע
פין אויבען אונזער בורא ער היט
ספעציעל אין זמנים שווערליכע

יעדע נסיון וואס פאר א מענטש מ'געט
אויב געדענקט מען דעם תפקיד קען מען זיין בטוח
עם נאר שטערקער מאכען עס וועט
מיט אמונה עט ער זיכער זיין מצליח

האלט זיך שטארק ס'לוינט זיך יעדע ברעקעל צער
חזק חזק און אזוי ונתחזק
אוי ווי גרויס וועט דאן זיין דיין שכר
ווייל דו האסט באוויזען צו אריבער גיין דעם בריק

אין זמנים שווער צו גרינג,
האלט זיך שטארק און גלייב,
אז די ישועה קימט שנעל און פלינק,
מיט א טענציל געב דיר א הייב!!!


---

מען דארף זיך לאזן מחזק זיין
פון גליון אור חדש
צוגעלייגטע
Capture1.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג פאברואר 04, 2014 10:31 am

אינעם 'חזק' פון די מעלות אויסגאבע דעם חודש, איז דא א גאר שיינע חיזוק ארטיקל פון די מחנך ב.צ. הירש, וואס איז איהם ל"ע געבוירן א מידזשעט (ננס).

דא האט איר אן אויסצוג.
צוגעלייגטע
IMG_1468 (2).jpg
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך פאברואר 12, 2014 11:38 am

געהערט היינט פון ר' מיילעכען עטליכע דברים מתוקים..

די גמרא זאגט עטליכע זאכן מן התורה מנין, אסתר מה"ת מנין שנאמר ואנכי הסתר אסתיר, די פסוק איז א לשון עתיד. די זעלבע ביי מרדכי און ביי משה. חוץ ביי המן מן התורה מנין שנאמר המן העץ אשר אכלתי.. לשון עבר, איך האב געזינדיגט. א יוד קוקט אויפן עתיד, און די עתיד וועט זיין גוט בעזר השם. א גוי קוקט אויפן עבר און קלאגט..דאס איז א חלק פונעם מחיית עמלק וואס מיר דארפן טוען..

וועגען דעם ויהי איז לשון צער, והיה איז לשון שמחה..משנכנס אדר מרבין בשמחה..

ר' העניך בשם די רבין פון לובלין..אמאליגע צייטען ווען מען פלעגט זיך סאך טענה'ן יודן מיט די גוים.. האט מען אמאל פארלאנגט די יודן זאלן ארויסשטעלן איינעם קעגן דעם בישאף און דאס וועט אנטשידן ווער איז גערעכט..האט מען געשטעלט א וויכוח צווישן א פשוטער איד און די בישאף, איז די יוד באויפטראגט געווארן צו פרעגן א שאלה. פרעגט ער וואס מיינט איני יודע? ענטפערט די בישוף איך ווייס נישט!. די עולם האט געהערט איך ווייס נישט האט מען איהם גלייך אריינגעווארפן אין פייער... פרעגט מען די יוד נאכדעם ווי איז דיר איינגעפאלן דאס? ענטפערט דער גאר פשוט'ער יוד: איך האב געלערנט רש"י מיט עברי טייטש, רש"י זאגט איני יודע.. קוק איך די טייטש, זעה איך ער זאגט ער ווייסט נישט, האבעך געטראכט אז ער ווייסט נישט וועט די בישאף אוודאי נישט וויסן...

האט ר' העניך גע'ענדיגט..וואס האט געראטעוועט כלל ישראל אין אלע צייטן: איך ווייס נישט און איך דארף נישט וויסן! אז די רבוש"ע טוט אזוי איז גוט..

--

פון הליכות החיים
צוגעלייגטע
Capture1.GIF
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 7:27 pm

א נסיון פון הימל

הערליך שיין און שטארק!!!
צוגעלייגטע
א נסיון פון הימל.pdf
(31.79 KiB) דאונלאודעד 150 מאל
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג מארטש 06, 2014 5:15 pm

.
צוגעלייגטע
Capture.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

תגובהדורך פלאטשיגער » דאנארשטאג מארטש 06, 2014 5:29 pm

געבליבן שטעקן אימיטן אן ארטיקל...

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג מארטש 07, 2014 8:17 am

לאשמה בה
ר"ת לקל אשר שבת מכל במעשים ביום השביעי
דורך שמירת שבת קען מען זוכה זיין צו מחילת עוונות
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » פרייטאג מארטש 07, 2014 9:48 am

פלאטשיגער האט געשריבן:געבליבן שטעקן אימיטן אן ארטיקל...


די סקענער מאכט פראבלעמען..
צוגעלייגטע
Capture.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך מארטש 12, 2014 11:18 am

,
צוגעלייגטע
Capture.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך מארטש 12, 2014 11:19 am

FINISH
צוגעלייגטע
Capture1.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך מארטש 12, 2014 6:29 pm

א הערליכע "נר הפטורה" אויף די הפטרה פון א תענית ציבור, דרשו ה' בהמצאו, איז ארויסגעקומען לכבוד "תענית אסתר תשע"ד"
יעצט אראפגענומען פון לדעת. עס איז מלא חיזוק און גוטע שטארקע זאכן כדרכו.

אייניגע קטעים וואס איז פאסיג אהער..

"אינ'ם ווייסן הויז געפונען זיך 'רואי פני המלך' וואס ארבייטן זיך נישט איבער און זיי געניסן פון הויפנס כבוד
המדומה. אויף דער אנדערע זייט זענען די קאַמפסגרייטע 'סיקרעט סערוויס' (שומרים) וואס
ארבייטן שווער אין אלע אומשטענדן אבער זייער אמת'ע ארבייט ווערט געטוהן אין געהיים און עס איז
זעלטן אז זיי זאלן באקומען כבוד דערפאר.

דער פרעזידענט יר"ה [ירום הודו] ווייסט די אמת, אז מ'וואלט באדארפט באלוינען אלע לייבוועכטער מיט
גרויסע מעדאלן פאר זייער געטריישאפט און מסירת נפש פאר'ן 'שלומה של מלכות'. אבער היות עס איז
'געזונטער' פאר אלעמען זיי צו לאזן ארבייטן אונטער די קוליסן, דעריבער זענען זיך די געטרייע עבדי המלך מחזק
אז אויב מ'האט זיי געקליבן אלס פ אסיג פאר די פאסטן איז א סימן אז זיי זענען ראוים לאותו איצטלא צו קענען
דערהייבן הויפענעס פון שוועריגקייטן און עס וועט נישט אוועקנעמען קיין 'כי הוא זה' פון זייער נאמנות.

מיר זענען נאמן בנאמנות שלימה צום מלך מלכי המלכים היודע כל מעשה בני אדם וכל
מחשבותם אפילו אויב ער האט פונקט אונז 'מכבד געוועהן' מיט שווערע נסיונות מבית ומחוץ
ברוחניות ובגשמיות ווייל דער גוזר ומקיים איז פארזיכערט איז מיר וועלן ערפילן אונזער תפקיד
בשלימות מיט 'פליענדיגע קאָלירן' "
צוגעלייגטע
Capture.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך מארטש 19, 2014 3:47 pm

,
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture1.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג אפריל 01, 2014 5:19 pm

daily dose of chizuk

viewtopic.php?f=3&t=22360


---

נר הפטרה
צוגעלייגטע
Capture.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

נר הפטורה

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:51 am

נאך אפאר גוטע זאכן וואס קען אריינבלאזן אביסל 'חיזוק באצילן' אין אונזערע הערצער...

איך האף די עולם וועט הנאה האבן..
צוגעלייגטע
Capture3.JPG
Capture1.JPG
נר הפטורה
Capture.JPG
חזקו ונתחזקה
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:52 am

א שאלה, שטארק הנאה געהאט.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט