חזקו ותחזקה! - חיזוק אין שווערע צייטן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

חזקו ותחזקה! - חיזוק אין שווערע צייטן

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2013 5:36 pm

צענטראלע חיזוק דעטעבעיס

שוין לאנג געטראכט צו עפענען אן אשכול פאר יודן וואס דארפן חיזוק, און ווער דארף דען נישט. למען האמת שווערע צייטן איז זייער א ברייטע טערמין, איינעם גייט נעבעך דורך א פארלוסט פון א נאנטע, וואס ביי איהם קוקט אויס אלע אנדערע שווערע צייטן ווי נארישקייטן, איינעם גייט דורך מיט א קינד רח"ל וכו' וכו'.

הצד השוה שבהן, מענטשען זוכן חיזוק, א גוט ווארט צו שטארקן די זעלע, א גלעט פון בטחון און אמונה, און וועלמער דא בעזר השם עפענען א פלאטפארמע, פון ווי מענטשען זאלען קענען נאשען פיינע זאכן.

איך בעהט די עולם זאל טוהן א חסד של אמת, און צולייגן כיד ה' הטובה עליהם. צו איז לינקען, צו איז עס אייגענע סחורה וואס פאלט איין. צו עס איז מאמרים וואס איז שוין ערשינען אויף אייוועלט.

ובזכות זה זאל די אייבערשטער אונז געבען נאר חסדים גלויים. אמן כן יהי רצון.



ידידינו הסעקרעטאר האט אהער געברענגט פיינע סחורה

viewtopic.php?f=3&t=21163&hilit=%D7%91%D7%A8%D7%99%D7%95%D7%95

-------

כדי שלא להשאיר הנייר חלק, וועלן איך דא אהערשטען צוויי גליונות וואס איז שוין ערשינען דא אויפן וועלטעל ביים גלויבער פרשה, איך האב עס געגעבן פאר א ידיד לעצטענס, און עס האט איהם גאר שטארק מעודד געווען.
צוגעלייגטע
chizuk.pdf
(86.76 KiB) דאונלאודעד 307 מאל
Eibshitz.pdf
(71.81 KiB) דאונלאודעד 225 מאל
לעצט פאראכטן דורך פריילאך אום דינסטאג נובעמבער 19, 2013 9:53 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

מנוחה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2013 9:01 pm

תגובהדורך מנוחה ושמחה » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2013 9:07 pm

דעם ארטיקל האב איך געלייענט פאר ראש השנה, עס איז מיר געווען א גרויס חיזוק, איך האב געקלערט אז עס זענען פארהאן אידן וואס קענען ניצן די מחשבה אין שווערע צייטן. דערפאר ברענג איך עס דא אראפ.
עס פרייטאג נאכמיטאג, דער זמן רוקט זיך נענטער, און פון שבת איז קיין שפיר נאכנישט דא. דער הויז איז אנגעווארפן און שמוציג, די בעטן זענען אנגעווארפן מיט בערג וועש, די קאך איז אנגעלייגט נאך פון מיטוואך, דער סינק איז פול מיט געשיר, טעפ, עסצייג, פארקלעבט פון אלע זייטן.
די מאמע דרייט זיך ארום, ווי א פארסאמטע מויז, נישט וויסנדיג ווי אנצוהייבן און ווי צו ענדיגן. דער קאפ פלאצט שוין, די קינדער דרייען זיך ארום אונטער די פוס, און מאכן נערוועז, זיי שלעפן שפילצייג ארום די גאנצע הויז, און מאכן אן א מושב.
נישט וויסנדיג ווי זיך אהין צו טוהן פון דער בהלה, האט די מאמע, א כאפ געטאהן די 3 קליינע, און זיך ארויסגעשארט פון שטוב, איבערלאזנדיג אלעס ווי אויף הפקר.
אין שטוב, איז איבער געבליבן די 2 גרויסע בחורים, וואס זענען נארוואס צוריק געקומען פון ישיבה, די צוויי האבן ביי זיך מחליט געוועהן, אז מ'קען נישט לאזן אלעס די מאמע טוהן, און זיי גייען מאכן א סופרייז.
אומר ועושה! זיי האבן זיך ארויפגעקאטשעט די ארבל, און זיך גענומען צו די עבודה, צאמגעלייגט די וועש, אויפגעוואשן די כלים, אויסגעליידיקט דעם סינק, אויפגעהויבן אלע שפילצייג, געקערט און גערוימט, אפגעוואשן אלע פלארס, אלע קאונטערס, איבערגעצויגן פרישע בעט געוואנט פון אויבן ביז אראפ, געלייגט ווייסע טישטיכער אויף די טישן, אפגעפוצט די זילבער, און געגרייט צום שבת'דיגן טיש, אויך א טשולנט מיט א קוגל איז געקאנטשעט געווארן, אין ביז נאך א דריי שעה, האט דער הויז געשמעקט פריש און זויבער, און די מאכלים האבן צוגעגעבן זייערס, גרייט מקבל צו זיין דעם שבת המלכה.
עס איז כמעט א שעה צום זמן, און די מאמע באווייזט זיך ביים טיהר, אפגעמוטשעט און אפגעסאפעט ביז גאר, און די צוויי בחורים ערווארטן א קנאקעדיגן קאמפלימענט, ווי עס פאסט. אבער עס איז נישט געקומען, נאר אנשטאט, האט די מאמע א שריי געטוהן: ''בחורים קומטס ביידע אהער די מינוט'' די בחורים קומען, און די מאמע פרעגט: איר זענט שוין געוועהן אין מקווה? ניין! ענטפערן זיי, האט די מאמע אויפגעהויבן א קול צו זיי: ''דאס האט עטס געטוהן אין ישיבה? פוילע שטריקעס וואס איר זענט! איך שעם זיך! מיינע בחורים, א שעה צום זמן, און זיי זענען נאכנישט געוועהן אין מקוה? אזא פנים האבן מיר!
איינע פון די בחורים האבן זיך דערוואגט, מרצה זיין די מאמע בשעת כעסה, זאגנדיג אבער מאמי! מיר האבן דיר דא אויפגערוימט דאס הויז מיט אלעם! מיר האבן דיר צוגעשטעלט א טשולנט! און מיר האבן דיר צאמגלייגט די וועש! און איבערגעצויגן בעטגעוואנט!
האט זיך די מאמע אויפגערעגט: ''א כפרה אייער ארבייט! מוחל טובות! אויב מיינע בחורים זענען נאכנישט געמקוה'ט א שעה פארן זמן, האב איך פון דעם גארנישט!
................................................
מיר האבן אין הימל, א העלפער, א רעטער, א באלעבער, וואס ער פירט אונז, און ער פאסט אויף אונז אויף, אז מיר זאלן קענען לעבן, און ער גיבט אונז כלים וואס העלפן אונז דורכמאכן די חיי יום יום.
אין דער וועלט, איז פארהאן פיל מיט מכשולות, קרענק און צרות אן א שיעור, ווען א מענטש טראכט נאר פון סיי וואס פאר א צרה, און שטעלט זיך פאר, ווען עס וואלט געשעהן פאר אים אליין, כאפט אים אן א ציטער אין אלע ביינער, עס קען קומען א צרה יעדער רגע ח''ו! און איבערדרייען זיין לעבן פאר אייביג! און עס קען קומען צוויי אדער דריי צרות אויפאמאל! און דער מענטש איז א פארטיגער! אבער עס איז דא אויבן אין הימל איינער, וואס מאכט שוין אלע חשבונות, און ער פירט דעם נברא, ווי מיט פארמאכטע אויגן, ער רוקט אים אין א זייט ווען עס קומט אונטער א גרוב, און ווען עס קומט א בארג, גיבט ער אים כח אריבערצוגיין, און ער מאכט זיכער אז, 'כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך, כי אני ה' רופאיך'.
און צו דעם אלעם, גיבט ער אונז נאך צו, די וויכטיגע כלים, וואס אן דעם איז אונזער לעבן האלב אזוי ווערד, ער גיבט אונז אויגן צו זעהן, א קאפ צו טראכטן, אויערן צו הערן, א נאז צו שמעקן, א מויל צו עסן און צו רעדן, הענט צו טוהן, און פיס צו גיין, און נאך און נאך, עד אין ערך.
און אז מ'קומט אן ראש השנה אין שול אריין, און מ'קוקט זיך אום אויף דער פארלאפענעם יאהר, און ב''ה עס איז אדורך אן קיין שום ספעציעלן דורכפאל, (און אפילו עס קען זיך דאכטן, אז דאס יאהר איז געוועהן פיל מיט צרות, ווייסן מיר אבער, אז עס איז אומבאשרייבליך, די טובה וואס ליגט באהאלטן אונטער דעם.) דארפן מיר צום אלעם ערשטן, זיך ארויסלאזן אין א פייערליכע טאנץ, חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, אז דער רבוש''ע האט אונז געשאנקען נאך א יאהר, מיט אלע פיטשיווקעס, און עס פעלט אונז ב''ה גארנישט, און אלעס איז אים צו פארדאנקען.
נאכדעם, אז מען האט שוין דאס געטאהן, קען מען אנהייבן צו מתפלל זיין, אויפן קומענדיגן יאהר, ברחמים, אז ער זאל אונז שענקען בטובו ובחסדו, נאך א יאהר לטובה. ווייל אויב טוט מען פארקערט, און מ'קומט אין שול, און מהייבט אן איינצורייסן, און זיך באקלאגן אויף די פארלאפענעם יאהר, אן צו געבן א שבח והודי', פאר די אזויפיל חסדים, וואס ער טוט, דאן האט מען אזא פנים, ווי די מאמע, פון וואס מיר האבן פריער גערעדט.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » פרייטאג נובעמבער 15, 2013 11:06 am

מנוחה, זייער שיין, עס ברענגט מנוחה ושמחה אין מיינע געדאנקען...

---

פון ר' אלימלך בידערמאן'ס אוצרות

צדיק וישר הוא. הקב"ה הוא ישר, ולמשל שאחד נסמך על השני הוא לא ילך כי אם ח"ו כן ילך אז יפול חבירו, ועל בן
אדם ישר אומרים שיכולים לסמוך, עליו, אז בוודאי אם נסמוך על ד' בוודאי הוא לא ילך כי אנו בוטחים בו.

הבוטח בד' חסד יסובבנו, אמר החפץ חיים זי"ע תרופה לקחת זהו אבקה מרה וכדי שיוכלו לקחת בפה שמים זאת
בקפסולה, שלא ירגישו זוהי היסורים אבל מסביב עושים שלא ירגישו וזהו "הבוטח בד' חסד יסובבנו" (תהלים לב, י).
עם אמונה ובטחון לא מרגישים.

ידוע שכ"ק אדמו"ר ה"חידושי הרי"ם" מגור זי"ע קבר את בניו, ואחר איזה לויה לא ראו עליו שום סימן של עצבות,
אמר לו הרבנית על פניך נראה כאילו קברת איזה תרנגול, לא נראה עליך שמשהו היה היום, ענה הרה"ק "צרות כתוב
מלמעלה מה יהיה, אבל ה"עגמת נפש" עושים לעצמם".
צוגעלייגטע
Picture1.png
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » פרייטאג נובעמבער 15, 2013 11:21 am


אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג נובעמבער 19, 2013 9:38 am

(דרך ארץ, האסט אויסגעלאזט די קאמפעטישאן אשכול...)

א פיינעם אשכול אויף אונזער וועלטעל. בין איך פון די "באשערט צו ליידן גרופע"
viewtopic.php?f=3&t=21245


א סייט פאר חיזוק אין ענגליש
http://www.divreichizuk.com/

סידיס אין עניני חיזוק ואמונה
http://www.koltorahonline.com/index.php ... ml/?artist
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2013 10:48 am

הפני מנחם היה אומר שאומרים העולם שחומש בראשית
הוא הגעפעלצטע פרשיות אבל פרשת וישב איז די גרעסטע
פראסט.

ה"חידושי הרי"ם" זי"ע אמר שבבראשית רבה {פד, ג} מובא
משל לאחד שהיה מהלך בדרך ראה כת של כלבים נתיירא
וישב לו ביניהם. כשאדם רואה שבא לו איזה צרה וצער, לא
ישים עיקר השתדלותו איך לברוח מהצרה ולבעוט בה, רק
צריך באותה צרה עצמה למצוא מקום לעצמו, 'נתיירא וישב
לו ביניהם', והיינו על ידי אמונה תמימה בלב שלם שהכל
מד' יתברך, על זה רומז המדרש.

יש ללמוד הרבה מפרשיות הללו. שפת אמת {תרל"ד} נראה
כי יוסף זכה ע"י המכירה שנתבזה מהשבטים ויפשיטו כו'.
וע"י שלא הרהר אחר השם ית' והאמין כי הכל לטובה. עי"ז
וינס ויצא החוצה. שהי' לו סיוע שיוכל לבזות עצמו עבור
רצון הבורא ית'. ויש ללמוד הרבה ממעשיות הללו שבתורה.
איך לקבל כל הנהגות השי"ת בשמחה ואהבה. כי הוא נורא
עלילה כו'. וענין מכירת יוסף נראה כי הי' לפלא בעיני
השבטים איך הבדיל יוסף עצמו ואחד עשר כוכבים כו' הלא
י"ב שבטי י"ה הם. ובאמת אין פתרון לדבר זה. אך השי"ת
מסבב מסיבות שנעשו ב' בניו שבטים מנשה ואפרים. ושבט
לוי נמנה בפ"ע. והכל הי' אז בלי פירוש.

איך שהקב"ה עושה טוב. מובא בכתב סופר ויהי איש מצליח
כתוב כמה פעמים בפרשה זו ענין שיוסף היה מוצלח.
הגמרא אין הקב"ה שורה אלא מתוך שמחה, ולכאורה
הקב"ה בכל מצב, כמו שכתוב אני אשכון את דכא וכו', וא"כ
בפרשה זו על יוסף שהוא עבר מצבים קשים כתוב המילה
מצליח, וא"כ לכאורה איזה הצלחה זו, אלא איפה שיוסף
הגיע אמר כל הזמן הכל מאתו יתברך איזה הצלחה הקב"ה
הביא אותנו לכאן, סימן שאני יצליח. ולכן היה הצליח.

הכל טוב. בתחילת הפרשה נראה כאילו עכשיו הכי גרוע
אבל לעוד כמה פרשיות שנראה שיוסף הוא המשביר, והכל
היה מתוכנן, ולמעשה אם נראה שיעקב אבינו ירד למצרים
ושלח לפניו להורות ונראה אז כי הכל טוב, ואז התחיל
הגלות מצרים, א"כ יש בתורה קר וכתיב צריכים לדעת
לקרות ולראות מה כתוב, ולהבין הנלמד שהכל מחושבן
ומדוקדק.
הרמח"ל כותב בדף תבונות {קמג} וז"ל זה בנה אב {מכירת
יוסף} שכל עילוי שרוצה הקב"ה לתת לאדם או לעולם, הנה
כל הטוב אינו מזדמן ובא אלא מתוך עומק עצה נסתרת. ועל
כן יקרה לו צער. והרי זה כנען שאמרו ז"ל שלוש מתנות
נתנה לישראל וכולן לא ניתנה אלא על ידי יסורין.

הכל מדוקדק בהשגחה פרטית. השבוע כתוב "וישאו עיניהם
וגו' וגמליהם נשאים נכאת וצרי ולט וגו'" )לז, כה(. פירש
רש"י לזה נזדמנו בשמים שלא יוזק מריח רע של עטרן ונפט.
ופירשו בעלי המוסר, ויש להבין וכי מעט יסורים עבר יוסף
עד הנה ולא חס הקב"ה עליו, וממעט ריח רע חס הקב"ה
עליו. אלא מכאן הוראה שאין הקב"ה מביא לאדם אפילו
אפס מעט יותר ממה שגזרה חכמתו הגדולה, והיות שנגזר
עליו יסורי הגוף ולא יסורי הנפש, הזמין לו בשמים שריחן טוב
ומחיה הנפש כדרשת חז"ל )ברכות מג:( איזהו דבר
שהנשמה נהנת ממנו זו ריח.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך נובעמבער 27, 2013 10:03 am

פארגענגענע וואך ביי א ניחום אבלים ל"ע, האב איך ארומגענישטערט אין די ספרים וואס גוטע יודן האבן צוגברענגט דארט לחזק הלבבבות הנשברות. (בנוסף צו די פילע הלכה ספרים וואס איז געווען בשפע). די פאלגענדע האבן מיר אויסגעזעהן גאר פיינע סחורה.

אולי וואלט געווען כדי מתעסקים זאל עס מיטלייגן מיט זייער באגאזש..

ילקוט הואיל יהודה
פון הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א
לע"נ בנו הב' יואל יהודה הלוי ע"ה

מדור א' - הגיון לב אמונת אומן להתחזק בכל עתות הצרה.
מדור ב' - נחמת לב החיוב על הקרובים להתחנם ולא להצטער.
מדור ג' - לב אבות. לקט בהיר ומקיף בענין בנים שנעדרו ל"ע בחיי אביהם ודברי חיזוק ע"ז.

ילקוט לקח טוב
פרקי אמונה ונחמה לחיזוק ועידוד
ע"י הר"ר ישראל יעקב הכהן בייפוס שליט"א

ז' פרקים
א - אמונה
ב - קבלת יסורים וצידוק הדין
ג - דברי תנחומים קצרים
ד - מכתבי תנחומים שנכתבו ע"י גדולי ישראל
ה - דברי חיזוק ונחמה
ו - מכבדו במותו - לימוד משניות ואמירת קדיש
ז - סיפורים
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 11:01 am

טייערע פנינים פון רבי אלימלך בידערמאן..

הסביבון (דריידעל) אתה יכול לסובב מה שאתה רוצה
לעשות כל מיני השתדלות לא יעזור לך איפה שזה יפול, אם
באות ג' או נ', אז השתדלות עושים אבל בלי עצבים, ואז
הקב"ה יחליט איפה.
וגם הסביבון אינו יציב רק אם מסובבים אותו מלמעלה, ואם
כן נזכור שאם לא מתפללים ומקשורים למעלה אז אם לא
ח"ו מקושרים אז נופלים.

והנה מתאמרא משמיה דהרה"ק ר' אליעזר זוסיא מסקולען
זי"ע שהלימוד מהסביבון הוא שאין לאדם להתייאש מן
הרחמים אף בשעה שהוא מסובב בצרות צרורות רחמנא
ליצלן,
ומה שמוטל עליו לעשות הוא "להסתובב" פנימה אל
ד', "זיך געבען איין דריי אריין צום באשעפער" ולחסות בצל
כנפיו, וממילא "דרייט מען זיך ארויס פון אלעמען" ויתבטלו
ויעלמו כל הצרות וההסתרות, כמו שהבית ישראל אמר כי
דור תהפוכות המה, דור של סיבובים, ועל כן עם אמונה
יכולים להיכנס חזרה לקוב"ה.

הרה"ק ר' מאיר'ל אמשינאווער זי"ע היה אומר צריכים שתי
שעונים אחד שכבר מאוחר והשני לדעת שאף פעם לא
מאוחר תסתובב בחזרה לד'. אין יאוש.

בספר דרש משה (מהגאון ר' משה פיינשטיין) על הסמיכות
מימרות דר' תנחום שחנוכה למעלה מכ' לא שלטה ביה
עינא והבור ריק אין בו מים אבל נחשים ועקרבים יש בו, כי
חנוכה היא אמונה ואם אין פותחים את העיניים לדעת
שהכל מאתו יתברך לא הבנת מה זה חנוכה א"כ להדליק
יותר מכ' אמה איפה שלא שלטא ביה עינא אם לא פתחת
את העיינים א"כ לא יצאת ידי חובה כי תעיין איך נראה אם
לא פותחים את העיינים אחי יוסף ראו שיוסף יוצא מהבור
של נחשים ועקרבים שלם ובריא והולכים למכור אותו תעיין
ותראה איזה ניסים קרה אתו ולא מתבוננים. זוהי הסמיכות.
אמונה בכל מצב. אברכה את ד' בכל עת, פירוש להודות לד'
בכל עת הן שלא נראה לך טוב, והן בעת שנראה לך טוב.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג נובעמבער 29, 2013 11:17 am

I once saw the following saying: "Instead of telling Hashem how big your problems are, tell your problems how big Hashem is."
www.divreichizuk.com/id95.html
בילד

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך דעצמבער 04, 2013 11:05 am

אויפן ענין פון פארגעסען פון די פארגאנגענהייט און קוקן נאר אויפן עתיד, האמיר געטראפן צוויי פערל'דיגע נקודות..
וועלמיר עס מעתיק זיין פאר אונזערע טייערע ידידים דא אויפן וועלטעל..

אצל הלב שמחה אחד נכנס שהמצב אבוד, אמר לו הלב
שמחה, רואים בפגישת יעקב ויוסף אחרי כ"ב שנים שלא ראו
אחד את השני לא שאלו איפה היית, כי מעבר לא מדברים,
רק מתחדשים הלאה.


ביים ניחום אבלים אויפן שרעקליכען פארלוסט פון מרת האגער עליה השלום האט מען פארציילט:
ווען די סקווערע רבי זצ"ל האט פארלוירן זיין טאכטער ע"ה א"ח בזיוור פון האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א האט די סקווערע רבי זצ"ל ספעציעל שטארק געטאנצן יענעם שמחת תורה, און פאר די רביצין האט עס אביסל געשטערט, האט די סקווערע רבי זצ"ל געזאגט:
"מען טאנצט נישט אויף וואס עס איז געווען, מען טאנצט אויף וואס עס וועט זיין"

(קרעדיט: גליון חזקו ונתחזקה-בחצר הקודש)
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך דעצמבער 04, 2013 11:47 am

באקומען אין אישי אן הוספה. ותשוחח"ל להמשלח.
צוגעלייגטע
׳ž׳¡' ׳‘׳§׳“׳•׳©׳” ׳©׳œ ׳ž׳¢׳œ׳”.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך דעצמבער 04, 2013 1:03 pm

ווער ווייסט פשט
פארוואס האט בועז מבשר געווען פאר רות אז זייער אייניקעל וועט זיין א בעל יסורים?
די לצרה בשעתה
מדרש רבה רות
ויאמר לה בועז לעת האכל גשי הלום רי יוחנן (נ"א יונתן) פתר בה שית שטין מדבר בדוד גשי הלום
קרובי למלכות ואין הלום אלא מלכות הה"ד (שמואל ב' ז') כי הביאותני עד הלום ואכלת מן הלחם זו
לחמה של מלכות וטבלת פתך בחומץ אלו היסורין שנאמר (תהלים ו') ה' אל באפך תוכיחני ותשב מצד
הקוצרים שנוצדה ממנו המלכות לשעה דאמר רב הונא כל אותן ששה חדשים שהיה דוד בורח מפני
אבשלום לא עלו מן המנין שהיה מתכפר לו בשעירה כהדיוט ויצבט לה קלי שחזרה לו מלכותו שנאמר
(תהלים כ') עתה ידעתי כי הושיע ה' משיחו ותאכל ותשבע ותותר אוכל בעולם הזה ואוכל לימות
המשיח ואוכל לעתיד לבא

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך דעצמבער 04, 2013 4:04 pm

גאר א חשובע אשכול!
עס איז א לימוד פאר יעדער איינער
ווייל ביי יעדער קען זיך מאכען שווערע צייטען ר"ל
און אויב מען איז איינעם מחזק
ווערט מען אליין נתחזק אויך
הה"ד חזק חזק ונתחזק
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך דעצמבער 11, 2013 10:26 am

הייסע ווארע אין די קאלטע טעג..

אין קושיות. ה"דרכי דוד" כשישב שבעה רח"ל על בנו ביאר
שכמו שאם אחד מוסר שיעור ובחור שואל קושיא שאינו
קושיא באמצע השיעור, ואז מובן שאם לא מבינים שואלים
קושיות אבל כשמבינים זה לא קשה בכלל, וכן נמי כשיש
קושיא למה הוא נפטר, ולמה הוא הלך בגיל צעיר, אתה
שואל קושיות כי אתה לא מבין וכשתגיע למעלה ותבין
למה, כבר לא יהיה שום קושיא, אז א"כ נפסיק לשאול
קושיות כי הכל בחשבון מדוקדק.

ויאמר אליהם יוסף אל תיראו כי התחת אלקים אני, ואתם
חשבתם עלי רעה אלוקים חשבה לטובה למען עשה כיום הזה
להחיות עם רב (נ, יט כ). בספר עשרה למאה, מבאר דברי -
יוסף שענה לאחיו התחת אלוקים אנכי, כי אחיו מכרו אותו
וחשבו לרעה והקב"ה חשבה לטובה, ואם יוסף ירצה לנקום
בהם אינו יכול, כי התחת אלוקים אני, כי רק הקב"ה יכול
לעשות שמרעה יצא טובה
, אבל אני בשר ודם ואם אעשה
רעה מי מבטיח שיצא טובה א"כ אינו מן המידה שאני ינקום.

אין אנו מבינים שום חשבון כמו שמובא על הפסוק "ובני דן
חושים" (מו, כג). שדן נכנס לקבל ברכות מאת יעקב נכנס
כשהוא שבור מה יש לו רק בן אחד, ואמר לו לישועתך
קויתי ד', ולבסוף אף ש"לדן היה רק בן אחד", חושים, מכל
מקום כתוב עליו בלשון רבים "ובני" מפני שמהבן האחד
הזה יצאו בנים הרבה, ושבטו של דן היה מרובה באוכלוסין,
כמובא במסכת בבת בתרא (קמג:) "ובני, דן חושים" שהיו
מרובין כחושים של קנה. וזהו אצל "דן" כתיב לישועתך
קויתי ד'.

"כי לא לנצח ישכח אביון תקות עניים תאבד לעד", לכאורה
אינו מובן תחילת הפסוק הקב"ה אמר לא תשכח אביון
ולבסוף אומר שעניים כן יאבדו, אלא הקב"ה אומר אני לא
ישכח את האביון לנצח, אבל התקוה של העני שמכאן או
מכאן יבוא הישועה זוהי תאבד לעד החשבונות שלו זוהי
האבידה הכי גדולה.


מבואר במשך חכמה בפרשת ויגש על הפסוק "ויוסף ישית
ידו על עיניך" וז"ל: יתכן כי אמר לו שבל יחקור בעיונו
ובעיניו השכלים על תכלית ומהות הענין שצריך לירד
למצרים ולעלות כי מה זה תכלית וסבה לאיזו שלמות.
שלאברהם אמר לילך לארץ כנען להשאר שם בארץ
המיוחדת לו אך לילך למצרים מה זה תכלית. אמר כי הענין
של יוסף ישית ידו על עיניך שזה הענין יעצום עיניך שבל
תחקור ובל תסתכל אחרי דרכי ההשגחה כי רמו
. כי מי מלל
זה אשר הצער של יוסף יהא לתכלית נרצה כזה שידור
במצרים ויהי לשליט ויפרסם דעות צודקות וכל הארץ יהיו
כפופים לו הלא זה הענין די לשום יד ולכסות השקפת עיניך
והבטת הבנתך המוחשת, וזה ע"ד צחות. עכ"ל. א"כ רואים
מכאן שלהפסיק לשאול קושיות ולחיות עם בורא כל
עולמים.

לבטוח בד', ולא בזולת. היו ב' גאוני עולם בירושלים, אחד
עני מרוד ואחד עשיר, ופעם אמר העשיר להעני, כאן הגיעו
ג' עשירים מבוכרה ודברתי אתם הם בל"נ מחר יביאו לך
כסף.
למחרת הוא שואל מה נשאר עם הכסף למה זה לא הגיע ?
ענה לו שאחד מהעשירים מת אתמול באופן פתאומי, והשני
חזר לבוכרה, והשלישי התחרט.
אמר על זה בדריך מליצה "אל תבטחו בנדיבים שאין לו
תשועה תצא רוחו ישוב לאדמתו ביום ההוא אבדו
עשתונתיו". אמר אסור לבטוח בנדיב, כי הראשון עשה
"תצא רוחו הוא מת", והשני "ישוב לאדמתו חזר לארצו" - -
והשלישי "אבדו עשתונותיו התחרט". –

להתחזק בנושאים של תפילה. הסבתות בירושלים היו
אומרים "בעט און בעט און בעט און לאז נישט נאך ער האט
גענוג". תבקש ותבקש ותבקש, אל תתרפה יש לו מספיק.
ועל כן לבקש ולבקש.

חזק חזק ונתחזק
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2013 2:05 pm

הפרשה מלאה בידיעת ד'. וידעתם כי אני ד', וידעו כי אני ד', למען תדע כי אני ד'. בעל היסוד העבודה זצ"ל. סגולה
לסיפור ליציאת מצרים כי על ידי זה מגיעים לאמונה. ר' לייבלה איגר זי"ע היה אומר שבליל הסדר שמים ביצה על
הקערה, וידוע כי אם התרנגולת יושבת ומחממת את הביצה יוצאת אפרוח, וכן נמי עם נשב ונחמם את סיפור יציאת
מצרים ונרבה בזה אז יצא אמונה, כי וידעתם כי אני ד'. זוהי התכלית של סיפור יציאת מצרים.
וזהו כתיב באורחות חיים להרא"ש שלא כתיב אנכי ד' אלוקיך אשר בראתי שמים וארץ, אלא כתיב אנכי ד' אלוקיך
אשר הוצאתיך מארץ מצרים, ובזה האופן צריכים לחיות. ומי שלא מאמין בהוצאתיך, לא מאמין באנכי גם.
כמו שאומר הרמב"ן בסוף פרשת בא וז"ל, ומן הנסים הגדולים המפורסמים אדם מודה בנסים הנסתרים שהם
יסוד התורה כלה, שאין לאדם חלק בתורת משה רבינו עד שנאמין בכל דברינו ומקרינו שכלם נסים אין בהם טבע
ומנהגו של עולם, בין ברבים בין ביחיד, אלא אם יעשה המצות יצליחנו שכרו, ואם יעבור עליהם יכריתנו ענשו, הכל
בגזרת עליון.

בזמר ברוך קל עליון אומרים "אשרי כל חוכי לתשלומי כפל מאת כל סוכה שוכן בערפל", הנה הביאור בזה הוא שידוע
ש"גנב משלם כפל" ולמה משלם כך כי הוא חושב ח"ו שאין עין רואה ועושה כאילו שאין הקב"ה מסתכל עליו ורואה
ועל כן משלם כפל, וידוע שמידה טובה מרובה, א"כ כשהמצב לא כל כך טוב, והכל הוא מפנה לקודש אבריך
הוא, בוודאי יקבל בחזרה הרבה יותר מכפל. ואם כן "אשרי כל חוכי" מאושר מי שמחכה לישועת ד' ומקבל כפל, למה,
כי כש"שוכן בערפל" כשזה לא הולך לו אז מאמין א"כ בוודאי מקבל כפל.

בוודאי לחזור על אמונה חייבים אז יודעים כי וידעתם כי אני ד'. הרה"ק בעל אהבת ישראל זי"ע כשחל ניטל שיחק עם ר'
דוד רוזנברג ז"ל משחק השחמט, והנה כל פעם כשר' דוד רק התחיל כבר ניצח, אמר ה"אהבת ישראל" ר' דוד לא
שאני לא יודע לשחק בגלל זה אני לא מצליח, רק למה באמת אתה מיד מצליח, כי אתה חוזר על זה ואני לא, הוי
אומר אתה משחק בהרבה אז אתה מנוסה בזה, אם חוזרים מצליחים, א"כ כך באמונה וביטחון ובכל דבר כדי להצליח
צריכים לחזור.

מי שלומד פרשיות של סיפור יציאת מצרים כאילו עבר עליו הגלות ב"שפת אמת" (תרמ"ח פרשת בא) מבאר הפסוק
"וידעתם כי אני ה'". פי' כמו שצריך להיות גלות קודם שזוכין ל"ידיעת ה' שהוא התורה "אכן על ידי הסיפור
ביציאת מצרים זוכין לתורה בלא יסורין בפועל ממש. וזהו שנעשה תורה מכל מעשה מצרים שכן הוא בחי' התורה
לעולם כדאיתא זאת התורה לעולה כו' כל העוסק בפרשת עולה חטאת כאילו הקריב. כן הוא בפרשיות סיפורי יציאת
מצרים שהעוסק בהם כאילו עבר עליו הגלות.

בדרשות הר"ן מבואר שמשה רבינו היה ערל שפתיים, ולמה כדי שלא יאמרו שזה שיצאו ממצרים הוא שמשה רבינו היה
בעל מספר ובעל לשון טוב ומושך בדרשותיו, ועל כן הוא הפך את דעת פרעה עד שהוא שכנע אותו שישלח את בני
ישראל, אלא הוא היה ערל שפתיים ולא היה נעים כל כך לשומעו, אלא הכל מונהג ומושגח מהבורא, וכשד' רוצה
שיצאו, כולם יוצאים והכל מאתו יתברך שמו. להאמין בהשגחה פרטית. הנה החפץ חיים זי"ע ביאר שמשה
רבינו היה ידו מצורעת כשלג והנה אך החזיר שבה ידו, ולמה כדי לרמזו שיבין לא החיקו זה עושה את הצרעת אלא
כשהקב"ה אומר שיתרפא הוא מתרפא. וזהו האמונה זוהי שורש היהדות. אומרים משל לאחד שהיה לו סכום גדול של
כסף בכיסו ונהיה לו חור, ונפל משם כל הכסף, והתלונן על החברה שהוציאה כאילו בגדים עם חורים. במקום שיבין כי
הוא היה צריך להפסיד כסף אז עשו לו חור בכיסו, יש לו טענות על החברה. כמו שאחד עבר את הכביש ורכב עבר
ופגע בו, אז לא להסתכל עברתי את הכביש ונהיה תאונה, אלא בגלל שהיה צריך להיות לי תאונה על כן עברתי את
הכביש.

חזקו ונתחזקה
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 2:17 pm

הערליך!!!

חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה. סיפר ר' נטע ציינווירט שראה את ר' נחום יאסער ז"ל מנקיי הדעת
שבירושלים, שפעם בתו היחידה היתה במצב קשה, והרופא אמר שזה מצב קשה, אז הוא הלך למקוה שבימי אבלות לא
יוכל ללכת והנה למד הלכות קבורה וכו' וכו', ואח"כ בדרך שכח את הסכין של קריעה וחזר לקחת זאת ועל הדרך אמר
לר' נטע ציינווירט שצריך להכין את עצמו לומר ברוך דין האמת א"כ אם אני חייב לברך על זה, התבוננתי שאמת הוא
שהכל מאבא בשמים א"כ אני כל כך בשמחה שהקב"ה מדבר ממני ומתעסק עמי, והתחיל לקפוץ משמחה מדברים
ממנו בשמים מתעסקים דייקא איתי, רק כשהגיעו לבית החולים היה צריך להתאפק כדי שאשתו לא תדע מה הולך
איתו ועל כן התאפק מלהראות את השמחה, והנה איך שהגיע לשם, בא אליו ד"ר וולך ואמר לו בתך היתה לוה
שינוי לטובה ויצאת מכלל סכנה, והנה היא העמידה דור שלם, ואמר ר' נחום, לר' נטע, אני באמת הייתי עכשיו צריך
לברך את דיין האמת בשמחה, והנה אם לא הייתי מקבל בשמחה אז היה קורה הדבר הכי גרוע, אבל היות וכבר
קבלתי בשמחה אז כבר מחלו לי על הכל. כל ההסתר כדי שלא יראה, אבל ברגע שהוא רואה זה כבר
לא הסתר.

-
אני הכבדתי את לבו מבאר ה"חתם סופר" זצ"ל שהסיבה של הכבדת הלב הוא צריך לגרום לא ללכת לפרעה, ולמה
אמר הקב"ה למשה ללכת, אלא הסיבה שאמר הקב"ה כי אני הכבדתי אם אני עשיתי אז אתה יכול ללכת כי הכל תלוי
בי.
-
ענין האמונה לדעת באמת ולהפנים בתוכינו שאבא בשמים עשה לנו רק טוב. אמר ר' מענדל פוטרפאסער ז"ל שהיה גוי
אחד שהלך בין שני הרים ומתח חבל מצד אחד של הר, לצד השני של ההר השני, והנה הגוי שאל לציבור שהסתכלו מה
שהוא עושה, האם הם מאמינים שהוא יכול ללכת על החוט ולא ליפול הם אמרו שהם לא מעוניינים להסתכל איך שהוא
נופל לתוך העמק ומתרסק לחלקי חלקים, אמר שהוא מתחיל ללכת, והנה ראו פלא הוא עבר בשלום ואח"כ חזר
על זה, ואז האמינו שהוא מסוגל אח"כ אמר אני אעלה לכאן עגלה ואני ילך עם זה בהתחלה לא האמינו בו, אבל כשהוא
עבר עם העגלה אז האמינו, ושאל האם מישהו רוצה ליכנס בתוך העגלה ואני אעביר אותו על החבל, ואף אחד לא
הסכים חוץ מאיזה ילדה קטנה והיא נכנסה ועברה, ושאלו מיהו הילדה שלא פיחדה, אז גילו שזה בתה של המעביר, אז
הבינו כולם אפילו שאומרים אני מאמין שאתה עובר אבל לבד אף אחד לא רוצה לנסות אבל בת יודעת שאביה לא
ח"ו יעשה לה רע, אז מאמינה ועוברת, ולכן אנו צריכים להחדיר בנו את האמונה בכל גופינו כדי שנרגיש על באמת
שאבינו שבשמים הוא עושה לנו רק טוב.

ר' מענדל שאל את הגוי איך הוא עושה את זה, אמר הגוי כשאני הולך למעלה אין עולם, לא לפני ולא לאחרי אני
מתמקד רק על הנקודה שאני הולך ואז אני לא נופל, ואמר ר' מענדל שבזה למדתי עם מתעמקים ומתמקדים רק בנקודה
הפנימית שהכל מאבא לא נופלים.

-
הרה"ק ר' אלימלך מליזענסק זי"ע היה אצל בעל אכסניא,
ושמע איך שהוא אומר לזוגתו עד מתי נאכל קאשע, בא
ונאכל לאקשין, פירושו קאשע מלשון קשיות במקום שיהיה
לנו קושיות על הנהגת השי"ת בוא ונאכל לא קשין, ששום
דבר לא קשה. ולהפסיק לשאול קשיות.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג ינואר 03, 2014 3:38 am

תחילה למקראי קודש זכר ליציאת מצרים
ס'איז דא א טייטש פון הייליגער ראפשיצער רב זי"ע
אז ווען איינער וויל אהנהייבען פריש צו דיענען דעם באשעפער
אבער ווען ער מאכט א חשבון ווי טיעף ער איז פארזינקען
וועט ער פארלוירען און טראכט אז עס איז צו שפעט פאר אים
זאל ער זיך דערמאנען אז כלל ישראל איז געווען פארזינקען אין די מ"ט שערי טומאה
און דאך האט השי"ת זיי גענומען צו זיך
תחילה למקראי קודש = אויב מען וויל אהנהייבען מיט די קדושה
זכר ליציאת מצרים = דארף מען זיך דערמאנען פון די מצב פון בני ישראל ביי יציאת מצרים
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » זונטאג ינואר 05, 2014 12:22 pm

רמב"ן פ' בא שטארקע חיזוק אין אמונה, ארפאגעלייגט מיט א טעם דורך ידידינו הרב געלעגער
viewtopic.php?f=3&t=21566&hilit=%D7%A8%D7%9E%D7%91+%D7%9F

-----
אמונה תמימה אן קיין שאלות
פרקי מחשבה – הרב עזריא-ל טויבער:
אפגעשריבן דורך ידידינו: פשוטער אידל

"די ערשטע זאך, דארפן מיר מסיח דעת זיין פון די מחשבות "צו וואס און פארוואס", אונז דארף מיר חזר'ן אז "אין עוד מלבדו", און אזוי שטייט "א-ל אמונה ואין עוול צדיק וישר הוא", דאס איז עצת היצר אריינצוווארפן דעם מענטש אין מחשבות פון טענות חלילה קעגן דעם בורא עולם.

נאר ווען דער מענטש בארואיגט זיך פון זייין שטורמישער גייסט קען זיך דער מענטש- צוביסלעך- מתבונן זיין

...די השקפה אין לעבן האב איך שוין יונק געווען פון מיינע עלטערן. מיר זענען דורך דעם שואה און זיי האבן פאר א רגע נישט אפגעלאזט זייער אמונה תמימה. דאס איז געווען א לעבן פון פעסטע אמונה און ה' ית' אן קיין חשבון און קיין שום ספיקות. איך וועל אביסל פארציילן פון די איבערלעבענישן וואס מיר זענען אדורך.

פאר'ן צוווייטן וועלט קריג האבן מיר געוואוינט אין פרעשבורג. איך בין דער בכור פון די משפחה, געבוירן פארן קריג. די נאציס האבן אייינגענומען אונזער מדינה אין 1940, און אנגעהויבן צו שוקן טראנספארטן קיין אוישוויץ.מיר האבן ווייטער געוואוינט אין טשעכאסלאווקיע ביז 1942. יענס יאר זענען מיר אנטלאפן קיין אונגארן, מיט די האפענונג אז דארט וועלן מיר געראטעוועט ווערן פון די שרעקליכע גזירות, אבער צו אונזער ווייטאג, אין יאר 1944 האבן די נאציס איינגענומען אונגארן. אין אט די דריי יאר זענען מיר געבוירן געווארן 3 ברידער, וואס אלע פון זיי לעבן ברוך ה', און זיי זענען תלמידי חכמים מופלגים (הרב יצחק צבי, הרב אבא חייא, והרב יחיא-ל). אין אונגארן האבן מיר געלעבט פארשטעלט ווי גוים.

מיט דעם אלעמען, איין פרייטאג צו נאכטס זענען מיר געכאפט געווארן, און די נאציס ימ"ש האבן אוועקגעפירט רוב פוןן אונז קיין אוישוויץ. מיין מאמע איז דעמאלס געווען אין די הויכע חדשים צו די געבארט פון מיין שוועסטער. ווען מענטשן האבן זיך געוואונדערט און איר געפרעגט "וויאזוי אין אזעלכע שווערע טעג, ווען דיין משפחה ווערט פארווארפן פון איין באהעלטענישט צום צווייטן ווי מייז, וויאזוי קענסטו יעצט משתדל זיין צו זוכה זיין אויף נאך קינדער?" זו פלעגט שטענדיג ענטפערן מיט איין ענטפער "מיר זענען אידן און מחויב צו טון וואס דער אייבישטער האט אונז געהייסן טון , און ה' יתברך וועט טון וואס ער וועט וועלן".

אזוי, מיט פשטות האט זו געלעבט די אמונה תמימה אין ה' יתברך, אוןיך אין צייטן פון צרות האט זו נישט געפרעגט קשיות און נישט גע'דאגה'ט וואס וועט זיין און פאסירן. זו האט ממשיך געווען צו פארברייטן איר איר משפחה. און טאקע מיין מאמע שתחי' לאוי"ט האט זוכה געווען צו זעהן די ישועה. זו האט זוכה געווען ניצול צו ווערן פון די נאצישע נעגל אין אוישוויץ, און צום גרויס פלא "דוקא דערפאר וואס זו איז דעווען אין אירע אומשטענדן". אויף די רייע צו די קרעמעטוריום'ס האט די רשע מענגעלע איר דערזעהן אין דעם מצב, און איר ארויסגערופן. דאס קינד איז פון זייערע עקספירמענטן אומגעקומען הי"ד אבער די מאמע איז געראטעוועט געווארן און זיך שפעטער פאראייניגט מיט די גאנצע משפחה".
עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז נישט די מאמע האט געבוירן דאס קינד, נאר דאס קינד האט געבוירן די מאמע!".

מיינע עלטערן פלעגן נישט קיין סאך רעדן וואס ס'איז אויף זיי אדורך. איך האב אבער געוואלט וויסן למען ידעו דור אחרון זייער פעלזן פעסטע השקפת החייים, אמאל האב איך געפרעגט מיין מאמע " מאמע, האסטו באמת געטראכט אז מיר גייען איבערבלייבן ביז נאכ'ן קריג, אז אינמיטן קריג האסטו נאך פארברייטערט אונזער משפחה ווען דו האסט געבוירן נאך 4 קינדער?" פון וואו האסטו געשעפט כוחות צו ברענגן קינדער אויף די וועלט אונטער'ן שאטן פון די נאצישע רוצחים?

מיין מאמע הצדקת האט מיר געענטפערט " מיר זענען אידן! אונז גלייב מיר אין תחיית המתים, קיין איין קינד ווערט נישט פארלוירן. דיין קינד, איז דיינס אויף אייביג!"
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » זונטאג ינואר 05, 2014 12:27 pm

מוראדיג! ממש געוואלדיג! אזא מדריגה! צום שטוינען!
שכוח פאר דאס אראפ ברענגען
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » זונטאג ינואר 05, 2014 1:22 pm

שטארקע רייד

ממש צוגעפאסט צום איצטיגן מצב
צוגעלייגטע
EMUNAH1.pdf
(117.71 KiB) דאונלאודעד 176 מאל
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » פרייטאג ינואר 10, 2014 11:24 am

א) געוואלדיגע יסודות ביי שרעקעדיגע טראגעדיעס, די ריכטיגע וועג אמאניציעל, וויאזוי די פרויען זאלן נישט פארלירן יעצט גלייכגעוויכט ווען די מאן איז נאך צען מינוט שפעט נישט אנגעקומען אהיים און הייבט נישט אויף דעם טעל. (!). און בכלליות וויאזוי צו הערן"נייעס" ווי א איד- א מאמין.

ב)פארוואס טוט דער רבש"ע דער אב הרחמן אזעלכע שוידערליכע מעשות שכנראה הוא מעשה אכזריות.

ג)"וואס וויל דער באשעפער פון אונז".

הערט עס, איר וועט נישט חרטה האבן. עספעשעלי די פרויען וועלן באקומען דערפון א שטוק חיות. געבט איבער.

718-906-6466
1
1
23#
ייש"כ פשוטער אידל


---
שבת שירה. יכולים ללמוד מניגון אמונה. כי ניגון אם נשיר בתנועה אחד כל הזמן לא יהיה ניגון ושיר, אלא כל שיר יש
לפחות או ב' תנועות או ג' ויותר, וזהו האמונה עליות וירידות זוהי אמונה. אבל אתה רוצה שהכל ילך לך חלק, זה
לא אמונה.

לדעת להיות בשמחה בכל מצב. האחים הקדושים ר' אלימלך ור' זושא שמו אותם פעם בכלא, ולא היה יכולים
לומר דבר שבקדושה כי באמצע היה כסא שדינו כבית הכסא, והיה בוכה ר' אלימלך מה יהיה, אמר רבי ר' זושא אם
הקב"ה עשה כן אז צריכים להיות בשמחה, והתחיל לרקוד, ולקח את אחיו להצטרף לריקוד, "אבא בשמים עשה ככה",
והנה השומר נכנס ורואה את הריקודים ושואל מה הרקידה הזאת, ענה רבי ר' זושא הבית כסא משמח אותנו, לקח
השומר וזרק את הבית כסא החוצה, אבל הלימוד ממעשה זה לשמח את עצמך ולראות את הטוב שבכל דבר איך
שאבינו בשמים נותן לנו כל טוב.

הבוטח בד' מאמין. כי השי"ת מזמין לו פרנסתו במקומו, ולא דווקא על ידי שיטרח להגיע לארץ רחוקה. וכמו שמסופר במדרש
(תנחומא, ויקרא ל, טו) אודות כהן שרצה לנדוד לחו"ל ולימד את אשתו לראות נגעים, וכך לימדה שאם ראית שער יבש,
זאת משום שיבש המעיין אליו השער מחובר, אמרה לו: ומה אם כל שער ושער ברא לו הקב"ה מעיין בפני עצמו,
שהוא שותה ממנו, אתה שאתה בן אדם, כמה שערות יש בך, ובניך מתפרנסים על ידיך, לא כל שכן שהקב"ה יזמין לך פרנסה,
לפיכך לא הניחתו לצאת לחוץ לארץ.
לארץ.

אבי אבות החטאים כשחסר אמונה. יש הרבה פעמים מדברים עם חבר ואומר כן אני מאמין אבל היות אבל... מי
שאומר "אבל" (אבער) אז הבעיה מרכזית הוא, אבל אנחנו ואבותינו חטאנו, מי שאומר אבל זוהי אבותינו אבי אבות
החטאים.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מוצ"ש ינואר 11, 2014 3:51 pm

אמאהל געהערט אז דער הייליגער סקולענער רבי זי"ע אין די רומעינישע תפיסה איז געוארען זעהר דערשלאגען
אבער ווען ער האט אהנגעהויבען דאווענען
איז אים איינגעפאלען א טייטש אין ברוך גוזר ומקיים
דער רבש"ע מאכט טאקע גזירות אויף א מענטש
אבער ער גיט אויך דעם כח הקיום דאס צו קענען ביישטיין
האט עס אים געגעבען דעם כח ווייטער אהנצוגיין מיט זיין הייליגע עבודה פון ראטעווען נשמות
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

גדול מרבן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 30, 2013 7:05 am

תגובהדורך גדול מרבן » מוצ"ש ינואר 11, 2014 4:07 pm

ס'שטייט שוין פון ר' פנחס'ל קאריצער
צוגעלייגטע
קאריץ.PNG
איך בין דער קלוגסטער מענטשט, ווער עס גלייבט נישט קען מיר פרעגן

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מוצ"ש ינואר 11, 2014 4:11 pm

אה פיין!
איך מיין אז עס איז אויך בעצם א מדרש
לכבי גזירות פון א מלך בשר ודם נישט צו צינדען ליכט
אבער מיין זכרון דערמאנט מיר נישט ווי דאס איז
אפשר אין מדרש תהילים ביי י' זוקף כפופים
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך ינואר 15, 2014 10:19 am

.
צוגעלייגטע
Capture1.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט