צענזערירטע תורה טעיפס

שיעור הקהלה;
כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

צענזערירטע תורה טעיפס

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך ינואר 02, 2013 7:54 pm

איך ווייס נישט פארוואס איך עפן דעם אשכול, אבער איך בין געפעררליך אויפגערעגט, און איך מוז עס ערגעץ אויסגעבן

איך הער אין קאר תורה טעיפס, יעצט למשל האלט איך אין מסכת חגיגה, פון הרב ר' שמואל דוד פריעדמאן שליט"א, ער - צווישן אנדערע מגי"ש - לערנען פאר אזוי געשמאק אז איך קען אפי' איגנארירן א פאן קאל אינמיטן דרייווען נאר ווייל "יעצט הער איך אים אויס".

עניוועי, איך פארשטיי אז מ'צענזערירט טעיפס וואס איז אפשר נישט גוט אויפן גאס, אויב ס'איז א דרשה בענין צניעות, או בענין מומר להכעיס וכדומה

אבער א ש"ס טעיפ, ווי א מגי"ש לערנט פאר גמרא רש"י און ווארפט צוזאם נאך אסאך רייכע ידיעות, באדערט מיך פארוואס שנייד מען דערפון, א בעל תאוה גייט נישט אויסהערן ש"ס כדאי צו דערנאשן אזעלכע רייכע ידיעות.

שוין, אויסגעגעבן מיין ווייטאג. יאלא לעבודה.

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מיטוואך ינואר 02, 2013 8:42 pm

אוי וויי ווער האט דיר אראפגעלאזט פונעם טרעדמיל??

גראדע פיל איך דיין ווייטאג :evil:
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3977
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך ינואר 02, 2013 11:16 pm

.....דער הייליגער אור החיים זאגט אויף א פלאץ גאר א שיין ווארט אויפן אויסדרוק פון לבן "יגר סהדותא" אז .... (דא קומט א פייף) ובלכתך בדרך טעיפ קאמפאני וויל אייך דער מאנען וכו'

ביי די טיים ער'ז פארטיג מיט די סעיניג האט שוין דער אור החיים לאנג געפארטיגט מיט'ן שיינעם ווארט.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4208
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מיטוואך ינואר 02, 2013 11:44 pm

קענסט קויפן די ארגינעלע ביי קש"י...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3781
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 10:15 am

כשר גערעכט. בד"א אין טייל ערטער האט מען אפילו געלערנט מיט בחורים גאנץ ש"ס (צ.ב.ש. אין וואלאזשין), ווייל מען האט געהאלטען אז תורה ברענגט נאר קדושה.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 2:16 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:כשר גערעכט. בד"א אין טייל ערטער האט מען אפילו געלערנט מיט בחורים גאנץ ש"ס (צ.ב.ש. אין וואלאזשין), ווייל מען האט געהאלטען אז תורה ברענגט נאר קדושה.

ועי' בעזר מקודש (להגה"ק מבוטשאטש) סי' כ"א, וואס האלט אזוי (און שרייבט אז דער מנהג איז גאר אזוי) מיט א פשטות, וכן כמדומ' איז דא א בריעף פון הגה"ק ב' חת"ס (אין ס' איגרות סופרים אפשר?) וואס שרייבט אזוי בפשטות [בענין פארוואס מען זאל נישט איבער טייטשן ש"ס אויף דייטש].

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מאנטאג ינואר 07, 2013 6:47 pm

ראחמיסטריווקא - סקווירא האט מען נישט געלערנט מיט בחורים גאנץ ש"ס

אוועטאר
yield
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » מאנטאג ינואר 07, 2013 7:33 pm

מיין רבי (נישט קיין חילוק וועלכע) האט אמאל פארהערט בחורים האט ער געפרעגט א שאלה פון גמרא וואס מ'לערנט נישט, האט דער בחור געזאגט א פאלשע פשט, האט די רבי געפרעגט ווער האט דיר געזאגט די פשט האט ער געזאגט אז די מגיד שיעור, האט ער געלאזט רופן די מגיד שיעור און געגעבן א פסוק היתכן די לערנסט פאלש פשט ווילסט נישט לערן נישט, אבער לערן נישט פאלש פשט.
yield the right of way

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג ינואר 07, 2013 8:12 pm

הסרפד האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:כשר גערעכט. בד"א אין טייל ערטער האט מען אפילו געלערנט מיט בחורים גאנץ ש"ס (צ.ב.ש. אין וואלאזשין), ווייל מען האט געהאלטען אז תורה ברענגט נאר קדושה.

ועי' בעזר מקודש (להגה"ק מבוטשאטש) סי' כ"א, וואס האלט אזוי (און שרייבט אז דער מנהג איז גאר אזוי) מיט א פשטות, וכן כמדומ' איז דא א בריעף פון הגה"ק ב' חת"ס (אין ס' איגרות סופרים אפשר?) וואס שרייבט אזוי בפשטות [בענין פארוואס מען זאל נישט איבער טייטשן ש"ס אויף דייטש].

געטראפן

אוועטאר
yield
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » מאנטאג ינואר 07, 2013 9:24 pm

מענין לענין קוקטס אריין דא אין שערי תשובה בשם שו"ת בית אפרים בענין קריאת מסכת ביצה און אויכט דא ודי בזה
yield the right of way

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » דינסטאג ינואר 08, 2013 3:54 am

הסרפד האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:כשר גערעכט. בד"א אין טייל ערטער האט מען אפילו געלערנט מיט בחורים גאנץ ש"ס (צ.ב.ש. אין וואלאזשין), ווייל מען האט געהאלטען אז תורה ברענגט נאר קדושה.

ועי' בעזר מקודש (להגה"ק מבוטשאטש) סי' כ"א, וואס האלט אזוי (און שרייבט אז דער מנהג איז גאר אזוי) מיט א פשטות, וכן כמדומ' איז דא א בריעף פון הגה"ק ב' חת"ס (אין ס' איגרות סופרים אפשר?) וואס שרייבט אזוי בפשטות [בענין פארוואס מען זאל נישט איבער טייטשן ש"ס אויף דייטש].

געטראפן

במחכ"ת, מכתב זה לא נכתב ע"י מרן החת"ס, אלא נשלחה אליו בתורת שאלה, יעו"ש. אגב, בנידון זה כתב שם הכותב הנכבד [ראה אודותיו שם בהערה ב'] בתו"ד, "מה יאמרו בגוים שאנחנו לומדים עם בחורים כתובות וקדושין ונדה, וכי נאמר להם צדיקים ילכו בם וכו' ובראתי עצה"ר בראתי תבלין וכו', הלא האומה"ע אינם מאמינים בזה כאמור". - ולא באתי אלא להעיר.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות


צוריק צו “שיעור הקרעטשמע - בית יאנאש”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט