ר' יהודה מודערן זצ"ל ומשפחת כהנא מסיגוט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 9:39 am

מרת חיה ראכיל מודרן ז"ל אשת מהר"י מודרן זצ"ל
צוגעלייגטע
CR.JPG

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 9:42 am

מצבת מרת ניסל בתו היחידה של הקונה"ס, ואשת הרה"צ ר' שמואל זנוויל כהנא ז"ל
צוגעלייגטע
N.JPG

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 9:49 am

מצבת הגה"צ ר' יהודה כהנא מסיגוט (בן הג"ר שמואל זנוויל כהנא), חתן המראה יחזקאל זי"ע.
צוגעלייגטע
J.JPG
J.JPG (62.47 KiB) געזעהן 3249 מאל

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 9:53 am

הג"ר מרדכי קאהן מסיגוט בן הרה"צ משה יהודה קאהן חתן מהר"י מודרן
צוגעלייגטע
M.JPG

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 9:56 am

מרת פיגא אלטא קאהן אשת ר' משה יהודה, בת מהר"י מודרן
צוגעלייגטע
FA.JPG

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 9:58 am

הרה"צ ר' שמואל זנוויל מסיגוט (בן ר' קלמן ממאקאווא), חתן הקונה"ס זי"ע. - נפטר בשנת תרי"ח, ונספד ע"י הייטב לב, והדרשה עשה רושם רב על כל השומעים, ועי"ז נתחממו אנשי סיגוט (שהיו רובם מחצרות אחרים) לקבל עליהם את הייטב לב לאב"ד סיגוט (כך מספר הרב גר"וו בספריו).
צוגעלייגטע
SZ.JPG
לעצט פאראכטן דורך ברוקלין אום מיטוואך נובעמבער 04, 2009 9:50 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 10:27 am

הערליך, יישר-כחכם.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 12:32 pm

מצבת הג"ר חיים כהנא בן הג"ר שמואל זנוויל חתן הקונה"ס (נפטר בשנת תרכ"ז).


ווי עס זעט אויס איז ער געווען מעסקני קהילות סיגוט.
איך וועל מעתיק זיין א בריוו וואס דער ייטב לב האט געשריבן צי עם, אין צי ר' משה ארי' פריינד. אין צים סוף איז מהר"י מודרן מוסיף עטליכע ווערטער. (קיק אין ספר פרי העץ החדש, כלפי מה דברים האמורים),

ב"ה יום א‘ בהר כ"ד למב"י תרכ"ד לפ"ק סיגוט
אל כבוד הרבני הנגיד מו"ה משה אריה פריינד נר"ו והרבני הנגיד מו"ה חיים כהנא נר"ו, החרדים אל דבר ה‘ ותורתו.

כבר מילתא אמורה בריסתקאי יום וא"ו עש"ק העבר, ועתה בא בידים שניות לבקש מהם לאשר אלופי הקהל שולחים כח הרשאה לידם ע"ד המלמדים. ע"כ אבקש לבל ימהרו לצאת משם עד אשר יגמרו מעשיהם בגלל הדבר הזה כפי אשר תשיג ידם לבקש מלפני המלך והשרים וכו‘... והמקום יהא בעזרם וזכות הרבים יהי‘ עמהם.
ואומר שלו‘ מנאי הכואב ונאנח מצערן של ישראל ומחכה לישועה
יקותיאל יהוד‘ ט"ב

מהר"י מודרן מוסיף על סוף מכתבו של הייטב לב וז"ל:

גם אני הנני אומר שלום לכבוד ידידיי האהובים הנ"ל. והנה בזו הרגע באתי מוועד הקהל והשגתי מכתב הרצוף פה, ובפני מכתב הפאללמאכט בפראטאקאל; רק התנו לבל לדבר שום דבר רק מעסק המלמדים כי רק על זה הוא פראטאקאלירט הפאללמאכט. וא-ל ש-די יתן לכם רחמים לפני אדונינו הקיר"ה להפיק ממנו חסד לכבוד התורה ולומדיה.
דברי הדוש"ת מצפה לבשורות טובות מפיכם נשמעות.
הצעיר יהודה בר"י מודרן זצ"ל 
צוגעלייגטע
CKK.JPG

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 10:20 am

מצבת הג"ר שלום כהנא בן ר' חיים (הנ"ל) בן ר' שמואל זנוויל חתן הקונה"ס.

אויף זיין מצבה שטייט "איש צדיק תמים היה בדורותיו".

ווי מ'קען זען, זיין טאטע האט געהייסען חיים אין זיין מאמע חיה.

אין ספר דברים ערבים (מונקאטש, תרס"ג, ח"ב דף קנט) שטייט אז ר' חיים (דער טאטע פין ר' שלום) האט נישט געהאט קיין קינדער, ער איז געפארען צי הרה"ק ר' מאירל מפרמישלאן, אין ער האט אריינגעשריבן אין זיין קוויטעל: חיים בת ניסל, אין זיין ווייב'ס נאמען: חיה בת וכו'. האט ר' מאירל געזאגט: חיים חיה - חיה חיים, דעס איז נישט קיין זכר אין נישט קיין נקיבה. אין ער האט מסביר געווען, אז זיין ווייב חיה הייסט נאך א זיידען וואס האט געהייסען חיים, (עס איז דא געוויסע מענטשען וואס טיען אזעלכע זאכען כדי צי קענען געבן א נאמען). ר' מאירל האט ציגעגעבן א נאמען שרה, אין אנגעווינטשען קינדער, וכן הוה.

(וצ"ע ווייל אויפען מצבה שטייט נישט שרה. אין ספר "סדר שנה האחרונה" (דף רעז) שטייט אויך די מעשה בשם הגה"ק המנחת אלעזר שסיפר בשם הגה"ק השם משלמה וואס האט געהערט די מעשה מר' קלמן כהנא, וואס איז דעלמאץ אויך געווען אין פרעמישלאן ציזאמען מיט זיין ברידער ר' חיים; אין דארט שטייט נישט אז ר' מאירל האט ציגעגבן א נאמען.)

אגב: קען זיין אז דוקא דא איז געווען א פראבלעם, וויל ער האט געהייסן חיים, אין זי חיה וואס איז געקימען פין חיים. אין דאס איז געווען כוונת ר' מאיר'ל, אבער סתם אזוי מיז נישט זיין א פראבלעם (עי' בסדר שנה האחרונה שם, וואס ער איז מפלפל אין דעם).
צוגעלייגטע
skk.JPG
לעצט פאראכטן דורך ברוקלין אום מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21982
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג נובעמבער 08, 2009 9:02 am

ווער איז דער יחזקאל שרגא ב"ר נחמן כהנא מצפת רב בעוו. יו עדיוקעישאנעל סענטער, ברוקלין נ.י., דער מחבר פון: נאציאנאל רעליגיעזע ווארט נדפס בשנת תרצ"ה בניו יארק?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » זונטאג נובעמבער 08, 2009 10:48 am

ר' יחזקאל שרגא פין ניו יארק בן ר' נחמן פין צפת, איז געווען א זין פין ר' ברוך דוב כהנא שעלה לאר"י בשנת תרכ"ז. ר' ברוך דוב איז געווען מיליד 'ווישניצא', ער האט קודם געוואוינט אין צאנז, אין איז געווען א שטארקע צאנזער חסיד. ער האט אויפגעשטעלט א צאנזער ביהמ"ד אין צפת. - זיין זין ר' נחמן איז געווען די ראש הכולל גלציה אין צפת. ווי עס זעט אויס, איז ער געווען א שינאווער חסיד ("יחזקאל שרגא").

ר' יחזקאל שרגא פין ניו יארק האט געהאט א זין מאיר כהנא ע"ה, וואס האט געגרינדערט די כך פארטיי.

ביי די משפחת כהנא וויקפדיה שטייט אז מאיר כהנא איז אויך געווען א כהנא אייניקעל (עס שטייט נישט דארט אויב ער איז געווען קונה"ס אייניקל. - לכאורה נישט, ווייל עס וועט זיין א חידוש פאר א קונה"ס אייניקעל צי וואוינען אין פולין - גאלציע, אין יענע יארן).
לעצט פאראכטן דורך ברוקלין אום מיטוואך נובעמבער 18, 2009 10:16 am, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » זונטאג נובעמבער 08, 2009 10:56 am

ר' ברוך דוב כהנא האט אויך מחבר געווען א ספר 'חיבת הארץ', ליקוט מגודל מעלת ארץ ישראל וכו'. ער שרייבט אין די הקדמה אז די גאנצע יושב א"י איז נאר ע"י שמירת תומ"צ.

די ספר האט א ווארעמע הסכמה פין הייליגען שינאוואר רב זי"ע, עס איז כדאי צי זעען.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=7158&st=&pgnum=4

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג נובעמבער 17, 2009 3:39 pm

כהנא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:א מורא'דיגען יישר-כח הרב כהנא פאר די תולדות וסדר היו"ח, הני 'כהנא' שלוחי דידן ושלוחי דרחמנא, ישלם ה' פעלכם לטובה.

איין שאלה אויף דערווייל:
3) בתו (של ר' נחמן היתה) מרת ניסל אשת הג"ר יעקב רוזענבערג מסיגוט ז"ל נפטר בשנת תרמ"ד ומנו"כ בטבריה

עס שיינט מיר פון די נעמען אז דאס איז פון די סיגוט-וויזניצער ראזענבערג משפחה (ר' עביר ז"ל צוואת אב"א) איז דער יעקב ארויף אויף אר"י, אז די פרוי ליגט דארט?


ישר כח.

יא, ר' יהודה אברהם עביר ראזענבערג הנקרא ר' יודל עביר (מגדולי חסידי וויזניץ, ת"ח, חסיד, ובעל מכניס אורחים מפורסם) איז געווען א זין פין דעם ר' יעקב.

ר' יעקב נפטר בטברי' ושם מנו"כ. וועגען זיין פרוי ווייס איך נישט.

חתנו של ר' יודל עביר היה החסיד ר' אפרים פישל ב"ר משה ישראל פעלדמאן.

גם רא"פ היה ת"ח ואיש מורם מעם. הגאון הבית שלמה כותב על ר' אפרים פישל בהיותו בן ל"א: הרבני המופלג בתורה וחסידות ויראת ה' היא אוצרו איש חמודות החכם והשלום. נפטר תרס"ה

בנו של ר' אפרים פישל היה הרה"צ ר' משה ישראל פעלדמאן אב"ד דרגמירעשט


הרב מברוקלין אדער הרב כהנא,
איינער פון אייך האט אפשר מער אינפארמאציע איבער ר' יודל עביר ומשפחתו? למשל א בילד פון זיין מציבה אין סיגוט (?) אויסער זיין איידעם ר' פישל פעלדמאן און זיין זוהן ר' אברהם ברוך האט ער געהאט נאך גינדער?

פון ר' אברהם ברוך טרעף איך צוויי קינדער; 1) ר' שאול ארי' ראזענבערג און 2) ר' יעקב נפתלי הערץ רז"ב, ווייסט איינער פון נאך קינדער?

אין וויזניץ איז נאך היינט דא אסאך ראזענבערגס פון די משפחה, עס איז דא א ר' חיים ארי' ראזענבערג און נאך, אפשר קען איינער מאכען סדר?

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דינסטאג נובעמבער 17, 2009 8:25 pm

בספר מרמרוש ברענגט ער: ר' מאיר שלום ראזענבערג מצאצאי ר יודל עביר (לכאורה אן אייניקעל). עלה לאר"י והתיישב בשיכון וויזניץ. תרם הרבה מכספו להקמת ביהכ"נ, בנין הישיבה, גמ"ח. נפטר כסלו תשמ"א.

איך וועל נאך זיכען...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 18, 2009 9:59 am

יישר-כחכם הרב מברוקלין

כהנא
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 2:45 pm

תגובהדורך כהנא » פרייטאג נובעמבער 20, 2009 10:51 am

הרב מילער, דא זע איך נאך אן אייניקעל פין ר' יודל עביר: ר' שאול לייב רז"ב, רה"ק בבעטלאן, חתנו של ר' דוד מבעטלאן. (המאור וזכרון בספר, ח"ב דף תקכב)

דעס איז אפשר די זעלבע ר' שאול ארי' וואס די רעכענסט שוין אויס?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג נובעמבער 20, 2009 10:57 am

קען זיין לא יודע, איך זיך צו וויסען וויאזוי ר' חיים ארי' ראזענבערג מגרויסווארדיין קומט אן צו ר' יהודא עביר

כהנא
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 2:45 pm

תגובהדורך כהנא » פרייטאג נובעמבער 20, 2009 10:59 am

אין ספר נזר החיים דף י, רעכענט ער אויס ר' בערל הערש בריטאוויץ אן אייניקעל פין ר' יודל עביר.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דינסטאג ינואר 12, 2010 9:17 am

הרב מילער, איך האב נעכטען געזען אין לייברערי א ביכל מיטן נאמען 'תולדות אברהם' (תשנ"ד), דארט שטייט באריכות די צאצאי ר' אברהם עביר רז"ב. די # פין מו"ל איז 718-438-8227

צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:54 pm

תגובהדורך צעיר באלפי ישראל » דינסטאג ינואר 12, 2010 9:33 am

אל הרב מילער [המהנה אותי בסגנונו ובכתיבתו המשובחת]

לפני כב' שנים י"ל ספר גדול מכל צאצאי משפחת רוזנברג על כל שבטיהם וצאצאיהם עד היום הזה, אך לדאבוני איני זוכר את שם הספר.

שם תוכל לרוות את צמאונך בפרטי היחוס

אם כי גם אני נמנה על משפחתם לא קניתי את הספר מחמת מחירו הגבוה 50 דאלער, שהיה בצדק לפי ההשקעה והמחקר והחיפוש שהשקיע בזה באופן נפלא

*
אגב בנוגע הספר צואת אבא יש לציין כי נדפס לאחרונה מחדש ע"י נכדיו, ושם בספר זה אפשר לראות מה נקרא " חסידישער איד" מדור הקודם עם הנהגות מפורטות בכל שטחי החיים, וגם אפשר לקבל מושג על אופני החיים בימים ההם, עיי"ש.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 12, 2010 2:43 pm

א"כ הרב הצעיר באלפי (תודה על הקאמפלימענט)

האם יוכל להיות שכבודו וכבוד הרב מברוקלין מדברים אודות אותו הספר 'תולדות אברהם'?

צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:54 pm

תגובהדורך צעיר באלפי ישראל » דינסטאג ינואר 12, 2010 5:03 pm

לא
כי הספר שאני מדבר ממנו י"ל לפני כב' או ג' שנים, ולא מוקדם מאז.

תנסה לברר בקרית יואל אצל נכדי משפ' רוזנברג.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

כהנא

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג מאי 30, 2010 5:22 pm

יצחק שמעון פעדער, אין משפחות רבנים אין אונגארן, ח"א עמוד קנא-קנב האט געשריבן:.
צוגעלייגטע
Apahida1.jpg
Apahida2.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מאי 30, 2010 5:34 pm

כהנא האט געשריבן:הגאון ר' יהודה כהנא הקונטרס הספיקות (בן הגה"ק ר' יוסף ומרת ניסל) הניח אחריו שש בנים ובת אחת ואלו הם:
(אעתיק ג-ד דורות. - רוב הדורות לקחנו מספר "קול תודה" שנכתבו ע"י החוקר-הדורות המפורסם ר' בעריש וועבער, וכן איזה דברים מספר פרי העץ מהדורה חדשה)

בניו

ד) הג"ר ר' לייבוש ממונקאטש בן הקונה"ס

1) בנו הג"ר יצחק אייזיק, אשתו מרת חוה היתה בת הגה"ק המראה יחזקאל (ר' יצחק אייזיק נפטר בדמי ימיו, ואשתו מרת חוה נשא שנית את ר' יוסף לייב כהנא הנ"ל)


אינעם פארום זכור ימות עולם איז פארגעגאנגען דער פאלגענדער שמועס:
מיללער האט געשריבן:
אברהם שלמה האט געשריבן:.
זייערע אינטערעסאנטע מציבות


טאקע אינטערעסאנט, א דאנק אייך אברהם שלמה פארן לינק.


דא האבן זיי א מציבה פון א מאן און ווייב אין קלוזענבורג, ראמעניע עס שיינט פון א גדול בישראל, עס איז מיר שווער אויסצולייענען דעם שריפט, עס דאכט מיר אז עס שטייט 'ר' ארי' לייבוש כהנא ב"ר יצחק אייזיק' ווייסט איינער פון וועם די רעדע איז?
זוכענדיג אויף היברו-בוקס האב איך געטראפן אין די פרענומעראנטן פונעם ספר 'בינת יששכר' אינעם שטאט קלויזענבורג 'הה"ג ר' ארי' לייבוש כהנא אב"ד אפאהידא" דאס איז דער, ווייל אויף די ווייב'ס מציבה שטייט טאקע אז איר מאן איז געווען רב אין אפאהידא, ווי איז דאס און ווער איז דאס?


ביקסאד האט געשריבן:
רבי שמואל זאנוויל הכהן שווארץ, בספרו פונעם לעצטן חורבן עמוד ג האט געשריבן:מיר האבן געוואוינט אין א ישוב "אפאהידא" וואס געפונט זיך ארום פופצן קילאמעטער פון קלויזענבורג, מיין פאטער הרה"ג מוה"ר פנחס זעליג הכהן שווארץ זצ"ל הי"ד איז געווען רב דארט, ער האט איבער גענומען די פאסטן פון ש"ב הרהגה"צ ר' אריה לייביש כהנא זצ"ל וואס ער איז געווען א אייניקל פון מראה יחזקאל, אין תר"פ, ווייל ער האט זיך אריין געצויגן אין קלויזענבורג און ער איז דארט געווארן רבי מען האט אים גערופן "אפאהידא רבי".


עס שטעלט זיך ארויס אז די רעדע איז פון ר' ארי' לייבוש כהנא אב"ד אפאהידא ובסו"ח בקלויזענבורג ושם מנו"כ, ב"ר יצחק אייזיק בן הקונטרס הספיקות, ר' יצחק אייזיק היה חתן המראה יחזקאל כנ"ל.

תמונות המציבות בקל"ב
צוגעלייגטע
untitled.JPG

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מאי 30, 2010 5:41 pm

בייגעלייגט איז קורצע שטריכען לתולדות הרב מאפאהידא הנ"ל ושני בניו, מקונטרס בית צדיק שבספר שערי ציון.
צוגעלייגטע
hebrewbooks_org_41562_69.jpg
hebrewbooks_org_41562_70.jpg


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א חסיד און 10 געסט