רבי שלמה זלמן עהרנרייך זצ"ל-הי"ד ה'לחם שלמה' משאמלויא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

רבי שלמה זלמן עהרנרייך זצ"ל-הי"ד ה'לחם שלמה' משאמלויא

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 15, 2009 10:48 am

ר' שלמה זלמן איז געווען דער עלטסטער קינד פון ר' יעקב עהרנרייך חתן הקול ארי' ממאדע און אזוי ארום געווען דער עלטסטער אייניקל פונעם קול ארי'.
כשהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם אין ליסקא ווי ער איז געזעסן עה"ת ועל העבודה ביז ווען ער איז אויפגענומען געווארן אלס דער ערשטער רב אינעם שטעטל שאמלויא אין אונגארן.

דער שימלויער רב איז געווען באקאנט אלס א גאון עולם וספריו מתבדרין בבי מדרשא, צווישן זיי די ספרי 'אבן שלמה' עה"ת, שו"ת לחם שלמה, טיול בפרדס, פי' על ספר הראב"ן ועוד.

ביי די מלחמה איז ער אומגעקומען עקד"ה.

תמונת קדשו בצעירותו
צוגעלייגטע
Who.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 15, 2009 4:06 pm

אינטערעסאנט אז דער פאטער פונעם שימלויער רב ר' יעקב עהרנרייך חתן הקול ארי' איז געקומען אהער קיין אמעריקא פאר די קריג אנטלויפענדיג פון א מסירה איבער אים, ומנו"כ פה בניו יארק.

ווייסט איינער מער פרטים איבר מנוחת כבודו פון ר' יעקב עהרנרייך און פון דעם עפיזאד פארוואס ער האט געברויכט אנטלויפען?

און דאס איז א בילד פונעם שימלויער רב בזקנותו
צוגעלייגטע
Shimlou.jpg
Shimlou.jpg (16.71 KiB) געזעהן 4806 מאל

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך יולי 15, 2009 4:12 pm

זיין פאטער ליגט אין בארא פארק אין די ביה,ח אויף פארט העמילטאן.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך יולי 15, 2009 4:13 pm

ער האט זיך פארטשעפעט מיט איינעם וואס האט עם פארמאסערט האט ער געמוזט אנטלויפן, ער האט זייער נישט גוט אפגעשניטן מיטן קומען קיין אמעריקא, צוויי טעכטער זענען אים ציגרינד געגאנגען דא, און זיינע צוויי זון (דער שימלויער רב, און דער אלף למטה מאדער רב) זענען געווען זייער בקפידא אויפן פאטער פארוואס ער איז געפארן קיין אמעריקא, ואכמ"ל
אין דער 'די צייטונג' לעצטע וואך איז געווען א בילד פון הר"ר אליעזר עהרנרייך מאדער רב שליט"א איז מתפלל אויף זיין ציון און א בילד פון די מצבה

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 15, 2009 4:52 pm

די תולדות פונעם שאמלויער רב איז געדרוקט באריכות בריש ספרו אבן שלמה עה"ת ח"א, איך זעה דארט אן אינטערעסאנטער פרט, אז ער האט צוויי מאל באזוכט ארץ ישראל, איינמאל בשנת תר"ץ און תרצ"ה.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך יולי 15, 2009 5:22 pm

געהערט פון א שימלויער אייניקל
דער שימלויער רב האט אמאל געהאט עפעס א דו"ד בנוגע ממנה זיין זון אלס שוחט מיט מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע (כוויל בקפידא נישט מאריך זיין בפרטי הסיפור) דער שימלויער רב האט זיך דאן אויסגעדרוקט 'נאך פאר ער איז געבוירן געווארן האב איך שוין געקאנט בבלי ירושלמי בע"פ' (ד"ה פאר שנת תרמ"ז שנת לידת מרן זי"ע) רעכן אויס ווי אלט ער איז דאן געווען, ווען בשעת הריגתו עקה"ש בשנת תש"ד איז ער געווען א בן שמונים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 15, 2009 5:32 pm

ווער זענען געווען די קינדער פונעם שימלויער רב?

איך זעה איין זוהן ר' יהושע עהרנרייך וועלכער איז קודם געווען מו"ץ אין מעדיעש און שפעטער האט ער ממלא מקום געווען זיין פאטער כאשר עלה הכורת, ווי האט דער זוהן געוואונט נאך די קריג?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך יולי 15, 2009 5:51 pm

געהאט האט ער אסאך קינדער, צווישן זיי הגה"צ ר' משה יודא אבד"ק שארמאשאג (חתנו הוא הגה"צ ר' נתן יוסף מייזעלס זצ"ל ולהבל"ח הגה"צ ר' מענדל שנעבאלג אבד"ק מאנטשעסטער (בזיוו"ר) און האט א זון לאויש"ט אין בארא פארק), וגם הגה"ק מקראסנא זצ"ל היה חתן הגה"ק משימלוי בזיוו"ר.
הגה"צ ר' אשר אנשיל כ"ץ אבד"ק סערדעהעלי אביו של הגה"צ ר' יושע כ"ץ אבד"ק סאמבעטהעל היה חתן הגה"ק משימלוי
דער זון ר' יהושע, האט געוואוינט אין א"י נאכן קריג זיינע קינדער זענען הגה"צ ר' מרדכי, ר' חיים צבי, ולהבל"ח ר' יעקב ז"ל (וועלכע איז אקארשט נפטר געווארן)
דער שימלויער רב האט אויך געהאט א זון ר' חיים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 16, 2009 12:09 am

יישר-כחך ר' יהי' כן פאר די פרטים, און וואס טוט זיך טאקע מיט די קינדער פון ר' יעקב, אויסער דעם שימלויער רב און ר' חיים צבי ממאדע, האט ער געהאט נאך קינדער (אויסער די טעכטער שיצאו מה שיצאו)?

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג יולי 16, 2009 12:12 am

יאסל האט געשריבן:זיין פאטער ליגט אין בארא פארק אין די ביה,ח אויף פארט העמילטאן.


לענ"ד האט איר א טעות. ער ליגט (אזוי געדענק איך) אינעם ביה"ח אויף 18טע עוועניו, און נישט אויף פארט העמילטאן.
לחיים ולברכה!

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג יולי 16, 2009 12:39 am

מיללער האט געשריבן:יישר-כחך ר' יהי' כן פאר די פרטים, און וואס טוט זיך טאקע מיט די קינדער פון ר' יעקב, אויסער דעם שימלויער רב און ר' חיים צבי ממאדע, האט ער געהאט נאך קינדער (אויסער די טעכטער שיצאו מה שיצאו)?

נישט באקאנט ער זאל האבן נאך קינדער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' חיים יהודה ערהרענרייך מסאבראנץ

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 16, 2009 11:16 am

מוצא שפתי אשמור

מיללער האט געשריבן:כ'האב עס געלייענט דאס איז פון די זעלבע סעריע פון די 'תיקון עולם' און ר' מאיר סעמניצער סומטאכע, איך האב נאר געוואלט וויסען צו דער ר' חיים יהודה עהרענרייך איז פון שאמלויער רב'ס משפחה (אפשר באלאנגט עס טאקע אין שו"ת בעניני יוחסין ורבנים, איך וועל עס טאקע אהינקאפירען אויך).


איינער ווייסט מער פרטים איבער ר' חיים יהודה עהרענרייך מדעווא עורך ירחון 'אוצר החיים' ומחבר הרבה ספרים?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג יולי 16, 2009 11:27 am

ער איז געווען א ווייטער קאזין מיט שימלויער רב, די 'עהרנרייך' משפחה איז אן אלטע משפחה, וואס האבן געהייסן 'רייך' צוליב א מעשה ואס דער קיסר פון עסטרייך (אזוי מיינעך, אדער אן נדערע מדינה) איז נתפעל געווארן פון א נסיון אין שמירת שבת וואס דער ראש המשפחה איז בייגעשטאנען (בנוגע דעם קיסר'ס ענינים) האט ער עם באפוילן ער זאל זיך צוגעבן די נאמען 'עהרען' צו זיין נאמען, און ער זאלזעך רופן 'עהרנרייך' כך שמעתי משימלויער אייניקל שיחי'

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג יולי 16, 2009 11:35 am

איצט נאגגעקוקט, די מעשה האט פאסירט מיט ר' משה צבי רייך מרישא, אבי ר' חיים יהודה מסאבראנץ, אבי רבי יעקב חתנו של הקול אריה, אבי רבי שלמה זלמן משימלוי זצ"ל הי"ד
אלזא איז 'ר' חיים יהודה עהרנרייך מדעווא' געווען אן אייניקל פון ר' חיים יהודה מסאבראץ (זיין טאטע רבי קלונימוס איז לכאורה געווען זיין זון) דער זיידע פון שימלויער רב, רבי חיים יהודה האט געלערנט ביים זיין קרוב דער שימלויער רב, [און ביים ערוגת הבושם אין חוסט, און אויך אין פרעשבורג]

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 16, 2009 11:45 am

הייסט דאס איז ר' חיים יהודה כ"ץ אב"ד סערדעהלי שליט"א קען הייסען נאך זיין זיידע ר' חיים יהודה מסאבראנץ, אויסער דעם וואס מן-הסתם הייסט ער נאך א נענטערען זיידע ר' חיים יהודה דייטש דומ"ץ מאקאווא (חותן אביו ר' יהושע), זענען די צוויי פערצופאל משפחה?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג יולי 16, 2009 11:57 am

מיללער האט געשריבן:הייסט דאס איז ר' חיים יהודה כ"ץ אב"ד סערדעהלי שליט"א קען הייסען נאך זיין זיידע ר' חיים יהודה מסאבראנץ, אויסער דעם וואס מן-הסתם הייסט ער נאך א נענטערען זיידע ר' חיים יהודה דייטש דומ"ץ מאקאווא (חותן אביו ר' יהושע), זענען די צוויי פערצופאל משפחה?


ניין זיי זענען נישט משפחה, און מסתמא הייסט ער נאך זיין זיידן דער מאקעוווער דיין, (כ'ווייס נישט וואס זיין טאטע האט אינזין געהאט ביים ברית..., אבער לכאורה איז עס אזוי, ווען אין די דייטש משפחה איז דאך אסאך חיים יהודה'ס), זיין ברודער ר' שלמה זלמן שליט"א הייסט נאכן שימלויער רב.
אגב צו באמערקן, כאטש דער שימלויער רב איז אומגעקומען עקה"ש, געבן זיינע אייניקלעך [כמעט] נישט צו קיין נאמען צו דעם נאמען 'שלמה זלמן', (אויסער ביי איין פאל ווי מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט יא געהייסן ציגעבן, כאטש ער איז שוין געווען א זקן מופלג).

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:01 pm

אדורכמישנדיג דעם 'שטעטל-לינק' סייט פון טיסא-ליק, אונגארן, בין איך אקעגן געקומען דעם פאלגענדן מציבה פון ר' ישראל יעקב ב"ר שמואל עהרנרייך תלמיד חביב למהר"ם א"ש, ווייסט איינער צו דאס איז פון די משפחה? ער זעהט אויס ווי אן אנגעזעהענער גביר ומוקיר רבנן, מראשי העדה.
דער בילד פון די מציבה
צוגעלייגטע
New Picture.bmp
New Picture.bmp (479.52 KiB) געזעהן 4581 מאל

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:09 pm

האט ער נישט געהאט א זוהן ר' שמעון זאב?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:12 pm

דער רב זאגט ב"ר שמואל, וואס ווילסטו פון ר' שמעון זאב?
ר' שמעון זאב, איז געווען א זון פון שימלויער רב, און מו"ל פון זיינע ספרים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:12 pm

זעליג האט געשריבן:האט ער נישט געהאט א זוהן ר' שמעון זאב?


דו רעדטסט פונעם שימלויער רבץ יא ער האט געהאט א זוהן ר' שמעון זאב

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 9:11 am

אין אהלי שם האב איך געזעהן ער ברענגט נאך אן איידעם פונעם שימלויער רב

ר' יעקב צבי שעבאוויטש אב"ד נאדיק-אוועשד.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 9:23 am

בןהרחמן האט געשריבן:אין אהלי שם האב איך געזעהן ער ברענגט נאך אן איידעם פונעם שימלויער רב

ר' יעקב צבי שעבאוויטש אב"ד נאדיק-אוועשד.


טעות, והרי רבי מאיר מדייק בשמא (יומא פג:)
חתנו היה הג"ר יצחק צבי לעבאוויטש זצ"ל אבד"ק טשאפ, מחבר ספר הנודע שלחן העזר על אבן העזר ועניני נישואין

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 10:47 am

מיללער האט געשריבן:איינער ווייסט מער פרטים איבער ר' חיים יהודה עהרענרייך מדעווא עורך ירחון 'אוצר החיים' ומחבר הרבה ספרים?


א בילד פון ר' חיים יהודה עהרנרייך הנ"ל הי"ד
צוגעלייגטע
Ehrenriech.jpg
Ehrenriech.jpg (87.35 KiB) געזעהן 4442 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 11:00 am

יהיה כן האט געשריבן:אלזא איז 'ר' חיים יהודה עהרנרייך מדעווא' געווען אן אייניקל פון ר' חיים יהודה מסאבראץ (זיין טאטע רבי קלונימוס איז לכאורה געווען זיין זון) דער זיידע פון שימלויער רב, רבי חיים יהודה האט געלערנט ביים זיין קרוב דער שימלויער רב, [און ביים ערוגת הבושם אין חוסט, און אויך אין פרעשבורג]


דאס איז א בילד פון ר' קלונימוס קלמן עהרנרייך אבי ר' חיים יהודה הנ"ל.
צוגעלייגטע
KalmanEhrenriech.jpg
KalmanEhrenriech.jpg (42.67 KiB) געזעהן 4435 מאל

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 11:27 am

אחוץ זיין גאונות אין צדקות איז דער שימלויער רב געווען באקאנט פאר א פיקח, אין א טיפער מח. זי"ע


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט