פעיק ניוז האט געשריבן:די פראנצויזישע רעגירונג האט נעכטן אהיימגערופן אירע דיפּלאמאטן פון טערקיי, נאכדעם וואס דער טערקישער פּרעזידענט ראסיפ ערדואן האט זיך גאר שארף אויסגעדרוקט קעגן דעם פראנצויזישן פּרעזידענט, זאגנדיג אז פּרעזידענט מאקרון דארף "מענטל באהאנדלונג".
ערדואן'ס שארפע אויסדרוק איז געקומען איבער דעם וואס מאקרון האט באצייכנט א ברוטאלע טעראר אטאקע 2 וואכן צוריק אלס אן איסלאמישע אטאקע.
דעילי איד
דער געראנגל צווישן דעם טערקישן פּרעזידענט ראסיפ ערדואן און דער פראנצויזישער פּרעזידענט עמאניועל מאקרון האט זיך פארשארפט נעכטן, ווען ערדואן האט גערופן פאר א באיקאט.
ווי באריכטעט נעכטן, האט ערדואן געברויזט ווען מאקרון האט פארטיידיגט די פרייהייט פון די מידיא צו פארשפּרייטן אנטי-מוסולמענער קאריקאטורן, און ערדואן האט באצייכנט מאקרון אלס עמיצער וואס דארף גייסטישע הילף.
מאקרון האט רעאגירט מיט'ן אהיימרופן זיין אמבאסאדאר פון טערקיי, און יעצט רופט ערדואן פאר א באיקאט קעגן פראנצויזישע פּראדוקטן.
דעלי איד