טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3892
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך יולי 29, 2020 9:05 pm

אפגעריסענער דיבלאזיא. איך שעם זיך צו זאגן מיין מיינונג אז די פאליציי האט נישט ריכטיג געהאנדלט ווייל דער שוטה האט שוין אזוי געזאגט
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך עכט היימיש » פרייטאג יולי 31, 2020 10:56 am

שמעון ראלינצקי אויף קול מבשר ביי זיין א 'טראפ טיפער' טענה'ט אינאיינעם מיט פינחס גלויבער אז דער שרעק איבער דער יעצטיגער פארברעכן און מארד אויפשטייג אין די סיטי איז גאר איבערגעטריבן, און דאס צוגלעכענען די יעצטיגע צייט צו די צייטן בעפאר דזשוליאני, איז נאריש.

לויט זיי איז טראץ די אויפשטייג נאך אלץ גאר נידריג די צאל שיסערייען, און עס איז יעצט אויף דער מינוט דא ווייניגער ווי האלב מארדן, ווי די עוורידזש וויפיל עס איז געווען אינטער "דזשוליאני". און דאס זעלבע איז אלע סארט פארברעכן יעצט אסאך נידריגער ווי אין דזשוליאני און בלומבערג'ס צייטן.

לויט זיי איז די דיפאנדן ממש א ליצנות, ווייל טראץ דער שניט פון א ביליאן דאלער באקומט יעצט די פאליציי אין איר בודזשעט עטליכע ביליאנען מער וויפיל זיי האבן באקומען אינטער בלומבערג.

אויב עס איז אמת וואס זיי זאגן. קען מען זיין עטוואס ראויג. די פארברעכן ראטע אין די סיטי איז יעצט ווייניגער ווי האלב ווי אינטער דזשוליאני, סיי מארד'ן, און סיי אלע אנדערע.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג יולי 31, 2020 11:06 am

ס׳קען זיין ער האט א וואליד פוינט פאר איין סיבה, און דאס איז צוליב די היינטיגע סאושעל מידיע און אנדערע קאמיוניקאציע געצייג, וואס מאכט אז ״יעדער״ זאל זיין אינפארמירט אויף ״יעדע״ פארברעכן. אין אנדערע ווערטער, די היינטיגע פארברעכן ענווייראמענט 20 יאר צוריק וואלט נישט צוגעשטעלט אזא פינסטערע בילד.

ער איז אבער ראנג ווייל א שטארקע פארברעכן ראטע איז נישט אויב איז עס גלייך צו די צייטן פון דינקינס. אויב האט זיך דער פארברעכן ראטע געטאפעלט אזוי דראסטיש, ובפרט שיסערייען וואס געשטיגן מיט באלד 200%, איבערצייגט עס די שלעכטע ארבעט פונעם מעיאר. קום מיר נישט זאגן אז זאכן זענען אינארדענונג, ווייל ס׳איז נאכנישט קיין פארגלייך צו דינקינס.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך עכט היימיש » פרייטאג יולי 31, 2020 11:08 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳קען זיין ער האט א וואליד פוינט פאר איין סיבה, און דאס איז צוליב די היינטיגע סאושעל מידיע און אנדערע קאמיוניקאציע געצייג, וואס מאכט אז ״יעדער״ זאל זיין אינפארמירט אויף ״יעדע״ פארברעכן. אין אנדערע ווערטער, די היינטיגע פארברעכן ענווייראמענט 20 יאר צוריק וואלט נישט צוגעשטעלט אזא פינסטערע בילד.

ער איז אבער ראנג ווייל א שטארקע פארברעכן ראטע איז נישט אויב איז עס גלייך צו די צייטן פון דינקינס. אויב האט זיך דער פארברעכן ראטע געטאפעלט אזוי דראסטיש, ובפרט שיסערייען וואס געשטיגן מיט באלד 200%, איבערצייגט עס די שלעכטע ארבעט פונעם מעיאר. קום מיר נישט זאגן אז זאכן זענען אינארדענונג, ווייל ס׳איז נאכנישט קיין פארגלייך צו דינקינס.

ער טענה'ט אז עס איז נישט קיין פארגלייך צו דזשוליאני...
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך אחד הרבנים » פרייטאג יולי 31, 2020 12:12 pm

עכט היימיש האט געשריבן:שמעון ראלינצקי אויף קול מבשר ביי זיין א 'טראפ טיפער' טענה'ט אינאיינעם מיט פינחס גלויבער אז דער שרעק איבער דער יעצטיגער פארברעכן און מארד אויפשטייג אין די סיטי איז גאר איבערגעטריבן, און דאס צוגלעכענען די יעצטיגע צייט צו די צייטן בעפאר דזשוליאני, איז נאריש.

לויט זיי איז טראץ די אויפשטייג נאך אלץ גאר נידריג די צאל שיסערייען, און עס איז יעצט אויף דער מינוט דא ווייניגער ווי האלב מארדן, ווי די עוורידזש וויפיל עס איז געווען אינטער "דזשוליאני". און דאס זעלבע איז אלע סארט פארברעכן יעצט אסאך נידריגער ווי אין דזשוליאני און בלומבערג'ס צייטן.

לויט זיי איז די דיפאנדן ממש א ליצנות, ווייל טראץ דער שניט פון א ביליאן דאלער באקומט יעצט די פאליציי אין איר בודזשעט עטליכע ביליאנען מער וויפיל זיי האבן באקומען אינטער בלומבערג.

אויב עס איז אמת וואס זיי זאגן. קען מען זיין עטוואס ראויג. די פארברעכן ראטע אין די סיטי איז יעצט ווייניגער ווי האלב ווי אינטער דזשוליאני, סיי מארד'ן, און סיי אלע אנדערע.

ווער ס׳געדענקט יענע צייטן, זשוליאני האט געהאט א מהלך אז מען זאל אויף יעדען נערישן פארברעך מאכן פאליס ריפארטס און אזוי אויך ארעסטירן אפילו פאר גראפיטי. דער רעיון איז געווען, אז מען לויפט נאך קליינע פארברעכן קומען נישט פאר קיין גרעסערע פארברעכנס.
בלומבערג אין זיין צייט האט געטוישט די פאליסי צו פונקט פארקערט, אז מען זאל ווי ווייניגער זאכן ריפארטן ווייל אזוי וועלן די ריפארטס ווייזן אז פארברעכן איז נידריג. ווער עס געדענקט, איז דעמאלטס געווען נאך אסאך שווערער ווי היינט צו מאכן א פאליס ריפארט. ווי למשל, אז די ביסט אנגעקומען צופרי צו דיין קאר און געזעהן אז די פענסטער איז אויסגעשאסן האסטו דיך געדארפט איינבעטן מיט רחמנות ביים אפיסער ער זאל דיר וועלן מאכן א פאליס ריפארט.
צוליב דעם ווייזן די ריפארטס אז אין זשוליאניס צייטן איז געווען פארברעכנס הויעך

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך פרוביר אויך » פרייטאג יולי 31, 2020 12:22 pm

איך גלייב אז שיסערייען ווערען ריפארטעט
אז יענער קען קענסטו אויך

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך אחד הרבנים » פרייטאג יולי 31, 2020 12:27 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:איך גלייב אז שיסערייען ווערען ריפארטעט

לכאורה האסטו צו א שטארקע אמונה.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג יולי 31, 2020 12:33 pm

רוב שיסערייען ווערן טאקע יא ריפארטעט, אנדערש ווי פילע קלענערע פארברעכן (לאו דוקא מינדערוויכטיגע) וואס גייען קיינמאל אריין אינעם סיסטעם.

און טאקע דערפאר שטומט נישט דער טרענד. מ׳זעהט אסאך א גרעסערע אויפשטייג אין שיסערייען ווי אין אנדערע פארברעכן. ס׳איז א מציאות. הגם דער אויפשטייג איז באמת אין אלע פארברעכערישע פליגלען.

אזוי אויך איז פארהאן נאך פאקטארן, ווי למשל זאכן ווי דאס, וואס צווינגט צו האלטן דעם רעקארד נידריג.. ס׳איז אבער א בעלאוני ווי פארשטענדליך פאר מענטשן מיט שכל אין קאפ.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג יולי 31, 2020 1:03 pm

ווען מען פארגלייכט צו דשוליאני קומט בכלל נישט צו פארגלייכן די צאל קריים'ס, נאר די טרענד, אין דשוליאני יארן איז די טרענד געווען אראפ, און יעצט איז די טרענד ארויף.

אימפיטש דיבלאזיא
person-man-woman-camera-tv = genius

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5606
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך eller » פרייטאג יולי 31, 2020 1:27 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:שמעון ראלינצקי אויף קול מבשר ביי זיין א 'טראפ טיפער' טענה'ט אינאיינעם מיט פינחס גלויבער אז דער שרעק איבער דער יעצטיגער פארברעכן און מארד אויפשטייג אין די סיטי איז גאר איבערגעטריבן, און דאס צוגלעכענען די יעצטיגע צייט צו די צייטן בעפאר דזשוליאני, איז נאריש.

לויט זיי איז טראץ די אויפשטייג נאך אלץ גאר נידריג די צאל שיסערייען, און עס איז יעצט אויף דער מינוט דא ווייניגער ווי האלב מארדן, ווי די עוורידזש וויפיל עס איז געווען אינטער "דזשוליאני". און דאס זעלבע איז אלע סארט פארברעכן יעצט אסאך נידריגער ווי אין דזשוליאני און בלומבערג'ס צייטן.

לויט זיי איז די דיפאנדן ממש א ליצנות, ווייל טראץ דער שניט פון א ביליאן דאלער באקומט יעצט די פאליציי אין איר בודזשעט עטליכע ביליאנען מער וויפיל זיי האבן באקומען אינטער בלומבערג.

אויב עס איז אמת וואס זיי זאגן. קען מען זיין עטוואס ראויג. די פארברעכן ראטע אין די סיטי איז יעצט ווייניגער ווי האלב ווי אינטער דזשוליאני, סיי מארד'ן, און סיי אלע אנדערע.

ווער ס׳געדענקט יענע צייטן, זשוליאני האט געהאט א מהלך אז מען זאל אויף יעדען נערישן פארברעך מאכן פאליס ריפארטס און אזוי אויך ארעסטירן אפילו פאר גראפיטי. דער רעיון איז געווען, אז מען לויפט נאך קליינע פארברעכן קומען נישט פאר קיין גרעסערע פארברעכנס.
בלומבערג אין זיין צייט האט געטוישט די פאליסי צו פונקט פארקערט, אז מען זאל ווי ווייניגער זאכן ריפארטן ווייל אזוי וועלן די ריפארטס ווייזן אז פארברעכן איז נידריג. ווער עס געדענקט, איז דעמאלטס געווען נאך אסאך שווערער ווי היינט צו מאכן א פאליס ריפארט. ווי למשל, אז די ביסט אנגעקומען צופרי צו דיין קאר און געזעהן אז די פענסטער איז אויסגעשאסן האסטו דיך געדארפט איינבעטן מיט רחמנות ביים אפיסער ער זאל דיר וועלן מאכן א פאליס ריפארט.
צוליב דעם ווייזן די ריפארטס אז אין זשוליאניס צייטן איז געווען פארברעכנס הויעך

אווי איז די לייק באטטען ?
וויאזוי האט די בלא זירא געזאגט לעצטע וואך נאכן באפרייען אסאך שעדליכע ארעסטאנטען פון רייקערס אז יעצט איז די סיטי די פארזיכערסטע ווי קיינמאל בעפאר והיא ריאה קוק ווי ווייניג ארעסטאנעטן זענען אין תפיסה..
איינער האט אביסל עקסטער שכל צו בארגן פאר דעם שוטה מכל אדם ??? !
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3892
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג יולי 31, 2020 3:37 pm

ס'הייסט אזוי. ס'זאל מיך נישט באדערן אז קריים גייט ארויף. אמער, ביי דזשוליאני איז געווען העכער

אן אריינגיין אין די פאקטן איז דאס אליינס שוין שטאקעדיגע טיפשות. מ'נעמט עפעס וואס איז גוט און מ'צוברעכט אבער דאס זאל מיך נישט באדערן ווייל ס'איז שוין אמאל געווען ערגער

כ'האב עכט געמיינט אז שמעון איז קלוגער
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך אחד הרבנים » זונטאג אוגוסט 02, 2020 2:14 pm

די צאל שיסערייען דעם יאר אין ניו יארק סיטי איז שוין אריבער די צאל שיסערייען פאר די גאנצע פארלאפענע יאר למס' : א 24 יעריגער-מאן וועלכע איז געשאסן געווארן דעם נאכט אין די בראנקס האט ארויף געברענגט די סך הכל שיסערייען דעם יאר צו 777, מער ווי די 776 פאר די גאנצע פארלאפענע יאר. א גרויס טייל פון די באטראפענע זענען מיטגלידער פון פארברעכן באנדעס, אבער אויך אומשולדיגע מענטשען ווערן באטראפן פון די כוואליע שיסערייען וואס פלאגט די סיטי. :
https://www.yiddish24.com/news/57/23314

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך אחד הרבנים » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 12:50 pm

אין אנדערע נייעס:
Abc7ny רופט אן דאס אז די BLM אויפשריפטן אין נ.י.ס. זענען 6 מאל געווארן וואדאלעזירט אלס Heartbreaking!

דער הויכגעשעצטער שוטה ארוך פון נ.י.ס. ווערט אראפגעריסן אלס שוואכלינג דורך די מידיע פארן נישט אויפרוימען די וואנדאליזם אויף די BLM אויפשריפטן.

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 1:11 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:אין אנדערע נייעס:
Abc7ny רופט אן דאס אז די BLM אויפשריפטן אין נ.י.ס. זענען 6 מאל געווארן וואדאלעזירט אלס Heartbreaking!

און ווערט געזאגט מיטן הארצרייסענדן טרויעריגן טאן פון א מערדערישע טראגעדיע באריכט....

Kollel
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך Kollel » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 12:46 am

.
צוגעלייגטע
134375.jpeg
134375.jpeg (57.58 KiB) געזעהן 1973 מאל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 4:25 am

NYC העלט קאמישענער די מכשפה אקסיריס בארבאט האט רעזיגנירט פון איר פאזיציע, און טוט באשולדיגן מעיאר דיבלאזיא אין נישט גיט באהאנדלן די קאראנע וויירוס

https://www.foxnews.com/politics/nyc-he ... mic-report

די זעלבע איז געקומען אינטער קריטיק נאכן זיך מיאוס אויסדרוקן ביים אפזאגן צוצושטעלן מאסקעס פאר די פאליציי.


דיבלאזיא האט געשטעלט Dr. Dave A. Chokshi אויף די פאזיציע

https://www1.nyc.gov/office-of-the-mayo ... health-and
person-man-woman-camera-tv = genius

Kollel
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך Kollel » זונטאג אוגוסט 09, 2020 3:12 am

שוגענער דער
צוגעלייגטע
IMG_20200809_030602.jpg
IMG_20200809_030602.jpg (45.45 KiB) געזעהן 1667 מאל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

Kollel
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך Kollel » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 8:48 am

KollelNiyes: Governor Cuomo signed legislation requiring ALL backseat passengers (includes age 16+) to wear seat belts, new law goes into effect November 1st.
https://www.governor.ny.gov/news/govern ... -wear-seat
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך יישר כח » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 8:56 am

Kollel האט געשריבן:KollelNiyes: Governor Cuomo signed legislation requiring ALL backseat passengers (includes age 16+) to wear seat belts, new law goes into effect November 1st.
https://www.governor.ny.gov/news/govern ... -wear-seat

מען גייט קענען אפשטעלן נאר פאר דעם ?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 9:19 am

זעכער, פאר אנדערע פארלעצוגען. ווי ספידן, רעדן אויפן טעלעפון וכדו׳.

א געהעריגע ביזנעס דאס.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7627
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 9:26 am

עכט היימיש האט געשריבן:שמעון ראלינצקי אויף קול מבשר ביי זיין א 'טראפ טיפער' טענה'ט אינאיינעם מיט פינחס גלויבער אז דער שרעק איבער דער יעצטיגער פארברעכן און מארד אויפשטייג אין די סיטי איז גאר איבערגעטריבן, און דאס צוגלעכענען די יעצטיגע צייט צו די צייטן בעפאר דזשוליאני, איז נאריש.

לויט זיי איז טראץ די אויפשטייג נאך אלץ גאר נידריג די צאל שיסערייען, און עס איז יעצט אויף דער מינוט דא ווייניגער ווי האלב מארדן, ווי די עוורידזש וויפיל עס איז געווען אינטער "דזשוליאני". און דאס זעלבע איז אלע סארט פארברעכן יעצט אסאך נידריגער ווי אין דזשוליאני און בלומבערג'ס צייטן.

לויט זיי איז די דיפאנדן ממש א ליצנות, ווייל טראץ דער שניט פון א ביליאן דאלער באקומט יעצט די פאליציי אין איר בודזשעט עטליכע ביליאנען מער וויפיל זיי האבן באקומען אינטער בלומבערג.

אויב עס איז אמת וואס זיי זאגן. קען מען זיין עטוואס ראויג. די פארברעכן ראטע אין די סיטי איז יעצט ווייניגער ווי האלב ווי אינטער דזשוליאני, סיי מארד'ן, און סיי אלע אנדערע.

הערשט יעצט געזען, וועל איך יעצט רעאגירן...

די מארד ראטע איז מעגליך נידריגער ווי 20 יאר צוריק, אבער געשטיגן מיט איבער דאפלט פון לעצטע יאר. דאס מיינט אז ביז צוויי יאר האלטסטו דארט. נישט די ראטע איז שרעקליך, נאר מיט וויפיל ס'איז געשטיגן!

דיפאנדן קען זיין איז טאקע ליצנות, אבער די אנטי קריים יוניט וואס דעבלאזיא האט אויפגעלעזט האט קעיר גענומען און געהאלטן חשבון אויף קרימינאלן. דאס איז נישטא יעצט און דאס האט אוועקגענומען די פחד פון אסאך פון זיין א קרימינאל אין ניו יארק. ליין אביסל מער איבער דעם יוניט.

דו זאגסט אז מ'קען זיין רואיג, דאס איז א נחמה אז ס'איז ווייניגער ווי האלב פון דעמאלטס? דו זעסט די ציפערן און בארואיגסט זיך אז ס'איז נאכנישט אזוי געפערליך ווי דעמאלטס? איך וויל פשוט פארשטיין. קוק וויפיל שיסערייען ס'קומען פאר א שפאן אוועק פון די היימישע געגנטער, איך וויל נישט טראכטן ווילאנג ס'וועט נעמען ביז א אידישע קרבן ח"ו.

יעצט זע איך אז דממה און הענדימען זאגן די זעלבע.
איך זוך א דזשאב

בסד
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך בסד » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 9:37 am

איך האב זייער הנאה פון זיין רעדן. אבער די עס עקעלט ווען מען דארף פארענטפערן די פארפאלטע שטאטישע טאטעס. כדי נישט צו געבן א שלעכטע בילד אויף די לינקע חברה.

תמצית הדברים
קריים איז געווען אזוי הויעך, געגליכן צו ווי עס האלט יעצט. און פון אזא הויכע שטאפל האט דזשוליאני עס אראפגעברענגט, מיטן אייבערשטענ'ס הילף, צו אזא נידריגע פארברעכן ראטע. אז אפילו יעצט האלט מען נאכנישט דארט.
און קוקטס ווי שלעכט עס קען נאך אראפגיין אונטער די-בלאזיא ה"י.
מ'קען זיין רואיג, קריים הייבט זיך גענוג שנעל, אלעס וועגן די רעפאבליקאנער גלייבן נישט און וועג וויאזוי מען באהאנדלט די באנדיטן.

ר' שמעון די פאקט אז אונז דינען דעם זעלבן באשעפער איז שטערקער ווי די נארישע פאליטיק. סאו נעם נישט פערזענליך.
לעצט פאראכטן דורך בסד אום מיטוואך אוגוסט 12, 2020 9:45 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 9:43 am

אלע פארברעכן נומבערס זענען געפאשקעט, ווייל די מינוט וואס מען האט געמאכט א רעיטינג סיסטעם אויף יעדע פריסינק האבן זיי א אינטערעס צו ווייזן אז די פארברעכנס ראטע אין זייער פריסינק איז נידריג (נאכדערצו ווען מען קנס'ט זיי אויב פארברעכנס גייט ארויף) די סיטי פאליס פיילן נישט קיין פארברעכן ריפארטס, און ווען יא מעקן זיי עס אויס נאכן פיילן און קיינער ווייסט נישט.

עס איז אבער דא איין סטאטיסטיק וואס מען קען נישט פאטשקענען דאס איז די שיסערייען און מארדן, ווייל עס איז דא א אינוועסטיגעישן דערנאך.

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3892
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 11:07 am

פומפדותא האט געשריבן:אלע פארברעכן נומבערס זענען געפאשקעט, ווייל די מינוט וואס מען האט געמאכט א רעיטינג סיסטעם אויף יעדע פריסינק האבן זיי א אינטערעס צו ווייזן אז די פארברעכנס ראטע אין זייער פריסינק איז נידריג (נאכדערצו ווען מען קנס'ט זיי אויב פארברעכנס גייט ארויף) די סיטי פאליס פיילן נישט קיין פארברעכן ריפארטס, און ווען יא מעקן זיי עס אויס נאכן פיילן און קיינער ווייסט נישט.

עס איז אבער דא איין סטאטיסטיק וואס מען קען נישט פאטשקענען דאס איז די שיסערייען און מארדן, ווייל עס איז דא א אינוועסטיגעישן דערנאך.

די פאשטקעריי האט זיך אנגעפאנגען אונטער בלומבערג וואס מיינט אז ביי דזשוליאני איז געווען עכטע נאמבער סאו קיין ראיות קעמעניש ברענגען ווען ס'קומט צו נאמבערס

שיסערייען און אנדערע ווייאלענט קריימס קעמען אויך ארומשפילן מיט די קלאסיפיקאציעס

נאן ווייאלענט בין איך אליינס עדות ווי זיי האלטן נישט ביים מאכן א ריפארט, מאכן פורים, זאגן ליגענט אין פנים איבער פאליסי וויאזוי אומצוגיין און זענען זיך נאכדעם סותר
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך אחד הרבנים » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 11:17 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:שמעון ראלינצקי אויף קול מבשר ביי זיין א 'טראפ טיפער' טענה'ט אינאיינעם מיט פינחס גלויבער אז דער שרעק איבער דער יעצטיגער פארברעכן און מארד אויפשטייג אין די סיטי איז גאר איבערגעטריבן, און דאס צוגלעכענען די יעצטיגע צייט צו די צייטן בעפאר דזשוליאני, איז נאריש.

לויט זיי איז טראץ די אויפשטייג נאך אלץ גאר נידריג די צאל שיסערייען, און עס איז יעצט אויף דער מינוט דא ווייניגער ווי האלב מארדן, ווי די עוורידזש וויפיל עס איז געווען אינטער "דזשוליאני". און דאס זעלבע איז אלע סארט פארברעכן יעצט אסאך נידריגער ווי אין דזשוליאני און בלומבערג'ס צייטן.

לויט זיי איז די דיפאנדן ממש א ליצנות, ווייל טראץ דער שניט פון א ביליאן דאלער באקומט יעצט די פאליציי אין איר בודזשעט עטליכע ביליאנען מער וויפיל זיי האבן באקומען אינטער בלומבערג.

אויב עס איז אמת וואס זיי זאגן. קען מען זיין עטוואס ראויג. די פארברעכן ראטע אין די סיטי איז יעצט ווייניגער ווי האלב ווי אינטער דזשוליאני, סיי מארד'ן, און סיי אלע אנדערע.

הערשט יעצט געזען, וועל איך יעצט רעאגירן...

די מארד ראטע איז מעגליך נידריגער ווי 20 יאר צוריק, אבער געשטיגן מיט איבער דאפלט פון לעצטע יאר. דאס מיינט אז ביז צוויי יאר האלטסטו דארט. נישט די ראטע איז שרעקליך, נאר מיט וויפיל ס'איז געשטיגן!

דיפאנדן קען זיין איז טאקע ליצנות, אבער די אנטי קריים יוניט וואס דעבלאזיא האט אויפגעלעזט האט קעיר גענומען און געהאלטן חשבון אויף קרימינאלן. דאס איז נישטא יעצט און דאס האט אוועקגענומען די פחד פון אסאך פון זיין א קרימינאל אין ניו יארק. ליין אביסל מער איבער דעם יוניט.

דו זאגסט אז מ'קען זיין רואיג, דאס איז א נחמה אז ס'איז ווייניגער ווי האלב פון דעמאלטס? דו זעסט די ציפערן און בארואיגסט זיך אז ס'איז נאכנישט אזוי געפערליך ווי דעמאלטס? איך וויל פשוט פארשטיין. קוק וויפיל שיסערייען ס'קומען פאר א שפאן אוועק פון די היימישע געגנטער, איך וויל נישט טראכטן ווילאנג ס'וועט נעמען ביז א אידישע קרבן ח"ו.

יעצט זע איך אז דממה און הענדימען זאגן די זעלבע.

זאגטס פאר הרב ראלניצקי ער זאל מוחל זיין זיך אריינציען אין די סיטי פאר צוויי וואכן זיך דרייען אין די גאסן אין די בייטאג און ביינאכט שעה׳ן, נישט ממש אין די הארץ פון די היימישע געגנטען נאר ביים עקב פון די היימישע געגענטען, אז ער וויל דוקא קען ער גיין באזוכען צווישען די סמעטענע פון די חברה אינדרויסען פון אונזערע געגענטען, נאכדעם זאל ער מיר קומען זאגן צו פארברעכענס זענען יא אדער נישט ארויף...
וואס האקט ער אין קאפ אריין, זיצט אין מאנסי און ליינט אביסל נומבערס און ווייסט שוין וואס טוט זיך?

און די צוויי וואכן זאל ער אויך נישט ליינען קיין ריפארטס איבער פארברעכן נאר דאס אליינס אבזערווירן און שפירן..
ער קען אפילו יא גיין אין הארץ פון די היימישע געגענטען אויב האט ער מורא פון די אומגעגנט...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בבקשה און 7 געסט