- דעבאטע - קען מען צווינגען צאלן שכר לימוד?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » דינסטאג יולי 02, 2019 7:01 pm

וואס איז די מעשה?

מען האט נישט אריינגעלאזט קינדער וואס צאלן געהעריג שכר לימוד נאר דעי קענפ האבן זיין נישט געצאלט? אדער נאר ווער עס האט נשיט געצאלט שכר לימוד?

עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עסן פאר אידן » דינסטאג יולי 02, 2019 7:20 pm

HelpMe האט געשריבן:וואס איז די מעשה?

מען האט נישט אריינגעלאזט קינדער וואס צאלן געהעריג שכר לימוד נאר דעי קענפ האבן זיין נישט געצאלט? אדער נאר ווער עס האט נשיט געצאלט שכר לימוד?

נאר דעי קעמפ האבן זיין נישט געצאלט

די פראבלעים איז דא:
אז די אפיציעלע אנטווארט פון די הנהלה וואס איינע פון די ניקס האבן געברענגט אויפן ערשטן דף
שיינט קלאר אז דאס איז דער פלאן צו טון בכלל אויף יעדע איינקעסירונג פון געלט פאר שכר לימוד
דעס קען געבן א גרינע ליכט פאר אלע קהילות דאס צו ניצן פאר איינמאנען געלט
ס'קלאר אז דאס איז סאדיזעם.

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דינסטאג יולי 02, 2019 7:38 pm

עסן פאר אידן האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:וואס איז די מעשה?

מען האט נישט אריינגעלאזט קינדער וואס צאלן געהעריג שכר לימוד נאר דעי קענפ האבן זיין נישט געצאלט? אדער נאר ווער עס האט נשיט געצאלט שכר לימוד?

נאר דעי קעמפ האבן זיין נישט געצאלט

די פראבלעים איז דא:
אז די אפיציעלע אנטווארט פון די הנהלה וואס איינע פון די ניקס האבן געברענגט אויפן ערשטן דף
שיינט קלאר אז דאס איז דער פלאן צו טון בכלל אויף יעדע איינקעסירונג פון געלט פאר שכר לימוד
דעס קען געבן א גרינע ליכט פאר אלע קהילות דאס צו ניצן פאר איינמאנען געלט
ס'קלאר אז דאס איז סאדיזעם.

עס מיז נישט זיין אזוי משמע פון די אנטווארט פון די מוסדות, עס איז מער משמע אז דאס ווערט געטוהן בלויז אין א צייט פון אויסטערלישע קריזיס אזוי ווי די מצב איז יעצט מיט די מוסדות. אזוי ווי עס איז זעהט אויס פון די פאלגענדע תגובה וואס איז געשטאנען דא די ערשטע פעיזש.

קלאץ קשיא האט געשריבן:מ׳האנדלט דא מיט מענטשן וואס סימפלי זיי בויקאטירן דאס באצאלן שכ״ל. פינטל.

ס׳איז נישט קיין סוד אז די מוסדות איז איינגעטינקן אין דעפעציט פון שווערע געלטער, ווען די מוסדות זאל ווען זיין א פריווייטע מוסדות אינטער א קליינע רבי׳לע וואלט דאס שוין לאנג געווען פארשלאסן! און ווער ס׳ווייסט ווייסט אז איך מאך בכלל נישט קיין גוזמא.

איינער קען נישט באצאלן?.. ס׳איז פארהאן אזאנס אויך, ליידער א שיינע פארצענט, און נישט נאר אין מוסדות ויואל משה אין קרית יואל, נאר איבעראל. אבער אזויפיל עלטערן וואס זאלן פשוט און גראב גערעדט, איגנארירן די סטעיטמענטס וואס די הנהלה שיקט.. כ׳מיין אז ס׳איז שוין געקומען צו א פונקט אז קיין איין מוסדות וואלט זיך מיט אזא ליסטע וואס מוסדות ויואל משה און ק״י האט נישט געקענט פארמעסטן.

מ׳האט נישט לאנג צוריק אויפגענומען א נייע אדמיניסטראטער, דער האט באשלאסן צו נעמען די זאך אין די הענט אריין. מ׳איגנארירט נישט קייי שכ״ל בילס! ער האט באשלאסן בזיונות אז אין א זייט געלייגט, מ׳האט געבעטן, געמאלדן, געסטראשעט. איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל. דורך די פאסט, טעלפאון קאלס, און אפילו אימעיל׳ס. די היינטיגע אקט פון אראפ שטעלן וועכטער איז גענצליך נישט קיין סופרייז! גראדע מיט די פרט בין איך מיך מחולק, עס איז יא א סורפרייז, הגם מען האט געסטראשעט האט מען נישט געסטראשעט אויף א וועג אז עס זאל אויסזעהן ווי דא קומט אן ערנסטע אקציע, עס איז געווען די זעלבע אלגעמיינע נוסח פון סטראשענען

ס׳איז בזיונות!?.. קען זיין. און נישט קען זיין, נאר זעכער! די מצב וואס טוט זיך דא אפ איז אבער פיל גרעסערע בזיונות. נו, וועט פלוני ופלוני שיקן קליפס. פאר אים זאל די מוסדות אינטערגיין!?.. קיינמאל!

א דיבאטע איבער בדק הבית און אלע אנדערע התחייבות׳ער איז הייליג בארעכטיגט אויפגעברענגט צו ווערן, להוי ידוע אבער, פון די אלע וואס האבן היינט געוויזן א רעגעסטראציע פארן שחור זענען אויך געווען קינדער וואס זייערע עלטערן האבן נאך א באלאנס. אויב זענען די עלטערן נארמאלע מענטשן, מ׳צאלט עפעס פעימענטס, מ׳מאכט זיך וויסענדיג.. יעדער ווייסט אז מ׳קען באקומען א רעגעסטראציע אויב מ׳איז א נארמאלע מענטש.

אוועטאר
קלאץ קשיא
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 11:59 am

תגובהדורך קלאץ קשיא » דינסטאג יולי 02, 2019 7:48 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:מ׳האט נישט לאנג צוריק אויפגענומען א נייע אדמיניסטראטער, דער האט באשלאסן צו נעמען די זאך אין די הענט אריין. מ׳איגנארירט נישט קייי שכ״ל בילס! ער האט באשלאסן בזיונות אז אין א זייט געלייגט, מ׳האט געבעטן, געמאלדן, געסטראשעט. איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל. דורך די פאסט, טעלפאון קאלס, און אפילו אימעיל׳ס. די היינטיגע אקט פון אראפ שטעלן וועכטער איז גענצליך נישט קיין סופרייז! גראדע מיט די פרט בין איך מיך מחולק, עס איז יא א סורפרייז, הגם מען האט געסטראשעט האט מען נישט געסטראשעט אויף א וועג אז עס זאל אויסזעהן ווי דא קומט אן ערנסטע אקציע, עס איז געווען די זעלבע אלגעמיינע נוסח פון סטראשענען

כ׳האב גראדע פארגעסן איין פרט.

קיין איין קינד וואס איז אראפ פון באס איז נישט פארשיקט געווארן דורך די וועכטער. אויף יעדע באס וואס איז היינט ארומגעפארן אפנעמען די קינדער זענען געווען 2 באס טיטשערס וואס האבן נישט ארויסגעלאזט קיינעם נאר מיט א קארטל. געכאפט געווארן אין סופרייז זענען געווען אויסשליסלעך די אינטער חכמים וואס זענען געקומען ברענגען די קינדער מיט די קארס, און אזוי אויסקראסן די סיסטעם, זיי זענען טאקע געכאפט געווארן אין שאק ביים זיך באגעגענען מיט די וועכטער אנקומענדיג צום סקול.

עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עסן פאר אידן » דינסטאג יולי 02, 2019 8:08 pm

קלאץ קשיא האט געשריבן:

שקר
חוץ מזה די טראמא וואס די קינדער זענען אריבער איז נישט נארמאל.

תתחדש
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 3:54 pm

תגובהדורך תתחדש » דינסטאג יולי 02, 2019 8:10 pm

אויף די באסעס זענען נישט געווען קיין וועכטער?

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3481
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג יולי 02, 2019 8:19 pm

מי יודע האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:וואס ס'האט נישט קיין געהעריגע ביאור איז די געהאלט פאר די זומער טיטשערס.

רעכן צוזאם שכ"ל + דעי-קעמפ + טראנספארטאציע וועט דאס אויסקומען צו בערך $70 א וואך פער קינד. (איך רעד נישט פון די וואס צאלן די אזויגערופענע "פולע-פרייז", נאר פון די מיטל קלאס.)

$70 מאל 28 קינדער = איז $1960

וויפיל דערפון גייט פאר "שכר לימוד"? ד.ה. פארן טיטשער?
מיין בני בית האט געמאכט $100 א וואך.... אפשר איז שוין היינט אביסל מער.

איך ווייס נישט אויב ס'איז דא פרויען טיטשערס, אבער מיידלעך מאכן 300 דאלער א האלבע זומער, אזוי איז געווען לעצטע יאר, קען זיין ס'איז געוואנדן לויט די יארגענג

א דעי קעמפ טיטשער מאכט 115 דאלער א וואך

אוועטאר
קלאץ קשיא
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 11:59 am

תגובהדורך קלאץ קשיא » דינסטאג יולי 02, 2019 8:21 pm

עסן פאר אידן האט געשריבן:
קלאץ קשיא האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:מ׳האט נישט לאנג צוריק אויפגענומען א נייע אדמיניסטראטער, דער האט באשלאסן צו נעמען די זאך אין די הענט אריין. מ׳איגנארירט נישט קייי שכ״ל בילס! ער האט באשלאסן בזיונות אז אין א זייט געלייגט, מ׳האט געבעטן, געמאלדן, געסטראשעט. איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל. דורך די פאסט, טעלפאון קאלס, און אפילו אימעיל׳ס. די היינטיגע אקט פון אראפ שטעלן וועכטער איז גענצליך נישט קיין סופרייז! גראדע מיט די פרט בין איך מיך מחולק, עס איז יא א סורפרייז, הגם מען האט געסטראשעט האט מען נישט געסטראשעט אויף א וועג אז עס זאל אויסזעהן ווי דא קומט אן ערנסטע אקציע, עס איז געווען די זעלבע אלגעמיינע נוסח פון סטראשענען

כ׳האב גראדע פארגעסן איין פרט.

קיין איין קינד וואס איז אראפ פון באס איז נישט פארשיקט געווארן דורך די וועכטער. אויף יעדע באס וואס איז היינט ארומגעפארן אפנעמען די קינדער זענען געווען 2 באס טיטשערס וואס האבן נישט ארויסגעלאזט קיינעם נאר מיט א קארטל. געכאפט געווארן אין סופרייז זענען געווען אויסשליסלעך די אינטער חכמים וואס זענען געקומען ברענגען די קינדער מיט די קארס, און אזוי אויסקראסן די סיסטעם, זיי זענען טאקע געכאפט געווארן אין שאק ביים זיך באגעגענען מיט די וועכטער אנקומענדיג צום סקול.

שקר
חוץ מזה די טראמא וואס די קינדער זענען אריבער איז נישט נארמאל.

כ׳דערשרעק מיר גאנץ קנאפע ווי הויעך איר זאלט נאר שרייען שקר, איר קריגט זיך אבער מיט א פאקט. עפעס פון וואס ס׳איז אפילו דא קליפס וואס צייגן עס.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג יולי 02, 2019 8:22 pm

קלאץ קשיא האט געשריבן:כ׳דערשרעק מיר גאנץ קנאפע ווי הויעך איר זאלט נאר שרייען שקר, איר קריגט זיך אבער מיט א פאקט. עפעס פון וואס ס׳איז אפילו דא קליפס וואס צייגן עס.

אויף די קליפס זעהט מען די קינדער גאר דערשראקן
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עסן פאר אידן » דינסטאג יולי 02, 2019 8:25 pm

מר. קלאץ פרעגט אייך נאך וויפיל פסקים דרייווערס האבן באקומען פארן לאזן קינדער גיין אהן באס טיטשערס בלויז מיט סעקיוריטי קא. אויפן באס

עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עסן פאר אידן » דינסטאג יולי 02, 2019 8:26 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
קלאץ קשיא האט געשריבן:כ׳דערשרעק מיר גאנץ קנאפע ווי הויעך איר זאלט נאר שרייען שקר, איר קריגט זיך אבער מיט א פאקט. עפעס פון וואס ס׳איז אפילו דא קליפס וואס צייגן עס.

אויף די קליפס זעהט מען די קינדער גאר דערשראקן

ווי קען מען קריגן די קליפס?

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דינסטאג יולי 02, 2019 9:31 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
קלאץ קשיא האט געשריבן:כ׳דערשרעק מיר גאנץ קנאפע ווי הויעך איר זאלט נאר שרייען שקר, איר קריגט זיך אבער מיט א פאקט. עפעס פון וואס ס׳איז אפילו דא קליפס וואס צייגן עס.

אויף די קליפס זעהט מען די קינדער גאר דערשראקן

א באס דרייווער האט מיר געזאגט אז מען האט אים באצאלט 200 דולר ארומצופארן אויפפיקן די קינדערלעך מיטן שווארצן וועכטער

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דינסטאג יולי 02, 2019 11:05 pm

קלאץ קשיא האט געשריבן:
עסן פאר אידן האט געשריבן:
קלאץ קשיא האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:מ׳האט נישט לאנג צוריק אויפגענומען א נייע אדמיניסטראטער, דער האט באשלאסן צו נעמען די זאך אין די הענט אריין. מ׳איגנארירט נישט קייי שכ״ל בילס! ער האט באשלאסן בזיונות אז אין א זייט געלייגט, מ׳האט געבעטן, געמאלדן, געסטראשעט. איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל. דורך די פאסט, טעלפאון קאלס, און אפילו אימעיל׳ס. די היינטיגע אקט פון אראפ שטעלן וועכטער איז גענצליך נישט קיין סופרייז! גראדע מיט די פרט בין איך מיך מחולק, עס איז יא א סורפרייז, הגם מען האט געסטראשעט האט מען נישט געסטראשעט אויף א וועג אז עס זאל אויסזעהן ווי דא קומט אן ערנסטע אקציע, עס איז געווען די זעלבע אלגעמיינע נוסח פון סטראשענען

כ׳האב גראדע פארגעסן איין פרט.

קיין איין קינד וואס איז אראפ פון באס איז נישט פארשיקט געווארן דורך די וועכטער. אויף יעדע באס וואס איז היינט ארומגעפארן אפנעמען די קינדער זענען געווען 2 באס טיטשערס וואס האבן נישט ארויסגעלאזט קיינעם נאר מיט א קארטל. געכאפט געווארן אין סופרייז זענען געווען אויסשליסלעך די אינטער חכמים וואס זענען געקומען ברענגען די קינדער מיט די קארס, און אזוי אויסקראסן די סיסטעם, זיי זענען טאקע געכאפט געווארן אין שאק ביים זיך באגעגענען מיט די וועכטער אנקומענדיג צום סקול.

שקר
חוץ מזה די טראמא וואס די קינדער זענען אריבער איז נישט נארמאל.

כ׳דערשרעק מיר גאנץ קנאפע ווי הויעך איר זאלט נאר שרייען שקר, איר קריגט זיך אבער מיט א פאקט. עפעס פון וואס ס׳איז אפילו דא קליפס וואס צייגן עס.

איך ווייס נישט פון וועלכע פרט איר רעדט, אבער טאמער רעדט איר פון וועכטער אויף די באסעס, איז טאקע אזוי געווען וועכטער אויף די באסעס.

אגב, איך צי צוריק פון וואס איך האב געשריבן אז מען האט נישט ממש געסטראשעט די טעג בעפאר, איך האב יעצט גערעדט צו מער ווי איינער, און מען האט יא שטארק געסטראשעט, איינער זאגט מיר אז די לעצטע פאר טעג האט ער באצאלט ווי א טאטע'לע זיין שכ"ל באלאנס, וויבאלד מען האט אים ממש אראפגעדרייט א קאפ, געקאלט ממש 5-6 מאל א טאג אז ער מיז שוין באצאלן און טאמער נישט גייט מען נישט אריינלאזן אין דעי קעמפ.

אין אנדערע ווערטער, איינער וואס האט טאקע נישט געהאט באצאלט ביז יעצט נאכ'ן סטראשענען אזויפיל מאל, איז זיך אביסל ווערט דאס געלט, עס מיינט אז ער האט פשוט איגנארירט די אלע בקשות ואזהרות צו באצאלן שכר לימוד, אדער אויסשטעלן א פעימענט פלען צו באצאלן צוביסלעך, און איך פארשטיי זייער די ווייטאג פון די אלע עלטערן, אבער איך פארשטיי די מוסד אויך.

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דינסטאג יולי 02, 2019 11:32 pm

עסן פאר אידן האט געשריבן:מר. קלאץ פרעגט אייך נאך וויפיל פסקים דרייווערס האבן באקומען פארן לאזן קינדער גיין אהן באס טיטשערס בלויז מיט סעקיוריטי קא. אויפן באס

דאס איז אויך נישט אמת. עס זענען געווען אויף יעדע באס טיטשער'ס, חוץ דעם איז אויך געווען וועכטער.
פון פערזענליכע אינפארמאציע וואס איך האב מיך דירעקט נאכגעפרעגט, אז אויף די באס איז געווען זייער רואיג און די מיידלעך זענען בכלל נישט געווען דערשראקן,

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך יולי 03, 2019 12:12 am

א חרפה און א בושה.

אידן שעמטס אייך!

שפילן מיט אידיש בלוט איז ניט קיין 'קינדער' שפיל
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

חוח בין השושנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך יולי 03, 2019 12:32 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:א חרפה און א בושה.

אידן שעמטס אייך!

וועלכע אידן? די וואס צאלן אדער די וואס צאלן נישט?
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » מיטוואך יולי 03, 2019 12:43 am

איך האף אז מען וועט ארויסקומען מיט א קלארע אנטשולדיגונג
און א קבלה על העתיד אז אזא סארט זאך זאל מער נישט פאסירן
ס'איז א בושה פאר ק"י און א בושה פאר סאטמאר אזא שרעקליכע פאסירונג

ווי ס'קוקט מיר אויס איז דא מאנכע וואס באגרייפן ניטאמאל וואס א אימפארשעטע אקט דא איז פארגעקומען
קיין שום תירוץ אין די וועלט קען נישט פארענטפערן אזא געמיינע אקט
לעצט פאראכטן דורך פאטעטא קוגל אום מיטוואך יולי 03, 2019 12:54 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עסן פאר אידן » מיטוואך יולי 03, 2019 12:48 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:א חרפה און א בושה.

אידן שעמטס אייך!

וועלכע אידן? די וואס צאלן אדער די וואס צאלן נישט?

מען טוט דעיס נישט צו א צווייטע איד

ס'צום האפן מען זאל דערהערן די ריכטיגע רייד פון חברינו פאטעטא קוגל

פאטעטא קוגל האט געשריבן:איך האף אז מען וועט ארויסקומען מיט א קלארע אנטשולדיגונג
און א קבלה על העתיד אז אזא סארט זאך זאל מער נישט פאסירן

ס'איז א בושה פאר ק"י און א בושה פאר סאטמאר אזא שרעקליכע פאסירונג

ווי ס'קוקט מיר אויס איז דא מאנכע וואס באגרייפן ניטאמאל וואס א אימפארשעטע אקט דא איז פארגעקומען
קיין שום תירוץ אין די וועלט קען נישט פארענטפערן אזא געמיינע אקט

שטיגליץ
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » מיטוואך יולי 03, 2019 12:53 am

פאטעטא קוגל האט געשריבן:איך האף אז ער וועט ארויסקומען מיט א קלארע אנטשולדיגונג
און א קבלה על העתיד אז אזא סארט זאך זאל מער נישט פאסירן
ס'איז א בושה פאר ק"י און א בושה פאר סאטמאר אזא שרעקליכע פאסירונג

ווי ס'קוקט מיר אויס איז דא מאנכע וואס באגרייפן ניטאמאל וואס א אימפארשעטע אקט דא איז פארגעקומען
קיין שום תירוץ אין די וועלט קען נישט פארענטפערן אזא געמיינע אקט

אין כאן לא געמיין ולא כלום.

האפנטליך וועלן מענטשן זיך אויסלערנען אז שכר לימוד איז א עקספענס וואס מען מוז באצאלן און נישט עפעס א פושקע אין וואס מען ווארפט אריין אפאר איבעריגע דאללער ווען דער משולח (ליין: אדמיניסטראטאר) מוטשעט זייער שטארק. און אויב זענט איר אין א שווערע פינאנציעלע מצב, איגנאריר נישט קיין מעסעדזשעס, זעצט אייך אראפ מיט די הנהלה און אין רוב מוסדות קען מען עפעס אויסארבעטן.

די איינציגסטע וועג דאס צו אינפארסירן איז נאר אזוי.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך יולי 03, 2019 1:07 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:א חרפה און א בושה.

אידן שעמטס אייך!

וועלכע אידן? די וואס צאלן אדער די וואס צאלן נישט?

עמדו רגליך על הר סיני???
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך יולי 03, 2019 1:40 am

פאטעטא קוגל האט געשריבן:איך האף אז ער וועט ארויסקומען מיט א קלארע אנטשולדיגונג
און א קבלה על העתיד אז אזא סארט זאך זאל מער נישט פאסירן
ס'איז א בושה פאר ק"י און א בושה פאר סאטמאר אזא שרעקליכע פאסירונג

ווי ס'קוקט מיר אויס איז דא מאנכע וואס באגרייפן ניטאמאל וואס א אימפארשעטע אקט דא איז פארגעקומען
קיין שום תירוץ אין די וועלט קען נישט פארענטפערן אזא געמיינע אקט

גא"מ, ס'איז א שרעקליכע עוולה.

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » מיטוואך יולי 03, 2019 2:36 am

וואס וואלט דער רבי זכרונו לברכה געטון אין אזא פאל?

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך יולי 03, 2019 9:57 am

איך האב ארײנגעטראכט אז ממש איעדע זאך אױף דער װעלט איז דא א װעג װי מען קען זיך שפארען געלט אין עס טאהן אױף א ביליגערע אױפען חוץ "שכר לומד" װאס דאס איז ממש דער אײנציגסטע זאך לדעתי אין דער װעלט װאס ס׳איז נישטא קײן שום אלטערנעטיװע װעג פאר א מענטש צו טאהן עפעס אז ער זאל קענען טאהן אױף א ביליגערע אױפען (די אײנציגסטע װעג זיך צי שפארען "שכר לומד" איז אדער נישט שיקן די קינדער אין מוסדות אדער ח״װ שיקן אין פובליק סקול) װארפט דאס א שטיקל נעגעטיװע בליק אױף די יעצטיגע סיסטעם? אדער צי דאס ברענגט ארױס די װיכטיגקײט פון תורה אין חוניך?

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

דער ציל כשר''ט נישט דעם מיטל

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך יולי 03, 2019 10:24 am

סאיז א אומפארשעמטע אקט וואס ספאסט נישט פאר זרע אברהם יצחק ויעקב. ווען איך בין א מנהל המוסד וואס מוז אנקומען צו אזא מצב נישט האבדיג קיין אנדערע ברירה. וואלט איך מיך אפגעזאגט איך דארף נישט קיין מוסד אויף אזא אויפן.
נאר וואס דען סאיז אויך נישטא קיין תירוץ צו איגנארירען די הנהלה. אויב די האסט נישט זעץ דיך אראפ מיט זיי
מקען אויסארבעטן עפעס.
נאך א זאך שכר לימוד דארף זיין א פראיארעטי אין דיינע פינאנצען. נישט די לעצטע זאך.
א גיטער מנהל המוסד ווייסט וויאזוי צו קריכען אונטער די סקין פון מענטשען. אז מזאל זיך וויסענדיג מאכען אן ניצען מעשי אלימות אדער פארשעמענדע אקטען. דער ציל כשר'ט נישט דעם מיטל
נישט יעדער פארשטייט סארקאזים
אבער סארקאזי פארשטייט יעדעם איינעם
(חוץ איינער וואס טראכט אנדערש ווי מיר)

צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט