וויאזוי צו רעדן אדער זיך אויפצופירן צו מענטשן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

וויאזוי צו רעדן אדער זיך אויפצופירן צו מענטשן

תגובהדורך yid » מיטוואך יוני 12, 2019 10:16 am

א גוטן טייערע אידן
איך האב נאכנישט געזעהן אז מען זאל אויסלערנען א מענטש וויאזוי צו רעדן צו מענטשן אדער וויאזוי זיך אויפצופירן צו מענטשן איז אפשר קען איינער דא העלפן אין די וויכטיגע ענין

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מיטוואך יוני 12, 2019 10:24 am

How to win friends and influence people by Dale Carnegie

זכריהו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2017 12:47 pm

תגובהדורך זכריהו » מיטוואך יוני 12, 2019 10:29 am

זייער א וויכטיגע נושא.

ווען איך בין געבוירן בין איך דורך א קורס בחינם וויאזוי צו רעדן, עס האט געדויערט דריי יאר, די טיטשערס זענען געווען מיין טאטע און מיין מאמע. איך בין זייער צופרידן געווען פון די קורס.

און שפעטער אביסל ביך איך דורך א קורס וויאזוי זיך אויפצופירן, עס האט געדויערט בערך 10 יאר, דאס איז שוין געווען אביסל מער קאמפליצירט, יעדעס יאר א א אנדערע טיטשער. געכאפט פעטש, און זיך געלערנט פון דורכפעלער.

זאל איך מיך נאכפרעגן אויף זיי צו זיי זענען נאך עוועליבל?

דרך אגב, וויאזוי צו וואקן אויף די צוויי פוס האב איך נאך אויך נישט געזען אז מען זאל אויסלערנען. אפשר קען איינער העלפן אין דעם וויכטיגע ענין אויך?

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » מיטוואך יוני 12, 2019 10:31 am

הערליך האט געשריבן:How to win friends and influence people by Dale Carnegie

עס איז געווען צו באקומען אין א אידישע פארמאט.
בדוק ומנוסה.
צוגעלייגטע
1.pdf
(189.16 KiB) דאונלאודעד 251 מאל

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » מיטוואך יוני 12, 2019 11:00 am

זכריהו האט געשריבן:זייער א וויכטיגע נושא.

ווען איך בין געבוירן בין איך דורך א קורס בחינם וויאזוי צו רעדן, עס האט געדויערט דריי יאר, די טיטשערס זענען געווען מיין טאטע און מיין מאמע. איך בין זייער צופרידן געווען פון די קורס.

און שפעטער אביסל ביך איך דורך א קורס וויאזוי זיך אויפצופירן, עס האט געדויערט בערך 10 יאר, דאס איז שוין געווען אביסל מער קאמפליצירט, יעדעס יאר א א אנדערע טיטשער. געכאפט פעטש, און זיך געלערנט פון דורכפעלער.

זאל איך מיך נאכפרעגן אויף זיי צו זיי זענען נאך עוועליבל?

דרך אגב, וויאזוי צו וואקן אויף די צוויי פוס האב איך נאך אויך נישט געזען אז מען זאל אויסלערנען. אפשר קען איינער העלפן אין דעם וויכטיגע ענין אויך?

פארן זיך אויסלערנען וויאזוי צו רעדן צו מענטשן, פלעג איך אויך אזוי רעדן... :wink:

איז לאמיר זעהן צו איר קענט טאקע רעדן.

א מענטש האט געפרעגט א נארמאלע פראגע.
אויב איז דא א וועג אים צו ענטפערן נארמאל, דאן ענטפערט.
אויב טרעפט איר נישט קיין וועג צו ענטפערן נארמאל, זענט איר פטור פון ענטפערן.

אויב האט איר געענטפערן אויף א סארקאסטישן אופן, דאן האלט איר אז ער איז נישט בארעכטיגט צו פרעגן.
איז דאן גוט אז איר זאלט לעזן דעם ביך.
לעצט פאראכטן דורך לדעתי אום מיטוואך יוני 12, 2019 11:17 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זכריהו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2017 12:47 pm

תגובהדורך זכריהו » מיטוואך יוני 12, 2019 11:16 am

וואס מיינט אז מען לערנט זיך אויס וויאזוי צו רעדן צו מענטשן? די שפראך? די אקצענט?

מיינט עס נישט וויי צו טון א צווייטן? הוי מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות? וואס אלע ספרי מוסר און פרקי אבות איז פיל?

מיינט עס צו זאגן פאר יענעם גוט מארגן און שלום עליכם?

די אלע זאכן לערנט מען זיך אויס נאטורליכערהייט און מען ארבעט אויף זיך א גאנץ לעבן.

אויב איינער איז געבוירן אויפ׳ן לבנה אדער איז אויפגעוואקסן צווישן מענטשן וואס האבן נישט גערעדט נארמאל, דארף ער גיין צו טעראפי.

באלד וועסטו מיר זאגן אז פאר׳ן ליינען ביכער וויאזוי צו וואקן אויף די צוויי פוס האסטו אויך נישט פארשטאנען פארוואס מען דארף ביכער...

דער אייבישטער האט אראפגעשיקט א מענטש אויף דעם וועלט צו א טאטע און א מאמע און א סביבה, דארט לערנט מען זיך אויס וויאזוי צו וואקן, רעדן, עסן, טרונקן, לערנען.

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » מיטוואך יוני 12, 2019 11:46 am

זכריהו האט געשריבן:אדער איז אויפגעוואקסן צווישן מענטשן וואס האבן נישט גערעדט נארמאל, דארף ער גיין צו טעראפי.

אט פון דעם רעד איך.
טערעפי דארף איינער וואס נאכן ליינען די ביך, קען נאך אלס נישט רעדן געהעריג (אין ס'וועט אים לכאורה נישט צו פיל העלפן)
א נארמאלע געזינטע מענטש, דארף זיך פשוט אויסלערנען וויאזוי צו רעדן מיט מענטשן, אזוי ווי מ'לערנט זיך סיי וועלכע פאך.

ווען מיר זאלן ווען אויפוואקסן נאר צווישן נארמאלע מענטשן, ניחא.
אבער אזוי ווי די אוממענטשן דרייען זיך געהעריג אין די גאסן,
און אלס קינד זעהט אויס ווי ניצן א געשליפן צינגעל פאר נארמאלע מענטשן, און ביי יעדע שמועס איז א חכמה.
מיינט אז מיר האבן זיך נאך נישט אויסגעלערנט וויאזוי צו רעדן צו מענשן, דארף מען דאס בסך הכל זיך אויסלערנען פון אנדערע (פאר מען גייט צו טערעפי).

כ'וויל מקדים זיין אז איינער וואס דילט נישט מיט קיין אדאלטס (גדולים למעלה מכ"ג - כ"ה שנה) דורכן טאג (חוץ די בני בית) גייט זיך קיינמאל נישט "אנשטויסן" מיט די פראבלעם אז ער קען נישט רעדן צו מענטשן.
כ'זאג אנשטויסן, ווייל די פראבלעם (בעסער געזאגט "חוסר ידיעה") איז פאלקאם דא, אבער ער וועט טראכן ביי זיך אז "יעדער האט זיך זין שלום בית פעקל כפי דרגא דיליה. און מיט די קינדער פארשטיי איך מיר נישט געהעריג, אויך נישט קשה, זיי ראטן דאך אינעם שוויגער.

משא"כ איינער וואס מוז זיך אויסקומען מיט מענטשן דורכן טאג (כ'רעדט נישט אין ביהמ"ד) גייט זיך יא "אנשטויסן" מיט די פראבלעם, ס'גייט אים פאטשן אין פנים. היתכן כ'רעד ווי אזוי מ'האט מיר אויסגעלערנט ביז די 3 יאר, און ווען כ'רעדט מיט איינעם זאכליך, אדער כ'וויל אים עפעס מסביר זיין איז אלס דא מחלוקות אדער טענה'רייען אדער סארקאסטישע זאצן. פארוואס קען איך זיך נישט אויסקומען מיט יעדן איינעם אויף א נארמאלע וועג.
לעצט פאראכטן דורך לדעתי אום מיטוואך יוני 12, 2019 11:56 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3670
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך יוני 12, 2019 11:50 am

זכריהו האט געשריבן:וואס מיינט אז מען לערנט זיך אויס וויאזוי צו רעדן צו מענטשן? די שפראך? די אקצענט?

מיינט עס נישט וויי צו טון א צווייטן? הוי מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות? וואס אלע ספרי מוסר און פרקי אבות איז פיל?

מיינט עס צו זאגן פאר יענעם גוט מארגן און שלום עליכם?

די אלע זאכן לערנט מען זיך אויס נאטורליכערהייט און מען ארבעט אויף זיך א גאנץ לעבן.

אויב איינער איז געבוירן אויפ׳ן לבנה אדער איז אויפגעוואקסן צווישן מענטשן וואס האבן נישט גערעדט נארמאל, דארף ער גיין צו טעראפי.

באלד וועסטו מיר זאגן אז פאר׳ן ליינען ביכער וויאזוי צו וואקן אויף די צוויי פוס האסטו אויך נישט פארשטאנען פארוואס מען דארף ביכער...

דער אייבישטער האט אראפגעשיקט א מענטש אויף דעם וועלט צו א טאטע און א מאמע און א סביבה, דארט לערנט מען זיך אויס וויאזוי צו וואקן, רעדן, עסן, טרונקן, לערנען.

אנטשולדיגט, אבער דאס איז נישט קיין קינדער פארום.

די נושא פון קאמיוניקירן איז א פאך וואס מ'לערנט זיך אין קאלעזש אדער ביי אנדערע קורסעס. אודאי זענען דא אזעלכע וואס האבן די סקילס אליינס אן זיך דארפן לערנען אבער פאר רוב מענטשן קען א קורס העלפן.
איך האב געהערט אסאך בעלי דרשנים רעדן און זיי זאגן אמת'ע גוטע זאכן אבער וויבאלד זיי ווייסן נישט וויאזוי עס פארצולייגן, מאכט עס א שוואכע רושם. מ'דארף וויסן, מסדר זיין די ווערטער פאר'ן רעדן, צו קוקן אויף די מענטשן צו וועם מ'רעדט, ארויסזאגן קלאר די ווערטער, נישט איבער זאגן די זעלבע ווערטער אסאך מאל, ווען אויפצוהייבן די שטימע, ווען צו האקן אויף די טיש אדער מאכן אנדערע זשעסטשארס מיט די הענט ועוד ועוד

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

צ/ק

תגובהדורך nmi » מיטוואך יוני 12, 2019 12:24 pm

איך פאר אמאל ארויף בעדפארד זעה איך אז ביי פארק שטייט א מידל עידזש יוד פאר א היטש נעם איך אים אריין. נאכן פארן א פאר סקונדעס פרעגט ער מיר וויזוי הייסט א יוד? וועט איז קיין טאטע? ווער איז דיין שווער? וואס טוסטו איבערן טאג? יא דו קענסט עס גוט? וויפול צאלט מען פאר דעם? וואס גייט דיר אן מיר צו ענטפערן וויפול דו מאכסט?......
ווי פארסטו? זאג איך אים ביז וויליאמסבורג סטריט. (און דא האט זיך עס אנגעפאנגן...) דו קענסט עס נישט טון צו מיר איך וויל אנקומען צו סאוט (...). מען פירט זיך נישט אויף אזוי צו מענטשן. דו מוזט זאגן פארדעם ווי דו פארסט.... טו מעק ע לאנג סטארי שארט קוים בצרות איז ער ארויס פון מיין קאר.

די מעשה איז וואר און ס'זענען נאך דא 60 יעריגע חברה וואס זענען גרויסע בעביס. יאפ. דאס מיינט איינער וואס רעדט און פירט זיך נישט אויף ווי א מענטש.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מיטוואך יוני 12, 2019 12:25 pm

@זכריהו האט גראדע א שטארקע נקודה, פ״וו היינט איז געווארן אזא ׳מאסט׳ זיך צו לערנען קאמיוניקעישן, בעת אז אמאל האט מען נישט געהערט פון אזא זאך, און ס׳געווען פונקט גענוג וואס מ׳האטסעך געלערנט אלס קינד...

בפשטות איז ס׳תירוץ אז היינט לעבט מען אין א קאלערפולע וועלט און בעת מ׳גייט ארויס אין גאס שטויסט מען זיך אן אין אלע ערליי מענטאליטיס און אויב אלץ קינד איז נישט אויסגעקומען צו דיעלן מיט אזאנע סארט, ווייסט מען פשוט נישט וויאזוי מ׳עסט עס...
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

זכריהו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2017 12:47 pm

תגובהדורך זכריהו » מיטוואך יוני 12, 2019 1:25 pm

דער שואל פרעגט אזוי:

yid האט געשריבן:איך האב נאכנישט געזעהן אז מען זאל אויסלערנען א מענטש וויאזוי צו רעדן צו מענטשן אדער וויאזוי זיך אויפצופירן צו מענטשן איז אפשר קען איינער דא העלפן אין די וויכטיגע ענין

און דער עולם ענטפערט וועגן זיך לערנען סעילס אדער בעלי דרשנות. ווער מאכט דאס אוועק? איינער וואס וויל זיך לערנען א פאך דארף זיך גיין לערנען. פונקט ווי זיך לערנען קאמפיוטער, דארף מען זיך לערנען סעילס טאקטיקן.

אבער איינער וואס טוט א רעגולער ביזנעס אין דיעלט מיט מענטשן, זאל זיין נאטורליך וואס ער איז, זיך לערנען פון די סביבה וויאזוי יעדער רעדט. ווייל ביז די 120 וועט ער סייווי נישט זיין קיין מושלם.

אויב א ערוואקסענע מענטש איז קאמפליצירט און איז מצער מענטשן מיט זיינע הערות נאכאמאל און נאכאמאל זאל ער גיין צו טעראפי פיקסן זיינע פראבלעמס.

איך קום מיך אויך נישט אויס אייביג מיט מיינע שכנים, מען בעט זיך איבער, מען לאכט, מען שטעלט זיך אויף די רעכטן, מען מאכט א פשרה, מען פארזעט, מען פארקוקט, מען קוקט זייטיג, מען גרוסט זיך, מען איגנארירט זיך. עולם כמנהגו נוהג.

וואו קומט אריין זיך גיין לערנען? איך דארף איבערמאכן מיין גאנצע סיסטעם ווייל עפעס א משוגענער האט באשלאסן אז ער וויל טוישן מיין לעבן?

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » מיטוואך יוני 12, 2019 1:32 pm

זכריהו האט געשריבן:דער שואל פרעגט אזוי:

איך וויל דיר זייער שטארק ענטפערן, אבער כ'האב מורא אז דו וועסט מיינען אז כ'פיר דא א פערזענליכע קאנפליקט מיט דיר.
ממילא בעט איך רשות פון דיר, דיר צו ענפערן.
ושנית. פאר איך גיי ווייטער וויל איך וויסן צו דו האסט פארשטאנען וואס כ'האב דיר געענטפערט ביז יעצט.

יישר כח
הק' לדעתי

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3670
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך יוני 12, 2019 2:01 pm

זכריהו האט געשריבן:דער שואל פרעגט אזוי:

yid האט געשריבן:איך האב נאכנישט געזעהן אז מען זאל אויסלערנען א מענטש וויאזוי צו רעדן צו מענטשן אדער וויאזוי זיך אויפצופירן צו מענטשן איז אפשר קען איינער דא העלפן אין די וויכטיגע ענין

און דער עולם ענטפערט וועגן זיך לערנען סעילס אדער בעלי דרשנות. ווער מאכט דאס אוועק? איינער וואס וויל זיך לערנען א פאך דארף זיך גיין לערנען. פונקט ווי זיך לערנען קאמפיוטער, דארף מען זיך לערנען סעילס טאקטיקן.

אבער איינער וואס טוט א רעגולער ביזנעס אין דיעלט מיט מענטשן, זאל זיין נאטורליך וואס ער איז, זיך לערנען פון די סביבה וויאזוי יעדער רעדט. ווייל ביז די 120 וועט ער סייווי נישט זיין קיין מושלם.

אויב א ערוואקסענע מענטש איז קאמפליצירט און איז מצער מענטשן מיט זיינע הערות נאכאמאל און נאכאמאל זאל ער גיין צו טעראפי פיקסן זיינע פראבלעמס.

איך קום מיך אויך נישט אויס אייביג מיט מיינע שכנים, מען בעט זיך איבער, מען לאכט, מען שטעלט זיך אויף די רעכטן, מען מאכט א פשרה, מען פארזעט, מען פארקוקט, מען קוקט זייטיג, מען גרוסט זיך, מען איגנארירט זיך. עולם כמנהגו נוהג.

וואו קומט אריין זיך גיין לערנען? איך דארף איבערמאכן מיין גאנצע סיסטעם ווייל עפעס א משוגענער האט באשלאסן אז ער וויל טוישן מיין לעבן?

אקעי, איך הער וואס די האלטסט - אז די אשכול איז איבעריג. יעצט אז די האסט שוין געלאזט הערן דעתך הגדולה ביסטי מכובד צו גיין ווייטער צו איינע פון די טויזענטע אנדערע אשכולות און לאז די אשכול פאר די וואס זענען יא אינטערעסירט

שטיגליץ
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » מיטוואך יוני 12, 2019 2:23 pm

זכריהו האט געשריבן:דער שואל פרעגט אזוי:

yid האט געשריבן:איך האב נאכנישט געזעהן אז מען זאל אויסלערנען א מענטש וויאזוי צו רעדן צו מענטשן אדער וויאזוי זיך אויפצופירן צו מענטשן איז אפשר קען איינער דא העלפן אין די וויכטיגע ענין

און דער עולם ענטפערט וועגן זיך לערנען סעילס אדער בעלי דרשנות. ווער מאכט דאס אוועק? איינער וואס וויל זיך לערנען א פאך דארף זיך גיין לערנען. פונקט ווי זיך לערנען קאמפיוטער, דארף מען זיך לערנען סעילס טאקטיקן.

אבער איינער וואס טוט א רעגולער ביזנעס אין דיעלט מיט מענטשן, זאל זיין נאטורליך וואס ער איז, זיך לערנען פון די סביבה וויאזוי יעדער רעדט. ווייל ביז די 120 וועט ער סייווי נישט זיין קיין מושלם.

אויב א ערוואקסענע מענטש איז קאמפליצירט און איז מצער מענטשן מיט זיינע הערות נאכאמאל און נאכאמאל זאל ער גיין צו טעראפי פיקסן זיינע פראבלעמס.

איך קום מיך אויך נישט אויס אייביג מיט מיינע שכנים, מען בעט זיך איבער, מען לאכט, מען שטעלט זיך אויף די רעכטן, מען מאכט א פשרה, מען פארזעט, מען פארקוקט, מען קוקט זייטיג, מען גרוסט זיך, מען איגנארירט זיך. עולם כמנהגו נוהג.

וואו קומט אריין זיך גיין לערנען? איך דארף איבערמאכן מיין גאנצע סיסטעם ווייל עפעס א משוגענער האט באשלאסן אז ער וויל טוישן מיין לעבן?

אמאל פלעגט מען בויען סוכות פון פסולת גורן ויקב, אויב האט געפעהלט א וואנט האט מען צוגעלייגט א שטיקל האלץ געטראפן אין גאראזש, און אויב האט זיך געמאכט א לעכל האט מען עס פארשטאפט מיט ווייץ אפפאל פונעם שייער וואס איז פארבליבן נאכן ווינטשויפלען.

קומט איין משוגענער און שטעלט אהער א לייטער סוכה און איך מוז יעצט טוישן מיין גאנצע סוכה סטייל ווייל ער האט באשלאסן?

קיינער צווינגט נישט קיינעם, אויב זענט איר צופרידן וויאזוי איר זענט, כל הכבוד, בלייבט מיט אייער מהלך ווי ביז איצט.

אויב פילט איר אבער ווי איר האט א קאמיוניקאציע פראבלעם, קען פשוט זיין אז איר פארזעהט געוויסע כללים וואס קען מעגליך זיין בייהילפיג און קען גאר זיין אז די בוך פארמאגט א לעזונג.

נ.ב. איך בין אייער אונטערשטע שכן, און ניין, שיקן א קאנטעינער פיש זאפט מוצאי שבת הייסט נישט איבערגעבעטן פאר די אראנדזש דזשוס שויער וואס אייערע קינדער האבן געשפריצט פון די פארטש און באגאסן מיר מיט מיין נייעם שטריימל דעם פרייטאג צונאכטס, נעקסטיים זעה די קאטשעניו זאל כאטש זיין פארגליווערט.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

דער פותח האשכול רירט אן זייער א וויכטיגע נושא, ובמחילת כבודם פון די קריטיקירער, עמיצער וואס האט נישט געלעזט דעיל קארנאגי'ס בוך (אגב, רעקאמענדירט דורך רבי אביגדור מיללער זצ"ל), אדער איז נישט דורגעגאנגען א קורס וואס לערנט אויס ווי אזוי צו קאמיוניקירן מיט מענטשן, וועט בכלל נישט פארשטיין וואס מען וויל פון אים.

"קאמיוניקאציע" איז נישט סתם "שפראך" וואס מען האט אויפגעפיקט פון די עלטערן און פון געזעלשאפט. א געלונגענע קומיוניקעיטער ווייסט וואס/ווען/וויאזוי צו רעדן צו זיין שותף/קינד/פרוי/ארבעטער/קאלעגע/בעה"ב. ער באזיצט די פאסיגע מעטאדן ווי אזוי אויסצוהערן א צווייטן, ווי אזוי צו פארשטיין יענעם און מאכן יענעם פילן אז מען הערט אים אויס און מען פארשטייט אים. ער פארמאגט די ריכטיגע טולס צו באאיינפליסן אנדערע מענטשן צו טוהן ריכטיגע שריט וואס איז גוט פאר "זיי". וכו' וכו'

די מציאות איז אז רוב מענטשן אויפן כדור הארץ זענען נישט געבוירן מיט די ריכטיגע קומיוניקאציע טולס. און פונקט ווי דער האלץ האקער, און דער אינשורענס פארקויפער, און דער אוטא טרייבער, און דער שרייבער ברויכן זיך גיין לערנען די פאך, איז אויך כדאי אז יעדע מענטש זאל טוהן השתדלות צו פארבעסערן און אויסשארפן זיינע קאמיוניקאציע סקילס.
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

מחשב
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך יוני 12, 2019 2:57 pm

מונאוויטש האט געשריבן:דער פותח האשכול רירט אן זייער א וויכטיגע נושא, ובמחילת כבודם פון די קריטיקירער, עמיצער וואס האט נישט געלעזט דעיל קארנאגי'ס בוך (אגב, רעקאמענדירט דורך רבי אביגדור מיללער זצ"ל), אדער איז נישט דורגעגאנגען א קורס וואס לערנט אויס ווי אזוי צו קאמיוניקירן מיט מענטשן, וועט בכלל נישט פארשטיין וואס מען וויל פון אים.

"קאמיוניקאציע" איז נישט סתם "שפראך" וואס מען האט אויפגעפיקט פון די עלטערן און פון געזעלשאפט. א געלונגענע קומיוניקעיטער ווייסט וואס/ווען/וויאזוי צו רעדן צו זיין שותף/קינד/פרוי/ארבעטער/קאלעגע/בעה"ב. ער באזיצט די פאסיגע מעטאדן ווי אזוי אויסצוהערן א צווייטן, ווי אזוי צו פארשטיין יענעם און מאכן יענעם פילן אז מען הערט אים אויס און מען פארשטייט אים. ער פארמאגט די ריכטיגע טולס צו באאיינפליסן אנדערע מענטשן צו טוהן ריכטיגע שריט וואס איז גוט פאר "זיי". וכו' וכו'

די מציאות איז אז רוב מענטשן אויפן כדור הארץ זענען נישט געבוירן מיט די ריכטיגע קומיוניקאציע טולס. און פונקט ווי דער האלץ האקער, און דער אינשורענס פארקויפער, און דער אוטא טרייבער, און דער שרייבער ברויכן זיך גיין לערנען די פאך, איז אויך כדאי אז יעדע מענטש זאל טוהן השתדלות צו פארבעסערן און אויסשארפן זיינע קאמיוניקאציע סקילס.

געזאגט דאס וואס כ'בין געווען פויל צו שרייבן.

דו רעדסט מער פון עשה טוב, מוסיף והולך. אבער דאס מציאות איז אז זייער אסאך רעלאטיוו קלוגע און סוקסעספולע מענטשן זענען 'שלעכט' אין קאמיוניקאציע, כ'רעד נישט נאר אין מער קאמפלעצירטע פעלער, ווי אפזאגן/בעטן א טובה, אנטשולדיגן אויף א עוולה וכדו', נאר אפילו אין פשוטע פעלער, כ'האב נישט קיין געדולד צו ברענגען משלים.

מ'קען זיך זיכער אסאך לערנען, און עס איז גאר א וויכטיגע טאפיק פאר אסאך מענטשן, און 'כדי' פאר פיל מער מענטשן. ס'איז גאנץ א ברייטע פעלד.

כ'וואלט מציע געווען דעם פותח האשכול אז ער זאל פארשטעלן א שאלה אדער סיטואציע, כדי צו כאפן די פארשידענארטיגע ריאקציעס פון מענטשן, און צו זעהן ווי וויכטיג עס איז יא צו לערנען קאמיוניקאציע.
הוי מחשב...

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » מיטוואך יוני 12, 2019 3:50 pm

מחשב האט געשריבן:כ'וואלט מציע געווען דעם פותח האשכול אז ער זאל פארשטעלן א שאלה אדער סיטואציע, כדי צו כאפן די פארשידענארטיגע ריאקציעס פון מענטשן, און צו זעהן ווי וויכטיג עס איז יא צו לערנען קאמיוניקאציע.

לכאורה איז נישט שייך צו זעהן פון וואס מ'רעדט דורך פרעגן א שאלה און זעהן די ריאקציעס,
קודם ווייל קאמיוניקאציע איז איבערהויפט נישט ביי קיין געוויסע סיטיאציע (מצב) ס'יאז די גאנצע געשפרעך צווישן מענטשן ווי מ'פארשטייט זיך, און מ'זעהט די ריליסטישע זייט פון די מטבע, און מ'פראבירט זיך צוזאמען צו העלפן, און יעדער פארשטייט יעדנס רעכטן צוגלייך.

ושנית נישט יעדער וועט הענדלען א געוויסע מצב די זעלבע, ווייל יעדע האט זיך זיינע נאטארן, און זיינע מהלכים וויאזוי זיך אן עצה צו געבן, אבער די סוף פסוק פון די גאצע שמועס, איז א רואיגע און ריליסטישע.

ושלישית! דארף מען נישט ברענגן קיין שאלות, ווייל אויב איינער וויל קען ער דורכגיין "דעם אשכול" און זעהן פארשידענע ריאקציעס...

וויסענשאפט
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 03, 2015 2:47 pm

תגובהדורך וויסענשאפט » מיטוואך יוני 12, 2019 4:12 pm

yid האט געשריבן:א גוטן טייערע אידן
איך האב נאכנישט געזעהן אז מען זאל אויסלערנען א מענטש וויאזוי צו רעדן צו מענטשן אדער וויאזוי זיך אויפצופירן צו מענטשן איז אפשר קען איינער דא העלפן אין די וויכטיגע ענין

אויב איר קענט גיבן מער פרטים מיר וועלן פרבירן צי העלפן

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך יוני 12, 2019 4:31 pm

עס איז וויכטיג צו באקומען די אומזיסטע קאורס פון געבורט ביז די דריי יאהר. גערעכט.

אבער דערנאך, איז אויך וויכטיג צו באקומען א גיטע קורס, פשוט צו וויסן וויאזוי צו קאמיונקעיטען מיט באקאנטע, משפחה, ווי אויך... קא-וואורקעס און קליענטן. בפרט, אז היינט, איז נישט ווי אמאהל, און אסאך עלטערן ווייסן נישט וויאזוי מען גיט די אומזיסטע קאורס.

דער פותח האשכול פרעגט גאר א גיטע קשיא.

און איז אזוי... אויב די ווייטסטע ווי איהר גייט נאך מעיפעל ענד טרי או סיקס איז עווערגרין, (אדער ראס קארנער לי, וכו' - לייגט אריין אייער קאמפארט זאון דא) און דאס איז שוין אביסט אינדרויסן פון דיין קאמפארט זאון, דאן דארפט איהר טאקע גארנישט וויסן מעהר. פאר האבען דעבאטעס אין קאווע שטיבל אדער מקווה, דארף מען נישט מער. אבער, אויב דארפט איהר געווינען מענטשען, דאן איז דא א שיעור, ווי ווייט געפילטע פיש וויצן וועלן ארבייטן.

איך טו גאר שטארק רעקאמאנדיר די קאורס פון דעיל קארנאגי. מען מיז עס נישט ליינען, מען קען עס היינט האבן גאר ביליג אויף סי-דיס אדער פאדקעסט פון עמעזאן, וכו'.

(שא... זאג נישט אויס, איך האב עס געהאט בחינם פון די לייבערי... אויסגעהערט און צירוק געגעבן.)
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

עושר אדיר
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 5:45 pm

תגובהדורך עושר אדיר » מיטוואך יוני 12, 2019 8:04 pm

yid האט געשריבן:א גוטן טייערע אידן
איך האב נאכנישט געזעהן אז מען זאל אויסלערנען א מענטש וויאזוי צו רעדן צו מענטשן אדער וויאזוי זיך אויפצופירן צו מענטשן איז אפשר קען איינער דא העלפן אין די וויכטיגע ענין

עס איז דא פארשידענע קורסעס כסדר ווי למשל "להשיג" וכדו' וואס זאגן אז זיי לערנען אויס וויאזוי צו רעדן און זיך באגיין צווישן מענטשען.

די כלל איז אז פאר די רעדסט ארויס א ווארט צו איינעם וואס איז וויכטיג דיין רעדן, זיי עס מנפה, און טראכט עס א דורך אויב וואלסטו ליב געהאט ווען א צווייטער רעדט צו דיר אזוי, אויב וואלט דאס דיר מצער געווען דאן זאג עס נישט פאר דיין חבר, ווידער אויב זעסטו אין דיין חבר א גוטע זאך טו אים קאמפליעמנטען דערויף.
ואהבת לרעך כמוך זה כלל גדול בתורה!

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך יוני 12, 2019 10:36 pm

;l;p-
עושר אדיר האט געשריבן:
yid האט געשריבן:א גוטן טייערע אידן
איך האב נאכנישט געזעהן אז מען זאל אויסלערנען א מענטש וויאזוי צו רעדן צו מענטשן אדער וויאזוי זיך אויפצופירן צו מענטשן איז אפשר קען איינער דא העלפן אין די וויכטיגע ענין

עס איז דא פארשידענע קורסעס כסדר ווי למשל "להשיג" וכדו' וואס זאגן אז זיי לערנען אויס וויאזוי צו רעדן און זיך באגיין צווישן מענטשען.

די כלל איז אז פאר די רעדסט ארויס א ווארט צו איינעם וואס איז וויכטיג דיין רעדן, זיי עס מנפה, און טראכט עס א דורך אויב וואלסטו ליב געהאט ווען א צווייטער רעדט צו דיר אזוי, אויב וואלט דאס דיר מצער געווען דאן זאג עס נישט פאר דיין חבר, ווידער אויב זעסטו אין דיין חבר א גוטע זאך טו אים קאמפליעמנטען דערויף.
ואהבת לרעך כמוך זה כלל גדול בתורה!

מה דעלך סני לחברך לא תעביד
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » דאנארשטאג יוני 13, 2019 9:22 am

איך וועל אביסל מער מסביר זיין וואס איך מיין

וויאזוי צו רעדן צו מענטשן און נישט וויי צו טון
ווען די רעדסט צו איינעם וויאזוי זיך נישט האלטן קלוגער בעסער ערליכער ווי יענעם
וויאזוי רעדן שיין צו מענטשן
וואס יא צו רעדן און וואס נישט צו רעדן

Of course
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

תגובהדורך Of course » פרייטאג יוני 14, 2019 2:15 am

Graphic24 האט געשריבן:@זכריהו האט גראדע א שטארקע נקודה, פ״וו היינט איז געווארן אזא ׳מאסט׳ זיך צו לערנען קאמיוניקעישן, בעת אז אמאל האט מען נישט געהערט פון אזא זאך, און ס׳געווען פונקט גענוג וואס מ׳האטסעך געלערנט אלס קינד...

בפשטות איז ס׳תירוץ אז היינט לעבט מען אין א קאלערפולע וועלט און בעת מ׳גייט ארויס אין גאס שטויסט מען זיך אן אין אלע ערליי מענטאליטיס און אויב אלץ קינד איז נישט אויסגעקומען צו דיעלן מיט אזאנע סארט, ווייסט מען פשוט נישט וויאזוי מ׳עסט עס...

סתם געפירקלט.

איינער פרעגט א נארמאלע קשור. ער דיעלט מיט מענטשן אגאנצן טאג. החיים והמות ביד בלשון.

ווי קען מען אויסשארפן דעים חוש?

האסט עצות, טיפס,בעטער, קורסעס, געדאנקען, אייגענע עקפיריענס, קענסט איינעם וואס קען ארויסהעלפן איינער וואס וויל ווערן א בעסערע סעילסמען, /טאטע/מאן/איידעם/ארבייטער/ארבייטסגעבער, דאן ענטפער.

אז נישט, לייען מיט דארשט.

סאיז דא א טשענס אז דו גייסט קלוגער ווערן.

לא אפ די סעלף עסטיעם פאר יעצט

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט