אמעריקא און איראן דירעקטע נוקלעארע געשפרעכן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג יולי 03, 2018 10:57 pm

.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מיטוואך יולי 04, 2018 12:25 am

כאפצעם האט געשריבן:און עפעס אן איראנער שמאטע קאפ טרעף איך גארנישט.

די איראנע דיעל איז געווען געבעיסט אויף וואס עפעס אן איראנער שמאטע קאפ האט געזאגט

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יולי 04, 2018 1:32 am

SPUSMN האט געשריבן:איך פארשטיי נישט דער גאנצע פראבלעם און פארוואס דאס געדילד פון איראן'ס סופרים לידער עלי-כאמעני האלט ביים פלאצען קעגען אמעריקע ווי איראן ווארענט אונז. לאמיר צוריק מישען א בלעטעל געשיכטע.

איראן'ס סופרים לידער האט ארויס געגעבען א "פאטווע" (א פסק שאין להרהר אחריה, א פסק וואס איז ביינדינג), אז איסלאם פארבאט אטאמישע וואפען, כעמישע וואפען, און אלע מאסען פאניכטונגס וואפען; נאו איף'ס ענד'ס אר באט'ס. דער פאטווע האט ער ארויס געגעבען (יא, דער יאר שטימט פאר ווער עס האלט חשבון) אין 2003.

פרעזידענט אבאמא האט עס אפילו געניצט אין זיין (נארישע און קינדערישע אימבעסיליק) דרשה אין דער יונייטעד נעישען'ס אין 2013, זאגענדיג מיט פאטאס אז.
the Supreme Leader has issued a fatwa against the development of nuclear weapons, and President Rouhani has just recently reiterated that the Islamic Republic will never develop a nuclear weapon

https://obamawhitehouse.archives.gov/th ... l-assembly

אלזא פארשטיי איך נישט וואס דער גאנצע טומל איז. איראן דארף נאר ארויס נעמען דער פארשטויבטע פאטווע פון שיפלאד און דערקלערען אז זיי פאלגען זייער כאמעני (וואס מען זאגט לעבט נאך) און גייען איין האלטען דער דיעל (ליין "די פאטווע") יא אמעריקע צו נישט אמעריקע, ושולעכץ על ישמעאל.

דא האט איר עס שחור על גבי לבן (אנגענומען אין בית הלבן אינטער אבאמא הארמי)
https://en.wikipedia.org/wiki/Ali_Khame ... ar_weapons

צווישען די שטיקלעך דארט ווערען מיר געוואויר אז איראן האט נישט געזיכט זיך נוקם זיין אין איראק נאכדעם וואס איראק האט געניצט כעמישע וואפען און געהארגעט דערמיט 20,000 איראנער און פארוואונדעט א 100,000; חס ושולוכץ, זיי האבען נישט געזיכט זיך נוקם זיין, און ווייסט עטץ פארוואס? ווייל עס איז נישט קאנסיסטענט מיט איסלאימישע טיעטשינג וואס איז דערקעגען וואפען פון מאס דעסטראקשען.

כ'ווייס שוין נישט וועם צו גלייבען. טראמפ נישט; וועמען יא?



אן אריינגיין אין די אינהאלט פון די תגובה, די לענגווידזש איז אריינצובייסן! טשאדאש!!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
זונדל שאלאמאן
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 10:53 am

רוכאני סטראשעט טראמפ מיט “די מאמע פון אלע מלחמות”

תגובהדורך זונדל שאלאמאן » זונטאג יולי 22, 2018 2:59 pm

ווי עס שיינט טוען די אמעריקאנער סאנקציעס אויף איראן האבן גאנץ א שטארקער אפעקט, מען דארף נישט מער ווי זען דען ווי דער איראנער פירער כאסאן רוכאני טוט סטראשען און שימפן אויף דעם אמעריקאנעם פרעזידענט דאנעלד טראמפ, צו פארשטיין אז די מצב ביי אים איז גאר ביטער.

די סאנקציעס האט שוין פריער אין מאנאט געברענגט ווילדע פראטעסטן און סטראשונקעס פון ביידע זייטן, נאכדעם וואס גאר אסאך איראנער בירגער האבן אויפגעהויבן א וויי געשריי קעגן דעם אייאטאלישן רעזשים אין איראן, וואס אונטערדרוקט די מאסן מיט א געפערליכער ברוטאליטעט.

היינט האט דער איראנער פרעדיזענט כאסאן רוכאני געגעבן אן אינטערוויו פאר די “איסנא” נייעס אגענטור, וואו ער האט געשיקט שארפע מעסעדזשעס פאר דעם אמעריקאנער פרעזידענט. רוכאני האט געווארנט איבער דעם וואס אמעריקע פלאנירט צו פארשארפערן די סאנקציעס קעגן איראן.

“מיסטער פרעזידענט” האט רוכאני געדראעט. “שפיל נישט ארום מיט דעם לייב’ס וויידל, ווייל דו וועסט ביטערליך חרטה האבן”.

ער האט אינמיטן די אינטערוויו אויך געזאגט אז “אמעריקע דארף וויסן, אז א שלום אפמאך צווישן אונז וועט זיין ווי אלע שלום אפמאכן, אבער א קריג מיט איראן וועט זיין א פאטאלער טעות, דאס וועט זיין די ‘מאמע פון אלע מלחמות’.” האט רוכאני געסטראשעט, אז עס קומט עפעס ווער ווייסט וואס, אין פאל אמעריקע הייבט אן א קריג דירעקט מיט איראן.

דאס קומט א טאג נאכדעם וואס דער איראנער גייסטליכער פירער אייאטאללא כומעני האט קלארגעשטעלט, אז סיי וועלכע סארט האנדלונג מיט די פאראייניגטע שטאטן איז א קלארע טעות. לויט כומעני קען מען נישט געטרויען אמעריקע מיט קיין איינציג ווארט, און ער האט געווארנט אז מ’וועט נישט ארומשפילן מיט אים, איבערהויפט ווען עס קומט צו לייגן סאנקציעס אויף די אויל און גאזעלין, פון וואס עס באשטייט א גרויס טייל פון די איראנע אקענאמיע.

ער האט ווידערהאלט זיין דראאונג אין א זיצונג מיט הויכראנקיגע אויסערן מיניסטארן, דיפלאמאטן און אמבאסאדארן, אז ער וועט בלאקירן סיי וועלכע נעפט טראנספארט אינעם מיטל מזרח, אין פאל איראן וועט נישט קענען פארקויפן זייער נעפט. “קיין איין לאנד וועט נישט קענען עקספארטירן נעפט אין געגנט, אויב פאר אונז איז דאס פארבאטן”.

קרעדיט - אידישער ווינקל

אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » זונטאג יולי 29, 2018 11:43 am

טעהראן - נאך וואס געוויסע רעכטע נייעס אגענטורען האבן לעצטנס געמאלדן אז אבאמא האט געגעבען איבער 2,500 גרין קארד'ס פאר איראנער דיפלאמאטן און מינסטארן מיט זייערע קינדער, דאס איז געוועהן אזוי אונטער טיש אלס טייל פון די איראן דיעל.... האבן נעכטן די איראנער אפיציעל מודה געוועהן אז מיר האבן באקומען די גרין קארדס, א פאר טעג נאך דעם וואס אבאמא האט עס בכבודו ובעצמו פארלייקענט.
קרעדיט JCN Daily
ווען דו קויפסט
אין any major store דורך די לינק
שפארסטו  אפאר פראצענט בחינם



https://www.my-bestgift.com

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6303
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג יולי 29, 2018 1:27 pm

טראמפ'ס 3002'סטע ליגנט

אוופס.. אבאמא'ס ערשטע ליגנט
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9058
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג יולי 29, 2018 3:32 pm

זזה האט געשריבן:טעהראן - נאך וואס געוויסע רעכטע נייעס אגענטורען האבן לעצטנס געמאלדן אז אבאמא האט געגעבען איבער 2,500 גרין קארד'ס פאר איראנער דיפלאמאטן און מינסטארן מיט זייערע קינדער, דאס איז געוועהן אזוי אונטער טיש אלס טייל פון די איראן דיעל.... האבן נעכטן די איראנער אפיציעל מודה געוועהן אז מיר האבן באקומען די גרין קארדס, א פאר טעג נאך דעם וואס אבאמא האט עס בכבודו ובעצמו פארלייקענט.
קרעדיט JCN Daily

די גלייבסט די איראנער מער פון דעם אמעריקאנער פרעזידענט?! שעם זיך!
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » זונטאג יולי 29, 2018 3:33 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
זזה האט געשריבן:טעהראן - נאך וואס געוויסע רעכטע נייעס אגענטורען האבן לעצטנס געמאלדן אז אבאמא האט געגעבען איבער 2,500 גרין קארד'ס פאר איראנער דיפלאמאטן און מינסטארן מיט זייערע קינדער, דאס איז געוועהן אזוי אונטער טיש אלס טייל פון די איראן דיעל.... האבן נעכטן די איראנער אפיציעל מודה געוועהן אז מיר האבן באקומען די גרין קארדס, א פאר טעג נאך דעם וואס אבאמא האט עס בכבודו ובעצמו פארלייקענט.
קרעדיט JCN Daily

די גלייבסט די איראנער מער פון דעם אמעריקאנער פרעזידענט?! שעם זיך!
;l;p-
ווען דו קויפסט
אין any major store דורך די לינק
שפארסטו  אפאר פראצענט בחינם



https://www.my-bestgift.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9058
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:31 am

דער בריטישער פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן האט איבערראשט די וועלט, ווען ער איז ארויסגעקומען נעכטן און געזאגט אז עס איז צייט פאר א נייעם דיעל מיט איראן, וואס זאל ווערן פריש אויסגעארבעט.

דזשאנסאן האט דערמיט זיך אפגעבראכן פון די אייראפעאישע אליאירטע פראנקרייך און דייטשלאנד, וועלכע פרובירן נאך אלץ צו ראטעווען דעם יאר 15' דיעל טראץ איראן'ס נאכאנאנדע פארלעצונגען.

פרעזידענט טראמפ האט אויסגעלויבט דזשאנסאן פאר זיין ארויסטריט, זאגנדיג אז ער האט אייביג געוואוסט אז דזשאנסאן איז א קלוגער.

איד דעילי
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

א גולם
שר האלף
תגובות: 1991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מאנטאג פאברואר 17, 2020 7:45 am

רוכאני: איראן וועט זיך נישט ברעכן


טעהראן – דער איראנער פרעזידענט כאסאן רוכאני זאגט, אז איראן וועט זיך קיינמאל נישט ברעכן פאר אמעריקע'ס דרוק און זיך נישט זעצן פאר געשפרעכן אונטער די יעצטיגע אומשטענדן. רוכאני האט אדרעסירט דאס וואס די טראמפ אדמיניסטראציע פירט א "מאקסימום פרעשור" קאמפיין מיט'ן זיך ארויסציען פונעם נוקלעארן אפמאך און ארויפשטעלן פרישע סאנקציעס. רוכאני האט אנערקענט אז די סאנקציעס שעדיגן איראן'ס עקאנאמיע, אבער האט געזאגט אז איראן וועט זיך נאר זעצן פאר געשפרעכן אויב אמעריקע נעמט אראפ די סאנקציעס.


דער דעלי איד

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: אמעריקא און איראן דירעקטע נוקלעארע געשפרעכן

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג יוני 29, 2020 9:55 am

Iran issues arrest warrant for Trump over killing of top commander
Qasem Soleimani


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: 1man, tarmab, Toyota, אייניקל פון א חסיד, געוואלד, געטראכט, חלה לכבוד שבת, מודהאני, קאפ און אקסל, קרייסלער, רוח נכאה, שאראש-פאטאק און 62 געסט