טשיקאווע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג פאברואר 12, 2018 4:53 pm

יאצמעך האט געשריבן:צחקתי..

קיינער האט נישט פראבירט ארויס צו נעמען דאס קינד מיטן גליטשיגין גאפל?

נאכן ליינען דיין תגובה צחקתי.. ( שוין כמעט געווען אויפן קול)
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג פאברואר 13, 2018 6:09 pm

א פארמער אין סקאטלאנד וועט שוין נישט רופן די פאליציי אזוי אפט, נאכדעם וואס ער האט אלארמירט די פאליציי און אנדערע עמורדזשענסי אגענטורן אז ער זעט אין זיין גארטן א ריזיגן טיגער, און ער ציטערט אז דער טיגער איז דא מיט זיין פאמיליע, און זיי גייען זיך אט ארויסלאזן אין אן אטאקע אויף זיין הויז, אדער פארם, וואו ער פארמאגט קוען און אנדערע באשעפענישן. די געלערנטע פאליציי אפיצירן זענען אנגעקומען און טאקע באשטעטיגט אז א טיגער זיצט און אטעמט אזוי געמיטלעך, הארט נעבן דער הייזקע ווי די קוען האבן זיך אויפגעהאלטן. נאך עטליכע אנגעצויגענע מאמענטן , גייענדיג גאר נאענט צום טיגער, האט איין אפיציר באמערקט אז דער טיגער האט צו זיך צוגעקלעבט א פרייז צעטל... ארויסגעשטעלט האט זיך אז עס איז געווען נישט מער ווי א גרויסער שפילצייג טיגער, אין סייז פון א געהעריגן גרויסן טיגער
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

פון ניו יארק קיין קאליפארניע, וויאזוי?

תגובהדורך דונש » מאנטאג פאברואר 19, 2018 12:37 pm

מער טראגי-קאמיש ווי טשיקאווע....
ניו יארק – פּאליציי אין ניו יארק פּרובירן צוזאמצושטעלן די מיסטעריע, וויאזוי א קאנאדישער בירגער, וועלכער האט זיך געפונען אויף וואקאציע אין ניו יארק, איז אנגעקומען פּלוצלינג קיין קאליפארניע, און יענער האט נישט די מינדעסטע אנונג אדער זכרון וויאזוי דאס האט פּאסירט. דער מערקווירדיגער אינצידענט האט פּאסירט ווען דער טאראנטאער איינוואוינער דעני פיליפידיס איז געקומען קיין ווילמינגטאן, ניו יארק, וואו ער פארברענגט יעדן ווינטער פאר עטליכע טעג אויף די פארשנייטע “סקי” בערג, און ווען ער איז נישט צוריקגעקומען צום באשטימטן צייט פאר נאכטמאל מיט זיינע פריינט, האבן זיי אלארמירט די פּאליציי, וועלכע האבן געעפנט א מאסיווע זוך אקציע. למעשה זעקס טעג שפּעטער האט פיליפידיס טעלעפאנירט קיין ניו יארק, אז ער האט זיך געטראפן אין סאקראמענטא, קאליפארניע, און ער ווייסט נישט וויאזוי דאס האט פּאסירט.

קרעדיט: JCN
זוכט איר דוי?

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג פאברואר 19, 2018 1:09 pm

דונש = דעני

זיי דיך מודה, וואו ביסטו געווען די גאנצע צייט?

די גאנצע 'דוי' זוכעריי איז א קאוועראפ.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מאנטאג פאברואר 19, 2018 1:24 pm

קום אין אישי וועל איך דיר אלעס פארציילן איך קען נישט דא אזוי אין פובליק....
זוכט איר דוי?

אלע מעלות
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:46 am

תגובהדורך אלע מעלות » דינסטאג פאברואר 20, 2018 9:45 am

קאסאווא – א פארמער אינעם לענדל קאסאווא, וועלכער האדעוועט אינטערעסאנטע און ווילדע באשעפענישן, האט באשלאסן צו באעהרן דעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, דורכ’ן א נאמען געבן פאר איינעם פון זיינע וועלף "דאנאלד טראמפ". דער פארמער הייסני רעקשא זאגט, אז ער האט מיט א צייט צוריק אריינגענומען אין זיין פארם 4 וועלף, וועלכע ער האט אליין געפאנגען לעבעדיגערהייט פון וועלדער אין זיין שטעטל, אבער גלייך האט ער באמערקט ווי איינע פון די וועלף שטארן ארויס אלס זייער קלוג, געראטן און דרייסט, און דער איינער וואלף טוט נישט נאך וואס אלע אנדערע וועלף טוען, נאר ער טוט וואס ער פארשטייט און וואס ער וויל. רעקשא זאגט אז די אויפפירונג פונעם ספעציעלן געוואגטן וואלף, האט אים דערמאנט פונעם אמעריקאנער פרעזידענט, האט ער דעריבער באשלאסן אים אזוי א נאמען צו געבן. עס ווערט טאקע ארויסגעברענגט אז צווישן אלע וועלט’ס לענדער, איז טראמפ דאס מערסטע פאפולער אין קאסאווא, וואו 75 פראצענט זאגן אז די טראמפ אדמיניסטראציע טוט א גוטן דזשאב – און דאס איז פארשטענדליך, וויבאלד קאסאווא איז היפש איזאלירט און אמעריקע איז זייער נאענטסטע לאנד
קרדיעט jcn
אדרבה תן בלבנו שנראה כל אחד מעלות חברינו ולא חסרונם!

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » פרייטאג מאי 11, 2018 12:15 pm

פון די אנטווערפענע אויסגאבע ״למען תדע״
(קומט אריין אין אימעיל יעדן פרייטאג, אינטערסאנטער אריינבליק אין די אלטגעזעסענע אנטווערפענע געמיינדע...)

"למען תדע" רפואה קעגען פראבלעמען מיט א ליפט אין ליטע

לעצטע וואך איז א גרופע יידישע פרויען פון אנטווערפען און פון אנדערע שטעט ארויס געפאהרען אויף א באזוך אין די מקומות הקדושים און אין די היסטארישע פלעצער אין ווילנע (ליטע). זיי זענען דארט איינגעשטאנען אין א גרויסען האטעל (30 שטובען אויף א שטאק) מיט נאר איין ליפט פאר'ן האטעל. דער צווייטער ליפט איז שוין פריער געווען צעבראכען.
בערך 11 אזייגער ביינאכט איז איינע פון די יידישע פרויען (א געוועזענע אנטווערפענער'ן אריין אינ'ם ליפט און איז דארט געבליבען שטעקען. זיי האט אנגעהויבען צו קלאפען און אנדערע פרויען זענען געקומען צו הילף. זיי האבען גלייך גערופען די פאראנטווארטליכע פון די געזעלשאפט, עס האט אבער לאנג געדויערט ביז דער טעכניקער איז געקומען (איבער 80 מינוט). די איינגעשלאסענע פרוי איז אינצווישען געווארען נערוועז. עס איז געווען א שפאלט אינ'ם ליפט. א פרוי האט געהאט מיטגענומען א "למען תדע" אויפ'ן וועג. מען האט איהר דעם בלאט אריינגעגליטשט אינ'ם ליפט און די איינגעשלאסענע פרוי האט אנגעהויבען הויך פאר צו ליינען דאס נייעס, ביז דער טעכניקער האט פארראכטען דעם ליפט. אינטערעסאנט צו וויסען אז "למען תדע" העלפט אויך קעגען סטרעס אין א ליטווישען ליפט.....

לעצט פאראכטן דורך shalsheles אום פרייטאג מאי 11, 2018 12:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » פרייטאג מאי 11, 2018 12:18 pm

shalsheles האט געשריבן:"למען תדע" רפואה קעגען פראבלעמען מיט א ליפט אין ליטע

לעצטע וואך איז א גרופע יידישע פרויען פון אנטווערפען און פון אנדערע שטעט ארויס געפאהרען אויף א באזוך אין די מקומות הקדושים און אין די היסטארישע פלעצער אין ווילנע (ליטע). זיי זענען דארט איינגעשטאנען אין א גרויסען האטעל (30 שטובען אויף א שטאק) מיט נאר איין ליפט פאר'ן האטעל. דער צווייטער ליפט איז שוין פריער געווען צעבראכען.
בערך 11 אזייגער ביינאכט איז איינע פון די יידישע פרויען (א געוועזענע אנטווערפענער'ן אריין אינ'ם ליפט און איז דארט געבליבען שטעקען. זיי האט אנגעהויבען צו קלאפען און אנדערע פרויען זענען געקומען צו הילף. זיי האבען גלייך גערופען די פאראנטווארטליכע פון די געזעלשאפט, עס האט אבער לאנג געדויערט ביז דער טעכניקער איז געקומען (איבער 80 מינוט). די איינגעשלאסענע פרוי איז אינצווישען געווארען נערוועז. עס איז געווען א שפאלט אינ'ם ליפט. א פרוי האט געהאט מיטגענומען א "למען תדע" אויפ'ן וועג. מען האט איהר דעם בלאט אריינגעגליטשט אינ'ם ליפט און די איינגעשלאסענע פרוי האט אנגעהויבען הויך פאר צו ליינען דאס נייעס, ביז דער טעכניקער האט פארראכטען דעם ליפט. אינטערעסאנט צו וויסען אז "למען תדע" העלפט אויך קעגען סטרעס אין א ליטווישען ליפט.....


פאר די אלע וואס ווייסן נישט א "ליפט" מיינט א "עליוועטער"
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג יוני 11, 2018 8:27 pm

דאמינא'ס (נישט כשר'ע פיצא טשעין) פילט אן פאטהאולס

פריידעך נישט. נישט אין נ"י

בילד
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג יוני 11, 2018 8:36 pm

פיינע איידיע דאס!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » מאנטאג יוני 11, 2018 8:46 pm

wow! איז דאס אן איינפאל! געגאנגען. לאמיר זען ווער גייט דאס די ערשטע נאכמאכען און די היימישע געגענטער.
איך האלט ס'קען ברענגען אסאך רווחים פאר די ריכטיגע געשעפט
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג יוני 11, 2018 8:58 pm

פאנג דיך נאר נישט אן מיט די סיטי
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יולי 03, 2018 5:13 pm

אן איראנער גענעראל האט נעכטן געזאגט, אז מדינת ישראל מאניפולירט דעם וועטער, און רויבט וואלקענעס פון העכער איראן... דער גענעראל גולאם (גולם?...) ראזא דזשאלאלי האט געזאגט אז "אויסלענדישע שטערונגען ווערן פארדעכטיגט אין שפילן א ראלע אין די קלימאט טויש אין איראן", צולייגנדיג אז עס איז גאר דא אן איראנער שטודיע וואס באשטעטיגט זיינע ווערטער, אז מדינת ישראל וויסנשאפטליכע קענען דרייען מיט'ן וועטער אין דער איראנער אטמאספערע, לויט ווי פאר זיי שמעקט.

די רעאליטעט איז, אז איראן פלאגט זיך שוין א לאנגע צייט מיט ערנסטע טרוקענישן און א מאנגל פון רעגן, וואס טוט שטארק אפעקטירן די ארטיגע אגריקולטור אינדוסטריע, און אויך דרייען זיך ארום פילע טויזנטער בירגער הונגעריג.

גענעראל דזשאלאלי איז אבער נישט דער ערשטער צו באשולדיגן דערין מדינת ישראל, נאר דער געוועזענער פרעזידענט מאכמוד אכמעדינעזשאד האט שוין אין 11' געזאגט ענליכס.

סארא בריה#
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » דינסטאג יולי 10, 2018 6:30 am

;l;p-
אלע מעלות האט געשריבן:קאסאווא – א פארמער אינעם לענדל קאסאווא, וועלכער האדעוועט אינטערעסאנטע און ווילדע באשעפענישן, האט באשלאסן צו באעהרן דעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, דורכ’ן א נאמען געבן פאר איינעם פון זיינע וועלף "דאנאלד טראמפ". דער פארמער הייסני רעקשא זאגט, אז ער האט מיט א צייט צוריק אריינגענומען אין זיין פארם 4 וועלף, וועלכע ער האט אליין געפאנגען לעבעדיגערהייט פון וועלדער אין זיין שטעטל, אבער גלייך האט ער באמערקט ווי איינע פון די וועלף שטארן ארויס אלס זייער קלוג, געראטן און דרייסט, און דער איינער וואלף טוט נישט נאך וואס אלע אנדערע וועלף טוען, נאר ער טוט וואס ער פארשטייט און וואס ער וויל. רעקשא זאגט אז די אויפפירונג פונעם ספעציעלן געוואגטן וואלף, האט אים דערמאנט פונעם אמעריקאנער פרעזידענט, האט ער דעריבער באשלאסן אים אזוי א נאמען צו געבן. עס ווערט טאקע ארויסגעברענגט אז צווישן אלע וועלט’ס לענדער, איז טראמפ דאס מערסטע פאפולער אין קאסאווא, וואו 75 פראצענט זאגן אז די טראמפ אדמיניסטראציע טוט א גוטן דזשאב – און דאס איז פארשטענדליך, וויבאלד קאסאווא איז היפש איזאלירט און אמעריקע איז זייער נאענטסטע לאנד
קרדיעט jcn

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אין צחקתי ודידי צחקתי
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג יולי 24, 2018 10:53 pm

חברה הצלה איבער׳ן גרעיטער ניו יארק זענען געשטעלט געווארן אויף הויעכע אלערט נאכדעם וואס ס׳איז היינט דינסטאג ואתחנן אפציעל געמאלדן געווארן אויפן חרידישן הויפט נייעס קוואל דעם אלעמען באקאנטן קול מעוואסער, אז היינט דינסטאג 1:15 באנאכט האט פאסירט א עקסידענט מיט אַנאַצאָלע אמבאלאנס און אז הצלה שיקט אפ אהין נאך 3 אמבאלאנסן.

די שטוינענדע מעלדונג איבער א פאסירונג אויף א צייט וואס איז נאכנישט געווען האט אויפגעברענגט שפעקילאציעס אז עפעס אן ערענסטע׳רע אקציע איז דא געפלאנט אינטערן טיש, נאר ס׳איז בטעות פרי-צייטיג געליקט געווארן. די געטרייע ארגענעזאציע האבן נישט ווילינדיג נעמען קיין שאנסן צייטליך פארזיכערט זייערע אמבאלאנסן און עס אוועקגעשטעלט און זייערע גאראדזש׳ן, וואס איז זעכער איז זעכער קודם זענען די אמבאלאנסן געפארקט!.

און די זעלבע צייט האט חברה הצלה האט אפציעל ארויסגעשטעלט אַנאַקחאָשע און קאטאגאריש אפגעווארפן די באריכטן און קלארגעשטעלט אז לעת עתה האט נאך גארנישט פאסירט דינסטאג נאכט 1:15

זאל השי״ת העלפן אז די היינטיגע 1:15 באנאכט זאל אדורכגיין בשלום, און די עיקר איז אז קיים שום איד זאל נישט געשעדיגט ווערן. הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל.

———————————————

סתם געמאכט א טראסק פון א פראסק.

די עכטע געשיכטע;
היינט האט א קראנהייטס אמבאלאנס זיך צוזאמענגעשטויסן מיט א קאר און מאנהעטן, קולמעוואסער האט געמאכט א פשוטע טעות ביים מעלדן די זייגער, ס׳האט אבער דאך געצויגן טשאדעלע׳ס אויער׳ן ביי לאנטש. קיינמאל קיין ערגער׳ס
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7017
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג יולי 24, 2018 11:19 pm

:grin: א דאנק פאר די שמייכל.

האסט געהאט געבורטסטאג היינט?
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2844
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג יולי 24, 2018 11:55 pm

ענד עגען טשאדעלע ;l;p-
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך יולי 25, 2018 9:37 am

ווען איך בין געווען יונג האב איך שוין דעמאלסט געהערט יעדן טאג ביי סאפער פון מיין מאמע פון טשאדעלע באדעלע. אבער סבאט נישט געהאט קיין טעם. זעט זיך אוס אז מיט די יארן איז ער געווארן אסאך זיסער
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

בהמה! וואס שטייסטו אין רעגן?!

תגובהדורך שמחת עולם » דאנארשטאג יולי 26, 2018 8:40 am

אמאל קען מען מיינען אז געוויסע געשיכטעס קענען נאר פארקומען אין די וועלט פון מילתא דבדיחותא אלטס שיינע מעשה'לע ארויף צו ברענגען א שמייכל, ביז אילוזיע ווערט א רעאליטעט און די באגריף ווערט ארויף געריקט מיט א שטאפל, אריין אין קאטאגאריע פון טשיקאווע נייעס.

אזוי איז געווען ווען מאהמוד א. שארהאני, א עגיפטישע שטודענט, האט באזוכט די לאקאלע טיר-גארטן פון קאירא, באטראכטענדיג די זעברא מיט איהרע שווארצע שטריכן. שארהאני האט געהויבן די ברעמען ווען ער האט פלוצלינג באמערקט אז טייל פון די שטריכן הייבן זיך אן צו פארווישן, מאכנדיג די רושם אז דאס איז בלויז שווארצע פארב. עס האט איהם אנגעהויבן אביסל צו פארענטפערט ווערן זיין חשד וואס ער האט שוין לכתחילה געהאט, אז די אויערן פונעם בעל חי קוקן אויס מער ענליך צו די פון אן אייזל ווי צו א זעברא.

א בילד וואס ער האט גענומען פונעם זעברא-אייזל, איז פארשפרייט געווארן איבער די וועלט און טויזענטע מענטשן האבן שוין געלאזט הערן זייער מיינונג דערויף. די מערהייט - צווישען זיי חיות דאקטוירים און מבינים - האבן נישט קיין צווייפל אז עס האנדעלט זיך פון א פשוט'ן אייזל פארשטעלט ווי א זעברא. זיי געבן אן נאך געוויסע אנדערע סימנים וואס פארשטערקעט די פארדאכט.

די אייגענטימער פונעם זאא האבן ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אפצוווארפן די באשולדיגונג, און האלטן זיך פעסט ביי זייער שטעלונג אז זיי האבן אן עכטע זעברא אין זייער באזיץ. עקספערטן זאגן אבער אז מן הסתם וועט די אומשולדיגע פיר פיסיגע אין די קומענדיגע טעג מיסטעריעז פארשוואונדן ווערן.

אייזל אדער זעברא.jpg
אייזל אדער זעברא.jpg (80.24 KiB) געזעהן 1240 מאל
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

תגובהדורך שטיין » דאנארשטאג יולי 26, 2018 9:56 am

טראמפ'ס קאנפיין האט שנעל באשטעלט פין טשיינע די פלאקאטן פאר די מידטערם וואלן פאר די טאריפס גייען א ריין אין א פעקט
Have it in mind don't be right be smart

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 887
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג יולי 26, 2018 10:28 am

ייש׳׳כ ׳שמחת עולם׳ פאר די אייזל/זעברע באריכטן!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
יעדע רגע איז אפן די גרוב, און אז אז איך בין אריבער נאך א טאג
׳אודך ה׳ בכל לבבי כי חסדך גדול עלי והצלת נפשי משאול תחתי׳! אין אזא שווערע וואקלדיגע וועלט. דאך ׳איך בין ווייטער דא׳!


אוועטאר
סאמעטוכע
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 12:58 am

תגובהדורך סאמעטוכע » דאנארשטאג יולי 26, 2018 11:32 am

שמחת עולם האט געשריבן:אמאל קען מען מיינען אז געוויסע געשיכטעס קענען נאר פארקומען אין די וועלט פון מילתא דבדיחותא אלטס שיינע מעשה'לע ארויף צו ברענגען א שמייכל, ביז אילוזיע ווערט א רעאליטעט און די באגריף ווערט ארויף געריקט מיט א שטאפל, אריין אין קאטאגאריע פון טשיקאווע נייעס.

אזוי איז געווען ווען מאהמוד א. שארהאני, א עגיפטישע שטודענט, האט באזוכט די לאקאלע טיר-גארטן פון קאירא, באטראכטענדיג די זעברא מיט איהרע שווארצע שטריכן. שארהאני האט געהויבן די ברעמען ווען ער האט פלוצלינג באמערקט אז טייל פון די שטריכן הייבן זיך אן צו פארווישן, מאכנדיג די רושם אז דאס איז בלויז שווארצע פארב. עס האט איהם אנגעהויבן אביסל צו פארענטפערט ווערן זיין חשד וואס ער האט שוין לכתחילה געהאט, אז די אויערן פונעם בעל חי קוקן אויס מער ענליך צו די פון אן אייזל ווי צו א זעברא.

א בילד וואס ער האט גענומען פונעם זעברא-אייזל, איז פארשפרייט געווארן איבער די וועלט און טויזענטע מענטשן האבן שוין געלאזט הערן זייער מיינונג דערויף. די מערהייט - צווישען זיי חיות דאקטוירים און מבינים - האבן נישט קיין צווייפל אז עס האנדעלט זיך פון א פשוט'ן אייזל פארשטעלט ווי א זעברא. זיי געבן אן נאך געוויסע אנדערע סימנים וואס פארשטערקעט די פארדאכט.

די אייגענטימער פונעם זאא האבן ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אפצוווארפן די באשולדיגונג, און האלטן זיך פעסט ביי זייער שטעלונג אז זיי האבן אן עכטע זעברא אין זייער באזיץ. עקספערטן זאגן אבער אז מן הסתם וועט די אומשולדיגע פיר פיסיגע אין די קומענדיגע טעג מיסטעריעז פארשוואונדן ווערן.

אייזל אדער זעברא.jpg


און וואס זאגט דרעזנערס חיות מבין? און וואס זאגט יש ברירה?

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג יולי 26, 2018 1:52 pm

וואס איז די קריגעריי איך זעה ביידע... ... :wink:
טענק יא עני וועי פאר די באריכט

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » פרייטאג יולי 27, 2018 1:10 am

עס איז א געפערליכע הימל געשריי. וויסן זאלט איר אז די פערצענטעדש פון ''זיברע פארשטעלטע אייזלען'' איז א פענאמינא וואס גייט ארויף יערליך, ואין פוצה פה ומצפצף! די רעזולטאטן זעט מען שוין קלאר, ווען די ווייסע טיגערן אין סיביר שטארבן יערליך, אלץ דירעקטער רעזולטאט פון דעם. די שאדן פארן עקאנאמיע איז געשאצט אויף גאר הויעכע ציפערן.
ווען, אוי ווען, וועלן די zoos טון זיירע ריכטיגע אויפגאבעס בנאמנות?

אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » פרייטאג יולי 27, 2018 12:40 pm

שטיין האט געשריבן:טראמפ'ס קאנפיין האט שנעל באשטעלט פין טשיינע די פלאקאטן פאר די מידטערם וואלן פאר די טאריפס גייען א ריין אין א פעקט

ווערטל?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בשבילי נברא, ויציב ונכון, יאנקעל פעדראטשיק און 55 געסט