היסטארישע אמעריקא-צפון קארעא קאנפערענץ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זונדל שאלאמאן
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 10:53 am

טראמפ וועט באזוכן צפון קארעא

תגובהדורך זונדל שאלאמאן » מיטוואך יוני 13, 2018 7:53 am

די צפון קארעא אפיציעלע נייעס אגענטור KCNA האט געמאלדן, אז זייער פירער קים יאנג אן האט אקצעפטירט די איינלאדענונג פון דעם אמעריקאנעם פרעזידענט דאנעלד טראמפ צו באזוכן אין וואשינגטאן, און באזונדערהאט קים איינגעלאדענט דעם אמעריקאנעם פרעזידענט דורכאויס דעם סאמיט פאר א ביקור גומלין אין צפון קארעא, און טראמפ האט דאס אויך אקציפטירט.

אזוי אויך האט קים יאנג אן געמאלדן אז די פארשריט אין צונעמען די נוקלעארע וואפן פראגראם פון צפון, איז געוואנדן אין די באציאונגען צווישן די צוויי לענדער, ווי ווייניגער רעטאריק און טשעפעריי, אלס שנעלער וועט מען זען פארשריט.

“קים יאנג אן האט איינגעלאדנט טראמפ פאר א באזוך אין פיאנגיענג ווען די אומשטענדן וועלן ערלויבן, און טראמפ האט איינגעלאדענט קים פאר א באזוך אין די פאראייניגטע שטאטן” שרייבט די באריכט. “די צוויי פירער האבן אנגענומען מיט באגריסונגען די איינלאדענונגען, און זיי זענען איבערצייגט אז עס וועט זיין נאך מעגליכקייטן צו פארשטערקערן די באציאונגען צווישן די לענדער”.

נאך די היסטארישע סאמיט אין סינגאפאר, האט פרעזידענט טראמפ געזאגט אז די צוויי זייטן וועלן זיך טרעפן “נאך אסאך מאל”. אין אן אינטערוויו צו פאקס נייעס אגענטור האט טראמפ געזאגט “איך גלייב אז קים וועט אנקומען צו די ווייסע הויז ווען די צייט וועט זיין רייף” און אז ער האלט אז צפון קארעא וועט אנהייבן צו צונעמען זייערע נוקלעארע וואפן גאר אין נאנטן. “קים איז זייער א קלוגער בחור” האט ער זיך אויסגעדרוקט, “שטארק און לאכעדיג”…

באזונדער איז באריכטעט געווארן אין די נייעס אגענטורן אז טראמפ האט אפגעמאכט מיט קים יאנג אן, אז די דענוקלעאריזאציע וועט דיין האנט ביי האנט מיטן אראפנעמען די אמעריקאנע סאנקציעס, עס וועט גיין שטאפלווייז, פאר יעדע טריט פאראויס צו צונעמען די נוקלעארע מעגליכקייטן, וועט אראפגענומען ווערן נאך סאנקציעס, אבער ווילאנג אלעס שטייט וועט מען נישט רירן די סאנקציעס פון פלאץ.

באזונדער האט טראמפ געזאגט אז מען וועט אפשטעלן די מיליטערישע איבונגען מיט דרום קארעא, וואס ער האט אנגערופן “א מיליטערישע שפיל”, וואס דאס וועט שפארן אסאך געלט פארן אמעריקאנעם רעגירונג, ווי שוין באריכטעט נעכטן אויף אידישער ווינקל.

לויט באריכטן האט קים קלארגעשטעלט פאר טראמפ דורכאויס דעם סאמיט, אז אויב וועט די פאראייניגטע שטאטן טון באדייטנפולע שריט צו בויען צוטרוי מיט פון קארעא, וועט זי געענטפערט ווערן מיט נאך וויליגקייטן פון איר זייט, און ער האט געזאגט אז עס איז דא אסאך ארבעט פאר ביידע זייטן צו אויספירן די פארפליכטונגען פון די סאמיט אין די ערשטע געלעגנהייט.

קים האט אויך געזאגט דורכאויס די סאמיט וואו עס זענען אנוועזנד געווען די פילע באאמטע פון ביידע זייטן, אז די ווארימע באציאונגען צווישן די לענדער דארף ווייטער אנהאלטן, און מען דארף זיך אונטערנעמען אז עס זאל נישט פארקומען רייצענישן צווישן זיך, נאר מען זאל ארבעטן מיט לעגיסלאטיווע וועגן, און ער האט גערופן אפצושטעלן די מיליטערישע איבונגען פון ביידע זייטן.

טראמפ האט זיך געלאזט הערן מיט א סעריע פון טוויטס צום אמעריקאנעם פאלק. “ס’איז נישטא קיין גרעניץ צו וואס צפון קען פארדינען ווען זי וועט אויפגעבן אירע נוקלעארע וואפן, און עפענען פינאנציעלע פארבינדונגען מיט די וועלט” שרייבט ער. “דער טשעירמאן קים שטייט פאר א מעגליכקייט צו געדענקט ווערן אלס א פירער וואס האט געפירט זיינע בירגער צו א וואונדערבארע עפאכע, פון בליה און זיכערהייט”.

אין אנדערע טוויט’ס שרייבט דער פרעזידענט “איך וויל מיר באדאנקען פארן טשעירמאן קים וואס האט געמאכט אן אנשטרענגונג צו אריבערברענגען א שיינענדע צוקונפט פאר זיינע בירגער, די ערשטע באגעגעניש צווישן די די אמעריקאנער פרעזידענט און דער צפון פירער ווייזט אז ס’איז מעגליך א עכטע טויש. די וועלט האט זיך דערווייטערט פון א נוקלעארע קאטאסטראפע, נישטא מער קיין מיסל געשיקעכץ, נוקלעארע פראבעס אדער נוקלעארע פארשונגען! די געפאנגענע זענען צוריק אהיים צו זייערע פאמליעס. א דאנק טשעירמאן קים, אונזער טאג אינאיינעם איז געווען היסטאריש”.

קרעדיט - אידישער ווינקל

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך יוני 13, 2018 8:14 am

@כאפצעם
א שיינע סך הכל
לייג צו דעם פאונט אז ביזדערווייל האט אמעריקא נישט געספענדט א ניקל פאר די גאנצע זאך, נישט אראפגענומען קיין סאנקציעס וכדומה
דאס אפשטעלן מיליטערישע עקסערסייז איז בלויז א זשעסטער פןן אמעריקא אבער זיי בלייבן נאך מיטן פולן מיליטער באזע ווי ביז איצט, קיין נפק״מ למעשה
טראמפ האט ווידערהאלט אז דאס איז די אנהייב פון רונדע פארהאנדלונגען
פארגינסט נישט קום אביסל אטענשאן? כ׳הער אבער סאיז א פראסעס און קיינער זאגט נישט אז סאיז ראנג נאר אז מדארף זעהן וויאזוי סקאכט זיך אויס, נא דעס האלט דאך טראמפ אין איין זאגן

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

ווייטאג!...

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » מיטוואך יוני 13, 2018 9:27 am

Capture.PNG
Capture.PNG (311.42 KiB) געזעהן 919 מאל

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך יוני 13, 2018 9:54 am

מחוצף איינער, טראמפ האט קלאר געזאגט אז קים יאנג אן איז זייער טאלאנטפול און קלוג, וויאזוי האט א ראצער ווי "ליטעל מארקא" די חוצפה צו זאגן אנדערש.

ווער מיינסטו ביסטו, דו וואסער זויפער.
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יוני 13, 2018 10:01 am

כאפצעם האט געשריבן:זשאן באלטאן, אמאל און היינט...

עקזעקטלי!. & קרעדיט טראמפ.
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום מיטוואך יוני 13, 2018 10:01 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך יוני 13, 2018 10:01 am

איך געדענק נאך ווען ליטל מארקא וכל כת דילי' די רעפאבליקאנער עסטעבלישמענט, האבן געזאגט גענוי די זעלבע ווערטער אויף טראמפ....
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך יוני 13, 2018 10:09 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:איך געדענק נאך ווען ליטל מארקא וכל כת דילי' די רעפאבליקאנער עסטעבלישמענט, האבן געזאגט גענוי די זעלבע ווערטער אויף טראמפ....

טאקע און קים יאנג איז דערפאר געווארן געלונגען....
שויתי ה' לנגדי תמיד

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך יוני 13, 2018 10:12 am

Goodmorning האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:איך געדענק נאך ווען ליטל מארקא וכל כת דילי' די רעפאבליקאנער עסטעבלישמענט, האבן געזאגט גענוי די זעלבע ווערטער אויף טראמפ....

טאקע און קים יאנג איז דערפאר געווארן געלונגען....

א טראפקעלע צו טיף פאר מיר...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך יוני 13, 2018 10:28 am

בוידעם האט געשריבן:מחוצף איינער, טראמפ האט קלאר געזאגט אז קים יאנג אן איז זייער טאלאנטפול און קלוג, וויאזוי האט א ראצער ווי "ליטעל מארקא" די חוצפה צו זאגן אנדערש.

ווער מיינסטו ביסטו, דו וואסער זויפער.

באמת פארשטיי איך נישט פונקטליך די גאנצע זאך, יעדער ווייסט פארוואס טראמפ רעדט אזוי וועגן קים יאנג און, קיינער מיינט נישט אז טראמפ האלט באמת פון איהם וואס איז די מצוה צו שטיין און שרייען אז ער איז א רוצח און פארברעכער , עס וועט קיינעם נישט העלפן, און איך גלייב אז אויב וועט מען פרעגן די צוויי הונדערט טויזנט שקלאפן אין זיינע גולאגס וועלן זיי זאגן באזינגטס איהם ביזן הימל אויב איז נאר דא א שאנס אז לכבוד דעם וועט ער אונז אביסל אויפהערן צו פייניגן.

דעיס איז שוין מיט די וואס שרייען וועגן זיין פארברעכער מ'שרייבט אבער רוביא פארשטיי איך באמת נישט וואס ער וויל דא האט מען געזאגט אז ער איז טאלאנטעד וואס גייט דיר אן? עס זאגט נישט גארנישט, היטלער איז זיכער געווען טאלאנטעד אפילו ער איז געווען דער גרעסטער רוצח וואס די וועלט האט נאר אמאל געזען.

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך יוני 13, 2018 10:42 am

קשים אויב עס וועט מאכן בעסער פאר די בירגער אדער ערגער ווען ער פילט אז די וועלט האט נישט קיין פראבלעם מיט זיינע אונטערדרוקעגען. עס שטארקט אלע דיקטאטערס אז זיי וועלן נישט באצאלם אויב זיי בויען אויף שטארק מיליטעריש צו זיין א סכנה פאר די וועלט.

למעשה זאג איך נישט אז יעצט איז די חנפנען די ראנג זאך, נאך צו פרי צו זען וויאזוי עס וועט זיך אויסשפילן למעשה מיט קים. קען זיין אז עס איז נישטא קיין ברירה ביי די קעיס, אבער עס איז נאך אלץ א ווייטאג.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » מיטוואך יוני 13, 2018 10:42 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:מחוצף איינער, טראמפ האט קלאר געזאגט אז קים יאנג אן איז זייער טאלאנטפול און קלוג, וויאזוי האט א ראצער ווי "ליטעל מארקא" די חוצפה צו זאגן אנדערש.

ווער מיינסטו ביסטו, דו וואסער זויפער.

באמת פארשטיי איך נישט פונקטליך די גאנצע זאך, יעדער ווייסט פארוואס טראמפ רעדט אזוי וועגן קים יאנג און, קיינער מיינט נישט אז טראמפ האלט באמת פון איהם וואס איז די מצוה צו שטיין און שרייען אז ער איז א רוצח און פארברעכער , עס וועט קיינעם נישט העלפן, און איך גלייב אז אויב וועט מען פרעגן די צוויי הונדערט טויזנט שקלאפן אין זיינע גולאגס וועלן זיי זאגן באזינגטס איהם ביזן הימל אויב איז נאר דא א שאנס אז לכבוד דעם וועט ער אונז אביסל אויפהערן צו פייניגן.

דעיס איז שוין מיט די וואס שרייען וועגן זיין פארברעכער מ'שרייבט אבער רוביא פארשטיי איך באמת נישט וואס ער וויל דא האט מען געזאגט אז ער איז טאלאנטעד וואס גייט דיר אן? עס זאגט נישט גארנישט, היטלער איז זיכער געווען טאלאנטעד אפילו ער איז געווען דער גרעסטער רוצח וואס די וועלט האט נאר אמאל געזען.


גראדע האלט איך אויך אז טראמפ האט געזאגט ציפוהל...
טאלאנטפולע מענטש זיינע מענטשן האבן איהם ליב שטארקע מענטש 26 יאר אלט אין דו האסט באוויזן צו קאנטראלירן אזא גרויסע לאנד
וואס איז אביסל טא מאטש אין מיינע אויגן
200k מענטשן אין תפיסה טויזענטער געהארגעטע איז נישט א שטאקרע מענטש אין זעכער נישט קומען א קאמפלימענט פונעם אמעריקאנע פרעזידענט פאר דעים...
אבער טראמפ איז טראמפ ער טראכט אויפן מינוט
אין סאיז ווערט ווייל נאר אזוי קומט מען אן אויב וועט זיך עס אויסארבעטן וואס סקוקט שטארק אויס אז דאס מאל גייט די אומגעלובליכע געשעהן
אבער פאלאטישענס דארפן זיין שטיל אין לאזן פארהאנדלוגען
קום זיכער האלט מיט וואס א מאכטפולע אמעריקאנע סענעטאר האט צו זאגן אין וועט זיכער מאכן דיסישענזס בעיסט אויף זייערע קאמענטס

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך יוני 13, 2018 11:07 am

כאפצעם האט געשריבן:אקעי, א שטיקל איבערלויף פון די לעצטע חדשים צו אפשר אויסקלארן אפאר זאכן.

מערק דעם דאטום
צוגעלייגטע
IMG_6469.JPG
IMG_6469.JPG (26.06 KiB) געזעהן 686 מאל
Innocent until proven Republican

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך יוני 13, 2018 11:09 am

עס איז טאקע א ווייטאג אבער פאקטיש איז ער איינס פון די 9 מענטשן אויף די וועלט וואס פירן א לאנד מיט נוקלעארע וואפן און ער ווייסט זייער גוט אז עס איז נישט פשט אז עס גייט קיינעם נישט אן וואס ער טוט, עס איז נאר ווייל ער האט אנגעהויבן צו גיין אין גוטן ריכטונג, אויב דרייט ער זיך צוריק קומען צוריק די אלטע ליטל ראקעט מען סטעיטמענטס.

( יעצט כאפ איך מיך ליטל ראקעט מען טאר מען אויך נישט זאגן)

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך יוני 13, 2018 11:12 am

איך גלייבן נישט אז מען גייט אראפנעמען אלע סאנקציעס ווילאנג די רציחות גייען אן.
שויתי ה' לנגדי תמיד

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 13, 2018 11:20 am

סאקרעטערי אף סטעיט מייק פאמפעא: אמעריקע וויל זעהן גרויסע נוקלעארע אנטוואפענונג שריט פון צפון קארעא ביי די ענדע פון טראמפס ערשטע טערמין

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יוני 13, 2018 11:26 am

די ניו יארק סאן ברענגט ארויס גאר א שטארקע פוינט, די חילוק צווישן די איראנע דיעל און די קאריע פארהאנדלונגן...

ביי איראן, איז אמעריקא'ס פריינט, וואס איז געווען די מערסטע רעלעווענט אינעם דיעל, מדינת ישראל, און זיי זענען געווען קעגן דעם דיעל...

ביי נארט קאריע, איז אמעריקא'ס פריינט, וואס איז די מערסטע רעלעווענט אינעם דיעל, סאוט קאריע, און זיי זענען צופרידן דערפון...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2691
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך יוני 13, 2018 11:29 am

זשאו ביידען האט ארינטערגעריסן פאטאס פאר נאכגעבן צו סאך פאר קים אן דעם וואס מ'זאל עפעס צוריק באקומען פון נ. ק.
קוקט אויס ער ליינט די נייעס אין די נ. ק. אפיציעלע צייטונגן

אוועטאר
יישר כח
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מיטוואך יוני 13, 2018 11:37 am

גראף פאטאצקי האט געשריבן:רוב פון דער אשכול דא איז אין כל חדש
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס יעדע שני וחמישי א כאפצעם

ווער ספארשטייט פארשטייט

וואלסט געמעקט אנהייבען מיט א גיט מארגן :wink:

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » מיטוואך יוני 13, 2018 11:40 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די ניו יארק סאן ברענגט ארויס גאר א שטארקע פוינט, די חילוק צווישן די איראנע דיעל און די קאריע פארהאנדלונגן...

ביי איראן, איז אמעריקא'ס פריינט, וואס איז געווען די מערסטע רעלעווענט אינעם דיעל, מדינת ישראל, און זיי זענען געווען קעגן דעם דיעל...

ביי נארט קאריע, איז אמעריקא'ס פריינט, וואס איז די מערסטע רעלעווענט אינעם דיעל, סאוט קאריע, און זיי זענען צופרידן דערפון...

סתם ציצולייגן, ביי איראן האט זיך אבאמא געבעטן בתחנונים קום לאמיר מאכן א דיעל..
ביי נארט קארויע האט זיך קום געבעטן מער ווי איינמאל ביי טראמפ אז ער פגרט צו מאכן א דיעל...

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » מיטוואך יוני 13, 2018 11:46 am

Think and Thank האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אקעי, א שטיקל איבערלויף פון די לעצטע חדשים צו אפשר אויסקלארן אפאר זאכן.

מערק דעם דאטום

שלום עליכם @טינק!!!
שלעכטע ווינטען האבן געבלאזען ווען איר זענט געווען אויף וואקאציע..טראמפ איז שיעור נישט מיטגעפלויגען...
אונז (אלע) האף מיר אז איר קומט צירוק מיט פרישע כוחות!!

אפשר פארקערט
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

תגובהדורך אפשר פארקערט » מיטוואך יוני 13, 2018 12:01 pm

סתם ארויס ברענגען א פוינט
דא רעדט מען נישט פון מאכען א דיעל נאר פון מאכען שלום און איינמאל מען איז בשלום איז נישט אזוי געפערליך אפי' אויב נארט קייריע בלאבט מיט זייער נאקלערע באמבעס וויל סאך הכל וועלן זיי עס ווארפען אויף אמעריקעס שונאים למשל אירן
משא"כ ביי איראן האט מען גערעדט פון א דיעל אבער אינז בלייב מער די גרעסטע שונאים און די זעלבע איז געווען ביי די פאריגע דיעל מיט נארט קייריע

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יוני 13, 2018 12:13 pm

פאר די וואס קלערן צו טראמפ טוט אויסגערעכענטע שריט צו סתם וואס ס'קומט אים אונטער... ס'איז דא א קליפ ווי טראמפ רעדט אין 1999 איבער טרעיד און איבער נארט קאריע... דער איז עז קאנסיסטענט עז איט קען בי! ווער ס'קען זאלעס ביטע ארויפלייגן...ער שרייט שוין דעמאלטס אז אונזערע אליאירטע ריפן אונז אף און האלטן נישט ביים קומען צום פארהאנדלונגס טיש, ווייל סיז זיי גוט אזוי... סיז אנריעל!!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » מיטוואך יוני 13, 2018 12:22 pm

ווי מ'האט שוין גערעדט ביי פוטין, טראמפ פארשטייט אז די דיטאטורן דארפן סך הכל אביסל אנערקענונג, נאר זיי זוכן דאס אויף א שלעכטע וועג, נעגעטיוו אטענשן, וואס באדערט אים צו רעדן שיין פון פוטין און באקומען דערפאר א לאנד וואס וועט ווערן א חלק פון די גוטע וועלט לענדער וואס ארבעטן אינאיינעם, מ'האט אים נאר דערווייל נישט געלאזט, די זעלבע מיט קים, אויב דארף ער פאר זיין אגענדע אפאר גוטע ווערטער פון טראמפ, מיט אפאר בילדער, און איז גרייט דערפאר צו טוישן קוירס, פארוואס נישט?

עס איז נעריש צו רעדן אז אמעריקע האט געגעבן צו פול, ווי מ'האט שוי טוזענט מאל געזאגט, ער האט געגעבן אביסל אנערקענונג, פשוט אלץ א דשעסט צו ווייזן אז אונז גיי מיר האלטן ווארט אויב ער האלט ווארט, און באקומען דערפאר די הבטחות, די אנהייבן צונעמן די משחיתים, קיין איין נייע מיסיל טעסט אדער סטראשע, די ארעסטאנטן, און יעצט ממש א פלאן פאר דינאק, מיט די געביין וואס מ'ווארט שוין יארן, וואס ארבעט זיך עס אויס, גייט טראמפ אריין גיין אלץ די נעקסטע רעגן.

און די זעלבע צייט איז די סאנקציעס אין קראפט, און מ'האט נישט געגעבן קיין פעני צו באקומען די הבטחות, VS אבאמא, וואס האט זיך געטראפן אין געגעבן אנערקענונג פאר די קאסטרא קובא אן גארנישט אויף צוריק, און די גאנצע מידיע וועלט האט עס גלויבט, און געגעבן פאר אירן געלט און אראפגענומן די סאנקציעס פאר איראן פאר א דיעל וואס יעדער אינקלודעט אמעריקע האלט אז ס'איז א שלעכטע דיעל, און א דיעל וואס מ'קען נישט וויסן אויב זיי האלטן, עס איז נאר לויט זיי די בעסטע וואס זיי האבן געקענט באקומען לויט זייערע שלעכטע ניגאשיעשן סקילס.

יעדע ווארט איז איבריג, געלייגט טראמפ אין א זייט, יעדער מיט זיין רייט מיינד פארשטייט אז דאס איז א צודרייטע גוטע דערגרייכונג, כ'זע נישט די טענה'ריי בכלל.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך יוני 13, 2018 12:31 pm

איז רוביאס קאמענטארען פראדאקטיוו אדער קאנטער פראדאקטיוו?
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך יוני 13, 2018 12:32 pm

די מעין פראבלעם דא איז, אז מען רייסט זיך ביי די קעפ ווען יעדער זעט קלאר אז די געים האט זיך קוים אנגעהויבן.

קיינער מיינט נישט אז די פארהאנלונגען מיט צפון שטעלט זיך דא אפ, און קיינער מיינט נישט אז אמעריקע מיט קאנאדא בלייבן צוקריגט וועגן טראמפ האט נישט גערעדט שיין,
און יעדער ווייסט אז ווען עס קומט צו טראמפ קען מען ווייניג אויסרעכענען וואס עס גייט זיין די נעקסטע מינוט, אלזא פארוואס זיך קריגן אומזיסט?
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], בינוני, נאך פונדערהיים, נודניק און 43 געסט