אלעס ארום די G-7 סאמיט צוזאמפאל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

אלעס ארום די G-7 סאמיט צוזאמפאל

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג יוני 11, 2018 3:03 pm

עס טוט זיך טישן אויף בענק, די אמעריקאנע און גלאבאלע מידיע האט א נערוועס ברעיקדאון, פאליטישאנס אינדערהיים און איבער די וועלט זענען אין שאק, אלעס קאכט איבער די דיזעסטער מיט וואס די גרויסארטיגע דזשי 7 סאמיט האט זיך געענדיגט. וואלט כדאי געווען צו מאכן אן עקסטערן אשכול און אראפברענגען די גאנצע געשיכטע מיט אלע רעאקציעס איבער די וועלט.

קודם א ס"ה וואס האט פאסירט דעם שבת.

די אמעריקאנע אליאירטע פריינט סאמיט גערופן G-7 וואס באשטייט פון אמעריקא'ס נאענטסטע אליאירטע גרויסמאכטן ווי ענגלאנד,קאנאדע,פראנקרייך,איטאליע, יאפאן און דייטשלאנד קומען זיך צוזאם אויף א יערליכע סאמיט אויסצושמועסן די וועלטליכע ענינים, פריש באפעסטיגן די באציאונגען, און ווי אסאך דיעלס ווערן געשלאסן האבענדיג א געלעגנהייט צו זיין אויף איין פלאץ און זיך צונויפרעדן.

היי יאר איז מען אריין דערצו פון אנהייב שוין מיטן לינקן פוס ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז ער וויל רוסלאנד זאל צוריקאריינקומען אינעם פאראיין זייענדיג ארויסגעשטויסן פון דארט נאכפאלגענדיג זייער אומלעגאלע אנעקסירונג פון קריימיע און זייער אנגייענדע אגרעסיע אויף אוקריינע און די G-7 פריינטליכע לענדער. אין די זעלבע צייט האט טראמפ גערופן פאר פרישע טאריפס אויף די פריינטליכע לענדער אינעם פאראיין.

אין א טעלעפאון געשפרעך האט פראנקרייכס פרעזידענט מאקראן געפרעגט טראמפ פארוואס ער פארלייגט זיך נישט ענדערש אויף טשיינע'ס האנדל פראבלעם וואס איז דאך עטליכע מאל אזוי גרויס ווי אלע לענדער אינאיינעם, האט אים טראמפ געענטפערט אז די E-U איז אסאך א גרעסערע פראבלעם ווי טשיינע.. אויף וואס מאקראן איז ארויסגעקומען אין א טוויט מעלדן אז אויב ס'וועט זיך אויספעלן וועט מען מאכן א G-6 פאראיין אן אמעריקא..

שטייצעך דאס אלעס איז קיין רעסעפי פאר סוקסעס און די סאמיט איז געווען פון די נישט פריינטליכע אין די היסטאריע, מילד גערעדט.. עס זענען ערשינען באריכטן און בילדער אז ס'געווען פילע געשרייען צווישן די צדדים במלוא מובן המילה, און בילדער זענען ערשינען ווי די 6 לענדער פירער שפאצירן אינאיינעם און טראמפ אפגעזינדערט, קענטליך ברוגזדיג באזייטיגט..

למעשה האט ביים סוף סאמיט אויסגעזעהן ווי מ'איז געקומען לידי פשרה אויף א שמאלע ליסטע פון 7 רעזאלוציעס ווי די פאראיין פון לענדער באשטעטיגן צו שטיין צוהילף איינער דעם צווייטן אין פאל פון סייוועלעכע דרויסענדיגע געפארן און אז מ'וועט ארבייטן אינאיינעם אין די קומענדיגע תקופה זיך אויסצוגלייכן די מיינונגס פארשידענהייט אויף האנדל,זיכערהייט,און מיליטערישע אינטערעסן. די רעזאלוציעס זענען געסיינט געווארן דורך אלע צדדים.

פארן אהיימפארן איז טראמפ ארויסגעקומען אין א פרעסע קאנפערענץ און דערקלערט אז רוסלאנד זאל צוריקאריינגענימען ווערן אינעם פאראיין זאגענדיג אז קריימיע באלאנגט פאר רוסלאנד צוליב וואס די ארטיגע מענטשן האבן אזוי געשטימט אין די וואלן. ער האט דערנאך געשאנקן א קאנגרעטולאציע פאר די אלע אנוועזנדע פאראיין לענדער פאר זייער מאכן די אלע "צעדרייטע האנדל דיעלס", און אז זיי גייען זיך מוזן צושטעלן צו זיינע פארלאנגן פון היינט און ווייטער ווייל זיי האבן נישט קיין אויסוואל זאגענדיג אז ביי די מיטינגען מיט אים האבן די אלע לענדער אים נישט וואס צו ענטפערן אויף זיינע טענות, אשע"כ גייען זיי זיך מוזן טוישן. און האט געענדיגט דעם קאנפערנעץ מיט א לעגערע "רענט" קעגן די אמעריקאנע מידיע, אן אומפרעצעדאנטע שריט פאר אן אמעריקאנע פרעזידענט אויף פרעמדע טעריטאריע.

רוסלאנד פרעזידענט ווילאדימיר פוטין האט אויסגעדריקט הנאה פון דעם אמעריקאנעם פארשלאג, זאגענדיג אז ער וועלקאמד און וואלט גערן אנגענימען דעם אפפער.

פראנקרייך, ענגלאנד און די אנדערע האבן געמאלדן אז זייער פאזיציע האט זיך נישט געטוישט און רוסלאנד קען נישט אריינקומען ווילאנג זייער אינטערנאציאנאלע אגרעסיע גייט ווייטער אן.

קאנאדא'ס פריים מיניסטער 'זשאסטען טרודא' האט נאכגעפאלגט מיט א פרעסע קאנפערנעץ ווי ער האט געמאלדן אז ער האט קלאר געמאכט פארן אמרעיקאנעם פרעזידענט קאנאדא'ס טענות, בעיקר דאס אז ס'נישט פארהאן בכלל קיין טרעיד דעפעציט נאר פארקערט, און אז די פרישע טאריפס וועלן געענטפערט ווערן דאלאר ביי דאלאר, און גייען אריין אין קראפט דעם יולי 1. אזוי אויך אז די באהויפטונג אז קאנאדע איז א "נאצינאלע זיכערהייט געפאר" פאר אמעריקא איז טיף פארשעמנד קומענדיג פון אזא נאענטע פריינד און ער וועט זיך פולקאם אננעמען פאר די קאנאדישע בירגער.

טראמפ מיטהאלדענדיג דעם פרעסע קאנפערנעץ לייוו זייענדיג שוין אויפן פליגער אהיים האט זיך ארויסגעלאזט אין א טוויטער אויסברוך שרייענדיג אז טרודא זאגט זאכן וואס ער האט אים נישט געזאגט פערזענליך און איבערגעחזרט זיינע טענות איבער האנדל. דערנאך האט ער געמאלדן אז אלס רעזולטאט פון טרודא'ס פרעסע קאנפערענץ ציעט ער ארויס אמעריקא פון אלע אפמאכן ביים G-7 סאמיט.

טרודא האט געענטפערט אז ער ער האט אלעס גענוי פארציילט טראמפ פנים אל פנים און אז ער וועט ארבייטן ווייטער מיט די אנדערע לענדער צושטאנד צוברענגען די גוטע אפמאכן פונעם סאמיט. שטייצעך אבער אז אן אמעריקא איז עס בעסיקלי דאמירן בעלמא, מאכענדיג אפעקטיוולי דעם גאנצן סאמיט אלס איין גרויסע וועיסט אוו טיים און דורכפאל.

די צעבלאזונג פונעם סאמיט און די פרישע מלחמה אויסברוך האט צעשאקלט אמעריקא, קאנאדע און די גאנצע פרייע וועלט. אט זענען די רעקאציעס פון די אמעריקאנע,קאנאדע, און אנדערע וועלטליכע פאליטישענס און מידיע פערזענליכקייטן אויף טוויטער.
צוגעלייגטע
pic.jpg
pic.jpg (617.84 KiB) געזעהן 1837 מאל
o 23.png
o 23.png (24.19 KiB) געזעהן 1837 מאל
canada 2.png
canada 2.png (435.14 KiB) געזעהן 1837 מאל
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום מאנטאג יוני 11, 2018 3:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג יוני 11, 2018 3:06 pm

די קאנאדישע אפישעלס.
צוגעלייגטע
canada 1.png
canada 1.png (172.35 KiB) געזעהן 1813 מאל
canada 3.png
canada 3.png (89.77 KiB) געזעהן 1813 מאל
canada 4.png
canada 4.png (143.56 KiB) געזעהן 1813 מאל
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג יוני 11, 2018 3:07 pm

פון קאנאדעס אפאזיציע פארטייען גאר.
צוגעלייגטע
canada 5.png
canada 5.png (122.73 KiB) געזעהן 1803 מאל
canada 6.png
canada 6.png (79.27 KiB) געזעהן 1803 מאל
canada 7.png
canada 7.png (420.45 KiB) געזעהן 1803 מאל
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג יוני 11, 2018 3:10 pm

רעאקציעס פון פראנקרייך, ענגלאנד, דיטטשלאנד, אייראפעיאישע יוניען, סאוט קאריע,און אוסטראליע פירער.
צוגעלייגטע
world 1.png
world 1.png (58.09 KiB) געזעהן 1776 מאל
world 4.png
world 4.png (64.53 KiB) געזעהן 1776 מאל
world 2.png
world 2.png (257.22 KiB) געזעהן 1776 מאל
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יוני 11, 2018 3:11 pm

יעדער איז צוטרייסעלט א חוץ די 62 מיליאן וואוטערס פאר טראמפ - זיי פארשטייען עס גאר פיין און האבען שטארק הנאה.

מיסטער פרעזידענט קיעפ אפ די גוד ווארק!
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג יוני 11, 2018 3:13 pm

אמעריקאנע פאליטישאנס.
צוגעלייגטע
o 9.png
o 9.png (91.34 KiB) געזעהן 1738 מאל
o 11.png
o 11.png (75.21 KiB) געזעהן 1738 מאל
o 15.png
o 15.png (49.67 KiB) געזעהן 1738 מאל
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג יוני 11, 2018 3:15 pm

די G-7 סאמיט דערמאנט מיך פין די פרײמערי דיבאטעס

אוועטאר
פרינדזשעס..
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

תגובהדורך פרינדזשעס.. » מאנטאג יוני 11, 2018 3:17 pm

א גרויסן ייש"כ פארן אזוי גיט מסביר זיין.
זאג איך צו אייך מיינע טייערע ברודער אין אמעריקא
איר קאנט האלטן שבת!!! (הרה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זצוקללה"ה)

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מאנטאג יוני 11, 2018 3:18 pm

זייער א גיטע ארטיקל. אבער טשיינע האט באקומען אסאך גרעסערע טעריפס פון קענעדע.

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג יוני 11, 2018 3:19 pm

נאך פאליטישאנס.
צוגעלייגטע
o 2.png
o 2.png (93.79 KiB) געזעהן 1683 מאל
o 24.png
o 24.png (81.5 KiB) געזעהן 1683 מאל
o 21.png
o 21.png (67.17 KiB) געזעהן 1683 מאל
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג יוני 11, 2018 3:21 pm

נאך.
צוגעלייגטע
O 1.png
O 1.png (111.35 KiB) געזעהן 1660 מאל
o 6.png
o 6.png (79.05 KiB) געזעהן 1660 מאל
o 5.png
o 5.png (39.68 KiB) געזעהן 1660 מאל
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » מאנטאג יוני 11, 2018 3:22 pm

מטעמים האט געשריבן:יעדער איז צוטרייסעלט א חוץ די 62 מיליאן וואוטערס פאר טראמפ - זיי פארשטייען עס גאר פיין און האבען שטארק הנאה.

מיסטער פרעזידענט קיעפ אפ די גוד ווארק!


;l;p- ;l;p- ;l;p-

זייער פראוד מיט אונזער פרעזידענט שליט"א.

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג יוני 11, 2018 3:23 pm

אין לענדער איז עס טאקע 7 אבער אױב מ׳קיקט לגבי די עקאנאמיע האט אמעריקע א גרעסערע עקאנאמיע װי די איבריגע 6 ציזאמען

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג יוני 11, 2018 3:24 pm

נאך.
צוגעלייגטע
o 3.png
o 3.png (98.69 KiB) געזעהן 1632 מאל
o 12.png
o 12.png (200.65 KiB) געזעהן 1632 מאל
o 7.png
o 7.png (84.23 KiB) געזעהן 1632 מאל
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג יוני 11, 2018 3:26 pm

ייש"כ כאפצעם פאר די הערליכע באריכטן. אבער די אלע טוויטס פון אמעריקאנע פאליטיקאנטן וואס דו ברענגסט דא האט גארנישט מאהבת אמעריקע אדער קאנאדע, נאר משנאת טראמפ, און אזא איינער ווא סאיז פסול לעדות, איז אפילו נישט אינטערעסאנט צו הערן וואס זיי האבן צו זאגן.

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג יוני 11, 2018 3:27 pm

נאך.
צוגעלייגטע
o 16.png
o 16.png (153.13 KiB) געזעהן 1609 מאל
o 13.png
o 13.png (115.48 KiB) געזעהן 1609 מאל
o 4.png
o 4.png (97.5 KiB) געזעהן 1609 מאל
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג יוני 11, 2018 3:29 pm

נאך.
צוגעלייגטע
o 19.png
o 19.png (172.89 KiB) געזעהן 1574 מאל
o 22.png
o 22.png (69.44 KiB) געזעהן 1589 מאל
o 20.png
o 20.png (63.14 KiB) געזעהן 1589 מאל
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום מאנטאג יוני 11, 2018 3:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג יוני 11, 2018 3:29 pm

װען טראמפ איז אנגעקימען אפאהר שעה שפעט (לכאורה בדװקא)האט יעדער געװארט פאר אים װי טאטעלך

שליו ודגים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מאנטאג יוני 11, 2018 3:30 pm

יישר כח @כאפצעם

און יעצט @מטעמים איז מכובד אראפצולייגן די אנדערע זייט פון די מטבע........

דעס וואס ער וויל צוריק ברענגען רוסלאנד אין די גרופ דעס איז אינגאנצן אומפארשטענדליך

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג יוני 11, 2018 3:31 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:ייש"כ כאפצעם פאר די הערליכע באריכטן. אבער די אלע טוויטס פון אמעריקאנע פאליטיקאנטן וואס דו ברענגסט דא האט גארנישט מאהבת אמעריקע אדער קאנאדע, נאר משנאת טראמפ, און אזא איינער וואס איז פסול לעדות, איז אפילו נישט אינטערעסאנט צו הערן וואס זיי האבן צו זאגן.

RT
לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום מאנטאג יוני 11, 2018 3:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מאנטאג יוני 11, 2018 3:32 pm

אלעס פארשטענדליך.. אנדערע לענדער זענען וויכטיגער..
באהארארא זאגט גוט I LIKE CANADA

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » מאנטאג יוני 11, 2018 3:34 pm

מטעמים האט געשריבן:יעדער איז צוטרייסעלט א חוץ די 62 מיליאן וואוטערס פאר טראמפ - זיי פארשטייען עס גאר פיין און האבען שטארק הנאה.

מיסטער פרעזידענט קיעפ אפ די גוד ווארק!

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג יוני 11, 2018 3:35 pm

מידיע פערזענליכקייטן.
צוגעלייגטע
r 1.png
r 1.png (52.8 KiB) געזעהן 1530 מאל
r 3.png
r 3.png (113.13 KiB) געזעהן 1530 מאל
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג יוני 11, 2018 3:35 pm

שליו ודגים האט געשריבן:יישר כח @כאפצעם

און יעצט @מטעמים איז מכובד אראפצולייגן די אנדערע זייט פון די מטבע........

דעס וואס ער וויל צוריק ברענגען רוסלאנד אין די גרופ דעס איז אינגאנצן אומפארשטענדליך


ער האט עס בלױז געזאגט אױף דעם װאס מעקראן האט געזאגט אז פאר אים איז א G6 אױך געניג האט ער געזאגט אױף דעם אז אױב עפעס טױשעריי זאל מען עס צוריק מאכן אױף א G8

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג יוני 11, 2018 3:36 pm

מונאוויטש האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:ייש"כ כאפצעם פאר די הערליכע באריכטן. אבער די אלע טוויטס פון אמעריקאנע פאליטיקאנטן וואס דו ברענגסט דא האט גארנישט מאהבת אמעריקע אדער קאנאדע, נאר משנאת טראמפ, און אזא איינער וואס איז פסול לעדות, איז אפילו נישט אינטערעסאנט צו הערן וואס זיי האבן צו זאגן.

RT

rt מיינסטו רוסלאנד'ס סטעיט מידיע, זיי זאגן פינקטלעך די זעלבע ראטאריק.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: El Rushbo, אהבת השם, אשר נחום, ברוינע באנאנע, דניאל אויערבאך, מזי רעב, משהלע, קיווי סטראבערי, שתקן און 61 געסט