קריגעלעך אין וויליאמסבורגער נייעס

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

קריגעלעך אין וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך moneyMINDED » מוצ"ש יוני 02, 2018 10:34 pm

טעם וריח האט געשריבן:ארטיסטן?


ניין ,סתם גוים :lol:

צוויי בילדונגס דערנאך קומט אויך פאר גוים ,דארט ווי מען בויעט, יענע געגענט רוקט זיך ב"ה אריין מער און מער גוים

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מוצ"ש יוני 02, 2018 10:36 pm

moneyMINDED האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:ארטיסטן?


ניין ,סתם גוים :lol:

צוויי בילדונגס דערנאך קומט אויף פאר גוים , יענע געגענט רוקט זיך ב"ה אריין מער און מער גוים

מסתמא מיינסטו דעם חייב אדם לברך על הרעה ....
פארגעס נישט, פונקט אקייגן איבער איז דער ריזיגער וויזשניצער ביהמ"ד ועוד ועוד...

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מוצ"ש יוני 02, 2018 10:39 pm

וואס איז די ב"ה?

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » מוצ"ש יוני 02, 2018 10:48 pm

יציב פתגם האט געשריבן:וואס איז די ב"ה?


אז די באשעפער האט אזוי געמאכט איז עס ב"ה ...

און אז תרצ"ה האט קיין יוד אין יוראפ נישט געוויסט אז תש"י גייען זיי וואינען אין וויליאמסבורג אין אמעריקא

תש"ס האבן יודן אין וויליאמסבורג נישט געגלויבט אז תשע"ח וועלן איין בילדונג נאכ'ן צווייטען גיין פאר גוים

מיינט עס אז די באשעפער פירט זיין וועלטעל און אונז פארשטיי מיר נישט זיינע וועגן ,אבער סאיז זיכער אז די רחמנות'דיגע יונגעלייט וואס באצאלן די הויזן וואס זיי האבן נישט פאר זייער רענט פאר לעכער ,און זיי חלומען נאך אז די מצב וועט זיך לינדערן ,איז יעדע בילדונג וואס גייט פאר גוים אין הארץ פון וויליאמסבורג ,מאכט אז נאך און נאך יונגעלייט זאלן מופן מיט א זיכערקייט אז וויליאמסבורג איז נישדא וואס צו זיכן בגשמיות וברוחניות .

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » מוצ"ש יוני 02, 2018 10:53 pm

ראספשע האט געשריבן:
moneyMINDED האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:ארטיסטן?


ניין ,סתם גוים :lol:

צוויי בילדונגס דערנאך קומט אויף פאר גוים , יענע געגענט רוקט זיך ב"ה אריין מער און מער גוים

מסתמא מיינסטו דעם חייב אדם לברך על הרעה ....
פארגעס נישט, פונקט אקייגן איבער איז דער ריזיגער וויזשניצער ביהמ"ד ועוד ועוד...


און אז וויזניץ וועט פארקויפן זייער בנין א שיינעם טאג פאר 50 מיליאן דאלאר , אז בי עפ זשי פאר 18 רעדלעך., קען וויזניץ גיין פאר 50 מעלאנעס ...

מיט 50 מעלאונעס קען וויזשניץ בויען א שטאט פאר אלע זייערע חסידים און ועוד בכלל.... אונז פארשטיי מיר נישט די רבוש"ע דרכים אבער סאיז זיכער אז סאיז א טובה

די עקאנאמישע מצב פון דורעכשניטליכע יונגעלייט איז אומדטרעגליך און די וועג ווי מען וואינט אין ווילי , סיי די דירות און זיי די פרייזן און סתם די לעבנס שטייגער איז געמאכט פאר די 1 פארצענט נגידים ,פאר סתם א יונגערמאן האט נישט וואס צו זיכן אין וויליאמסבורג, און אז די רבנים טיען נישט דערין , שיקט די באשעפער זיינע וועגן זיי צו העלפען

מען שטייט און מען שרייט וואס וועט דא זיין מיט דירות און פינאנציעל , שיקט די באשעפער וועגן אז מען זאל מוזן אנטלויפן בעל כרכך

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » מוצ"ש יוני 02, 2018 10:55 pm

ווער איז די פארקויפער? און ווער איז די קויפער?

משהלע
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מוצ"ש יוני 02, 2018 10:57 pm

די ב"ה איז אז די מצב הפרנסה ביי אידען האט זיך שטארק געהויבען צוליב די ריעל עסטעיט בום.

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » מוצ"ש יוני 02, 2018 10:57 pm

יא, מאני מיינדעד מיינט בלויז דו טובה פון די נעבעכדיגע וויליאמסבורג׳ע אינגעלייט

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3743
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מוצ"ש יוני 02, 2018 10:58 pm

moneyMINDED האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
moneyMINDED האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:ארטיסטן?


ניין ,סתם גוים :lol:

צוויי בילדונגס דערנאך קומט אויף פאר גוים , יענע געגענט רוקט זיך ב"ה אריין מער און מער גוים

מסתמא מיינסטו דעם חייב אדם לברך על הרעה ....
פארגעס נישט, פונקט אקייגן איבער איז דער ריזיגער וויזשניצער ביהמ"ד ועוד ועוד...


און אז וויזניץ וועט פארקויפן זייער בנין א שיינעם טאג פאר 50 מיליאן דאלאר , אז בי עפ זשי פאר 18 רעדלעך., קען וויזניץ גיין פאר 50 מעלאנעס ...

מיט 50 מעלאונעס קען וויזשניץ בויען א שטאט פאר אלע זייערע חסידים און ועוד בכלל.... אונז פארשטיי מיר נישט די רבוש"ע דרכים אבער סאיז זיכער אז סאיז א טובה

די עקאנאמישע מצב פון דורעכשניטליכע יונגעלייט איז אומדטרעגליך און די וועג ווי מען וואינט אין ווילי , סיי די דירות און זיי די פרייזן און סתם די לעבנס שטייגער איז געמאכט פאר די 1 פארצענט נגידים ,פאר סתם א יונגערמאן האט נישט וואס צו זיכן אין וויליאמסבורג, און אז די רבנים טיען נישט דערין , שיקט די באשעפער זיינע וועגן זיי צו העלפען

מען שטייט און מען שרייט וואס וועט דא זיין מיט דירות און פינאנציעל , שיקט די באשעפער וועגן אז מען זאל מוזן אנטלויפן בעל כרכך


רט. איך זאג אויך ב"ה. זאלן יודן מאכן מעלאונעס און אוועקמופן פון דא

גם זה יעבור
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

תגובהדורך גם זה יעבור » מוצ"ש יוני 02, 2018 11:00 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
moneyMINDED האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
moneyMINDED האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:ארטיסטן?


ניין ,סתם גוים :lol:

צוויי בילדונגס דערנאך קומט אויף פאר גוים , יענע געגענט רוקט זיך ב"ה אריין מער און מער גוים

מסתמא מיינסטו דעם חייב אדם לברך על הרעה ....
פארגעס נישט, פונקט אקייגן איבער איז דער ריזיגער וויזשניצער ביהמ"ד ועוד ועוד...


און אז וויזניץ וועט פארקויפן זייער בנין א שיינעם טאג פאר 50 מיליאן דאלאר , אז בי עפ זשי פאר 18 רעדלעך., קען וויזניץ גיין פאר 50 מעלאנעס ...

מיט 50 מעלאונעס קען וויזשניץ בויען א שטאט פאר אלע זייערע חסידים און ועוד בכלל.... אונז פארשטיי מיר נישט די רבוש"ע דרכים אבער סאיז זיכער אז סאיז א טובה

די עקאנאמישע מצב פון דורעכשניטליכע יונגעלייט איז אומדטרעגליך און די וועג ווי מען וואינט אין ווילי , סיי די דירות און זיי די פרייזן און סתם די לעבנס שטייגער איז געמאכט פאר די 1 פארצענט נגידים ,פאר סתם א יונגערמאן האט נישט וואס צו זיכן אין וויליאמסבורג, און אז די רבנים טיען נישט דערין , שיקט די באשעפער זיינע וועגן זיי צו העלפען

מען שטייט און מען שרייט וואס וועט דא זיין מיט דירות און פינאנציעל , שיקט די באשעפער וועגן אז מען זאל מוזן אנטלויפן בעל כרכך


רט. איך זאג אויך ב"ה. זאלן יודן מאכן מעלאונעס און אוועקמופן פון דא

הער איך אז ס'איז געווארן אפגעקויפט פאר א ישיבה גדולה און היכל השולחנות פאר די וויזניצע הויף קעגן איבער

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » מוצ"ש יוני 02, 2018 11:05 pm

ארום די זייגער האט געשריבן:יא, מאני מיינדעד מיינט בלויז דו טובה פון די נעבעכדיגע וויליאמסבורג׳ע אינגעלייט


וועמענס טובה מיינסטו ?

די פאקט איז אז נאך הונדערטע יונגעלייט גייען אוועק מופן וועגן די בילדונג איז געווארן פארקויפט פאר א גוי ,איז עס א גוטע זאך

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » מוצ"ש יוני 02, 2018 11:07 pm

רט. איך זאג אויך ב"ה. זאלן יודן מאכן מעלאונעס און אוועקמופן פון דא[/quote]
הער איך אז ס'איז געווארן אפגעקויפט פאר א ישיבה גדולה און היכל השולחנות פאר די וויזניצע הויף קעגן איבער[/quote]

דעס האט מען געשמועסט אויף ווילהעלם בילדונג אויף די דיוויזשאן אז וויזניץ וויל עס קויפן

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מוצ"ש יוני 02, 2018 11:12 pm

מאני
ווער האט דיר אזוי גאראנטירט אז עני נייע פלאץ גייט זיין בעסער [ברוחניות אדער בגשמיות]?
איז טאקע אלעס אלעס געוואנדן צי מען מאכט 'געלט' צי נישט???

העכסטנס אפאר אידעלעך ווערן רייכער ווערן, אבער צי עס איז טאקע אזא טובה פאר כלל ישראל איז געצווינגען זיך אריבער פעקלען צו א צווייטע געגנט, ווייסט איין באשעפער
כ'האב שוין אלס געמיינט אז דאס איז עס, משיח וועט נתגלה ווערן אין ווילאמסבורג, מיר גייען שוין נישט וואנדערן צו נאך א גלות......
לעצט פאראכטן דורך ראספשע אום מוצ"ש יוני 02, 2018 11:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » מוצ"ש יוני 02, 2018 11:15 pm

ראספשע האט געשריבן:מאני
ווער זאגט דיר אז עני נייע פלאץ גייט זיין בעסער [ברוחניות אדער בגשמיות]?


לעיקוואד , בלומינגראוו, מאנסי והגלילות ,קרית יואל והגלילות ,בלומינגראוו, זשערסי סיטי, בלומינגבורג איז ב"ה שוין בעסער און וועט ווערן נאך בעסער , מענטשן זענען זייער צופרידען אין די אלע געגענטער ווי מענטשן האבן געמופט

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מוצ"ש יוני 02, 2018 11:16 pm

moneyMINDED האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:מאני
ווער זאגט דיר אז עני נייע פלאץ גייט זיין בעסער [ברוחניות אדער בגשמיות]?


לעיקוואד , בלומינגראוו, מאנסי והגלילות ,קרית יואל והגלילות ,בלומינגראוו, זשערסי סיטי, בלומינגבורג איז ב"ה שוין בעסער און וועט ווערן נאך בעסער , מענטשן זענען זייער צופרידען אין די אלע געגענטער ווי מענטשן האבן געמופט

בכלל נישט....
[דא אויף אייוועלט איז מען אזוי ציפרידן....]

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » מוצ"ש יוני 02, 2018 11:21 pm

ראספשע האט געשריבן:
העכסטנס אפאר אידעלעך ווערן רייכער ווערן, אבער צי עס איז טאקע אזא טובה פאר כלל ישראל איז געצווינגען זיך אריבער ציען צו א צווייטע געגנט, ווייסט איין באשעפער
כ'האב שוין אלס געמיינט אז דאס איז עס, משיח קומט קיין ווילאמסבורג, מיר גייען שוין נישט נאך א גלות


עס האט מיך באמת געקאסט א שטאך אין הארץ פון די ווייטאג פון וואס די שרייבסט

איך וויל נישט רעדן ברייט ,אבער יודן וואס וואינען אין עירמאנט ,טשעסנאט ריזש , פאמאנא ,מאנסי ,ניו סיטי ,לעיקוואד ,בלומינגבורג, וואדבערי זשאנקשען, קאנטרי האללא , בלומינגראוו, היילענד לעיק עסטעיטס ווייסן נישט פון קיין גלות ליידן ... זיי וואינען און רחבות און האבן הרחבת הדעת על כל פנים וואינען ווי א יוד דארף

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » מוצ"ש יוני 02, 2018 11:24 pm

ראספשע האט געשריבן:
moneyMINDED האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:מאני
ווער זאגט דיר אז עני נייע פלאץ גייט זיין בעסער [ברוחניות אדער בגשמיות]?


לעיקוואד , בלומינגראוו, מאנסי והגלילות ,קרית יואל והגלילות ,בלומינגראוו, זשערסי סיטי, בלומינגבורג איז ב"ה שוין בעסער און וועט ווערן נאך בעסער , מענטשן זענען זייער צופרידען אין די אלע געגענטער ווי מענטשן האבן געמופט

בכלל נישט....
[דא אויף אייוועלט איז מען אזוי ציפרידן....]


בכלל נישט וואס ?

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מוצ"ש יוני 02, 2018 11:25 pm

יא יא
אבער ס'מיינט נישט אז וועגן דעם דארף יעצט א עיר ואם בישראל מלא על כל גדותיו מיט הונדערטער טויזנטער חסידישע אידישע קינדער אנשים נשים וטף, יריאים ושלימים חרוב ווערן, און די ווענט פון זייערע הייזער וואס זענען מלא וגדוש מיט תורה ומצות, מיליאנען שעות תורה ותפלה, גיין פאר טמא'נע גוים, ווייל געלט גיצייגע אידן [כשמך כן תהלתך מאני-מיינדעד בלע"ז] ווילן רייך ווערן....

עס איז א ווייטאגט זייער זייער
גענוי אזוי ווי עס ווייטיגט ווען מען דרייט זיך אין שטעטלעך אין יוראפ, ווי אידישקייט האט געבליהט און היינט איז עס באו זרים בנחלתינו, כ'רעדט שוין נישט פון די בתי מקדש מעט וואס פיסטעווען אדער נאך ערגערס, און דער זעלבער גורל איז ערווארטעט אויף אזא גרויסע אידישע שטאט ווי וויליאמסבורג המעטירה
די אלע דערמאנטע שטעט קענען בליען און וואקסן, אן דעם אויכעט, ס'איז דא גענוג און נאך פאר יעדן, מען דארף נאך נישט טאנצן אז נאך א אידישע בנין אין אזא עיר ואם בישראל גייט פאר גוים פרוצים ופרוצות
ופשוט היא
כ'הייב נישט אן צו פארשטיין ווי אידן קענען זיך אזוי פרייען ווען זייער אייגענע שיף גייט זינקען, נאר כדי אז יענעם שיף זאל וואקסן און בליעהן...
לעצט פאראכטן דורך ראספשע אום מוצ"ש יוני 02, 2018 11:29 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » מוצ"ש יוני 02, 2018 11:34 pm

ראספשע האט געשריבן:יא יא
אבער ס'מיינט נישט אז וועגן דעם דארף יעצט א עיר ואם בישראל מלא על כל גדותיו מיט הונדערטער טויזנטער חסידישע אידישע קינדער אנשים נשים וטף, יריאים ושלימים חרוב ווערן, און די ווענט פון זייערע הייזער וואס זענען מלא וגדוש מיט תורה ומצות, מיליאנען שעות תורה ותפלה, גיין פאר טמא'נע גוים, ווייל געלט גיצייגע אידן [כשמך כן תהלתך מאני-מיינדעד בלע"ז] ווילן רייך ווערן....

עס איז א ווייטאגט זייער זייער
גענוי אזוי ווי עס ווייטיגט ווען מען דרייט זיך אין שטעטלעך אין יוראפ, ווי אידישקייט האט געבליהט און היינט איז עס באו זרים בנחלתינו, כ'רעדט שוין נישט פון די בתי מקדש מעט וואס פיסטעווען אדער נאך ערגערס, און דער זעלבער גורל איז ערווארטעט אויף אזא גרויסע אידישע שטאט ווי וויליאמסבורג המעטירה
די אלע דערמאנטע שטעט קענען בליען און וואקסן, אן דעם אויכעט, ס'איז דא גענוג און נאך פאר יעדן, מען דארף נאך נישט טאנצן אז נאך א אידישע בנין אין אזא עיר ואם בישראל גייט פאר גוים פרוצים ופרוצות
ופשוט היא


קיינער זאגט נישט אז עס דארף געשען , למעשה איז עס געשען , אין די לעצטע 10 יאר ווערט ערגער און ערגער די מצב , אונז רעדט מיר פון פאקטן , איך ווייס נישט וואס די האסט מיך אראפצוברענגן דא פונקטליך

למעשה ווי די מצב האלט איז ביטער , און אז נאך א בילדונג גייט פאר א גוי איז א שמחה אז דורך דעם מופן אוועק נאך הונדערטער משפחות וואס ברעכן אינטער אין וויליאמסבורג און זיי דארפן דעם לעצטען שטיפ צו מופן , ברויזן און שימפען אויף כעס וועט נישט העלפן ,מען דארף אוועקלייגן די געפילן און מען דארף טין למעשה , טויזענטער משפחות ברעכן אינטער אין וויליאמסבורג וואינענדיג נישט יודישלעך , דאס ארט דיר נישט, וועגן די ביזט מסודר מיט א שיינע דירה אין וויליאמסבורג, איי דיינע קינדער ווי גייען וואינען ,און נאך טויזענטער וואס ברעכען אינטער ,דאס גייט דיר נישט אן

עס איז וואס עס איז , מען דארף לעבן מיט די מציאות

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מוצ"ש יוני 02, 2018 11:38 pm

נו נו, הוא הדבר אשר אמרתי, חייב אדם לברך על הרעה......

אגב, כ'ווייס נישט פון וואנעט דו נעמסט מיך צו באשולדיגן, מיט די ווערטער "דאס ארט דיר נישט, וועגן די ביזט מסודר מיט א שיינע דירה אין וויליאמסבורג, איי דיינע קינדער ווי גייען וואינען ,און נאך טויזענטער וואס ברעכען אינטער ,דאס גייט דיר נישט אן"

ס'ארט מיך יא, ועם כל זאת, ארט מיך דאס אויכעט
ס'יז דען עפעס א סתירה?

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » מוצ"ש יוני 02, 2018 11:41 pm

ראספשע האט געשריבן:יא יא
אבער ס'מיינט נישט אז וועגן דעם דארף יעצט א עיר ואם בישראל מלא על כל גדותיו מיט הונדערטער טויזנטער חסידישע אידישע קינדער אנשים נשים וטף, יריאים ושלימים חרוב ווערן, און די ווענט פון זייערע הייזער וואס זענען מלא וגדוש מיט תורה ומצות, מיליאנען שעות תורה ותפלה, גיין פאר טמא'נע גוים, ווייל געלט גיצייגע אידן [כשמך כן תהלתך מאני-מיינדעד בלע"ז] ווילן רייך ווערן....

עס איז א ווייטאגט זייער זייער
גענוי אזוי ווי עס ווייטיגט ווען מען דרייט זיך אין שטעטלעך אין יוראפ, ווי אידישקייט האט געבליהט און היינט איז עס באו זרים בנחלתינו, כ'רעדט שוין נישט פון די בתי מקדש מעט וואס פיסטעווען אדער נאך ערגערס, און דער זעלבער גורל איז ערווארטעט אויף אזא גרויסע אידישע שטאט ווי וויליאמסבורג המעטירה
די אלע דערמאנטע שטעט קענען בליען און וואקסן, אן דעם אויכעט, ס'איז דא גענוג און נאך פאר יעדן, מען דארף נאך נישט טאנצן אז נאך א אידישע בנין אין אזא עיר ואם בישראל גייט פאר גוים פרוצים ופרוצות
ופשוט היא
כ'הייב נישט אן צו פארשטיין ווי אידן קענען זיך אזוי פרייען ווען זייער אייגענע שיף גייט זינקען, נאר כדי אז יענעם שיף זאל וואקסן און בליעהן...


די פראזשעקטס בילדונגס מיט גרויליגע חאלערעס וואס וואינען דארט אלע יארן איז בעסער ? זיי זענען נישט פרוצים ופרוצות ?

למעשה אין וויליאמסבורג איז כאטשיג ואחרי כן יצאו ברכוש גדול , דעס קענסטו נישט זאגן און צו גלייכן ווי אין די אלטע היים ווען מען איז ארויס בעירום ובחוסר כל

די ווייסט וויפעל בתי מדרשים זענען אינטערגעגאנגען אין די איסט סייד אין מענהעטען? אין בראונסוויל אין ברוקלין און נאך געגענטער?

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מוצ"ש יוני 02, 2018 11:45 pm

moneyMINDED האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:יא יא
אבער ס'מיינט נישט אז וועגן דעם דארף יעצט א עיר ואם בישראל מלא על כל גדותיו מיט הונדערטער טויזנטער חסידישע אידישע קינדער אנשים נשים וטף, יריאים ושלימים חרוב ווערן, און די ווענט פון זייערע הייזער וואס זענען מלא וגדוש מיט תורה ומצות, מיליאנען שעות תורה ותפלה, גיין פאר טמא'נע גוים, ווייל געלט גיצייגע אידן [כשמך כן תהלתך מאני-מיינדעד בלע"ז] ווילן רייך ווערן....

עס איז א ווייטאגט זייער זייער
גענוי אזוי ווי עס ווייטיגט ווען מען דרייט זיך אין שטעטלעך אין יוראפ, ווי אידישקייט האט געבליהט און היינט איז עס באו זרים בנחלתינו, כ'רעדט שוין נישט פון די בתי מקדש מעט וואס פיסטעווען אדער נאך ערגערס, און דער זעלבער גורל איז ערווארטעט אויף אזא גרויסע אידישע שטאט ווי וויליאמסבורג המעטירה
די אלע דערמאנטע שטעט קענען בליען און וואקסן, אן דעם אויכעט, ס'איז דא גענוג און נאך פאר יעדן, מען דארף נאך נישט טאנצן אז נאך א אידישע בנין אין אזא עיר ואם בישראל גייט פאר גוים פרוצים ופרוצות
ופשוט היא
כ'הייב נישט אן צו פארשטיין ווי אידן קענען זיך אזוי פרייען ווען זייער אייגענע שיף גייט זינקען, נאר כדי אז יענעם שיף זאל וואקסן און בליעהן...


די פראזשעקטס בילדונגס מיט גרויליגע חאלערעס וואס וואינען דארט אלע יארן איז בעסער ? זיי זענען נישט פרוצים ופרוצות ?


די קשיא אויף די פראדזשעקטס דארפסטו פרעגן ר' ליפא פריעדמאן וואס האט אזוי שטארק געשוויצט דערפאר... [און דעמאלטס ווען מען האט געבויט די פראדזשעקטס האט מען אויך געמיינט אז א גן עדן האט אונז באטראפן, ס'טייטשט?, מען גייט דאך וואוינען חצי בחינם.....]
ווען סאטמאר רב האט געגרונדעט קרית יואל, האט ער נישט אויפגעגעבן וויליאמסבורג, ער האט ווייטער געבויט דא, און נישט געהייסן פאר זיינע מענטשן זאלן זיך פארקויפן די הייזער פאר גוים און גיין מופן צו נייעם שטעטל

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » מוצ"ש יוני 02, 2018 11:48 pm

ראספשע האט געשריבן:נו נו, הוא הדבר אשר אמרתי, חייב אדם לברך על הרעה......

אגב, כ'ווייס נישט פון וואנעט דו נעמסט מיך צו באשולדיגן, מיט די ווערטער "דאס ארט דיר נישט, וועגן די ביזט מסודר מיט א שיינע דירה אין וויליאמסבורג, איי דיינע קינדער ווי גייען וואינען ,און נאך טויזענטער וואס ברעכען אינטער ,דאס גייט דיר נישט אן"

ס'ארט מיך יא, ועם כל זאת, ארט מיך דאס אויכעט
ס'יז דען עפעס א סתירה?


סא אין קליין איז אזוי

די יודן וואס האבן דירות מיט סעקשאן 8 און צאלן צו פעניס אויסער דעם , און די יודן וואס צאלן סתם ביליג רענט , און די יודן וואס זענען מסודר מיט א דירה אדער הייזער , אדער יודן וואס וואינען אין פראזשעקטס אדער בעדפארד גארדענס

די יודן איז נישט קיין רחמנת בגשמיות , ברוחניות איז א שטיקעל דילעמא , אבער זיי האבן חאטשיג דעם ואחרי כן יצאו ברכוש גדול , וואס למעשה הערט מען יעדן טאג מענטשן וואס פארקויפן זייערע קאנדאס פאר תבין ותקילין אויפן פיפטען שטאק און פיצען אפ צו געגענטער מיט גרינע גראז

למעשה איז דא טויזענטער משפחות וואס די געלט וואס דארף גיין פאר ברויט גייט פאר רענט ,דאס איז שוין מיט סעקשאן 8 , און קליינע לעכער , ווען זיי וואינען ווען מיט הרחבת הדעת איז איין זאך , צאלן אפ די הויזן וואס זיי פארמאגן נישט און וואינען ווי די הינער איז קיין געשעפט, און די טויזענטער משפחות וואס האבן געמופט וועלן מעיד זיין אז עס די ריכטיגע זאך, אפילו מיט די שוועריקייטען וואס זיי האבן דארט פון אנפאנג , און זיי פארשטייען נישט וויזוי זיי האבן געוואינט ביז דאן אין וויליאמסבורג און וויזוי מענטשן וואינען בכלל דארט .

א גוטע וואך מיט אסאך געלט

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מוצ"ש יוני 02, 2018 11:50 pm

און בכלל דער 'ואחרי כן יצאו ברכוש גדול' איז עפעס וואס איז נישט אזוי שנעל און נישט אזוי גרינג
פארגעס נישט, מענטשן וואוינען דארט אין קאנדא'ס וואו ס'וואוינען עטליכע צענליגער משפחות אין א בנין, לו יהא אז מען גייט אנהויבן פארקויפן הויז ביי הויז פאר גוים, מיינט דאס אז א פופציג משפחות אויף איינמאל דארפן באשליסן, דאס איז עס, כ'פארקויף מיין דירה פאר די גוים פאר צען מאל די פרייז וואס כ'האב עס געקויפט און ויסעו מען גייט..., און די זעלבע מיטן נעקסטן בנין, נעקסטער בלאק, וכן הלאה
האלסט אז ס'גייט אזוי זיין אזוי שנעל??? זעהט אויס ווי א שיינע חלום וואס איז [אפשר, ווער ווייסט?] ווייט פון ריאליטעט.... [איך וואוין נישט דארט, אבער כ'הער עס פון מיינע קרובים וועלכע וואוינען דארט, ס'יז א ברענעדיגער פראבלעם!!, און טייל פון זיי האבן שוין אריינגעבאכעט אוצרות מיט געלט און בלוט און שווייס אין זייערע הייזער ס'גלוסט זיך זיי נישט אנצוהויבן יעצט פריש פון בראשית....]
און וויפיל קדושה פראבלעמען און נסיונות ברוחניות, יודן גייען אדורך גיין 'ביז' דאס גייט פאסירן????....

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מוצ"ש יוני 02, 2018 11:56 pm

מאני מיינדעד אלערט...
פריידט זיך אויך ווען מען ציעט ארויף די פרייז אין בלומינגראוו און זשערזי סיטי. דו"ק ותשכח.
ביי געוויסע שטייגט געלט איבער אלעס.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט