אלעסאיזמעגליך האט געשריבן:היינט בין איך געווען אין סאוט פאלסבורג עס האט אויסגעזעהן ווי א שלאכט פעלד! צענטליגער ביימער ליגען אומגעווארפן אויף די ראוט'ס, באנגעלאויס, און אויף קאר'ס, ס'איז געווען א רחמנות צוזעהן ווי אויסגעמיטשעטע יונגעלייט מענעטשער'ס פון באנגעלא קאלעני'ס טרעפען זיך פלוצלונג מיט נאך ארבייט געציילטע וואכען פאר די עולם קומט ארויס,
איך האב געטראכט צו מיר, צו איינער גייט אפילו טראכטען וויפיל ארבייט די מענעטשער'ס דארפען אריינלייגען און איינער גייט זיי דען באדאנקען פאר די ארבייט וואס זיי טיען?
( איך וועל באלד ברענגען בילדער פון די שאדען )
ווי אויך האב איך באזיכט ריווערסייד קאנטרי און קראלי קאנטרי ווי די פייער האט אויסגעבראכען און עס איז ממש נישט צום דערקענען דעם פלאץ! מ'האט שוין אוועקגעפירט רוב פון די אפגעברענטע באנגעלאויס אז מ'דערקענט נישט אז דארט איז אמאל געשטאנען באנגעלאויס, עס איז טאקע דא דארט א שטארקע פייער גערויך וואס עס איז שווער אוועקצונעמען... אבער עס דערקענט זיך כמעט נישט אז דארט איז אמאל געווען א שריפה,
איך האב גערעדט צו די מענעטשער פון ריווערסייד קאנטרי און ער זאגט אז ער וועט אי'' ה זיין אפען דעם זוממער געהעריג אבער קראלי וועט נישט קענען עפענען בדרך הטבע ווייל די אינספעקטער איז שוין דארט געווען אין קלאר געזאגט אז ער לאזט נישט עפענען די קאנטרי אויף דעם זוממער, און ווי אויך האב איך גערעדט צו די ארבייטער'ס און קראלי קאנטרי און זיי זאגען אז ס'איז דא גאר אסאך ווייעלעשאן'ס וואס עס איז נישט מעגליך צו פארעכטען אלעס ביפאר דעם זוממער, און בעיקר אז די איינריכטונגען זענען גאר שטארק געשעדיגט געווארען ווי למשל די סווינמינג פאל, און די געז, וכדומה וואס עס מאכט זייער שווער מ'זאל קענען ארויסברענגען משפחה'ס צו דעם פלאץ ,
אלעסאיזמעגליך!!!