דער בוך "וזכרתי: איך וועל געדענקען"

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2046
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

דער בוך "וזכרתי: איך וועל געדענקען"

תגובהדורך להודיע » מיטוואך מארטש 14, 2018 3:28 pm

לכבוד דעם פסח סעזאן שנת תשע"ח איז ערשינען א נייע ביכל פונעם זעלבן שרייבער "איך וועל דיך געדענקן", וואו עס ווערט געשילדערט די תקופה פון גלות בבל צווישן דעם חורבן בית המקדש הראשון און די אויפבוי פונעם צווייטן בית המקדש.

א מייסטערהאפטיגע ארבעט, רייך אין שריפט און אין אינהאלט, אריינגעבלענדט הונדערטער מדרשים און פסוקים מיט א מבהיל'דיגע היקף אויף יענע תקופה. ממש לא נראה כבושם הזה. עס קוועלט דאס הארץ אז עס ערשיינט אזא הויכע קאליווער ליין מאטריאל אויף די אידישע שפראך.

(ס'איז דא עטליכע זייער טרויעריגע קאפיטלען פון חורבן בין ראשון וואס מען דארף אוועקלייגן אויף די דריי וואכן)

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מיטוואך מארטש 14, 2018 3:45 pm

להודיע האט געשריבן:לכבוד דעם פסח סעזאן שנת תשע"ח איז ערשינען א נייע ביכל פונעם זעלבן שרייבער "איך וועל דיך געדענקן", וואו עס ווערט געשילדערט די תקופה פון גלות בבל צווישן דעם חורבן בית המקדש הראשון און די אויפבוי פונעם צווייטן בית המקדש.

א מייסטערהאפטיגע ארבעט, רייך אין שריפט און אין אינהאלט, אריינגעבלענדט הונדערטער מדרשים און פסוקים מיט א מבהיל'דיגע היקף אויף יענע תקופה. ממש לא נראה כבושם הזה. עס קוועלט דאס הארץ אז עס ערשיינט אזא הויכע קאליווער ליין מאטריאל אויף די אידישע שפראך.

(ס'איז דא עטליכע זייער טרויעריגע קאפיטלען פון חורבן בין ראשון וואס מען דארף אוועקלייגן אויף די דריי וואכן)

יא פארלאנגט זיך א נייע אשכול.
נאכנישט דורכגעליינט אינגאנצן עס דערקענט זיך א זעלטן רייכע ארבייט, ער דעקט א תקופה פון 100 יאר פון גלות יכניה ביז עליית נחמיה ביים צווייטען בית המקדש, עס גייט באופן פון א מעשה אזוי ווי ביי "איך וועל דיר ראטעווען" ממילא איז נישט שייך צו קאווערן ממש אלעס למשל די נס פורים ווערט פארציילט ווי א תושב ירושלים האט עס דעמאלטס מיטגעלעבט ווי פון רוב דיטעלס וואס ווערט דערמאנט אין די מגילה רעדט מען נישט, ומשום האי טעמא איז עס נישט אזוי ציענדיג ווי די ראטעווען בוך, פון די צווייטע זייט ווערט מען אבער געוואר נייע היסטארישע דיטאלען וואס מען האט קיינמאל געוויסט דערפון.

בלי ספק ווערט א יעדע דאללער
א'מונה ב'טחון ג'עלט

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » מיטוואך מארטש 14, 2018 4:21 pm

אויך באשריבן ווי א נאוועל מעשה אזויווי והצלתי?
1 + 1 = חלה דעקל...

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך מארטש 14, 2018 4:25 pm

גיי מיר קויפן דעם ספר בעז"ה

איך האב שוין לאנג געוואלט בעטן דעם מחבר, ער זאל מאכן אזא ספר אויף נס חנוכה, און נאך איינס אויף נס פורים

און עקסטער אויף דעם זמן פון כניסה לארץ ישראל, ביז בנין בית ראשון, (אסאך באלערנדע פרקים פון נ"ך קען מען דארט דעקן)

אבער איך האב נישט ווי דאס צו שרייבן צו אים.
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מיטוואך מארטש 14, 2018 5:00 pm

חלהדעקל האט געשריבן:אויך באשריבן ווי א נאוועל מעשה אזויווי והצלתי?

יא אבער גאר אנדערש ער דעקט אזא גוטע 4 5 דורות א משך פון 100 יאר, משא"כ מצרים איז א תקופה אינגאנצן פון אייניגע יאר בכלל איז מצרים זייער א דיטעילט מעשה מיט פול פרטים ווי יעדע מכה איז א קאפיטל א איבערלעבעניש פאר זיך,אבער אין א וועג איז דאס מער קונץ
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך מארטש 14, 2018 5:24 pm

אה, געזעהן די אדווערטייזמענט און געטראכט ״דאס איז א מאסט״
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » מיטוואך מארטש 14, 2018 5:50 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:אה, געזעהן די אדווערטייזמענט און געטראכט ״דאס איז א מאסט״

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1603
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך מארטש 14, 2018 10:31 pm

מיר האבן איבערגעליינט דעם "והצלתי" א שיינע פאר מאל, איצטערט אויב די קוואליטעט איז די זעלביגע, וועט קומען די רייע אויפן נייעם בוך בעז"ה.

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מיטוואך מארטש 14, 2018 10:42 pm

ארויף אויפן קויפן ליסטע
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 903
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 10:27 am

יישר כח פארן מעלדן
העמערעס קויפן מערצאשעם
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

שריפטלער
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2017 12:36 pm

תגובהדורך שריפטלער » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 11:11 am

ערנסטער האט געשריבן:ווער איז דער מחבר פון דעם בוך?


זי איז א שווייד אלס מיידל(וואוינט אין וויליׂׂׂ), אויף די מוניט איז מיר ארויסגעפלויגן איר נאמען היינט צו טאגס.
די בוך איז אריגינאל געשריבן געווארן אין אידיש, דערנאך האט זי עס איבערגעשריבן אין ענגליש (נישט איבערגעטייטשט)


עס איז עפעס מורא'דיג

שמערלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 12:28 pm

קען מען עס ערגעץ קויפן אנליין ?

yoel2124441100
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

תגובהדורך yoel2124441100 » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 1:48 pm

שריפטלער האט געשריבן:זי איז א שווייד אלס מיידל(וואוינט אין וויליׂׂׂ)


גארנישט מיט שװײד אײנגעלײגט,זי איז א װײס

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 6:33 pm

ברוך שהחיינו צום נייעם בוך !
'והצלתי' האב איך געזעהן יארן צוריק, און ס'שווער זיך צו געזעגענען דערפון, ס'עסט אריין די סיפור יציאת מצרים אין די ביינער.
ווען ס'איז ארויסגעקומען האבן קינד און קייט זיך ממש געריסן עס צו קענען ליינען, און די ידיעות און אמונה חושית וואס קינדער און אפילו עלטערע קענען קונה זיין, איז ווערט אלע געלטער.
הלוואי ווען ס'זאל זיין א ריבוי פון דעם סארט ליין מאטריאל, ס'איז ממש הפלא ופלא.

דענק און דאנק
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 27, 2016 11:03 pm

תגובהדורך דענק און דאנק » פרייטאג מארטש 16, 2018 4:02 pm

yoel2124441100 האט געשריבן:
שריפטלער האט געשריבן:זי איז א שווייד אלס מיידל(וואוינט אין וויליׂׂׂ)


גארנישט מיט שװײד אײנגעלײגט,זי איז א װײס


זי איז א ווייס אלס מיידל, אירע עלטערן וואוינען אין מאנסי, געהערן צו סאטמאר (איך ווייס די משפחה פערזענליך זייער אן ערנסטע און פיינע משפחה)

איר ברידער האט איר צוגעשטעלט אלע מדרשים ודברי חז"ל - און זי האט צאמגעשטעלט די מעשה

זי איז א ריזן שרייבער - עס וועט זיין פאר אייך אינטרעסאנט אויב איינער געדענקט נאך יארן צוריק שמערל קנאקער פון מעלות, דאס איז אויך זי געווען

דענק און דאנק
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 27, 2016 11:03 pm

תגובהדורך דענק און דאנק » פרייטאג מארטש 16, 2018 4:13 pm

יאסל האט געשריבן:ני ני נאך אלע קאמפלימענטען וואס ס'גיסט זיך דא, איז מיר אינטער געקומען דעם שבת אין די האנט דער החומה פון דעם חודש, וווי ער רייסט געפערליך אונטער דעם בוך אז ווי כאולי נאר מיט באבע מעשיות קען מען פארשטיין די ניסים פון יציאת מצרים, ער רופט עס אן נאך א דרגה זיך געקייקעלט אין ענין פון ביכער, ווי מאיז שוין לדעתו גענוג בשפל המצב.



איך זיך די החומה מיט לעכט קען עס איינער צושטעלן?

אגב עי' הכשרת אברכים סימן ז' ותמצא נחת, ולדבריו הוא ממש מצוה חשובה מאוד עי"ש

מאטכע
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 8:09 pm

תגובהדורך מאטכע » פרייטאג מארטש 16, 2018 5:35 pm

דענק און דאנק האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:ני ני נאך אלע קאמפלימענטען וואס ס'גיסט זיך דא, איז מיר אינטער געקומען דעם שבת אין די האנט דער החומה פון דעם חודש, וווי ער רייסט געפערליך אונטער דעם בוך אז ווי כאולי נאר מיט באבע מעשיות קען מען פארשטיין די ניסים פון יציאת מצרים, ער רופט עס אן נאך א דרגה זיך געקייקעלט אין ענין פון ביכער, ווי מאיז שוין לדעתו גענוג בשפל המצב.



קומט שוין יא ארויס א נארמאלע ביכל מיט גרר גרר אסאך תוכן האקט מען שוין דעראויף ,
#משוגענע וועלט

שמערלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

איז דאס דער נייער ביכל ?

תגובהדורך שמערלער » זונטאג מארטש 18, 2018 9:04 am


פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » זונטאג מארטש 18, 2018 2:42 pm

יא

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג מארטש 18, 2018 6:19 pm

דענק און דאנק האט געשריבן:זי איז א ריזן שרייבער - עס וועט זיין פאר אייך אינטרעסאנט אויב איינער געדענקט נאך יארן צוריק שמערל קנאקער פון מעלות, דאס איז אויך זי געווען

כ'בענק מיך נאך די ארטיקלען. כ'וואלט נישט גע'חלומ'ט אז ס'איז א פרוי...

מאטכע
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 8:09 pm

תגובהדורך מאטכע » מאנטאג מארטש 19, 2018 1:18 am

ווי שרייבט זי היינט צוטאגס ?

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מארטש 19, 2018 1:35 am

yoel2124441100 האט געשריבן:
שריפטלער האט געשריבן:זי איז א שווייד אלס מיידל(וואוינט אין וויליׂׂׂ)


גארנישט מיט שװײד אײנגעלײגט,זי איז א װײס

ריכטיג
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג מארטש 25, 2018 8:22 pm

איז דער פריערדיגער בוך "איך וועל דיר ראטעווען" פארהאן צו באקומען אין די געשעפטן?

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » זונטאג מארטש 25, 2018 11:29 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:איז דער פריערדיגער בוך "איך וועל דיר ראטעווען" פארהאן צו באקומען אין די געשעפטן?

יא. מיר האבן עס געקויפט פארגאנגענעם פרייטאג אין ויליאמסבורג

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2046
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » זונטאג אפריל 08, 2018 5:09 pm

ב"ה
איך האב ב"ה דעם יום טוב עוסק געווען אין דאס ביכל "וזכרתי". דאס איז עפעס וואס ממש לא נראה כבושם הזה אויף די אידישע שפראך.

לכאורה וועט ביים אלגעמיינער ציבור עס נישט אויפכאפן אזוי ווי די פריערדיגע ביך, פשוט ווייל עס אינוואלוואד צופיל היסטארישע איינצלהייטן און פרישע ידיעות בקורות תולדות עמינו וואס דער אנאלפעבט עולם קאנעקט נישט דערצו, אבער פון א ריכטיגן בליק איז דער צווייטער ביכל אסאך אסאך א גרעסערע און געלונגענערע ארבעט ווי די ערשטע.

דא ליגט בלי ספק אן ארבעט פון יארן. די אינהאלט און די וועג וויאזוי דאס איז געשריבן האט נישט זיינס גלייכן ... די הארציגקייט און רייכקייט און יעדע שורה... מען לעבט מיט די אינערליכע ראנגלענישן פון צדקי' המלך... די קאשמארן פון די חורבן איבערלעבער... די ווידעראויפבלוה פון תורה אין בבל... די ברענענדיגע האפענונג פון שיבת ציון.... אויסנאם אויסנאם, און אלעס מיט אזא ערליכקייט און געהויבענקייט, מיט הונדערטער פסוקים און מאמרי חזל אריינגעפלאכטן צווישן די שורות, אזוי לעבעדיג, אזוי רוי.

דער ליינער ווארפט זיך מיט הארץ און געפיל צווישן טראגעדיע און נאסטאלגיע, צווישן בענקשאפט און ערווארטונג. הונדערט שטורמישע יאר פון גלות וגאולה ווערן מייסטערהאפטיג צונויף געוויקלט מיט זעלטענע טאלאנט און כשרון המחשה וכתיבה.

דאס איז פון די ביכער וואס לאנג נאכדעם וואס מען האט עס אראפגעלייגט טרעפט מען זיך פאר'חלום'ט איבערטראכטנדיג חלקים פון די געשיכטע. פון די ביכער וואס מען קען איבערליינען פשוט צו נאכאמאל באגייסטערט ווערן פון די אויסטערלישע שריפט, טאלאנט און געפיל וואס ליגט אין יעדע שורה.

איך האף אז די ארויסגעבערין וועלן ערגעץ וואו באקומען מיין פערזענליכע יישר כח פארן מזכה זיין די אידישע וועלט מיט אזא הפלא'דיגע יצירה. אזויפיל גארביזש ליין מאטריאל פולן אן די קעפ, הלואי איר האלט אן מיט די עבודת הקודש, אבער ביטע לאזט אונז נישט ווארטן נאך צען יאר...


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט