אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

עזריאל
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 12:22 pm

תגובהדורך עזריאל » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 10:51 am

שלוּמי אמוני ישראל כצ''ל

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובהדורך מיגו » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 10:38 pm

גוט...

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 10:47 pm

געהערט אמאל א איד זאגן ערב שבת מיט א קאך: וימעטו וישוחו מיט א לינקע שין, וואס איז נישט ריכטיג ווייל עס איז א לשון פון שוחה במודים, וואס מיינט געבויגן
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג דעצמבער 03, 2017 4:50 pm

עזריאל האט געשריבן:אויב שוין חזקת הבתים... מן הסתם ווייסט איר אז אייער ניק מיגוֹ קומט מיט א חולם.

און דאכט זיך מיר אז עס קומט אָן א י'. (נישט נאכגעקוקט)
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » זונטאג דעצמבער 03, 2017 5:08 pm

גלאזער האט געשריבן:דער אשכנזישער פאפולערער נחום איז א כינוי פאר מנחם. ס'איז נישט קיין שם העצם, און נישט נחום דער נביא.

אז איינער האט דווקא געוואלט אדער וויל יעצט קען ער געבן נאכן נביא און רופן מיט א פתח.. אבער אונזערע נחומס זענען מנחם נחומס.

דונש האט געשריבן:מהיכן דנתנו, און לפי זה ווי קומט אריין דער ו'?

viewtopic.php?p=1371376#p1371376
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 1:52 pm

שו"ת שב יעקב, כמדומה קומט מיט א קמץ שי"ן, ומיוסד על הפסוק ושב יעקב ושקט ושאנן ואין מחריד, הפטרת פ' בא.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2601
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 2:03 pm

עזריאל האט געשריבן:שלוּמי אמוני ישראל כצ''ל

וואס טייטשט?

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 2:14 pm

גענוי ווי פאר וואס מען נוצט עס.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 1:19 pm

ביי הלל: לא לנו ה' לא לנו, כי לשמך תן כבוד, על חסדך על אמיתך
שוין געהערט אן א שיעור מענטשן זאגן: על חסדך ועל אמיתך

וראה זה דבר מחודש מענין לענין עס איז דא א באקאנטע פסוק אין הושע, כי ישרים דרכי ה' וצדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם, די וועלט זאגט נאך דעם פסוק אנעם ו' מוסיף אויפן ווארט וצדיקים, און אין די גמרא אין נזיר כג. איז געדרוקט דער פסוק כתיקונו מיט'ן ו' און דער ב"ח בהגהותיו איז מגיה אראנצונעמען דעם ו'! והוא חידוש ופלא (וראה בחי' הגרי"ז מה שתירץ בזה עפ"י דברי זקנו הבית הלוי)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 1:44 pm

מיללער האט געשריבן:ביי הלל: לא לנו ה' לא לנו, כי לשמך תן כבוד, על חסדך על אמיתך
שוין געהערט אן א שיעור מענטשן זאגן: על חסדך ועל אמיתך

גאאאר אן אלטער טעות.
מנחת שי האט געשריבן:על אמיתך, חד מאלפ"א בית"א מן ב' ב' לא נסבין וא"ו בריש תבותא ומטעין בהון וסימן במסורה רבתא.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 1:51 pm

מיללער האט געשריבן:ביי הלל: לא לנו ה' לא לנו, כי לשמך תן כבוד, על חסדך על אמיתך
שוין געהערט אן א שיעור מענטשן זאגן: על חסדך ועל אמיתך

וראה זה דבר מחודש מענין לענין עס איז דא א באקאנטע פסוק אין הושע, כי ישרים דרכי ה' וצדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם, די וועלט זאגט נאך דעם פסוק אנעם ו' מוסיף אויפן ווארט וצדיקים, און אין די גמרא אין נזיר כג. איז געדרוקט דער פסוק כתיקונו מיט'ן ו' און דער ב"ח בהגהותיו איז מגיה אראנצונעמען דעם ו'! והוא חידוש ופלא (וראה בחי' הגרי"ז מה שתירץ בזה עפ"י דברי זקנו הבית הלוי)

עס איז דא נאך אפאר תירוצים אויפן הגהות הב"ח, ונלאיתי להביא
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

ODOM
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 1:04 am

אין הלל: שומר פתאים ה', דער חירי"ק איז אונטער דעם י', און דער אל"ף הערט מען נישט (פתים).
די זעלבע אין ברכי נפשי: בין עפאים יתנו קול, דער חירי"ק איז אונטער דעם י', (עפים).
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » זונטאג דעצמבער 31, 2017 2:06 pm

ODOM האט געשריבן:אזוי ווי מען זאגט "עזרת אבותינו", און דאס מיינט דעם הילף פון אונזער עלטערין, אזוי "עזרת נשים" (מיט סגו"ל-ע שו"א-ז' פת"ח-ר') מיינט פרויען הילף.
ווען ס'איז נישט צוזאמען מיט א אנדער ווארט איז עזרה (פת"ח-ע קמ"ץ-ז קמ"ץ-ר) און "עזרת נשים" דארף זיין חטף-פת"ח-ע, קמ"ץ-ז פת"ח-ר.

לפי"ז וואס מיינט עזרה (אין ביהמ"ק)?

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » זונטאג דעצמבער 31, 2017 2:08 pm

עזר"ת חולים תרתי משמע....

ODOM
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » מאנטאג ינואר 01, 2018 1:27 am

מוכר ספרים האט געשריבן:
ODOM האט געשריבן:אזוי ווי מען זאגט "עזרת אבותינו", און דאס מיינט דעם הילף פון אונזער עלטערין, אזוי "עזרת נשים" (מיט סגו"ל-ע שו"א-ז' פת"ח-ר') מיינט פרויען הילף.
ווען ס'איז נישט צוזאמען מיט א אנדער ווארט איז עזרה (פת"ח-ע קמ"ץ-ז קמ"ץ-ר) און "עזרת נשים" דארף זיין חטף-פת"ח-ע, קמ"ץ-ז פת"ח-ר.

לפי"ז וואס מיינט עזרה (אין ביהמ"ק)?


אין ביהמ"ק איז: עזרה (פת"ח-ע קמ"ץ-ז קמ"ץ-ר).
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מאנטאג ינואר 01, 2018 9:34 am

פאריגע וואך ביים תענית האב איך אינאכט גענומען א טעות וואס איז מורגל ביי מיר, ביי די תפלה פון ענינו זאגט מען אינמיטן טרם נקרא אליך ענינו, איך פלעג עס זאגן טרם נקרא, אליך ענינו, דהיינו מיט א סטאפ צווישן נקרא און אליך , און נאכדעם אליך או ענינו צוזאם , דאס איז א שטארקע טעות, ווייל לפי זה טייטשט עס , בעפאר מיר רופן, צו דיר ענטפער...
ס'קומט טרם נקרא אליך, ענינו, וואס דאס טייטשט, בעפאר מיר רופן צו דיר, ענטפער אונז.
זוכט איר דוי?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג ינואר 01, 2018 10:02 am

רעדסט פון די תפילה וואס מ'איז אויף א רעיס ווער עס ענדיגט פריער?.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » מאנטאג ינואר 01, 2018 1:35 pm

הה"ד הים ראה וינס הירדן

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מאנטאג ינואר 01, 2018 2:24 pm

farshlufen האט געשריבן:רעדסט פון די תפילה וואס מ'איז אויף א רעיס ווער עס ענדיגט פריער?.

יע יע...
זוכט איר דוי?

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » מאנטאג ינואר 01, 2018 2:25 pm

ODOM האט געשריבן:
מוכר ספרים האט געשריבן:
ODOM האט געשריבן:אזוי ווי מען זאגט "עזרת אבותינו", און דאס מיינט דעם הילף פון אונזער עלטערין, אזוי "עזרת נשים" (מיט סגו"ל-ע שו"א-ז' פת"ח-ר') מיינט פרויען הילף.
ווען ס'איז נישט צוזאמען מיט א אנדער ווארט איז עזרה (פת"ח-ע קמ"ץ-ז קמ"ץ-ר) און "עזרת נשים" דארף זיין חטף-פת"ח-ע, קמ"ץ-ז פת"ח-ר.

לפי"ז וואס מיינט עזרה (אין ביהמ"ק)?


אין ביהמ"ק איז: עזרה (פת"ח-ע קמ"ץ-ז קמ"ץ-ר).

איז דאס אבער נישט די זעלבע געדאנק ווי "עזרת" נשים?

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » מאנטאג ינואר 01, 2018 2:28 pm

און דעריבער דארף מען אויך זאגן עזרת נשים, בניקוד חטף פתח, קמץ, פתח
און נישט סגול, שוא, פתח.
דוק ותשכח אז דאס איז וואס אדם זאגט שוין פון אנהויב אן

עזריאל
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 12:22 pm

תגובהדורך עזריאל » מאנטאג ינואר 01, 2018 3:33 pm

רב טקסט האט געשריבן:הה"ד הים ראה וינס הירדן

ר' הלל זאקס ז''ל האט בשנינותו אויפגעוויזן אז נישט אלץ קען מען פארשטיין פון די טעמי המקרא, די פשט און פסוק, פון דעם וואס די טעמים אויפ'ן פסוק ''ומקלל אביו ואמו מות יומת'' זענענן:
וּמְקַלֵּ֥ל אָבִ֛יו וְאִמּ֖וֹ מ֥וֹת יוּמָֽת
האט ער געפרעגט, פארוואס אויב שעלט ער דעם טאטע וועט די מאמע שטארבן?...

(הוספה: כוונת הגר''ה היתה ש''תביר'' נשמע כהפסקה, ולכן על הבעל קורא לנגן באופן שישָמע תיבת ''ואמו'' כמחוברת ל''אביו''.)
לעצט פאראכטן דורך עזריאל אום דינסטאג ינואר 02, 2018 3:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3670
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג ינואר 01, 2018 3:38 pm

עזריאל האט געשריבן:
רב טקסט האט געשריבן:הה"ד הים ראה וינס הירדן

ר' הלל זאקס ז''ל האט בשנינותו אויפגעוויזן אז נישט אלץ קען מען פארשטיין פון די טעמי המקרא, די פשט און פסוק, פון דעם וואס די טעמים אויפ'ן פסוק ''ומקלל אביו ואמו מות יומת'' זענענן:
וּמְקַלֵּ֥ל אָבִ֛יו וְאִמּ֖וֹ מ֥וֹת יוּמָֽת
האט ער געפרעגט, פארוואס אויב שעלט ער דעם טאטע וועט די מאמע שטארבן?...


"ואמו" האט א טפחא, גייט דאס אויף ארויף

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מאנטאג ינואר 01, 2018 5:09 pm

אוודאי אזוי, און די זעלבע ומכה אביו ואמו (סטאפ, טפחא) מות ימת
זוכט איר דוי?

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מאנטאג ינואר 01, 2018 10:36 pm

א תביר הערט זיך טאקע ווי א מפסיק, עס איז א משרת. אביו ואמו גייט צוזאמען
(עיין רש"י פרשת תצוה כט,ל)


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט