האם יש איזה ענין שלא להדליק חנוכה במנורה של זהב

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
Elvin
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 7:36 pm

האם יש איזה ענין שלא להדליק חנוכה במנורה של זהב

תגובהדורך Elvin » מאנטאג דעצמבער 11, 2017 5:42 pm

האם יש איזה ענין שלא להדליק חנוכה במנורה של זהב ווייל עס זעהט אויס אזוי ווי דער מנורה פון בית המקדש?

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג דעצמבער 11, 2017 5:45 pm

שדי חמד מערכת חנוכה אות ז', כף החיים או"ח סי' תרע"ג סק"ס בשם החסד לאברהם [זקנו של החיד"א] ט"ו דרגות הידור בסוג הכלי המהודר לנר חנוכה:
א. זהב. ב. כסף. ג. נחושת קלל דומה לזהב. ד. נחושת אדומה. ה. ברזל. ו. בדיל. ז. עופרת. ח. זכוכית. ט. עץ. י. עצם. יא. חרס מצופה בעופרת. יב. חרס שאינו מצופה. יג. קליפת רימון שיש עליה תורת כלי. יד. קליפת אגוז שיש עליה תורת כלי. טו. קליפת אלון שיש עליה תורת כלי.
מבואר אז סאיז גאר דא א הידור מצוה אין דעם
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מאנטאג דעצמבער 11, 2017 5:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » מאנטאג דעצמבער 11, 2017 5:46 pm

דער הר״י בן הראב״ד שרייבט אז דער מערסטע משובח איז פין כלי זהב, מסתבר ווייל ס׳קאסט זייער טייער זעהט מען נישט
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

איטשע
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 11:24 am

Elvin האט געשריבן:האם יש איזה ענין שלא להדליק חנוכה במנורה של זהב ווייל עס זעהט אויס אזוי ווי דער מנורה פון בית המקדש?


שטעלסט א יסוד, און דו פרעגסט.
פארוואס קלערסטו אז ס׳איז דא אן ענין ״נישט״ צו צינדען אין א גאלדענע מנורה?
אויסער דער טעם אז א גאלדנע שיינע גרויסע מנורה, קאסט א הון תועפות.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 2:21 pm

נישט מסתבר.
בגמ' מנחות מבואר אז די זהב במנורה איז נישט לעיכובא, ובזמן העניות דלקו במנורה של עץ וכו'. ממילא איז די זהב נישט מער דומה לביהמ"ק ווי אנדערע זאכן.

(וכן ידוע מבעל שו"מ, שלכן אין עושין ז' ימים, כדי שלא יהא המנורה דומה למנורה של מקדש. ומזה מבואר שאם יש דמיון למקדש, הוא אף כשאינו זהב).


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט