וואס באדייט די ווארט?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 3:05 pm

יענקל פאטאש האט געשריבן:וואס מיינט "טשאמקען" ביים עסען?

to champ
עסן מיט געפילדער.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:54 pm

ביי אונז אין די משפחה רופט מען דאס "שמאצען" (מיט א פת"ח א')
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 5:54 pm

דאס איז בוודאי אויך ריכטיג,
ביי די אויבערלענדישע ויו"ח זאגט מען אזוי, schmatzen בלע"ז (דויטש)

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 6:27 pm

יישר כח, נישט געוואוסט דער ווארט עקזיסטירט (די אור-עלטערן שטאמען טאקע פון דייטשלאנד/אויבערלאנד)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12633
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 6:35 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:
יענקל פאטאש האט געשריבן:וואס מיינט "טשאמקען" ביים עסען?

to champ
עסן מיט געפילדער.

ביסט אן ענגלענדער ? אין USA זאגט מען CHOMP

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 7:07 pm

אין USA האבן די אינגלעך געווארפן שאלעכץ אויפן טיטשער, טא פון וואנען זאלן מען קעען ספעלן?...

איטערעסאנט, אויף chomp האט נישט דער דויטש דעם אפטייטשט הנ"ל.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12633
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 10:26 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:אין USA האבן די אינגלעך געווארפן שאלעכץ אויפן טיטשער, טא פון וואנען זאלן מען קעען ספעלן?...

איטערעסאנט, אויף chomp האט נישט דער דויטש דעם אפטייטשט הנ"ל.

http://en.bab.la/dictionary/english-german/chomp
https://en.pons.com/translate/english-german/chomp

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 9:19 am

איך האב פארפאסט די באס,
ווער האט פארפאסט דעם חרוז?

שרייבט מען ביידע די זעלבע?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12633
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 9:42 am

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:איך האב פארפאסט די באס,
ווער האט פארפאסט דעם חרוז?

שרייבט מען ביידע די זעלבע?

די ביסט געווארען מיין מגי' ?
צום פינטעל פון דיין שאלה
פערפּאסט דעם אויטאבוס verpasst
פערפאסט דעם חרוז verfasst

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20293
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 9:52 am

יש"כ, לא שמתי לב לזה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 12:08 pm

קיקיון האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:איך האב פארפאסט די באס,
ווער האט פארפאסט דעם חרוז?

שרייבט מען ביידע די זעלבע?

די ביסט געווארען מיין מגי' ?
צום פינטעל פון דיין שאלה
פערפּאסט דעם אויטאבוס verpasst
פערפאסט דעם חרוז verfasst

איך בין זיך אליינס מגי', איך האב געזען אז דו ענטפערסט נישט אויף וואס איך האב געמיינט צו פרעגן האב איך פארשטאנען אז איך האב נישט ריכטיג געשריבן.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 2:41 pm

און וואס איז מיטן קינד וואס מען שיקט "אויפפאסן" צו מען פארפאסט נישט דעם באס?

זעלבע לשון?

אוועטאר
קוגל מאכער
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

צו דען איז א חילוק?

תגובהדורך קוגל מאכער » מאנטאג אוקטובער 30, 2017 11:25 am

צו דען איז א חילוק? ווען מען טייטשט לדוגמא די ווארט כאשר עשו : אזוי ווי זיי האבן געטוהן. אדער - אזוי ווי זיי האבן געמאכט.
אין איין ווארט איז דא א חילוק צווישן טוהן אדער מאכן, אדער יעדער מלמד האט געטוהן / געמאכט, ווי אים געפעלט.
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 12:00 pm

קוגל מאכער האט געשריבן:צו דען איז א חילוק? ווען מען טייטשט לדוגמא די ווארט כאשר עשו : אזוי ווי זיי האבן געטוהן. אדער - אזוי ווי זיי האבן געמאכט.
אין איין ווארט איז דא א חילוק צווישן טוהן אדער מאכן, אדער יעדער מלמד האט געטוהן / געמאכט, ווי אים געפעלט.

טוהן = Do,
טוהן א פעולה "מען טאר נישט 'טוהן' אזוי"

מאכן =Make,
מאכן א מציאות "האסט גע'מאכט' א פיין ארבייט"
א מלאכה "מאכט" מען, א פעולה "טוהט" מען.


ובקיצור:
"ער טוהט [אויף] גרויסע זאכן" - דורך זיין 'טוהן' ווערט גרויסע זאכן,
"ער מאכט (אויף) גרויסע זאכן" - די זאכן וואס ער 'מאכט' זענען גרויס.
ודו"ק.

אוועטאר
קוגל מאכער
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

תגובהדורך קוגל מאכער » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 4:50 pm

איך האב געזעהן איינעם טייטשן מצאתי חן "האב איך געפונען גענאדע".
צו דען איז גענאדע א לשון פון חן, חונן, וכדו' אדער א לשון פון חסד אדער רחמים?
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25461
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 7:20 am

קוגל מאכער האט געשריבן:איך האב געזעהן איינעם טייטשן מצאתי חן "האב איך געפונען גענאדע".
צו דען איז גענאדע א לשון פון חן, חונן, וכדו' אדער א לשון פון חסד אדער רחמים?

גענאדע איז חסד, חן איז לייטזעליגקייט

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 7:29 am

אין חומש שפה ברורה ווערט געטייטשט חן-ליבשאפט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20293
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 9:10 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:אין חומש שפה ברורה ווערט געטייטשט חן-ליבשאפט

ימחול לי אבער ס'האט קיין הענט און פיס, נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.

אדרבה, פרובירט אזוי צו טייטשן אלע פארמען פון ווערטער פונעם שורש חנן און איר וועט האבן רעדי א זאק מיט פורים תורות.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 9:26 am

די משמעות פון חן לויט וואו ס'שטייט אין חז"ל איז, אז דער מענטש, חפץ, מצב, געפעלט, אן א ספעציעלע סיבה

אוועטאר
קוגל מאכער
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

תגובהדורך קוגל מאכער » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 9:50 am

אפשר קען מען טייטשן איינגענמענקייט, (עס זאל זיך לאזן טייטשן פאר די קינדער) ?
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12633
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 9:54 am

farshlufen האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:אין חומש שפה ברורה ווערט געטייטשט חן-ליבשאפט

ימחול לי אבער ס'האט קיין הענט און פיס, נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.

אדרבה, פרובירט אזוי צו טייטשן אלע פארמען פון ווערטער פונעם שורש חנן און איר וועט האבן רעדי א זאק מיט פורים תורות.


......אשר חנן .. את עבדיך
אין אבן עזרא
חנן – כמו 'נתן', וכמוהו: "חנונו אותם" (שופטים כא, כב); גם "חנם" כמו הם:

און אין מצודות אויף חנונו אותם
"חנונו" - ענין רחמנות וחמלה וכן (שם ד ב) חנני ושמע תפלתי רצה לומר חננו וחמלו למענינו את בני בנימן ודוגמתו (שמואל ב יח ה)לאט לי לנער ורצונו לומר לאט למעני לנער

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12633
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 10:19 am

קוגל מאכער האט געשריבן:אפשר קען מען טייטשן איינגענמענקייט, (עס זאל זיך לאזן טייטשן פאר די קינדער) ?

Your search - איינגענמענקייט - did not match any document
די מיינסט אן אנגענענעמער מצב ?
ווי אזוי שרייבט מעו עס טאקע?
אויף דעם היינטיגען שפראך וואלט איך געניצט עס איז געווען זייער בעטעמט אין הויז

אוועטאר
קוגל מאכער
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

תגובהדורך קוגל מאכער » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 11:19 am

זייער פשוט.
אנגענעמקייט, מיינט אנגענעם צו זעהן, דאס איז טייטש חן.
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20293
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 11:28 am

ס'איז נישט דער ריכטיגער אפטייטש און שטימט נישט איבעראל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7006
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 1:03 pm

ווידעראום לייטזעליגקייט שטימט אויף אלעם, אויך אויף אחשתרנים בני הרמכים...
וואו איז דָוִי?


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט