מיין קינד ביסט נאך דא?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

מיין קינד ביסט נאך דא?

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג אוגוסט 14, 2016 7:23 pm

בס"ד

טונקעלע פליגל
אינעם הערשנדן נאכט
געטריי ביים וויגל
פארבויגן. פארטראכט

די לעכט שוין פארבלאזן
קיין ליכטיגקייט פון לאנג
נאר היישעריק און גראזן
אין די נעכטליכע געזאנג

מאמישע געפילן
איר ליבלינגס וואוילזיין
צי טוט זי גוט פילן
צי גאר אויסגיין

קיין אטעם קיין ריר
קען גארנישט זעהן
די זארגן פאר איר
איז עפעס געשעהן?

געדאנקן אויפבליצן
די מאמע וויל
די מיטל אויסנוצן
קרעכצן שטיל

אויב מיט די מאמען
אויך דאס קינד
וועט וויינען צוזאמען
דאן איז זי געזונט

שטילקייט. א ברום
ווארט צי הערן
דער בעטל שטום
זי הייבט אן טרערן

שטערקער. העכער.
קרעכצן אויפן קול
דאס קינד דערוועקן
פון געוויין נאר זאל

הארץ קלאפענישן
פחד צוואנגען
געוויין טיפענישן
די געגארטע קלאנגען

זי זארגט אין ציטער
וויסן זי טוט שטרעבן
מיין קינד וואס טוט ער
איז ער נאך ביים לעבן?

קול ברמה נשמע, נהי
אן עצה זי טוט קלערן
א ברום, א קרעכץ גיבט זי
זעהן צי ער וועט הערן

בכי, טרערן העכער
אבער. שא שטיל
תמרורים, דאס שוין זיכער
די געוויין הערן זי וויל

מאנה להנחם
יאמערליכע קלאג
על בניה, מיין קינד
ענטפער, זאג!

אבער שטיקלייט. שטום
איז דער ענטפער דא
אוי, ואיננו
מיין קינד ביסט נאך דא??
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 29, 2010 3:49 pm

תגובהדורך זארג_נישט » זונטאג אוגוסט 14, 2016 7:34 pm

הערליך. זייער שיינע געדאנק גאר גוט ארויסגעברענגט מיט געפיהל

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג אוגוסט 14, 2016 9:43 pm

ענדע צדיק דו טראגסט מיר צוריק צו עפעס א פארהוילענע פארגאנגענהייט

אוי ווי זיס נאסטאלגיש זענען דיינע רייד
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3763
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » זונטאג אוגוסט 14, 2016 11:51 pm

שטארקע דיבורים ענדע צדיק!

האסט מיר אריין געלייגט אינעם מצב...
א שטיקל תירוץ...


נישט אייביג מיינט
ווען אויגען טרוקען
אז נישט מ'וויינט
ווי חצות תיקון

אפי' דו הערסט נישט
מיין געוויין
דעשראקען, ווערסט נישט
מאמע ניין

ווייל פאר דיר גענוג
אז מיינע אויגען אפען
צו דיר א בליק
און געטראפען

איך קוק. נאר צו דיר
דו פארשטייסט וואס איך מיין
ציווישען אונז א טיר
צוויי הערצער געבינדען ווי איין

איך דארף נישט זאגען
איך דארף נישט וויינען
מיין בליק טוט טראגען
און דו טוסט ליינען

אזוי לאנג אז מ'זעהט
אז צו דיר מ'ווענדט
וועט מיין געבעהט
ווערן אנערקענט.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:07 am

אוי! אוי! אוי! פיל מיט געפיל, דער סארט געשרייבעכטס, איז א געוואלדיגער כח און מתנה פון הימל, נוץ עס אויס, צו ערוועקן אידישע הערצער צום באשעפער
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 10:30 am

איך בין ווערטערלאז.. הפלא'דיגע געדאנק...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 10:54 am

הערליך שיין געדאנק!

לכבוד דעם וועל מיר אפשר אפשרייבן א שטיקל ענטפער...

כ'האף ס'זאל זיין אמור מעט ועשה הרבה!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג יולי 31, 2017 1:25 pm

תשע״ז
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1966
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » מאנטאג יולי 31, 2017 1:59 pm

א הילכיגער wow! נאכגעפאלגט מיט ווארעמע טרערעלעך!
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג יולי 31, 2017 2:34 pm

די געפילן עס רוישן
איי אונז וועל מיר דיר נישט אנטוישן

יא איך בענק צוריק צו דיר
עפן נאר אויף א טיר
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג יולי 31, 2017 3:20 pm

מורא'דיג!
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט