שטאטישע פראגראמען-לעגאלע הילף

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

גלות איד
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

שטאטישע פראגראמען-לעגאלע הילף

תגובהדורך גלות איד » דינסטאג יולי 11, 2017 1:47 pm

שמעו נא רבותי.

אין ליכט פון די לעצטיגע געשענישן איז מיר נתעורר געווארן אויסצוקלארן אפאר ענינים. איך וויל בעטן אז נאר דער וואס ווייסט קראנט זאל זיך אנרופן, און אויב מעגליך זאל מען ברענגן א מקור אדער א לינק צו די ראט וואס מ'גיבט.

עס איז זעלבסט פארטשענדליך אז די עצות וואס מ'גיבט דא מוזן זיין %1000 ליגעל, אז נישט האט די אשכול נישט קיין זכות קיום.

1) איך וויל וויסן אויב איינער האט א c-corp אויף זיין נאמען, ווי אזוי ווערט עס אנגנומען אין די שטאטישע אפיסעס לגבי פוד סטעמפס, העלט קעיר, סקול וואטשערס? הייסט עס א אינקאם אדער נישט?

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2833
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג יולי 11, 2017 3:31 pm

עס הייסט נישט קיין אינקאם. פעריאד.
אבער!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
אין ראקלענד קאונטי וועלן זיי גאר אסאך מאל איבער קוקן ד קארפ ביכער זיכער צומאכן אז מען נוצט טאקע נישט קיין שום געלט פונעם קארפ פאר פערזענליכע באנוץ און אויב זיי קלעטערן צו פיל קען זיך מאכן פראבעמען און רעגארדלעסס איז עס גוט פאר קאפווייטאג אפילו אויב זיי טרעפן גארנישט

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג יולי 11, 2017 3:32 pm

פוק חזי מה עמא דבר

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2833
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג יולי 11, 2017 3:39 pm

אויב האסטו א גוטן אקאונטעט אדער לויער וועט ער דיר אלעס אויסשטעלן די בעסטע טו סוט יור נידס און עס איז אינוואלווד זייער אסאך דיטעילס צו וויסן דיין פינענשל סטרוקטור.

א פראבלעם וואס קען זיך מאכן מיט א סי קארפ איז אויב נעמט מאן ארויס געלט אלס אן אפיסערס פעי אדער קאמישן נישט אויפן דאבעליו טו און סוף יאר מאכט זיך א פראבלעם אז עס איז צופיל וכדומה.
אויב פעיראלל איז אויפגעסעט געהעריג און מען קען לעבן דערמיט און מען נעמט נישט ארויס עקסטרע פערסאנעל אינקאם און סוף יאר בלייבט נישט איבער צופיל געלט
אינעם קארפארעישן קען מען עס גאנץ גרינג מסדר זיין.

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » דינסטאג יולי 11, 2017 3:45 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:און סוף יאר בלייבט נישט איבער צופיל געלט
אינעם קארפארעישן קען מען עס גאנץ גרינג מסדר זיין.
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2833
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג יולי 11, 2017 3:49 pm

פארדעם דארף מען זיך מסדר זיין מיט א געהעריגן אקאונטענט וואס פארשטייט סיי דיינע נידס און סיי דיין ביזנעס סטרוקטשור

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יולי 11, 2017 3:50 pm

נישט ריכטיג!

ריוח פון א קארפארעישאן, S-C_LLC וכל שם וחניכא דאית לי' איז פאקטיש פאררעכנט ווי א פערזענליכע אינקאם.

עס איז א גרויסע סכנה אויב מען מעלדט נישט איין א קארפארעישאן אפילו ווען עס מאכט נישט קיין געלט. מ'זאל טרעפן א ליידיגע ארט אויפן אפליקעישאן ארויף צו שרייבן אז מ'פארמאגט א ביזנעס, און לאז פאר סאשעל סערוויס בעטן די דאקומענטן צו באווייזן.

איך וויל נישט שרייבן צופיל אבער איך רעד דא פון עקספיריענס.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יולי 11, 2017 3:53 pm

נאך א זאך, נישט אלעס וואס ס'איז א הוצאה פאר די IRS איז א הוצאה פאר סאשעל סערוויסעס, ספעציעל ווען ס'האנדלט זיך מיט דיפרישיעשאן וכדומה. ס'מיינט נאך נישט אז אויב אויף די טעקס רעטוירן איז עס א נישט קיין ריוח אדער א לאָסס איז עס די זעלבע הלכה פאר סאשעל סערוויסעס.

נאר לגבי מעדיקעיד (לויט די נייע MAGI רעגולאציעס) ווערט א C קארפארעישאן נישט גערעכנט ווי אייגענע ריוח, און אויך זיי גייען יא אינגאנצן מיט די IRS רעגולאציעס בנוגע ריוח און לאסס, און נישט נאר AGI נאר אפילו MAGI, רעד מיטן אקאונטענט פאר אן הסברה.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

מזי רעב
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 23, 2015 1:48 pm

תגובהדורך מזי רעב » דינסטאג יולי 11, 2017 4:10 pm

א חבר מיינער אין ארענדזש קאונטי האט באצאלט פאר סאושעל סערוויס איבער 20 טויזענט דאללער! בעסיקלי אויב האט די קארפ עסעטס למשל א קאר לאון ווערט די וועליו פון די קאר גערעכענט אלץ דיין פארמעגן, אפילו דער אקאונטענט שרייט אז נישט.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1906
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג יולי 11, 2017 4:19 pm

גלות איד האט געשריבן:
עס איז זעלבסט פארטשענדליך אז די עצות וואס מ'גיבט דא מוזן זיין %1000 ליגעל, אז נישט האט די אשכול נישט קיין זכות קיום.



פאר 100% לעגאל ווענדט מען זיך צו אן אקאונטענט, וואס דער מאן דהו אויפן געוועב זאגט וועט נישט דזשאן קאסקינען אננעמען.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יולי 11, 2017 4:22 pm

ומאן יימר אז אן עססעט איז א פראבלעם? זינט 2010 איז עססעט'ס בכלל נישט קיין פראבלעם.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יולי 11, 2017 4:25 pm

20 אלפים? ס'איז א קינדערשפיל... איך האב שוין געזעהן גרעסערע נומערן, און נישט איינמאל.

דער יסוד והעיקר איז אז מ'מוז נישט אלעמאל זאגן ליגנט... מ'זאגט א ליגנט און דערנאך ווערט מען פארהאנקערט אין פראבלעמען, דאס איז די יסוד פון אלע פראבלעמען!

ס'איז אויך דא א חילוק. ווען מ'גיבט אריין די אפליקעישאן דעמאלטס זענען זיי מחוייב צו מאכן אן אודיט און זעהן צו מ'קוואליפיצירט. אבער ווען זיי כאפן דיר אז דו האסט זיי נישט געזאגט אז דו פארמאגסט א ביזנעס, דארפן זיי נישט מאכן קיין אודיט, און זיי קענען נעמען די גאנצע 'גראוס אינקאם' און דאס רעכענען פאר ריוח, ווייל דעמאלטס הייסט עס שוין סייווי א false application וכו'.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

מזי רעב
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 23, 2015 1:48 pm

תגובהדורך מזי רעב » דינסטאג יולי 11, 2017 4:29 pm

ביי יענעם פאל האט ער אלעס איינגעגעבן 100% און ס'איז געווען 2 יאר צוריק (נאך 2010)

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יולי 11, 2017 4:38 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:
עס איז זעלבסט פארטשענדליך אז די עצות וואס מ'גיבט דא מוזן זיין %1000 ליגעל, אז נישט האט די אשכול נישט קיין זכות קיום.



פאר 100% לעגאל ווענדט מען זיך צו אן אקאונטענט, וואס דער מאן דהו אויפן געוועב זאגט וועט נישט דזשאן קאסקינען אננעמען.


פאר 100% לעגאל זאל מען זיך נישט ווענדן צו קיין אקאונטענט! זיי זענען געלערנט פאר IRS געזעץ און האבן נישט קיין וויסנשאפט אין סאשעל סערוויס געזעץ און מ'קען נישט מדמה זיין מלתא למלתא ווי אסאך אקאונטענטס האבן שוין פראבירט און אריין גע'נער'ט זייערע קליענטן מיט פראבלעמען.

עס זענען דא לאקאלע ארגענעזאציעס אין רוב היימישע געגענטער, אויב האט איר סיי וואספארא ספק איז ראטזאם זיך איבער צו שמועסן מיט זיי בעפאר און נישט באשלוסן אויף דער אייגענער האנט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג יולי 11, 2017 4:39 pm

בן בוזי האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:
עס איז זעלבסט פארטשענדליך אז די עצות וואס מ'גיבט דא מוזן זיין %1000 ליגעל, אז נישט האט די אשכול נישט קיין זכות קיום.



עס זענען דא לאקאלע ארגענעזאציעס אין רוב היימישע געגענטער, אויב האט איר סיי וואספארא ספק איז ראטזאם זיך איבער צו שמועסן מיט זיי בעפאר און נישט באשלוסן אויף דער אייגענער האנט.

ווער?
UJO?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יולי 11, 2017 4:40 pm

פרעג זיך נאך ווער עס איז דארט גוט
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » דינסטאג יולי 11, 2017 4:47 pm

דאס איז א שטארקע פראבלעם, ווייל אסאך אקאונטענטס קענען זיך נישט אויס מיט סאושעל סערוויס געזעצן, ווער עס ווייסט טאקע ווער עס קען יא זאל ביטע שרייבן

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג יולי 11, 2017 4:59 pm

יאנקל האט געשריבן:דאס איז א שטארקע פראבלעם, ווייל אסאך אקאונטענטס קענען זיך נישט אויס מיט סאושעל סערוויס געזעצן, ווער עס ווייסט טאקע ווער עס קען יא זאל ביטע שרייבן

אוועטאר
Yitzchok Shmiel
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 28, 2016 9:37 am
לאקאציע: Misplaced

תגובהדורך Yitzchok Shmiel » דינסטאג יולי 11, 2017 5:30 pm

סאיז עכט נישטא קיין רולס פארדעם ווען זיי קיקן איבער א קארפ. וועלן זיי גאר גיט קיקן צי אלע זאכן האבן טאקע 100% מיט די ביזנעס אין א אקאונטענט קען נישט לכאורה נישט ענטפרן דערויף ס'איז סאך אנדערש ווי מיט די איי אר עס
אמאל אויב זיי זעהן אז די ביזנעס מאכט גאר אסאך ריווח אפילו מ'האט עס נישט נישט ארויסגענימען פאר זיך וועלן זיי עס נישט גיט אנקיקן אין וועלן ווילן פארשטיין פארוואס מ'האט נישט ארויס גענימען מער געלט פאר זיך
שמעתי מפי מאחד הפועלים באיזה סאשעל סערוויס אפיס

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2833
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג יולי 11, 2017 5:51 pm

אן אקאונטענט (א גוטער) ווייסט און קען יא די געזעצן מען דארף נאר וויסן און פארשטיין אליינס דעם סטרוקטשור.
געזעצליך איז עס נישט קאנסידערד אינקאם אויף א סי קארפארעישן.
די סיבה פארוואס די סאציאלע סערוויסעס קוקן דערויף קרום איז וויבאלד די ביסט אין ״קאנטראל״ פון די געלט מאכן זיי פראבלעמען.
אויב א קארפ מאכט געלט און צאלט געהעריג טעקס אויף די איבערגעבליגענע געלט און מען לאזט עס דארט פארן קומענדיגן יאר אויך פאר די קארפארעישן איז נישט קיין פראבלעם.
נאר וואס דען ? אויב עס בלייבט נישט קיין גיעלט ווייל די האסט געקויפט א קאר און די נוצט עס פאר פריוואטע באנוץ אויך און עס איז דא סתם אזוי נאך אזעלכע נכסים מאכט עס פראבלעמען וכדומה

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2833
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג יולי 11, 2017 5:56 pm

אמאל אויב זיי זעהן אז די ביזנעס מאכט גאר אסאך ריווח אפילו מ'האט עס נישט נישט ארויסגענימען פאר זיך וועלן זיי עס נישט גיט אנקיקן אין וועלן ווילן פארשטיין פארוואס מ'האט נישט" ארויס גענימען מער געלט פאר זיך"

ווייל די ביסט פארט אין קאנטראל פון דאס געלט

על פי געזעץ האט דער פרעזידעט פונעם קארפ סך הכל א פידישוערי דוטי צו די שעירהאלדערס וואס קען זיין די זעלבע מענטש. אויב אבער וועערט די געלט ארויסגענומען שלא לשם אפיסערס קאמפענסעישן האסטו דאך אליינס באגאנוועט דיין לינקע טאש

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

עס איז א שפיל מיט פייער

תגובהדורך blue moon » דינסטאג יולי 11, 2017 6:20 pm

בן בוזי האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:
עס איז זעלבסט פארטשענדליך אז די עצות וואס מ'גיבט דא מוזן זיין %1000 ליגעל, אז נישט האט די אשכול נישט קיין זכות קיום.



פאר 100% לעגאל ווענדט מען זיך צו אן אקאונטענט, וואס דער מאן דהו אויפן געוועב זאגט וועט נישט דזשאן קאסקינען אננעמען.


פאר 100% לעגאל זאל מען זיך נישט ווענדן צו קיין אקאונטענט! זיי זענען געלערנט פאר IRS געזעץ און האבן נישט קיין וויסנשאפט אין סאשעל סערוויס געזעץ און מ'קען נישט מדמה זיין מלתא למלתא ווי אסאך אקאונטענטס האבן שוין פראבירט און אריין גע'נער'ט זייערע קליענטן מיט פראבלעמען.

עס זענען דא לאקאלע ארגענעזאציעס אין רוב היימישע געגענטער, אויב האט איר סיי וואספארא ספק איז ראטזאם זיך איבער צו שמועסן מיט זיי בעפאר און נישט באשלוסן אויף דער אייגענער האנט.


שמעו נא רבותי!
פאר די ריכטיגע סעט אפ, דארפט איר האבען א גיטע אקאונטענט, א גיטע טעקס לויער און אַ קרימינעל דעפענס אטורני.
עס איז דא פירמעס וואס טוען אלע דריי אויפאמאל.
(אין גוישען נ.י. געפונט זיך איינער אזאנער, וואס אסאך היימישע ניצען אים)
די ריכטיגע סעט אפ באדארפ אסאך סטראטעגיע, ישוב הדעת, און עקספיריענס. איר וועט דארפן זיצען מיט דעם קוואליפיצירטען אדוואקאט(ען) אין עם מסביר זיין ברחל בתך הקטנה ווי פונקטליך איר זענט יעצט, און ווי פונקליך איר ווילט אנקומען.
נאר נאך די ריכטיגע פראטעקשאן, קענט איר קלערן פון שפילען מיט דעם פייער.
ריכטיג, עס קאסט אַ שיינע פאר טאלער. געדענקט אבער אז די א"ג מלכות של חסד שלאפט נישט. עס איז אסאך ביליגער אויפסעטען פון פאראויס פאר יעדע פרייז. ווי איידער דארפן רופען -מיט א נאכט העמעד- א עסקן זאל שוין לויפען בארגען געלט פאר א קרימינעל לויער'ס ריטעינער.

איך וויל נאכאמאל ווידער האלן, איר זאלט זיך קיינמאל נישט פארלאזען אויפ אן אקאונטענט אין זיכער נישט אויפ די לאקאלע סאושעל סערוויס. (חוץ מזה וואס עס איז אַ געפערליכע עולה פון זיי אז זיי געבען ליגאלע ראט). א אקאונטענט דארפ קענען אוישטעלען א טעקס ריטורען, זיכער מאכען דיינע ביכער שטימען, וזהו. סאושעל סערוויס דארפ דיר קענען פארשטענדיגען וואספארא פראגראמען עס איז דא עוועליבעל, זיכער מאכן אז די האסט די ריכטיגע אפליקאציעס, זיכער מאכן אז אלע ליידיגע פלעצער איז אגעפילט מיט אינפארמאציע, וזהו.
אדרבה, פרעג דיך נאך ביי אלע וואס האבן זי לעצטענס אנגעליטען, וועם זיי באשולדיגען מיט זייערע דורך געפאלענע חשבונות. מיר זיכען נישט צו וויסען ווער עס איז שולדיג, די ווילסט נאר שטיין ווי ווייטער פון די קייטעלעך?
לעצט פאראכטן דורך blue moon אום דינסטאג יולי 11, 2017 6:37 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

בענעפיטס
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 1:14 am

תגובהדורך בענעפיטס » דינסטאג יולי 11, 2017 6:23 pm

רוב אקאונטענטענס קענען זיך נישט אויס מיט סאושעל סערוויס רולס

און רפילו ביי די סאושעל סערוויס קען יעדע ארבייטער זאגן אנדערש

די בעסטע איז אז די מעלדט פאר זיי אז די ביסט סעלף עמפלויעד אין נישט סתם גיבן אינקאום אדער פעיסטאבס

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג יולי 11, 2017 10:23 pm

א סי קארפ איז ווי 'געוואלד געשריגן' שרייבט ס'באלאנגט "נישט" פאר'ן אינקארפערעטאר, פיריעד. און מ'מוז אפי' נישט אפגעבן דו"ח,ס'איז א געהעריגע 'ענטיטי' בפני עצמו, און צאלט דעריבער 2 מאל טעקס, כידוע. לאפוקי פין 'בן בוזי'.

בעצם, א גוטע תי' פאר סאושעל סערוויסעס פ"וו מ'האט גענומען ווייניג געלט/פעיראלל קען אפי' זיין אז "איך וויל נישט פארדינען מער, ווייל כ'וויל האבן פראגראמען", און אויב אלעס אין די קארפ שטימט לעגאל, קענען זיי זיך אויפן קאפ שטעלן! נאר וואס, שכל דארף מען האבן! אז איינער האט זיך אפיציעל געשטעלט אלס דער אפיסער פין א סי קארפ, אנשטאט סתם צו עפענען אלס קלערק וכדו', און דערנאך סיינט ער אלע טשעקס, און פירט זיך דערמיט כאדם העושה בתוך שלו, ברענגט עס אז מ'קוקט דערויף אביסל ווי ס'איז זיינס, און ממילא קוקט מען מיט א פארגרעסער גלאז אויף אלעם. און דערנאך איז שוין הכל לפי המקום והזמן, איינמאל ס"ס הייבט אן דרייען א קאפ, קען מען האבן פיין קאפוויי ביז מ'לאזט אייך גיין.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 26, 2017 4:49 pm

תגובהדורך ווי האלט איך דא » דינסטאג יולי 11, 2017 11:06 pm

איז א טראסט די זעלבע ווי א קארפארעישאן ?
איז א טראסטי אויפן טראסט די זעלבע ווי א אפיסער אין קארפ. ?


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט