שטורעם: א דורכפאל!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » פרייטאג ינואר 20, 2017 12:32 pm

משה!

געוואלדיג! זייער געפיליש און גוטע שריפט!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
אלעס באשערט
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:06 pm

תגובהדורך אלעס באשערט » פרייטאג ינואר 20, 2017 1:03 pm

יישר כחכם הרב מאשקאוויטש. עס איז אן הערליכע ארבעט.
די מערסטע געפעלט מיר דאס וואס די בחור זאגט אז זיין טעות איז געווען "דאס נישט זיין ער" , איך אליין טוה אביסל פאר די סארט בחורים און צענדליגע מאל האב איך זיך איבערצייגט אז דאס איז די פינטעל פון זייער פראבלעם. ווי דער סקולענער רבי ז"ל טייטשט: "ונהי' אנחנו" מיר זאלן זיין "אונז".
נאכאמאל א דאנק אייך יאך האב עס ארויסגעפרינט און מיר וועלן עס פארשפרייטן בעז"ה.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » פרייטאג ינואר 20, 2017 1:20 pm

איך בין געזעצן ביינאכט אין שטוב, און געליינט זייענדיג זייער גערירט, ס'איז ליידער אזוי ריכטיג און אזוי גוט געשריבן

זאל דער רבוש"ע דיר העלפן זאלסט קענען אויפטון אסאך אויף אידישע בחורים (איך האב א בחור וועמען איך וויל דאס געבן צו ליינען, ער האלט שוין ליידער דארט, אבער איך האב נאך אביסל מורא פון זיין תגובה)
כשמ"ו כן הוא

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5599
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג ינואר 20, 2017 3:09 pm

משה ווען דו זעהסט איינער שרייבט נישט קיין תגובה נאכען ליינען איז עס פשוט ווייל עס איז עכט נישטא קיין ווערטער אדער שפראך וויאזוי ארויסצוברענגען אזא הערליכע תגובה.

א דאנק פארען נעמען די מיה.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » פרייטאג ינואר 20, 2017 3:15 pm

מטעמים האט געשריבן:משה ווען דו זעהסט איינער שרייבט נישט קיין תגובה נאכען ליינען איז עס פשוט ווייל עס איז עכט נישטא קיין ווערטער אדער שפראך וויאזוי ארויסצוברענגען אזא הערליכע תגובה.

א דאנק פארען נעמען די מיה.

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » מוצ"ש ינואר 21, 2017 4:21 pm

באקומען א פראגע אין אישי און איך וואלט עס געוואלט אויסקלארן ברבים. די פרעגער פרעגא אזוי:

נוגע די אויבנדערמאנטע , איז מיר א פלא,
ווייל טוענדיג אביסל מיט די חברה, זעה איך ווי עס זענען פאראן פילע וואס ווילן דאס בשום אופן נישט מודה זיין.

אפשר גיסטו מיר די tool וואס מאכט אז יעדער זאל זיך עפענען פאר דיר?

און אט דאס איז לענ"ד די ריכטיגע ענטפער פאר די, און פאר די ענדליכע פראגעס וואס איך האב באקומען אין אישי:

איך האב בכלל נישט געשריבן אז זיי וועלן עס אלע מודה זיין, ווייל ווען יא וואלט דאך געווען א תיקון העולם. איך רעדט דא אז ווען עס קומט צו א געוויסע פונקט כאפט מען עס, און דאן שטעלט זיך די פארהער וואס וועט זיין די קומענדיגע שריט.

די שאלה איז נאר ווי איז דעם פונקט און ווען דערגרייכט מען עס. און דאס איז איינס פון די שווערסטע און מערסט פארפלאנטערסטע טעמע אין די דאזיגע סיטואציעס. צום אלעם ערשט דארף מען פרובירן צו רעדן און ערקלערן - פארשטייט זיך א מען טאר נישט דערמאנען אפילו איין מאל אינעם שמועס דעם ווארט באשעפער, ווייל אויב יא בוסטו א געפערטיגטער (הכל לפי ענינו, אבער מיר רעדן בכלליות), און די וואס ווילן זיך דינגען מיט דעם פרט, זאלן ביטע עס 'נישט' אויספרובירן, ווייל אין פינף-און-ניינציג פראצענט פעלער וועט ער דיך אפלאזן בו ברגע און נישט זיין אינטערעסירט צו הערן וואס נאך דו האסט צו זאגן.

און אט דאס איז איינס פון די גרעסטע קונצן ווען מען שרייבט אזא בריוו, און איך גלייב אז איר אליינס האט דאס נישט אויפגעפאסט, אבער גאר א שטארקע דגוש איז געלייגט געווארן אויף דעם פרט דורכאויס דעם גאנצן בריוו, אז עס ווערט נישט דערמאנט קיין איין מאל די רוחניות'דיגע ווערטער. פארשטייט זיך אז אומדירעקט ווערט עס געשריבן מיט פילע אנדערע שפריכן, ווי למשל פרייליכקייט, צעפרידענקייט וכדו' - וואס אין אנדערע אנגעלעגענהייטן וואלט עס געשריבן געווארן ענדערש מיט א אידישע קנייטש, ווי שמחה, שלוות הנפש וכדו', אבער דא איז דאס אלעס געשריבן געווארן מיט פשוטע און קלארע ווערטער וואס איז אנגענומען ביי אלעמען. מיר זענען געגאנגען אויף אזוי ווייט אז אנשטאט שרייבן די פשוטע באגריף פון רוחניות, האבן מיר אדאפטירט א ווארט פון ענגליש ווי 'ספיריטשו"ל' און אויסגעפארעמט אלס ספיריטואל...

און די דערהער דערפון איז מורא'דיג פשוט. ווען מיר רעדן פון א געזינטע אוועקגעשטעלטע פערזאן, דאן קענסטו רעדן צו אים וויאזוי דו ווילסט און אויף סיי וועלכע מושגים און באגריפן. ווידער ווען דו רעדסט מיט עמיצן וואס איז נישט די מערסטע סטאביל דאן דארף מען זיין געווארענט כחוט השערה, דער בחור שטויסט דאך אויף אידישקייט די לעצטע פאר יאר, ער איז דאך אויפגעקלערט, ער איז דאך אנטלאפן פון די אלע באגריפן, איז וואס ווילסטו יעצט, ער זאל פלוצלינג זאגן גערעכט, כ'בין געווען נאריש און אומערוואקסן...

דערפאר איז די איינציגסטע וועג צו רעדן פון ארום און ארום, נישט רעדן בכלל פון אידישקייט און בלויז רעדן וועגן 'העפיניס' און 'קאנטענט', און וועגן טרעפן א נייע גאנג וואס ער האט נאכנישט געטראכט דערוועגן ביז יעצט.

די פראבלעם ווערט נאר ווען דער זכר איז שטייף און פארפרוירן, און האלט זיך נישט ביים עפענען אפילו א דינעם שפאלט. איז פארשטייט זיך אז עס איז פארהאן פילע וועגן וויאזוי צו ברעכן דעם אייז, ואכמ"ל, אבער דאס איז אמאל זיכער אז עס איז דאך דא פעלער ווען גארנישט העלפט נישט, און דאן איז דא איין אויסוואהל -

ווארטן און ווארטן.

- די מציאות און פאקט ווייזט אויף אז ערגעץ ווי כאפט מען געריבענע פעטש, אמאל אויף איין באק און אמאל אויף ביידע צוזאמען... פארשטייט זיך אז מען קען נישט אריינגיין דא אין אזא אפגעהיטענע פלאטפארמע איבער די מציאות הדברים, אבער וואס איז זיכער איז זיכער אז מען כאפט פונעם געבראטענעם ריט, איינער שטערקער און איינער שוואכער, איינער פירער און איינער אין שפעטערדיגע שטאפלן, די פראגע איז נאר ווען? אבער דאס איז זיכער אז אלע כאפן אין די ענדע, און מען דארף ווארטן אויף דעם ענדגילטיגע פראסק ווי מען כאפט זיך איין רגע ווי בין איך דא...

אבער דאס איז זיכער אז די מענטש דארף זיין צוגעגרייט פון פריער, ער דארף וויסן אז ס'איז דא א וועג פאר אים וואס ער האט נאכנישט פרובירט און עס קען אמאל צוניץ קומען, ער דארף וויסן אז אין א געוויסע קרייז איז ער אנגענומען אין א יעדע מצב און שטאנד... ווייל אויס נישט ברענגען די דאזיגע פעטש בלויז דעפרעסיעס און שטריק אין עלעוועיטער רומס...

און דאס איז איינס פון די מעלות פונעם בריוו, עס גיבט פארן מענטש נייע האפענונג אז ערגעץ וואו איז נאך דא א שאנס פאר א גוטע לעבן, און אפילו אויב יעצט לאכט ער זיך אויס און זעהט נישט גארנישט וואס איז נוגע פאר אים, צו ווייל ער איז נאך אין א הי"י און ער רעדט זיך נאך איין אז ער וועט עס איין טאג דערגרייכן... צו ווייל ער האלט נאכנישט ביי קיין ערענסטע דעפרעסיעס, אבער דאך וועט ער עס געדענקן און ווען עס וועט אנקומען דער טאג פון ליידיגקייט דאן וועט ער זיך דערמאנען פון די טערמינען און מושגים וואס ווערן דא אויסגעשמועסט.

איך האף אז מען פארשטייט אביסל וואס שטייט דא און אז די עולם קען ליינען צעווישן שורות.

איך וויל זיך ספעציעל באדאנקן פאר די אלע קאמפלימענטן.

ביטע פארשפרייטן ווי נאר מעגליך, אין סיי וועלכע פלאטפארמע אז עס זאל דערגרייכן ווי מער אויגן, ובשם השם נעשה ונצליח!
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » זונטאג ינואר 22, 2017 1:29 am

ישר כח משה עס איז באמת הערליך אראפגעשריבן, הארציג און שיין. און א גרעסערן שכ"ח פאר'ן האנדלען מיט אט די בחורים, מיט הארץ און געפיל.

אוועטאר
הער צו
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2016 11:23 am
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך הער צו » מאנטאג ינואר 23, 2017 11:34 am

נאך א אשכול פון משה?? אזוי שנעל?? נארמאל ווארט ער א טאג צוויי, צווישען איינס און צווייטען.

שכח משה פארן שרייבן, דיין שריפט איז עפעס וואונדערבאר...
דו הערסט מיך?? יא יא, איך 'הער צו'.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג ינואר 23, 2017 12:18 pm

נתפעל געווארן פון די לעצטע תגובה דיינע ר' משה
אזוי קונצליך און איינגעהאלטן און קלאר ארויסשרייבן אלעס, און פארדעקן וואס מען דארף, באמת א מייסטערווערק

זאל דער רבוש"ע העלפן, זאלסט קענען העלפן אסאך אידן, און מער נישט דארפן העלפן אויף די אופנים.
כשמ"ו כן הוא

ארך אפים
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

תגובהדורך ארך אפים » מאנטאג ינואר 23, 2017 12:37 pm

אוי ווי גערעכט!!! 1) זיי זענען נישט צופרידן ביי זיך 2) נשמה שפראך פארשטייט יעדער.
איך האב געהערט א מעשה וואס איז געווען דעם פארגאנגענם ערב ר"ה מיט איינע פון די גאר גאר פאפולער אפגעפארענע, די היימישע וועלט האט זיך נישט לאנג צוריק איבער געקערט פון זיינע "מדריגות" .......
וואס דעמאלטס האבן על פי הוראות אחד מצדיקי דורנו שליט"א זיין משפ' אפגעהאקט מיט עם, אבער ערב ר"ה האט ער יא גערופן זיינע עלטערן ווינטשן א גוט יאר, אין מען האט געפסקנ'ט אז זיי זאלן יא רעדן צו עם, אין זיין מאמע האט אנגעהויבן רעדען נשמה (מאמע) שפראך, קודם האט ער זיך נישט געלאזט טענהנ'דיג אז ער איז גליקליך וכו'....... אבער ס'האט נישט צו לאנג גענומען אין ער האט פשוט געמוזט אראפ לייגן די פאון ווייל זיינע טרערן האבן עם מער נישט געלאזט רעדן.

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 9:15 pm

שמו האט געשריבן:נתפעל געווארן פון די לעצטע תגובה דיינע ר' משה
אזוי קונצליך און איינגעהאלטן און קלאר ארויסשרייבן אלעס, און פארדעקן וואס מען דארף, באמת א מייסטערווערק

זאל דער רבוש"ע העלפן, זאלסט קענען העלפן אסאך אידן, און מער נישט דארפן העלפן אויף די אופנים.

כ'האב הנאה אמווייניגסטנס איינער האט אויפגעכאפט דאס וואס ליגט דארט אונטערן טעפיך... עניוועיס, שכ'ח אר אלע שכ'חס...
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » פרייטאג ינואר 27, 2017 11:57 am

ייש''כ משה, כ'האב עס געליינט פון אנהייב צום ענדע, ווען א קנויל שטיקט מיר ביים האלדז, יא, ס'געשריבן ריין פון הארץ.
זאל דער אייבערשטער עפענען אלע זייערע הערצער און אויפרעכטן אלע צובראכענען הערצער.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג ינואר 29, 2017 3:48 pm

איך בין פארלאזירט!
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1966
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » זונטאג פאברואר 05, 2017 2:55 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:משה!

געוואלדיג! זייער געפיליש און גוטע שריפט!
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1628
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

תגובהדורך טראבל מעיקער » זונטאג פאברואר 25, 2018 12:50 pm

געליינט דעם שבת. אוי איז דאס צום פינטל
איזי


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וימאןX3 און 12 געסט