שיעור השבוע בפרשת השבוע ובענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

שיעור השבוע בפרשת השבוע ובענינא דיומא

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 19, 2016 1:32 am

לאור פונעם אשכול איבער מגילת רות בשייכות למס' יבמות, קלער איך אז אן אשכול צאמצושטעלן ענינים המוזכרים בשיעור השבוע מיט ענינים פון פרשת השבוע אדער מענינא דיומא קען זיין א גלייכע זאך, וזה החלי.

די וואך העעל"ט פרשת נשא (לבני חו"ל) תשע"ו איז דער שיעור במס' יבמות געווען אויף דריי בלאט, דפים לה-לז.

לערנענדיג חומש רש"י פרשת נשא האב איך געטראפן עטליכע זאכן וועלכע ווערן דערמאנט במישרין אדער בעקיפין בשיעור השבוע, וכל המוסיף יוסיף כהנה וכהנה להגדיל תורה ולהאדירה.

א. בפרשת גזל הגר (במדבר ה-ח) ברענגט רש"י פון די גמ' אין ב"ק ק"ט. וכי יש לך אדם בישראל שאין לו גואל וכו' און רש"י שמועסט אויס אז ירושה גייט ארויף במשפחת אביו עד יעקב.

בדף לז: האבן מיר א סוגיא פון ספק ויבם וואו עס קומט אריין דער ענין אז א טאטע ירש'נט א זון במקום שאין להבן בנים.

ב. בפרשת סוטה (במדבר ה-יג) ועד אין בה והיא לא נתפשה, זאגט רש"י: נאנסה.

דאס איז דער מקור אז אן אנוסה איז מותר לבעלה ישראל וואס ווערט דערמאנט בשיעור השבוע דף לה. אשת ישראל שנאנסה מותרת לבעלה, וברש"י ד"ה אשת ישראל: ומהיא לא נתפשה וכו'

ג. שם ונסתרה והיא נטמאה וגו'

פון די דריי מאל ונטמאה לערנט מען ארויס שסוטה אסורה לבעל ולבועל ונפסלת מן התרומה.
דאס איז דער מקור לויט תוס' בד"ה אע"פ אויף די גמ' שם בדף לה: אם היו כהנות נשואות ישראל נפסלו מן התרומה דבי נשייהו

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 19, 2016 6:01 pm

היינט יום א' בהעלותך איז די לעצטע טאג פון תשלומין לחג השבועות העעל"ט, איבער מגילת רות און מס' יבמות האבן מיר שוין א שיינעם אשכול, וועל איך דא דערמאנען אן אנדערן ענין פון יבמות בשיעור השבוע העעל"ט מיט שבועות.

בפיוט יום א' דשבועות זאגט דער פייטן לא תנאף בספק פן תיענש בוודאי, איז דא דערויף א שיינער טייטש בדברי מרן החת"ס בדרשותיו לשבועות תקפו-פז עמוד 580 מהדרשות דפוס ישן, עפ"י דברי רבי אליעזר בן יעקב יבמות לז: נמצא אח נושא אחותו וכו' ומלאה הארץ זמה עיי"ש

(אינטערעסאנט אז מרן ז"ל איז מעתיק דברי הגמ' בלשון אחר 'זה המפקיר בתו לזנות' ואין זה הל' בגמ' דילן ולא בהתוספתא בקידושין מקור דברי הגמ', האב איך באמערקט אז דער חת"ס איז נמשך אחרי דברי הרמב"ם בה' איסו"ב פט"ו הכ"ט וועלכער שרייבט: הרי נאמר בתורה אל תחלל את בתך להזנותה, ואמרו חכמים שאם יעשה זה נמצא אב נושא בתו ואח נושא אחותו עיי"ש ובמ"מ שם.

נייגעריג וואס די נייע מהדורה דרשות שרייבט דא בענין הזה)

זעה בייגעלייגט
צוגעלייגטע
hebrewbooks_org_21254_167.pdf
(215.7 KiB) דאונלאודעד 64 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 20, 2016 4:06 pm

מיללער האט געשריבן:היינט יום א' בהעלותך איז די לעצטע טאג פון תשלומין לחג השבועות העעל"ט, איבער מגילת רות און מס' יבמות האבן מיר שוין א שיינעם אשכול, וועל איך דא דערמאנען אן אנדערן ענין פון יבמות בשיעור השבוע העעל"ט מיט שבועות.

בפיוט יום א' דשבועות זאגט דער פייטן לא תנאף בספק פן תיענש בוודאי, איז דא דערויף א שיינער טייטש בדברי מרן החת"ס בדרשותיו לשבועות תקפו-פז עמוד 580 מהדרשות דפוס ישן, עפ"י דברי רבי אליעזר בן יעקב יבמות לז: נמצא אח נושא אחותו וכו' ומלאה הארץ זמה עיי"ש

(אינטערעסאנט אז מרן ז"ל איז מעתיק דברי הגמ' בלשון אחר 'זה המפקיר בתו לזנות' ואין זה הל' בגמ' דילן ולא בהתוספתא בקידושין מקור דברי הגמ', האב איך באמערקט אז דער חת"ס איז נמשך אחרי דברי הרמב"ם בה' איסו"ב פט"ו הכ"ט וועלכער שרייבט: הרי נאמר בתורה אל תחלל את בתך להזנותה, ואמרו חכמים שאם יעשה זה נמצא אב נושא בתו ואח נושא אחותו עיי"ש ובמ"מ שם.

נייגעריג וואס די נייע מהדורה דרשות שרייבט דא בענין הזה)

זעה בייגעלייגט

נאכעגקוקט במהדורא חדשה של הדרשות שי"ל לאחרונה, זיי ברענגען נישט ארויס דעם חלק אז אין די גמרא איז נישט דא אזא לשון, זיי צייכענען אבער צו אז מרן הח"ס זצ"ל ברענגט עטליכע מאל אראפ דעם רמב"ם ווי דער רמב"ם רעדט בנוגע ספיקא דאורייתא מה"ת לקולא עיי"ש

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 24, 2016 1:43 pm

פרשת בהעלותך (בחו"ל) איז דער שיעור אין יבמות אויף די דפים לח-מא

בדף מ. רעדט די גמ' צו מ'קען יוצא זיין ידי חובת מצה בפסח מיט א 'חלוט' צו עס הייסט לחם עוני.

די וואך אין פר' בהעלותך איז דא די פרשה פון פסח שני און דער פסוק (במדבר ט-יא) זאגט על מצות ומרורים יאכלוהו.

אויפן זעלבן עמוד רעדט די גמרא וועגן אכילה גסה ברענגט תוס' בד"ה אכילה גסה צו די גמ' פון נזיר משל לב' בנ"א שצלו פסחיהן וכו'

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 24, 2016 1:58 pm

בדף מא. איז דא די משנה פון הבחנת ג' חדשים וואס פארלאנגט זיך כדאי עס זאל זיך נישט מאכן קיין ספיקות אז מ'זאל נישט וויסן צו דאס קינד איז בן ט' לראשון אדער בן ז' לאחרון. מ'האמיר שוין געלערנט דערפון עטליכ מאל דא אין יבמות.

איז אינטערעסאנט, בפרשת השבוע פר' בהעלות ביי די פרשה פון די מתאוננים (במדבר יא-י) וישמע משה את העם בוכה למשפחותיו זאגט רש"י: ורבותינו אמרו למשפחותיו על עסקי משפחות על עריות הנאסרות להם.

מוטשען זיך די מפרשים וואס פונקט יעצט האט מען זיך דערמאנט וועגן די איסור עריות שנאסר להם בסיני. דער שפתי חכמים ברענגט פונעם מנחה בלולה אז דאס האט געהאט א שייכות מיט די תלונה קעגן די מן, ווייל חז"ל זאגן דאך אז די מן האט מגלה געווען די ספיקות וועמענס א קינד איז לויט ווי זיין עומר איז געפאלן, און דאדורך האט מען געקענט געוואור ווערן איבער ממזרים אויב איינער איז נכשל געווארן בעריות, און דערפאר האבן זיי געוויינט ביים מן איבער עריות, ודפח"ח

-

שוב מצאתי שהמהרש"א בח"א יומא עה. כתב ג"כ כדברי הרב בעל מנחה בלולה והוסיף את ענין ההבחנה שבפירקין, ושני נביאים התנבאו בסגנון אחד.

אינטערעסאנט די מהרש"א איז דארט מוסיף אז דער מן איז געווען לבן ע"ש שמלבין עוונתיהן של ישראל, ווייל אז מ'האט אראפגענומען די ספקות פון ממזרות האט עס מלבין געווען זייערע די עוונות עיי"ש

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 29, 2016 10:42 am

די וואך פר' שלח (בחו"ל) איז דער שיעור השבוע מס' יבמות דפים מב-מה.

בפרשת השבוע (במדבר יד-א) ביי די פרשה פון די מרגלים, ותשא כל העדה ויתנו את קולם ויבכו העם בלילה ההוא. דרש'נט די גמרא אין תענית כט. אמר רבה אר"י אותה לילה ליל תשעה באב היה אמר להם הקב"ה אתם בכיתם בכיה של חנם ואני קובע לכם בכיה לדורות.

בשיעור השבוע בדף מג ברענגט די גמרא אראפ די סוגיא פון מס' תענית לגבי דיני אבל בשבוע שחל בו ט' באב והמסתעף.

יה"ר שיבנה ביהמ"ק במהרה בימינו וימי האבל יתהפכו לנו לששון ולשמחה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 29, 2016 4:46 pm

נאך א זאך מפרשת השבוע בשיעור השבוע - אביסל בדרך צחות ואגדה

די גמרא דערציילט בדף מה.
ההוא דאתא לקמיה דרב אמר ליה עובד כוכבים ועבד הבא על בת ישראל מהו אמר לו הולד כשר אמר ליה הב לי ברתך לא יהיבנא לך אמר שימי בר חייא לרב אמרי אינשי גמלא במדי אקבא רקדא הא קבא והא גמלא והא מדי ולא רקדא א"ל אי ניהוי כיהושע בן נון לא יהיבנא ליה ברתי א"ל אי הוה כיהושע בן נון אי מר לא יהיב ליה אחריני יהבי ליה האי אי מר לא יהיב ליה אחריני לא יהבי ליה לא הוה קאזיל מקמיה יהיב ביה עיניה ושכיב


ווען דער בן העבד האט געוואלט ארויסברענגען א גרויסער מענטש האט ער גענוצט "יהושע בן נון" אלס משל. די וואך אין די סדרה ביי די מרגלים האט "יהושע בן נון" באקומען זיין נאמען "יהושע" אזוי ווי עס שטייט (במדבר יג-טז) אלה שמות האנשים אשר שלח משה לתור את הארץ ויקרא משה להושע בן נון יהושע און רש"י ברענגט פון חז"ל אז דער י' האט משה רבינו צוגעלייגט און מיט דעם מתפלל געווען שי-ה יושיעך מעצת המרגלים. ווען נישט וואס יהושע ווערט ניצול מעצת המרגלים וואלט ער אוודאי נישט געווען מער דער משל פון אן אדם גדול.

ובדרך אגב, האב איך געטראפן א שיינע זאך פון רבי צדוק הכהן, פארוואס האט ער פונקט גענוצט יהושע בן נון אלס משל און נישט משה רבינו, וזל"ק:
אפילו אדם גדול ביותר, אם יש בו פגם במשפחתו אין להתדבק בו, כי אם הוא מפני גדלו אין זה מזיק לו, יזיק לזרעו, וכמו שאמרו (יבמות מה.): אפילו ניהוי כיהושע בן נון לא יהיבנא ליה ברתא. ומכל מקום דקדק ואמר "כיהושע בן נון" ולא "כמשה רבינו"... כי משה רבינו ע"ה הוא שורש התורה, ומצד כתר התורה אין לחוש למשפחות, וכתר תורה מונח לכל, ואמרו (הוריות יג.): ממזר תלמיד חכם קודם וכו'. ולכך משה רבינו ע"ה קיבל הערב רב. ולכך אילו הוה כמשה רבינו ע"ה, רצה לומר תלמיד חכם גדול בדור, שזהו כמשה רבינו ע"ה, כמו שאמרו ז"ל (שבת קא ע"ב): משה שפיר קאמרת, הוה יהיב... ואמרו ז"ל (יומא כב ע"ב): אין מעמידין פרנס על הציבור אלא אם כן קופה וכו', ונאמר (משלי ח, טו) "בי מלכים ימלוכו", ואדרבה, הללו ראוים יותר לכך, וכמו שאמרו הזהרו בבני עניים שמהם תצא תורה, כי מקום התורה דוקא בכלים שבורים [ויסוד תורה שבעל פה רבי עקיבא והוא ממשפחת גרים. וכן רבי מאיר אמרו ז"ל (עירובין יג ע"ב) שלא יכלו חביריו לעמוד על סוף דעתו. וכן "מבני קיני חותן משה עלו מעיר התמרים" [שופטים א, טז] כדרשת חז"ל (סנהדרין קד.)].

צדקת הצדיק אות ע"ז (קרעדיט, דא) ועי' גם במהרש"א פה מה שכתב בזה.

בסיום מסכת מגילה האבן מיר געשמועסט דארט פארוואס די משנה כאפט אן מימות יהושע בן נון:
viewtopic.php?p=1172638#p1172638
ולדברינו דארט בשם מרן החתם סופר זצ"ל ווייזט יהושע בן נון אויף תורה שבעל פה און משה רבינו אויף תורה שבכתב, משה קיבל תורה מסיני ומסרה ליהושע, ולפי"ז איז אפשר דאס די סיבה אנצוכאפן יהושע בן נון ווי איינער זאגט אז ער איז גרויס סיי בתורה שבכתב און סיי בתושבע"פ

אוועטאר
מחצית
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 30, 2015 2:23 pm

תגובהדורך מחצית » דאנארשטאג יוני 30, 2016 1:30 am

מיללער האט געשריבן:די גמרא דערציילט בדף מה.
ההוא דאתא לקמיה דרב אמר ליה עובד כוכבים ועבד הבא על בת ישראל מהו אמר לו הולד כשר אמר ליה הב לי ברתך לא יהיבנא לך אמר שימי בר חייא לרב אמרי אינשי גמלא במדי אקבא רקדא הא קבא והא גמלא והא מדי ולא רקדא א"ל אי ניהוי כיהושע בן נון לא יהיבנא ליה ברתי א"ל אי הוה כיהושע בן נון אי מר לא יהיב ליה אחריני יהבי ליה האי אי מר לא יהיב ליה אחריני לא יהבי ליה לא הוה קאזיל מקמיה יהיב ביה עיניה ושכיב


...ובדרך אגב, האב איך געטראפן א שיינע זאך פון רבי צדוק הכהן, פארוואס האט ער פונקט גענוצט יהושע בן נון אלס משל און נישט משה רבינו, וזל"ק:
אפילו אדם גדול ביותר, אם יש בו פגם במשפחתו אין להתדבק בו, כי אם הוא מפני גדלו אין זה מזיק לו, יזיק לזרעו, וכמו שאמרו (יבמות מה.): אפילו ניהוי כיהושע בן נון לא יהיבנא ליה ברתא. ומכל מקום דקדק ואמר "כיהושע בן נון" ולא "כמשה רבינו"... כי משה רבינו ע"ה הוא שורש התורה, ומצד כתר התורה אין לחוש למשפחות, וכתר תורה מונח לכל, ואמרו (הוריות יג.): ממזר תלמיד חכם קודם וכו'. ולכך משה רבינו ע"ה קיבל הערב רב. ולכך אילו הוה כמשה רבינו ע"ה, רצה לומר תלמיד חכם גדול בדור, שזהו כמשה רבינו ע"ה, כמו שאמרו ז"ל (שבת קא ע"ב): משה שפיר קאמרת, הוה יהיב... ואמרו ז"ל (יומא כב ע"ב): אין מעמידין פרנס על הציבור אלא אם כן קופה וכו', ונאמר (משלי ח, טו) "בי מלכים ימלוכו", ואדרבה, הללו ראוים יותר לכך, וכמו שאמרו הזהרו בבני עניים שמהם תצא תורה, כי מקום התורה דוקא בכלים שבורים [ויסוד תורה שבעל פה רבי עקיבא והוא ממשפחת גרים. וכן רבי מאיר אמרו ז"ל (עירובין יג ע"ב) שלא יכלו חביריו לעמוד על סוף דעתו. וכן "מבני קיני חותן משה עלו מעיר התמרים" [שופטים א, טז] כדרשת חז"ל (סנהדרין קד.)].

צדקת הצדיק אות ע"ז (קרעדיט, דא) ועי' גם במהרש"א פה מה שכתב בזה

לכאורה האט עס מיט דעם וואס ווערט געפסקנ'ט איו שו"ע יו"ד סימן רמ"ב סעיף ל"ו הָאוֹמֵר לַחֲבֵרוֹ: אֵינִי מְקַבֵּל מִמְּךָ אִם הָיִיתָ (מב) כְּמֹשֶׁה, מַלְקִין אוֹתוֹ מִשּׁוּם בִּזָּיוֹן.
און די באר היטב ברענגט (מב) כמשה. כתב הט''ז אבל אם אמר כיהושע אין מלקין אותו דמצינו בש''ס יבמות אלו ליהוי כיהושע בן נון לא יהיבנא ליה ברתא עכ''ל:

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:10 am

יישר כח הרב מחצית וברוכים הבאים

דער מקור צו די הלכה אין יו"ד רמ"ב סל"ו ברענגט דער בית יוסף בשם ספר ארחות חיים און דער ב"י שטעלט צו א גמ' אין חולין קכד. אילו אמרה יהושע בן נון מפומיה לא צייתנא ליה, לכאורה פ"וו האט ער נישט געזאגט אילו אמרה משה, אלא מאי ווייל עס איז א בזיון פאר מרע"ה, און דער ט"ז לייגט צו אונזער גמרא אויך.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 06, 2016 8:24 pm

ביזדערווייל זעהט זיך נישט קיין גרויס אינטערעסע אין דעם אשכול, אבער כדי שלא להשאירו חלק וועלן מיר ממשיך זיין בעזר הבורא.

די וואך פר' קרח איז די שיעור השבוע אויף מס' יבמות דפים מו-מט.

דערווייל האב איך נאכנישט געטראפן קיין ערנסטע השוואות פון פרשת השבוע און שיעור השבוע, אבער בדרך רמז ואפשר שרייב איך מה שהעלה מצודתי.

קרח האט מחולק געווען אויף משרע"ה און געזאגט 'כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה' (במדבר טז ג) זאגט רש"י: כולם שמעו דברים בסיני מפי הגבורה. לא אתם לבדכם שמעתם בסיני אנכי ה' אלקיך כל העדה שמעו.

בשיעור השבוע בדף מו. און מו: ווערט אויך דערמאנט די מעמד הר סיני און וויאזוי אידן האבן זיך געדארפט צוגרייטן צום מעמד הנבחר בהזאה טבילה ומילה, כיבוס שמלותם וכו.

אגב, עי' בשפתי חכמים על הרש"י הנ"ל שטענת קרח היה שכל העדה הם 'במדריגת הנביאים' ואין אנו צריכין עומד בין ה' ובינינו, אלא שאתה מתנשא עצמך לומר שאין כמוך בנבואה וכו'
השווה לזה דברי הגמ' דילן בדף מט: כל הנביאים נסתכלו באספקלריא שאינה מאירה משה רבינו נסתכל באספקלריא המאירה. היינו שמדרגת משה רבינו אכן היה למעלה ממדריגת כל הנביאים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יולי 10, 2016 11:17 pm

יום א' פר' חקת תשע"ו לפ"ק

בעזהשי"ת ובעידוד חברים זענען מיר ממשיך מיט דעם אשכול, ואני מקוה שיש בזה הנאה לחברים ומחכה שעוד יוסיפו כהנה וכהנה, וכל המוסיף יוסיפו לו משמיא.

די וואך פר' חקת איז די שיעור השבוע במס' יבמות דפים נ-נג.

דף נ. ענדיגט זיך פרק רביעי פרק החולץ, מיט א שטיקל אגדתא גמרא א מחלוקת בין ר"ע וחכמים צו עס איז שייך אז מ'זאל פון הימל מוסיף זיין לשנות חיי האדם אדער נישט.

פרעגט די מהרש"א אין חידושי אגדות א קשיא פון די וואכעדיגע סדרה, דער אייבירשטער זאגט פאר משה ואהרן (במדבר כ, יב) יען לא האמנתם בי להקדישני לעיני ב"י לכן לא תביאו את הקהל הזה אל הארץ וכו' זאגט רשיה"ק אויפן פלאץ: גלה הכ' שאלולי חטא זה בלבד היו נכנסין לארץ.

פרעגט די מהרש"א די גמ' זאגט דאך אין קידושין עה"כ בן מאה ועשרים שנה אנכי היום - היום מלאו ימי שנותי, הייסט דאס אז משה רבינו'ס יארן זענען נשלם געווארן יענעם טאג, טא לויט רבי עקיבא אז מען איז נישט מוסיף ימים, ווי וואלט משרע"ה אריין אין אר"י ווען נישט די מי מריבה? און דער מהרש"א פירט אויס "וצ"ל דההוא סוגיא דלא כר"ע".

ועי' בספר בן יהוידע מה שתירץ באופן נפלא את קושית המהרש"א ז"ל

(בדרך צחות, מ'האט אנגעהויבן פרק רבן גמליאל פון 'מאמר אחר מאמר' זאגט מיר מיין חברותא הי"ו א ווערטל אז היינט ביי תחנון ביי 'ותקשיב מנו מאמר' האט ער אינזינען געהאט אז ער זאל פארשטיין דעם שיעור. האב איך מוסיף געווען אז לפי"ז האמיר נאך א מענינא דיומא בשיעור השבוע ווייל די וואך שבת פר' חקת וועט מען לערנען פרק חמישי מפרקי אבות וואס הייבט זיך אן 'בעשרה מאמרות נברא העולם, והלא במאמר אחד יכול להבראם')

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 25, 2016 12:00 pm

בעזהשי"ת

(במקום שאין אנשים, מ'האמיר געהאט האפענונג אז אנדערע וועלן אויסכאפן און פארצייכענען ענינים שנמצאו בפר' השבוע בושיעור השבוע, זעהט אויס אז מקום הניחו לנו. לאמיר אבער פרובירן אז די קומענדיגע זאלן אנדערע יא אויסכאפן, די וואך, אויסער די פרשת השבוע פר' פנחס האט זיך אויך אנגעהויבן די ימי בין המצרים, אפשר טרעפט עמיצער עפעס רמזים בשיעור השובע, ויה"ר בזכות לימוד ועסק התורה יתהפכו הימים האלה לששון ולשמחה ונזכה לשמוע בקרוב את ה'אנכי אנכי הוא מחכמכם' בעת קיבוץ גליותינו וכינוס נדחי ישראל)

יענע וואך פר' בלק איז געווען דער שיעור אויף מס' יבמות דפים נד-נז התחלת פרק הבא על יבמתו.

די פרשה האט זיך געענדיגט מיט די שרעקליכע מעשה פון בנות מואב און בעל פעור און צום סוף מיט די פרשה פון זמרי בן סלוא און קנאותיה דפנחס הכהן, חברי חבורת תורתך שעשועי האבן פארשטאנען בעסער די עבירה פון "הבועל ארמית" פארוואס איז נאר "קנאין פוגעין בו", וועלכע עבירה איז א איד עובר אויב איז ער ח"ו נכשל מיט אן עובדת כוכבים און וואס איז דער עונש. מיר לערנען שוין עטליכע וואכן איבער דעם ענין, אבער די וואך פון פר' בלק האבן מיר געהאט א שטיקל סך-הכל פון די אלע עריות, און פון וואנעט מען לערנט ארויס ווען דער חיוב קומט ארויס צו שוין ביי העראה אדער נאר ביי גמר ביאה.

וואונען מיט א גוי'טע איז א לאו דאורייתא ווי רש"י זאגט מערערע מאל אין מס' יבמות פון לא תתחתן, אבער אויף א לאו קומט נאר מלקות, נאר די קנאין פוגעין בו.

-

אינטערעסאנט איז אז רש"י אין חומש דערציילט אז די זנות בבנות מואב האט צוגעברענגט אז די אידישע קינדער זאלן ל"ע אויך דינען די ע"ז פון בעל פעור (עי' רש"י בפנים בשם חז"ל ואכמ"ל) און דער פסוק זאגט "ויצמד ישראל לבעל פעור", דער משך חכמה איז מדייק דאס ווארט "ישראל" פארוואס שטייט נישט ויצמד העם לבעל פעור? זאגט ער ווייל לכאורה איז דא א דין אז אויב איינער דינט ע"ז מאהבה ומיראה איז נישט דא דערויף קיין עונש מיתה, נו פארוואס איז געקומען די מגיפה, דערפאר זאגט דער פסוק ויצמד 'ישראל' לבעל פעור, אז אפי' אויסערליך האט עס אויסגעזען אז זיי דינען נאר במעשה משום בנות מואב, אבער דער פסוק איז מעיד אז זיי האבן פוגם געווען אויך במחשבה וואס 'ישראל' ווייזט אויף די פנימיות עיי"ש.

דער מקור אז דער וואס דינט מאהבה ויראה ברענגט תוספות צו אין יענע וואכעדיגע שיעור, ביי די ווערטער פון רבא אין אונס בעריות אלא לדעת, זאגט דארט תוס' די באקאנטע וועלטס חידוש אז אפי' א איד איז מחויב זיך מוסר נפש צו זיין אויף די ג' עבירות החמורות, אבער אויב פאלט ער דורך און ער איז זיך נישט מוסר נפש, הייסט עס נישט אז ער האט עובר געווען אויף די ג' עבירות נאר אויף די מ"ע פון ונקדשתי, עיי"ש.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג יולי 25, 2016 1:20 pm

מיללער האט געשריבן:וואונען מיט א גוי'טע איז א לאו דאורייתא ווי רש"י זאגט מערערע מאל אין מס' יבמות פון לא תתחתן, אבער אויף א לאו קומט נאר מלקות, נאר די קנאין פוגעין בו.
*

דער מקור אז דער וואס דינט מאהבה ויראה ברענגט תוספות צו אין יענע וואכעדיגע שיעור, ביי די ווערטער פון רבא אין אונס בעריות אלא לדעת, זאגט דארט תוס' די באקאנטע וועלטס חידוש אז אפי' א איד איז מחויב זיך מוסר נפש צו זיין אויף די ג' עבירות החמורות, אבער אויב פאלט ער דורך און ער איז זיך נישט מוסר נפש, הייסט עס נישט אז ער האט עובר געווען אויף די ג' עבירות נאר אויף די מ"ע פון ונקדשתי, עיי"ש.


"וואוינען" (על השימוש הרגיל בו) איז מעגליך נישט קיין ריכטיגע אויסדריק, ווייל אפילו לרש"י איז די לאו נאר דרך חתנות.

***

פארוואס זאגט מען נישט ביי עריות און שפ"ד מוטב שיחלל פעם אחת וכו' אזוי ווי מ'זאגט ביי אלע אנדערע עבירות?
בשלמא ביי ע"ז פארשטיי מיר פשוט אז אויב מ'איז מודה אין ע"ז איז נישטא קיין באשעפער ממילא איז מען עובר אויף ונקדשתי. אבער עריות און שפ"ד פארוואס איז עס הארבער פון אנדערע עבירות און אויב מ'איז עובר דערויף מיט די סברא פון מוטב איז מען עובר אויף ונקדשתי?
לעצט פאראכטן דורך נא_שכל אום מאנטאג יולי 25, 2016 1:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 25, 2016 1:28 pm

נא_שכל האט געשריבן:
פארוואס זאגט מען נישט ביי עריות און שפ"ד מוטב שיחלל פעם אחת וכו' אזוי ווי מ'זאגט ביי אלע אנדערע עבירות?
בשלמא ביי ע"ז פארשטיי מיר פשוט אז אויב מ'איז מודה אין ע"ז איז נישטא קיין באשעפער ממילא איז מען עובר אויף ונקדשתי. אבער עריות און שפ"ד פארוואס איז עס הארבער פון אנדערע עבירות און אויב מ'איז עובר דערויף מיט די סברא פון מוטב איז מען עובר אויף ונקדשתי?

די מקור ביי כה"ת כולה איז נישט נאר די סברא פון מוטב שיחלל וכו' נאר א פסוק פון 'וחי בהם', אבער ביי די ג' עבירות איז דא לימודים/סברות אין מס' סנהדרין אז דארט איז מען יא מחויב זיך מוסר נפש צו זיין. זאגט אבער תוס' אז זיך נישט מוסר נפש זיין איז א זייטיגע עבירה אבער די עצם עבירה איז באונס ואונס רחמנא פטריה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 27, 2016 2:49 pm

די וואך פר' פנחס איז די שיעור השבוע מס' יבמות דפים נח-סא.

בדף ס: ברענגט די גמרא אראפ די פרשה פון מלחמת מדין, טראץ דעם וואס די עיקר פרשה איז הערשט די אנדערע וואך פר' מטות, אבער די וואך איז די התחלה ווען דער רבוש"ע זאגט פאר משרע"ה (במדבר כה יז) צרור את המדינים והכיתם אותם.

מער פון דעם, די גמ' דא לערנט ארויס אז א גיורת קטנה פחותה מבת ג' שנים ויום א' כשירה לכהונה ווייל די תורה זאגט וכל הטף בנשים החיו לכם, והרי פנחס עמהם און פנחס איז דאך געווען א כהן.

ווען איז פנחס געווארן א כהן? לא נתכהן פנחס עד שהרגו לזמרי אזוי ווי רש"י ברענגט די וואך אויפן פסוק (במדבר כה יג) והיתה לו ולזרעו אחריו ברית כהונת עולם.

בריך רחמנא דיהיב לן אורייתא

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 29, 2016 10:21 am

מיללער האט געשריבן:בעזהשי"ת

(במקום שאין אנשים, מ'האמיר געהאט האפענונג אז אנדערע וועלן אויסכאפן און פארצייכענען ענינים שנמצאו בפר' השבוע בושיעור השבוע, זעהט אויס אז מקום הניחו לנו. לאמיר אבער פרובירן אז די קומענדיגע זאלן אנדערע יא אויסכאפן, די וואך, אויסער די פרשת השבוע פר' פנחס האט זיך אויך אנגעהויבן די ימי בין המצרים, אפשר טרעפט עמיצער עפעס רמזים בשיעור השבוע, ויה"ר בזכות לימוד ועסק התורה יתהפכו הימים האלה לששון ולשמחה ונזכה לשמוע בקרוב את ה'אנכי אנכי הוא מחכמכם' בעת קיבוץ גליותינו וכינוס נדחי ישראל)



א חשוב'ער אינגערמאן א חבר נכבד בחבורתינו ידידי היקר הי"ו האט מיר אנגעוויזן אויף צוויי ענינים בשיעור השובע וואס האט א שייכות צו די טעג שיהפכו עלינו לטובה בקרוב בענין חורבן בית מקדשינו, ותשוח"ח לו שיתברך ממעון הברכות.

א. בדף נט:
כי אתא רב דימי אמר מעשה בריבה אחת בהיתלו שהיתה מכבדת את הבית ורבעה כלב כופרי מאחריה והכשירה רבי לכהונה אמר שמואל ולכהן גדול בימי רבי כהן גדול מי הוה אלא ראויה לכהן גדול

זאגט רש"י בד"ה רבי: רבי לאחר חורבן הבית היה כמה דורות שהוא סוף התנאים ובימי רבן יוחנן בן זכאי חרב הבית דתנן (ר"ה דף כט:) משחרב בית המקדש התקין רבן יוחנן בן זכאי וכו' ע"כ.
ווען מ'לערנט די גמרות פונעם חורבן במס' גיטין, זעהט מען מער מפורש אז רבי יוחנן בן זכאי איז געווען בימי החורבן ווען ער האט געוואלט פארהאנדלען מיט די רשעים און ער האט דורך דעם ריש בריוני זיך ארויסגעכאפט פון ירושלים עיה"ק תובב"א.

ב. בדף סא. אין די משנה:
אירס את האלמנה ונתמנה להיות כהן גדול יכנוס ומעשה ביהושע בן גמלא שקדש את מרתא בת ביתוס ומנהו המלך להיות כה"ג

דער יהושע בן גמלא איז שוין געווען פון די לעצטע כהנים גדולים ביי כלל ישראל הארט פארן חורבן בית שני, ווי די גמרא דערציילט אין גיטין נו אז די פרוי זיינע די דערמאנטע עשירה שבירושלים מרתא בת בייתות איז נעבעך אוועק ביים חורבן פון גרויס סענסיטיוויטעט ווען זי האט אליינס געדארפט ארויסגיין פון שטוב איינצוקויפן עפעס עסן, און זי האט ארויפגעטרעטן אויף א מיאוסע זאך צו אויף די אויסגענאגטע פייג פון רבי צדוק, און זייענדיג בעבר די גרויסע מפונקת האט זי עס נישט געקענט פארנעמען ונפטרה רח"ל, האט רבי יוחנן בן זכאי איר מספיד געווען מיטן פסוק פון די תוכחה "הרכה בך והענוגה אשר לא נסתה כף רגלה הצג על הארץ מהתענג ומרוך".

זאלן מיר בקרוב זוכה זיין לראות בנחמת ציון וירושלים בזכות לימוד וחזרת התורה

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 03, 2016 12:08 pm

די וואך פר' מטו"מ איז די שיעור פון תורתך שעשועי עמ"ס יבמות דפים ס"ב-ס"ה.

אין די וואכעדיגע סדרה (במדבר לא ב) זאגט די תורה נקם נקמת בני ישראל מאת המדינים אחר תאסף אל עמיך, ברענגט רש"י אויפן פלאץ פון חז"ל צוויי טעמים פארוואס דוקא פון די מדינים האט דער אייבערשטער פארלאנגט נקמה און נישט פון די מואבים, אמער זיי האבן דאך גערופן מדין מלחמה צו האלטן מיט די אידן, אינעם צווייטן פשט זאגט רש"י וזל"ק: ד"א מפני ב' פרידות טובות שיש לי להוציא מהם רות המואביה ונעמה העמונית.

אין די גמ' דא אין יבמות דף סג. זאגט די גמ': ואמר ר' אלעזר מאי דכתיב (בראשית יב, ג) ונברכו בך כל משפחות האדמה אמר ליה הקב"ה לאברהם שתי ברכות טובות יש לי להבריך בך רות המואביה ונעמה העמונית. (די מפרשים מערקן שוין אן אז דא רופט מען זיי אן 'ברכות טובות' און אין ב"ק וואס רש"י ברענגט אין חומש הייסן זיי "פרידות טובות")

אבער צו גיין א טריט ווייטער, בעצם אין פר' דברים (דברים ב ט) דערציילט משה רבינו ויאמר ה' אלי אל תצר את מואב ואל תתגר בם מלחמה, און דארט זאגן חז"ל (בבא קמא לח):
וכי מה עלה על דעתו של משה לעשות מלחמה שלא ברשות אלא נשא משה ק"ו בעצמו אמר ומה מדינים שלא באו אלא לעזור את מואב אמרה תורה (במדבר כה, יז) צרור את המדינים והכיתם אותם מואבים עצמן לא כל שכן אמר לו הקב"ה לא כשעלתה על דעתך עלתה על דעתי שתי פרידות טובות יש לי להוציא מהן רות המואביה ונעמה העמונית, הייסט דאס אז בעצם האט משה רבינו געקלערט מדעתו אז מ'דארף יא מלחמה האלטן מיט מואב ולא הסכים הקב"ה עמו, קומט אויס אז דאס האט אויך א שייכות מיט אן אנדערע גמרא וואס מיר לערנען די וואך (יבמות סב.): שלשה דברים עשה משה מדעתו והסכימה דעתו לדעת המקום, צוויי דערפון איז אויך געקומען פון א ק"ו שנשא משה בעצמו. ודו"ק

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:00 am

נאך אן ענין פון פרשת השבוע בשיעור השבוע, די גמרא בדף סב: ברענגט א ראי' אז בני בנים (בן בתו) קרוין בנים פון א פסוק אין דברי הימים א' ואחר בא חצרון אל בת מכיר אבי גלעד ותלד לו את שגוב. היינו אז חצרון משבט יהודה האט חתונה געהאט מיט בתו של מכיר בן מנשה און פון זיי זענען ארויסגעקומען די מחוקקים, וואס דערפאר רופען זיך די מחוקקים בני מכיר, טראץ וואס זיי זענען נאר בני בתו (ועי' במהרש"א בח"א שפי' שיש כאן ב' ראיות נפרדות מב' הכתובים).

אין די וואכעדיגע סדרה פר' מטות סוף סדרה רעדט מען פון דעם מכיר בן מנשה ומשפחתו וארץ הגלעד שזכה בה, אזוי אויף בסוף פר' מטות רעדט מען נאכאמאל פון משפחת מכיר בן מנשה מיט זייערע געשוועסטער-קינדער די בנות צלפחד.

אינטערעסאנט איז אז דער יאיר בן מנשה וואס ווערט דערמאנט (במדבר לב מא) זאגט סיי דער אב"ע און סיי דער רמב"ן איז נישט געווען בן מנשה בן יוסף נאר משבט יהודה, ווייל ווי עס ווערט דערמאנט דארט אין דה"א איז יאיר געווען בן שגוב בן חצרון הנ"ל שנשא את בת מכיר בן מנשה, עיי"ש בפנים, האמיר לכאורה נאך א ראי' אז בני הבת הייסן בנים.

אבער למען האמת, זאגט שוין דער רש"ש דא אז דארט אין דברי הימים ברענגט דער רד"ק און דער גר"א פון חז"ל אז יאיר בן שגוב איז נישט דער זעלבער ווי יאיר בן מנשה אין די תורה, (עי' בגמ' ב"ב קי"ב) ועיי"ש בפי' המלבי"ם שמתרץ את המקרא כדברי חז"ל דלא כרד"ק.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 11:57 am

די וואך פרשת דברים (חזון) איז די שיעור השבוע במסגרת חבורת תורתך שעשועי אויף דפים סו-סט ממסכת יבמות.

בדף סט. ברענגט די גמ' שיטת רשב"ג אז א גר עמוני ומואבי שבא על בת ישראל לא פסלה מן הכהונה און די גמ' זאגט דעם טעם ווייל עס איז נישט דומה לאלמנה שנבעלה לכ"ג ווייל נאר די זון ווערן פסול ביי עמוני ומואבי אבער די טעכטער זענען מותר לבא בקהל מדין עמוני ולא עמונית מואבי ולא מואבית.

די וואך אין די סדרה דערציילט משה רבינו אז הקב"ה האט אים געזאגט נישט מלחמה צו האלטן מיט עמון ומואב, און ווי מ'האמיר שוין דערמאנט יענע וואך זאגט די גמ' אין בבא קמא לח. אויפן פסוק די וואך (דברים ב ט) ויאמר ה' אלי אל תצר את מואב, וכי מה עלה על דעתו של משה לעשות מלחמה שלא ברשות? אלא משה נשא ק"ו בעצמו וכו' אמר לו הקב"ה לא כשעלתה על דעתך עלתה על דעתי שתי פרידות טובות יש לי להוציא מהן רות המואביה ונעמה העמונית.

אוועטאר
מחצית
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 30, 2015 2:23 pm

תגובהדורך מחצית » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 5:21 pm

שכח סקרענטאנע רב פאר די שיינע ענינים וואס איר ברענגט דא כסדר אראפ,
מיר האמיר פשוט נישט קיין צייט זיך צובאדאנקען פאר אייך, און צולייגן משלנו, זינט מיר זענען פארנומען זיך צו גרייטן אויפן פארהער קומענדיגע מאנטאג אויף חצי מס' יבמות נאכדערצו יעצט איז כמעט נישט דא קיין צייט צו לערנען, ת"ב טאר מען נישט לערנען ע"פ הלכה, און ת"ב שחל בשבת איז דא די מג"א אז מ'טאר נישט לערנען א גאנצען טאג, עכ"פ מחצות ואילך אין ללמוד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוגוסט 14, 2016 10:29 pm

מוצאי תענית תשעה באב תשע"ו לפ"ק

נחמו בכפלים, בתנחומין מן השמים, הוי כל צמא לכו למים, פקודי ה' ישרים מקור מים חיים.

מוצ"ש ביים זאגן איכה - נישט מער געדאכט - דער פסוק (איכה א י) ידו פרש צר על כל מחמדיה כי ראתה גוים באו מקדשה אשר צויתה לא יבואו בקהל לך, האט עס דערמאנט די שיעור השבוע פון יענע וואך וואס מ'האמיר דערמאנט אויבן, עמוני ולא עמונית מואבי ולא מואבית, אז די גמרא דרשנ'ט אנהייב מס' אז דער פסוק אין איכה גייט ארויף אויף עמון ומואב וועלכע האבן ביים חורבן הבית געשענדעט ספרי תורה רח"ל אויס נקמה וועגן די פסוקים לא יבוא עמוני ומואבי בקהל ה'.

החומל על דל חמול על דלותם, וינקום לעינינו בקרוב נקמת התורה ונקמת דם עבדיו השפוך, ארזי הלבנון אדירי התורה, בעלי תריסין במשנה ובגמרא, בביאת בן דוד גואלינו במהרה

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 11:40 am

די וואך פרשת ואתחנן תשע"ו לפ"ק איז דער שיעור השבוע במסגרת חבורתינו תורתך שעשועי אויף מסכת יבמות דפים ע-עג

מיר ווילן ממשיך זיין מיט דעם אשכול, טראץ דעם וואס עס איז מתחלה געווען אונזער רצון ביים עפענען דעם אשכול אז אנדערע זאלן זיך אויך אנרופען מיט געפונענע ענינים בפרשת השובע אדער בענינא דיומא, וואס דערווייל האט זיך עס נאך נישט אזוי געמאכט, אבער היות מיר הערן צוריק אז אנדערע זענען נהנה זענען מיר ממשיך מיט א תפלה ותחנה צום בוכ"ע אז עס זאל נתרבה ווערן ספסלי בית מדרשינו ומנן ומינכון תסתיים שמעתתא.

ראשית כל בדף ע' ע"א די התחלה פון די וואכעדיגע שיעור, איז דער סיום פונעם פרק אלמנה לכהן גדול און די התחלה פון פרק הערל, ממש פארן סיום הפרק ברענגט די גמרא צו די מימרא פון רבי יצחק בר אבדימי בשם רבינו הקדוש וואס מיר האבן שוין געהאט בעפאר, אז אפי' לשיטת רבי וואס איז מחולק אויף ר"ע בנוגע ממזר מחייבי לאוין איז ער אבער מודה אז ביי עכו"ם ועבד הבא על בת ישראל איז דאס קינד יא א ממזר, וויבאלד ביי זיי איז נישטא קיין תפיסת קידושין, ברענגט רש"י אראפ פון פרק החולץ אז דער מקור אז ביי עכו"ם איז נישט תופס קיין קידושין איז פונעם פסוק די וואכעדיגע סדרה (דברים ז ג) ולא תתחתן בם.

באמת האבן מיר שוין מערערע מאל געהאט דעם "לא תתחתן" אלס מקור אז ביי א גוי איז נישטא קיין תפיסת קידושין, אבער באמת איז דאס נאר א קיצור פונעם לימוד ווייל בעצם שטייט די פסוק נאר ביי די ז' אומות איז דער דין איז דאך ביי אלע שבעה אומות, (במקו"א הארכנו שבדבר"י רש"י לאורך המסכתא יש ג' לימודים ע"ז), האבן מיר אבער געהאט אויבן און באריכות איז דאס אין מס' קידושין, אז דאס ווענדט זיך במחלקות ר"ש ורבנן צו דרשינן טעמא דקרא, און לויט איין דעה איז דער קומענדיגער פסוק פון די וואכעדיגע סדרה (דברים ז ד) כי יסיר את בנך מאחרי וגו' א ריבוי לרבות כל המסירים.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוגוסט 21, 2016 2:52 pm

שב"ק העעל"ט לערנענדיג דברי רש"י בפרשת השבוע פר' ואתחנן אויפן פסוק (דברים ה כד) ואת תדבר אלינו: וכי לא היה יפה לכם ללמוד 'מפי הגבורה' וכו' האב איך זיך דערמאנט בדברי הגמ' בשיעור השבוע יבמות עב: א"ל ר"י לר"ל ראיתי לבן פדת שיושב ודורש כמשה 'מפי הגבורה'.

ובדרך אגב, רשיה"ק איז מסביר דא א יסוד מוסד בחילוק שבין התנאים להאמורים שרק תנא יכול לדרוש מקראות, והאמוראים לא דרשו מקראות אלא שנו מה שקבלו מהתנאים.

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

תגובהדורך קושר כתרים » זונטאג אוגוסט 21, 2016 4:28 pm

עיין באשכול הסמוך, קושיות והערות במס' יבמות
מעניינא דיומא, ל"ח שנה במדבר היו נזופים, ונלמד מקרא ויהי כאשר תמו כל אנשי המלחמה למות, ויאמר ה' אלי וגו'.
שכמבואר במס' ב"ב קכא. הי' זה ביום ט"ו באב, ולמדנו הסוגיא בדיוק בשבוע של ט"ו באב.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 2:31 pm

בעזהשי"ת, יום ה' לסדר והיה עקב תשמעון תשע"ו לפ"ק

די וואך פרשת עקב איז דער שיעור השבוע במסגרת חבורתינו תורתך שעשועי אויף דפים עד-עז ממסכת יבמות.

בסוף פון דף ע"ו ע"א גייט די גמרא אריין אין א סוגיא צו דער איסור פון לא תתחתן מיט די ז' אומות רעדט די תוה"ק בגיותן אדער בגירותן, און די גמרא גייט אריבער צו שלמה המלך וויאזוי ער האט געמעגט חתונה האבן צו בת מלך מצרים. בהמשך הגמ' בדף ע"ו ע"ב וויל די גמרא קלערן אז אפשר זענען די מצריים בימי שלמה שוין נישט געווען די אריגינעלע מצריים איבער וועלכע די תוה"ק זאגט לא יבא מצרי בקהל ה' וכלשון הגמרא "וכי תימא הנך אזלי לעלמא והני אחריני נינהו".

איז דא אן אינטערעסאנטע מחלוקת רש"י ותוס' ושאר הראשונים הרשב"א והריטב"א והרמב"ן, וואס די פשט פון די קשיות הגמ' איז, רש"י זאגט וזל"ק: הנך אזלי לעלמא - מתו וטבעו בימי פרעה וכי אזהר רחמנא מערב רב - והני אחריני נינהו - אומות אחרים באו וישבו בארצם. ד.ה. אז רש"י זאגט אז די גמרא קלערט אז אלע מצריים זענען דאך גע'הרג'ט געווארן ביי קריעת ים סוף ממילא זענען די שפעטערדיגע מצריים נישט בכלל האיסור. תוספות לערנט אבער בפשטות אז די קשיא איז סתם אז אפשר האבן די אריגינעלע מצריים זיך אוועקגעצויגן פון מצרים און אן אנדערע פאלק איז געקומען אהין.

פארוואס תוס' וויל נישט לערנען ווי רש"י זאגט שוין דער מהרש"א אין מהדו"ב און דאס שרייען אלע דערמאנטע ראשונים, אז לכאורה ביי קריעת ים סוף זענען נאר אויסגעשטארבן די מצריים וואס האבן נאכגעיאגט די אידן צום ים סוף, אבער אוודאי איז אין מצרים גופא געבליבן א גאנצע פאלק.
לכאורה דארף רש"י א הסבר, זאגט דער גר"א אין אהע"ז סי' ז' סקי"ח אז רש"י האט בדבריו מכוין געווען צו א מדרש אגדה אז אלע מצריים זענען געשטארבן אין מצרים בשעת קריעת ים סוף. און דער אמת איז אז רשיה"ק על התורה אין פרשת בשלח ברענגט אראפ די מדרש אויפן פסוק (שמות יד כה) ויאמר מצרים אנוסה מפני ישראל כי ה' נלחם להם במצרים, זאגט רש"י: במצריים ד"א במצרים בארץ מצרים שכשם שאלו לוקים על הים כך לוקים אותם שנשארו במצרים. און דער מקור איז א מכילתא בשם רבי יוסי אויף דעם פסוק.

וועט אינטערעסאנט זיין צוצושטעלן צו דעם שמועס אן ענין פון די וואכעדיגע סדרה בפרשת עקב, וואס בפשטות זעהט אויס עס ווי א דבר נפלא.
די וואך אין פרשת עקב (דברים יא ד) משה רבינו דערמאנט כלל ישראל איבער די גרויסע נסים ביי יציאת מצרים און ער זאגט: ואשר עשה לחיל מצרים לסוסיו ולרכבו אשר הציף את מי ים סוף על פניהם ברדפם אחריכם ויאבדם ה' עד היום הזה. שטעלן זיך די מפרשים אויף די ווערטער ויאבדם ה' עד היום הזה בראש פונעם רמב"ן הק' וואס פרעגט אוודאי ווען א מענטש ווערט דערטראנקען אין א ים איז עס אן אבידה עד היום הזה, וואס לייגט די תורה צו, זאגט דער רמב"ן אז די ווערטער גייט צוריק צו די סוס ורכב וואס האט אפגעשפיגלט די כח וגבורה פון די מצרישע פאלק, וואס דאס איז ביי קריע"ס פארלוירן געווארן עד היום הזה און איר גלאנץ איז שוין קיינמאל נישט צוריקגעקומען.

ברעגנט אבער דער רמב"ן אז דער אב"ע זאגט נישט אזוי פשט, דער אבן עזרא זאגט אז דאס גייט יא ארויף אויף די מצריים, און דער רמב"ן איז עס מסביר וז"ל: ואמר ר"א שלא קמו עוד בניהם תחתם להיות כמוהם ר"ל כי השם אבד הרודפים בים ואבד במצרים זרעם ולא נשאר להם שם ושאר כי הם הרשיעו יותר מכל מצרים לרדוף אחרי גאולי השם אבל זה לא נזכר בתורה. ד.ה. אז דער אבן עזרא לערנט אזוי ווי די מדרש אז בשעת וואס די רודפים זענען נטבע געווארן בים זענען זייערע משפחות נאבד געווארן אין מצרים גופא און דאס לייגט די תורה צו מיטן "עד היום הזה", דער רמב"ן טענה'ט נאר אז דאס ווער אין ערגעץ נישט דערמאנט, אבער לפי המדרש שטייט דאס אין די ווערטער אין פר' בשלח "כי ה' נלחם להם במצרים".

ולפי"ז קומט אויס אז די מחלקות ביי אונז אין די גמרא צווישן רש"י און רמב"ן איז ממש די זעלבע מחלוקת ווי אין די תורה, צו די מצריים אין מצרים זענען אויך גע'הרג'ט געווארן בשעת קריע"ס אדער נישט, ונמצא כפתור ופרח בס"ד.


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 0 געסט