שווערע עקסידענט אין ירושלים
- פאליק
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6818
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
- לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך
פעלעד האט געשריבן:יעצט געהעהרט פון א חבר מיינער פון נדבורנא אין ב"ב,
דער בחור יעקב מאיר חשין ז"ל איז געווען א אויסער געווענליכער טייערע בחור, ממש א זעלטנהייט,
ער איז געווען 27 יאר אלט ווייל ער האט געהאט א ברידער איבער איהם. א חודש צוריק האט זיין ברודער חתונה געהאט און ער איז ארויס אויפן מארקעט.
פארנדיג אויפן באס איז ער געווען אויפן וועג צו ב"ב זיך טרעפן אויף א באשוי אין שטיב פונעם צווייטן זייט, דער שדכן איז א נדבורנער, און ליידער האבן זיי געווארט און געווארט און דער בחור איז נישט אנגעקומען...
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
די טאטע איז אויך גאר א טייערע איד
איך זעה אים אסאך דא אין אמעריקע אייביג א גוט ווארט מיט א שמייכל קיינמאל נישט נאכלויפן פאר קיין געלט
זאל אים די בוכ"ע טרייסטן ווייל נאר ער קען
Mr President We're tiered of winning so much
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6104
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
- לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע
פאליק האט געשריבן:פעלעד האט געשריבן:יעצט געהעהרט פון א חבר מיינער פון נדבורנא אין ב"ב,
דער בחור יעקב מאיר חשין ז"ל איז געווען א אויסער געווענליכער טייערע בחור, ממש א זעלטנהייט,
ער איז געווען 27 יאר אלט ווייל ער האט געהאט א ברידער איבער איהם. א חודש צוריק האט זיין ברודער חתונה געהאט און ער איז ארויס אויפן מארקעט.
פארנדיג אויפן באס איז ער געווען אויפן וועג צו ב"ב זיך טרעפן אויף א באשוי אין שטיב פונעם צווייטן זייט, דער שדכן איז א נדבורנער, און ליידער האבן זיי געווארט און געווארט און דער בחור איז נישט אנגעקומען...
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
די טאטע איז אויך גאר א טייערע איד
איך זעה אים אסאך דא אין אמעריקע אייביג א גוט ווארט מיט א שמייכל קיינמאל נישט נאכלויפן פאר קיין געלט
זאל אים די בוכ"ע טרייסטן ווייל נאר ער קען
א בילד פונעם פאטער האט עמיצער?
ישראל אשר בך אתפאר
קוקענדיג אביסל דא און דארט קומט מיר ארויף א מחשבה. פארוואס מוז מען לייגן בילדער און ווידיואס ווי קרבי המשפחה פלאצן אין א געוויין ביים רייסן קריעה וכדומה.
איז דאס כבוד החיים?
איז דאס נארמאל ביי א לוי' זיך שטעלן און מאכן וודייאוס?
גייט עס ווערען א נארמאלע זאך צו באשטעלן א בילדער מאכער פאר א לוי' שבעה וכו' ר"ל?

- שר האלפיים
- תגובות: 2439
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm
פר בן בקר האט געשריבן:קוקענדיג אביסל דא און דארט קומט מיר ארויף א מחשבה. פארוואס מוז מען לייגן בילדער און ווידיואס ווי קרבי המשפחה פלאצן אין א געוויין ביים רייסן קריעה וכדומה.
איז דאס כבוד החיים?
איז דאס נארמאל ביי א לוי' זיך שטעלן און מאכן וודייאוס?
גייט עס ווערען א נארמאלע זאך צו באשטעלן א בילדער מאכער פאר א לוי' שבעה וכו' ר"ל?
מען האט שוין פארגעסען וואס הייסט נארמאל, א משוגענע וועלט.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2439
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm
אוהב ספרים האט געשריבן:און כאפען א ווידיאו אין שפיטאל ווי דער דאקטער איז מטפל די פארוואונדעטע
אדער די ווידיאו פון עקסידענט ווי מען זעהט טויטע און פארוואונדעטע ממש פון אנהויב
ליידער איז די וועלט משוגע און ווערט נאך מער טאג צו טאג
דאס וואס די צייכנסט אהן קומט נישט ממש אהן צודי היימישע פרעסע, נאר ביי די אלגעמיינע פרעסע, דארט איז קלאר זיי זענען משוגע,
די טענה איז אויף די היימישע צייטונגען וכו'
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2439
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm
פעלעד האט געשריבן:אוהב ספרים האט געשריבן:און כאפען א ווידיאו אין שפיטאל ווי דער דאקטער איז מטפל די פארוואונדעטע
אדער די ווידיאו פון עקסידענט ווי מען זעהט טויטע און פארוואונדעטע ממש פון אנהויב
ליידער איז די וועלט משוגע און ווערט נאך מער טאג צו טאג
דאס וואס די צייכנסט אהן קומט נישט ממש אהן צודי היימישע פרעסע, נאר ביי די אלגעמיינע פרעסע, דארט איז קלאר זיי זענען משוגע,
די טענה איז אויף די היימישע צייטונגען וכו'
נישט אמת, מען רעדט נישט פון די עסטעבלישט צייטונגען ווי המודיע המבשר הפלס יתד המחנה וכו'. מען רעדט פון אנדערע אזוי גערופענע היימישע מידיע, כמו בחדרי, כיכר השבת וכו' און היימישע וואטסעפ גרופעס
אוהב ספרים האט געשריבן:פעלעד האט געשריבן:אוהב ספרים האט געשריבן:און כאפען א ווידיאו אין שפיטאל ווי דער דאקטער איז מטפל די פארוואונדעטע
אדער די ווידיאו פון עקסידענט ווי מען זעהט טויטע און פארוואונדעטע ממש פון אנהויב
ליידער איז די וועלט משוגע און ווערט נאך מער טאג צו טאג
דאס וואס די צייכנסט אהן קומט נישט ממש אהן צודי היימישע פרעסע, נאר ביי די אלגעמיינע פרעסע, דארט איז קלאר זיי זענען משוגע,
די טענה איז אויף די היימישע צייטונגען וכו'
נישט אמת, מען רעדט נישט פון די עסטעבלישט צייטונגען ווי המודיע המבשר הפלס יתד המחנה וכו'. מען רעדט פון אנדערע אזוי גערופענע היימישע מידיע, כמו בחדרי, כיכר השבת וכו' און היימישע וואטסעפ גרופעס
גם אני מצטרף
כ'וויל נישט פארדרייען דעם נושא, אבער לדעתי, טאקע וועגן דעם אובערדערמאנטן פאקט, איז ווער עס קוקט בחדרי, כיכר השבת, וכדומה, איז עס פונקט ווי ער וואלט געקוקט ידיעות מעריב הארץ, און אפשר נאך ערגער, ווייל זיי זענען בבחינת פושט טלפיו לומר ראו שאני טהור, מכלומר'שט חרדישע סייט'ס, און למעשה איז נישטא קיין שום פיקוח אויף די תוכן פון זייערע ארטיקלן און בילדער ווידאוס אד"ג
-
- שר מאה
- תגובות: 193
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:55 am
- לאקאציע: אויבען אפען שפיץ
שפיץ האט געשריבן:אוהב ספרים האט געשריבן:די בילד פון וויינבערג איז נישט זיכער
די נעמען פון די 2 שוועסטער איז נישט אמת, ביידע לעבען
1 איז גרינג פארוואונדעט
די צווייטע איז די כלה
מען בעט נאכאמאל אביסעל רחמנות, אכטונג געבען אויף דער פינגערס נישט שרייבען נישט זיכערע זאכען, מען רעדט דא נישט פין קיין פרעזידענטליכע פאולס...
-
- שר האלף
- תגובות: 1006
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 05, 2015 8:24 pm
סראלי האט געשריבן:פאליק האט געשריבן:פעלעד האט געשריבן:יעצט געהעהרט פון א חבר מיינער פון נדבורנא אין ב"ב,
דער בחור יעקב מאיר חשין ז"ל איז געווען א אויסער געווענליכער טייערע בחור, ממש א זעלטנהייט,
ער איז געווען 27 יאר אלט ווייל ער האט געהאט א ברידער איבער איהם. א חודש צוריק האט זיין ברודער חתונה געהאט און ער איז ארויס אויפן מארקעט.
פארנדיג אויפן באס איז ער געווען אויפן וועג צו ב"ב זיך טרעפן אויף א באשוי אין שטיב פונעם צווייטן זייט, דער שדכן איז א נדבורנער, און ליידער האבן זיי געווארט און געווארט און דער בחור איז נישט אנגעקומען...
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
די טאטע איז אויך גאר א טייערע איד
איך זעה אים אסאך דא אין אמעריקע אייביג א גוט ווארט מיט א שמייכל קיינמאל נישט נאכלויפן פאר קיין געלט
זאל אים די בוכ"ע טרייסטן ווייל נאר ער קען
א בילד פונעם פאטער האט עמיצער?
צייכן מיינע ווערטער: טראמפ און קרוז גייען קיינמאל נישט זיין פרעזידענט!
- וואס א חילוק
- שר האלף
- תגובות: 1267
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
- לאקאציע: ניי קרוינהייטס
ק/פ קרעדיט: אידישער ווינקל
געשריבן מיט טרערן דורך ארי קאהן:
יעקב מאיר וואו ביסטו?
עס איז שווער צו נעמען דעם פעדער אין האנט, און קאנצעטרירן די מחשבות אפצושרייבן אפאר ווערטער, ווען מיינע אויגן זענען פיל מיט טרערן, און די וואונדן זענען ברייט אפן.
די ווייטאג שניידט שטיקער, און די הימל געשריי לעכערט אויערן.
הבה"ח יעקב מאיר חשין ע"ה איז מער נישטא!
ווי א דינער אינמיטן העלן טאג, האט געלאנדעט די שרעקליכע בשורה אז יעקב מאיר איז צווישן די אומגעקומענע אינעם שרעקליכן עקסידענט, וועלכע האט אויפגעטרייסלט גאנץ כלל ישראל. בילדער פון די שוידערליכן סצענע שפרינגען נאך פאר די אויגן, א רואיגע רייזע איז פארוואנדלט געווארן אין א בלוט-באד, בלוט וואס פלעגט פליסן אין א גאלדענעם הארץ, איז אצינד פארגאסן איבער די זיצן פון א צעקוועטשטן אויטאבאס וועלכע האט גענומען 6 קרבנות ציבור אויף זייער לעצטע רייזע.
פארט א בחור אויפן באס, ער מאכט זיין וועג אויפצושטעלן א אידישן שטוב, ווען זיין לעבן ווערט נעבעך פארשניטן אויף אזא גרויזאמען אופן, זיצנדיג מיט אן אפענעם ספר אין די האנט, דאס הארץ רייסט, דער געוויין שפאלט הימלען, אוי, טאטע! וויאזוי וועלן מיר דאס איבערטראגן?
דאס הארץ איז פארשטיינערט, די געפילן זענען פארטעמפט, און דער מח שטעלט א ווידערשטאנד נישט ווילנדיג אקצעפטירן דעם ביטערן מציאות אז יעקב מאיר איז מער נישט מיט אונז.
וויאזוי זאלן מיר נישט וויינען? די ווארעמע גוט ווארט און פריינטליכע חיזוק איז פון אונז אוועקגעריסן געווארן, דער ליבליכער שמייכל אויפן שיינעדיגן געזיכט, קען נישט ערזעצט ווערן, דער טרויער שפירט זיך טיף.
פאר מיר איז יעקב מאיר ע"ה געווען מער ווי סתם א נאנטער חבר, ער איז געווען פאר מיר א מוסטער פון א בחור וועלכע איז מיט א שמייכל בייגעקומען אלע שוועריגקייטן וואס דאס לעבן שטעלט אונטער, און איך בין זיכער אז יעדער וואס האט אים געקענט האט געשפירט די זעלבע.
אלעמאל איז ער ארומגעגאנגען מיט א שמייכל, מיט א שמחת החיים אויפן געזיכט, קיינמאל האט מען אים נישט געהערט זיך אפרעדן, און ער האט אייביג געהאט א גוט ווארט צו זאגן, און איז אלעמאל געווען גרייט ארויסצוהעלפן א צווייטן. קיין מינוט איז נישט געגאנגען ביי אים ליידיג, ער האט אויסגענוצט יעדע מינוט פון זיין קורצן לעבן, און דאך, האט ער אלעמאל געטראפן צייט זיך אראפצוזעצן אויסצוהערן א צעבראכן הארץ, און אים מחזק זיין.
יעקב מאיר איז געווען א נשמה פון א העכערן סארט, דורכגעווייקט מיט אמונה, בטחון און שמחה, אויף א זעלטענע פארנעם, זיין גאנץ לעבן האט ער בלויז געשטרעבט צו ווערן נענטער צום רבונו של עולם, און אים צו דינען מיטן גאנצן הארץ. די געוואלדיגע יראת שמים וואס ער האט פארמאגט איז נישט מעגליך צו באשרייבן, ער איז געווען א שטיק אמונה, און נאר גערעדט פונ'ם אייבערשטן, זיין תמימות און ערליכקייט פלעגט אלעמען באצויבערן.
זייענדיג א אינגער בחור איז ער מקורב געווארן צום דרך פון ברסלב, און זינט דאן האט ער געווידמעט זיין גאנץ לעבן, מיט מסירות נפש, מקרב צו זיין פארבלאנדזשעטע נשמות, און מחזק צו זיין צובראכענע נפשות. יעקב מאיר ע"ה איז ארומגעלאפן אין אלע עקן לאנד מקרב צו זיין פארלוירענע אידישע נשמה'לעך, ער איז אליינס ארומגעלאפן און געשאפט טויזטער דאלארן צו דרוקן ספרים וועלכע ער פלעגט שפעטער ארומגיין אויסטיילן, צוריקצוברענגען אידן צום טאטן אין הימל. עס איז שווער צו גלייבן אז א בחור אליינס האט געקענט באווייזן מחזק צו זיין טוינטער אידן, און אז צענדליגע חוזרי בתשובה האבן אים צו פארדאנקען. ער פלעגט פארברענגען שעות אויף שעות מיט תפילות און התבודדות, זיין עצה אויף אלעס איז געווען "אסך תפילה, אסאך תפילה".
ווער עס האט נאר אמאל געזען יעקב מאיר, האט אים געזען איבער א ספר, ער איז געווען א מתמיד עצום, יומם ולילה, און נישט גערועט קיין מינוט, ער האט געהאט שיעורים קבועים אין כל התורה כולה, און ער פלעגט מסיים זיין ששה סדרי משנה יעדן חודש, און פול מאל מער ווי איין מאל א חודש, ווען איינער פון זיינע חברים האבן אים געפרעגט אמאל אויב ער האט שוין מסיים געווען ששה סדרי משנה הונדערט און איין מאל האט ער בלויז געענטפערט: "אסאך מער", עס ליגט מיר מיר נאך גוט אין די ביינער דאס בילד פאר עטליכע וואכן צוריק ווען איך האב אים געטראפן זיצן אין ביהמ"ד, ער האט דאן געפאכעט מיטן גמרא צו מיר זאגנדיג: "נאר דאס בלייבט פון א מענטש, נאר דאס נעמט מען מיט". דאס איז אים געליגן אלעמאל פאר די אויגן, וויפיל תורה און מצוות מען כאפט אראפ, אזויפיל טראגט מען זיך מיט ווען עס קומט די צייט צו גיין.
די צייט איז געקומען, אזוי פריצייטיג. עס איז שווער צו גלייבן אז אצינד דארף מען דיר באגלייטן צו דיין אייביגן רו, מיר האבן פארלוירן אן אוצר וואס איר ווערד איז אומשאצבאר, מיר בעטן דיר פארגעס נישט פון אונז דארט אויבן, זיי א מליץ יושר פאר אונז אלע, און רייס איין וועלטן אז די שרעקליכע צרות און טראגעדיעס זאלן שוין נעמען אן עק, און מיר זאלן שוין אויסגלייזט ווערן פון דעם פינסטערן גלות.
נ.ב. יעקב מאיר האט ליידער נישט זוכה געווען אויפצושטעלן קיין אידישע דורות. ביטע האט אינזין זיין נשמה ביים לערנען משניות און ביי יעדע דבר מצוה - יעקב מאיר ע"ה בן ישראל אהרן.
יהא זכרו ברוך. ת.נ.צ.ב.ה.

אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..
אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

בין דפי הגמרא של ההרוג הבחור החשוב אהרן מרדכי כהן ז"ל בן ה-18, שנהרג בתאונת 'אוטובוס המוות' בתחילת השבוע, נמצא שיר שכתב שמילותיו מקבלות משמעות טראגית ומזעזעת.
חבריו לישיבה בישיבת 'עץ חיים' באבוב בבני ברק, מצאו בגמרא אותה למד את הדף והחרוזים שכתב, ותלו בישיבה לאות ולזכרון.
החרוזים נכתבו בשפת היידיש, ו'בחדרי חרדים' תירגם לטובת הגולשים.
בין המילים שכתב: "אבא, תן לי כוח להגיע גבוה (גם: שמיים), להגיע אל ה"מצאה בו מנוח"". כיום, שלושה ימים לאחר שנספה בתאונה המחרידה, אי אפשר שלא להצטמרר ממילותיו של הנער המנוח.
במסע הלווייתו שיצא ביום שני מבית ההלוויות שמגר בירושלים, הספידו אותו הגאון רבי שלמה קאליש, משגיח רוחני של ישיבת 'מאמר מרדכי' נדבורנה, הגאון רבי אשר וייס גאב"ד 'דרכי תורה', האדמו"ר מזוועהיל, וכן קרוב משפחתו הרב ברנר.
המספידים עמדו על כך שהנער המנוח סיים את הש"ס השנה, ולמעלה ממאה פעמים את ששה סדרי משנה. בכל יום היה מסיים את ספר התהילים, והיה מקפיד ללכת כל יום לקבר דוד המלך. כמו כן הזכירו שכל הזמן דיבר על יום המיתה, וכמה שיותר 'לחטוף' מצוות לפני שיגיע היום, אביו אף הזכיר שבאחרונה הוציא עלון מתורתו של המוהרא"ש שיק זצ"ל.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4996
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם הדמיון
יציב פתגם האט געשריבן:המספידים עמדו על כך שהנער המנוח סיים את הש"ס השנה, ולמעלה ממאה פעמים את ששה סדרי משנה. בכל יום היה מסיים את ספר התהילים, והיה מקפיד ללכת כל יום לקבר דוד המלך. כמו כן הזכירו שכל הזמן דיבר על יום המיתה, וכמה שיותר 'לחטוף' מצוות לפני שיגיע היום, אביו אף הזכיר שבאחרונה הוציא עלון מתורתו של המוהרא"ש שיק זצ"ל.
זע איך יעצט אז דער בחור כהן איז אויך געווען מחסידי מוהרא"ש. און אזוי אויך יעקב מאיר חשין און לוי יצחק אמדרי, איז אינטערסאנט אז אלע דריי נזדמנו לפונדק אחד ואירע מה שאירע ה"י.
חסידי מוהרא"ש אבל יחיד עשו לכם!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 713
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm
נא_שכל האט געשריבן:יציב פתגם האט געשריבן:המספידים עמדו על כך שהנער המנוח סיים את הש"ס השנה, ולמעלה ממאה פעמים את ששה סדרי משנה. בכל יום היה מסיים את ספר התהילים, והיה מקפיד ללכת כל יום לקבר דוד המלך. כמו כן הזכירו שכל הזמן דיבר על יום המיתה, וכמה שיותר 'לחטוף' מצוות לפני שיגיע היום, אביו אף הזכיר שבאחרונה הוציא עלון מתורתו של המוהרא"ש שיק זצ"ל.
זע איך יעצט אז דער בחור כהן איז אויך געווען מחסידי מוהרא"ש. און אזוי אויך יעקב מאיר חשין און לוי יצחק אמדרי, איז אינטערסאנט אז אלע דריי נזדמנו לפונדק אחד ואירע מה שאירע ה"י.
חסידי מוהרא"ש אבל יחיד עשו לכם!
איך מיין אז דער שרייבער פון די שורות האט פשוט אויסגעמישט די צוויי לויות פון די צוויי בחורים כהן און חשין און געמאכט פון ביידע איינס, כהן האט דאך געלערנט אין ישיבה אין בני ברק וויאזוי איז מעגליך ער זאל גיין יעדן טאג צו קבר דוד המלך? זעהט אויס אזער האט נישט געקענט (ווער קען דען יא?) דערהייבן אזויפול צרות האט ער געמאכט פון צוויי איינס.
זה הקטן גדול יהי'
נא_שכל האט געשריבן:יציב פתגם האט געשריבן:המספידים עמדו על כך שהנער המנוח סיים את הש"ס השנה, ולמעלה ממאה פעמים את ששה סדרי משנה. בכל יום היה מסיים את ספר התהילים, והיה מקפיד ללכת כל יום לקבר דוד המלך. כמו כן הזכירו שכל הזמן דיבר על יום המיתה, וכמה שיותר 'לחטוף' מצוות לפני שיגיע היום, אביו אף הזכיר שבאחרונה הוציא עלון מתורתו של המוהרא"ש שיק זצ"ל.
זע איך יעצט אז דער בחור כהן איז אויך געווען מחסידי מוהרא"ש. און אזוי אויך יעקב מאיר חשין און לוי יצחק אמדרי, איז אינטערסאנט אז אלע דריי נזדמנו לפונדק אחד ואירע מה שאירע ה"י.
חסידי מוהרא"ש אבל יחיד עשו לכם!
א ערנסטע טעות!
דער שרייבער האט צומישט ביידע בחורים,
די לעצטע פאר שורות איז געזאגט אויף חשין, ער האט ארויס געגעבן גליון פון מוהרא"ש,
כהן קען איך, ער איז געווען א ראחמיסטריווקער און אזוי אויך זיין טאטע, און אין ראחמיסטריווקא, אוך אין וואיי פאר ווער ס'דערמאנט נאר די ווארט ברסלב...
- מצפה לישועה
- שר מאה
- תגובות: 114
- זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 10:03 pm