ספרים וואס איר ווילט זעהן איבערגעדרוקט אדער באארבעט

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג פאברואר 02, 2016 3:31 pm

שואלכענין האט געשריבן:איינער האט פריער געשריבן איבער איבערדרוקן דעם ספר פון הגה"ק רבי הילל מקאלאמייע זצ"ל על התורה.
איך ווארט שטארק אויף דעם, אבער נישט נאר אויף דעם, נאר א גוטער מלקט בטוב טעם ודעת זאל צאמנעמען אלע ספרים פון רבי הילל, ווי עת לעשות, שו"ת בית הילל, מקרי דרדקי, א.א.וו. און אלעס מסדר זיין על הפרשיות והמועדים, ככתבו וכלשונו (די אידיש אויסגעבעסערט), און אויסגעשניטן פראפעסיאנאל וואס עס באלאנגט וואו.
איך האלט אז אזא ספר וואלט געווען ממש א כליל תפארת, וואס אומצאליגע אידן (בפרט וועלכע ווילן אנהאלטן די אלטע מסורה) וואלטן זיך ממש דערקוויקט דערמיט.
מי יתן והיה, איך בין אפילו גרייט צוצוהעלפן דערצו בל"נ.

דארף מען רעדן צום קאלאמייער רב, וועלכער זאל גיבן די פאר טאלער...... :o

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג פאברואר 02, 2016 3:44 pm

איך האב גראדע גערעדט צום ראש ישיבת בית הלל אין מאנסי שליט"א, ער דרוקט איבער דעם משכיל אל דל (לויטן אלטן אויסשטעל במהדורא חדשה), ער וואלט עס גערן געטאן, נאר די קשיא "כסף מנלן" איז גאר א הארבע.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג פאברואר 02, 2016 3:48 pm

שואלכענין האט געשריבן:איך האב גראדע גערעדט צום ראש ישיבת בית הלל אין מאנסי שליט"א, ער דרוקט איבער דעם משכיל אל דל (לויטן אלטן אויסשטעל במהדורא חדשה), ער וואלט עס גערן געטאן, נאר די קשיא "כסף מנלן" איז גאר א הארבע.

וועגן דעם האב איך רעקאמענדירט צו גיין צום קאלאמייער רב (אין ווילי)....., והבן

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך פאברואר 03, 2016 2:24 am

יהיה כן האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:איינער האט פריער געשריבן איבער איבערדרוקן דעם ספר פון הגה"ק רבי הילל מקאלאמייע זצ"ל על התורה.
איך ווארט שטארק אויף דעם, אבער נישט נאר אויף דעם, נאר א גוטער מלקט בטוב טעם ודעת זאל צאמנעמען אלע ספרים פון רבי הילל, ווי עת לעשות, שו"ת בית הילל, מקרי דרדקי, א.א.וו. און אלעס מסדר זיין על הפרשיות והמועדים, ככתבו וכלשונו (די אידיש אויסגעבעסערט), און אויסגעשניטן פראפעסיאנאל וואס עס באלאנגט וואו.
איך האלט אז אזא ספר וואלט געווען ממש א כליל תפארת, וואס אומצאליגע אידן (בפרט וועלכע ווילן אנהאלטן די אלטע מסורה) וואלטן זיך ממש דערקוויקט דערמיט.
מי יתן והיה, איך בין אפילו גרייט צוצוהעלפן דערצו בל"נ.

דארף מען רעדן צום קאלאמייער רב, וועלכער זאל גיבן די פאר טאלער...... :o


איך האב געהערט אז דער סארדעהעליר רב פון מאנטריאל ר' הלל וויינבערגער שליט"א דער טאטע פונעם קאלמייער רב פון ווילאמסבורג ארבייט שוין עטליכע יאר אויף אזא ספר.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » זונטאג פאברואר 07, 2016 4:46 pm

נאך א ספר (וואס קען האבן שייכות צו די יעצטיגע פרשה אביסל) וואס איך וואלט געוואלט זען:
קלארע בילדער לפי שיטת רש"י איבער דעם ביהמ"ק הראשון וארמונות שלמה המלך וכסאו
עס זענען דא עטליכע אזעלכע ספרים, אבער קיינער האלט זיך נישט פעסט צו רש"י
(מעגליך, אויב עוז והדר וכדומה דרוקן א נ"ך, וועלן זיי צושטעלן אזא זאך דערין?)

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3951
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מאנטאג פאברואר 08, 2016 3:28 pm

עס איז דא איינער וואס דריקט איבער דעם ספר תוספות חיים פון פיסטין שכחתי שמו . אפשר ווייסט איינער ער וואונט אין ברוקלין

אוועטאר
פעפערקארן
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2013 8:06 am
לאקאציע: אויפן עולם התוהו

תגובהדורך פעפערקארן » מאנטאג פאברואר 08, 2016 7:34 pm

נא_שכל האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:איינער האט פריער געשריבן איבער איבערדרוקן דעם ספר פון הגה"ק רבי הילל מקאלאמייע זצ"ל על התורה.
איך ווארט שטארק אויף דעם, אבער נישט נאר אויף דעם, נאר א גוטער מלקט בטוב טעם ודעת זאל צאמנעמען אלע ספרים פון רבי הילל, ווי עת לעשות, שו"ת בית הילל, מקרי דרדקי, א.א.וו. און אלעס מסדר זיין על הפרשיות והמועדים, ככתבו וכלשונו (די אידיש אויסגעבעסערט), און אויסגעשניטן פראפעסיאנאל וואס עס באלאנגט וואו.
איך האלט אז אזא ספר וואלט געווען ממש א כליל תפארת, וואס אומצאליגע אידן (בפרט וועלכע ווילן אנהאלטן די אלטע מסורה) וואלטן זיך ממש דערקוויקט דערמיט.
מי יתן והיה, איך בין אפילו גרייט צוצוהעלפן דערצו בל"נ.

דארף מען רעדן צום קאלאמייער רב, וועלכער זאל גיבן די פאר טאלער...... :o


איך האב געהערט אז דער סארדעהעליר רב פון מאנטריאל ר' הלל וויינבערגער שליט"א דער טאטע פונעם קאלמייער רב פון ווילאמסבורג ארבייט שוין עטליכע יאר אויף אזא ספר.

יא ער ארבעט פלייסיג מען האלט שוין אט אט ביים סיום, ער זאגט מיר אז ער זאגט נישט קיין דעיט, אבער ער האפט נאך דעים יאר

חאצאצקע רבי
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 21, 2015 9:16 pm

תגובהדורך חאצאצקע רבי » דינסטאג פאברואר 09, 2016 1:02 am

כפארשיי נישט פארוואס די לכאורה מערסטע יסודות׳דיגע ספר אויף דוקדוק מכלול להרד״ק איז נישט געווארן איבערגעדריקט,
נ״ך, המאור גלייך איך די מערסטע, סהאט א חסרון אז סהאט נישט די מלבי״ם אויפן עמוד אבער חוץ מזה אז דו לערנסט מיט רד״ק איז נישטא בעסער ווי דעם א שאד נאר אז זיי פארקויפן נישט איינצעלע בענדער און אז זיי פרישן נישט די זאך.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2728
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך פאברואר 10, 2016 1:14 am

איז דא א חיבור ווי "תורה תמימה" אויף נ"ך? אויף די חמש מגילות איז דא פון דעם תורה תמימה אליינס.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 11:16 pm

תגובהדורך פורים קטן » מיטוואך פאברואר 10, 2016 1:59 am

תורה שבעל פה מהגאון ר' מנחם זאב שטערן אב"ד גבעת שאול זצ"ל

hamenagen
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 27, 2015 10:11 pm

תגובהדורך hamenagen » מיטוואך פאברואר 10, 2016 7:16 am

יידישע קהילות האט געשריבן:איז דא א חיבור ווי "תורה תמימה" אויף נ"ך? אויף די חמש מגילות איז דא פון דעם תורה תמימה אליינס.

יא התורה התמימה ע"י הרב יחיאל מיכל שטערן שליט"א א רב אין שכונת עזרת תורה- ירושלים
עטלעכע בענדער שוין ארויס

חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 12, 2016 3:27 pm

תגובהדורך חיים של שמחה » פרייטאג פאברואר 12, 2016 1:06 am

hamenagen האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איז דא א חיבור ווי "תורה תמימה" אויף נ"ך? אויף די חמש מגילות איז דא פון דעם תורה תמימה אליינס.

יא התורה התמימה ע"י הרב יחיאל מיכל שטערן שליט"א א רב אין שכונת עזרת תורה- ירושלים
עטלעכע בענדער שוין ארויס

ize=150]ווי קען מען עס קויפן ? [/size]און דרך אגב ווער איז די ר' מיכל שטערן כ'האב שוין געזעהן אסאך ספרים פון איהם, און וועלכע קרייז באלנגט ער, מה מהותו ? וכדומה .

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » דינסטאג פאברואר 16, 2016 3:26 pm

ספרי הנשר הגדול [לשון רבינו המחבר ב'בית יוסף] די הייליגע "אברבנאל" ווייסט איינער צו איינער ארבעט דערויף ?
כמדומה על התורה און אויף נ"ך איז שוין דא עפעס איבערגעדרוקט ווייס איך נישט ווי שיין, אבער ס'דא נאך א שיינע מספר גאר נוצבארע ספרים.

מינצקער
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 3:47 pm

תגובהדורך מינצקער » דינסטאג פאברואר 16, 2016 4:01 pm

על התורה יצא לאור על ידי מכון חורב

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » זונטאג פאברואר 21, 2016 10:39 am

דעם סידור "נהורא" וואס איז א געוואלדיג גוטער סידור נפלא, האט מען עטליכע יאר צוריק איבערגעדרוקט.
איך וואלט געוואלט זען די מהדורא חדשה מיט א בעסערע ארבעט, גרעסערע סייז עמודים, אפגעטיילט די "כוונות" פון די "פירושים", צוריק פארמאכט די פשוט'ע ראשי תיבות (דער סידור איז נישט געמאכט פאר קינדערלעך...), און מתוקן מערערע גרייזן.
איך לאז דעריבער דא וויסן פאר די מוציאי לאור, אז אויב זיי האבן אין פלאן עס איבערצודרוקן, קענען זיי זיך ווענדן צו מיר אין אישי, איך האב אסאך וואס מוסיף צו זיין להשלמת הסידור.

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מיטוואך פאברואר 24, 2016 10:19 am

אויך וואלט איך געוואלט זען געדרוקט די לעצטע (דריטע) באנד פון די ניגוני יו"ט ערליך "אידישע אוצרות".
ווייסט עמיצער דא צי מען איז ממשיך מיט די הערליכע ארבעט?

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מיטוואך פאברואר 24, 2016 1:14 pm

הלואי דרוקט איינער איבער דער ילקוט הגרשוני עשרה כרכים פונעם לודאש'ער רב,
מסודר, אן דו אלע מילואים והשמטות, מיט א גוטע מפתח.

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מיטוואך פאברואר 24, 2016 1:15 pm

ראש הקהל האט געשריבן:הלואי דרוקט איינער איבער דער ילקוט הגרשוני עשרה כרכים פונעם לודאש'ער רב,
מסודר, אן דו אלע מילואים והשמטות, מיט א גוטע מפתח.

ס'דא אייניקלעך פון איהם?

אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 11:16 pm

תגובהדורך פורים קטן » מיטוואך פאברואר 24, 2016 1:18 pm

אולי כדי ליקח כל העשרה חלקים "לקוטי חבר בן חיים", לסדרם על סדר תורה, נ"ך, ש"ס, שו"ע, שו"ת, מנהגים וכו'.
כמדומה שהיה זה דבר גדול מאוד, כי הרבה מרגניתא טבא ביה, רק שאינו מסודר, ולכן קשה מאוד למצוא דבר חפץ.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך פאברואר 24, 2016 1:21 pm

ה'ליקוטי חבר בן חיים' לא הניח אחריו דורות ל"ע,
אבל מן ה'ילקוט הגרשוני' בזכרוני שיש ממנו צאצאים

אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 11:16 pm

תגובהדורך פורים קטן » מיטוואך פאברואר 24, 2016 2:52 pm

אם כן הדבר, שלא נשאר זש"ק מבעל לקוטי חבר בן חיים, הרי יש בזה ענין נוסף לעשות שם ושארית להאי צדיק וגאון.
האם מישהו יודע אם שייך לסרוק כל הספר ולפענחו לוואר"ד, כך שנוכל לעבוד ע"ז?
כי אם נצטרך להקליד הכל, זה עבודה מרובה, ונבול תבול גם אתה גם העם הזה אשר עמך.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך פאברואר 24, 2016 3:10 pm

פורים קטן האט געשריבן:אם כן הדבר, שלא נשאר זש"ק מבעל לקוטי חבר בן חיים, הרי יש בזה ענין נוסף לעשות שם ושארית להאי צדיק וגאון.
האם מישהו יודע אם שייך לסרוק כל הספר ולפענחו לוואר"ד, כך שנוכל לעבוד ע"ז?
כי אם נצטרך להקליד הכל, זה עבודה מרובה, ונבול תבול גם אתה גם העם הזה אשר עמך.

צדיק "פורים קטן" היום הוא היום שלך! והצעת הצעה נכונה עד למאוד!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך פאברואר 24, 2016 3:54 pm

פורים קטן האט געשריבן:אם כן הדבר, שלא נשאר זש"ק מבעל לקוטי חבר בן חיים, הרי יש בזה ענין נוסף לעשות שם ושארית להאי צדיק וגאון.
האם מישהו יודע אם שייך לסרוק כל הספר ולפענחו לוואר"ד, כך שנוכל לעבוד ע"ז?
כי אם נצטרך להקליד הכל, זה עבודה מרובה, ונבול תבול גם אתה גם העם הזה אשר עמך.


א גוטער טייפסעטער וועט דיר מאכן א שנעלערע און א בעסערע דזשאב, ווי סקענען און נאכדעם מגיה זיין

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1973
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך פאברואר 24, 2016 4:55 pm

יהיה כן האט געשריבן:
פורים קטן האט געשריבן:אם כן הדבר, שלא נשאר זש"ק מבעל לקוטי חבר בן חיים, הרי יש בזה ענין נוסף לעשות שם ושארית להאי צדיק וגאון.
האם מישהו יודע אם שייך לסרוק כל הספר ולפענחו לוואר"ד, כך שנוכל לעבוד ע"ז?
כי אם נצטרך להקליד הכל, זה עבודה מרובה, ונבול תבול גם אתה גם העם הזה אשר עמך.


א גוטער טייפסעטער וועט דיר מאכן א שנעלערע און א בעסערע דזשאב, ווי סקענען און נאכדעם מגיה זיין


אכן ובפרט בספר בדפוס ישן ואותיות שבורות כלקוטי חבר בן חיים

עדיף לתת ל2 חברה להקליד ולהשוות וכך לנפות כל השגיאות הדפום של הטייפער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20023
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג פאברואר 26, 2016 10:29 am

פורים קטן האט געשריבן:אולי כדי ליקח כל העשרה חלקים "לקוטי חבר בן חיים", לסדרם על סדר תורה, נ"ך, ש"ס, שו"ע, שו"ת, מנהגים וכו'.
כמדומה שהיה זה דבר גדול מאוד, כי הרבה מרגניתא טבא ביה, רק שאינו מסודר, ולכן קשה מאוד למצוא דבר חפץ.

ס'איז דאכט זיך שוין פארהאן עה"ת שיין אויפגעזעצט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט