דער טאג בוך פון א מחנך - הרב שאול קליין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 2:30 pm

טאגבוך: זאלסטעך נישט ווינדערן אויף דעם ווארט גרויזאמער. דאס איז א גוט הארץ פארשטעקט הונטער א בייזן געזיכט, און ווערט אממיינסטנס באנוצט אויפן אינטערנעט אין הומאריסטישע שמועסן


טענק יו
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

מייקל סעוועדזש
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 05, 2015 8:24 pm

תגובהדורך מייקל סעוועדזש » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 2:30 pm

גרויזאמער האט געשריבן:אינטערסאנט ווי פונקט די לעצטע 3 וואכן האב איך אויפגעהערט קויפן מיין באליבטע צייטונג, צוליב די אומפאויפהערליכע דעקונג פאר אייסיס און טעראר מיט אלע קאלירן.

גא''מ מיט דיין אויפברויז.
צייכן מיינע ווערטער: טראמפ און קרוז גייען קיינמאל נישט זיין פרעזידענט!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10720
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 2:34 pm

יישר כח גרויזאמער.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 2:35 pm

ייש"כ
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 3:02 pm

יישר כח גרויזאמער.

נ.ב. א רחמנות אויפ'ן שרייבער מיט זיין בעל הבית - עס גייט ארום אן אינטערעסע צ זיין ארטיקל, אבער אנשטאט צו לויפן קויפן האב'ן מיר דאס באקומען צוגעשטעלט! (טאקע גרויזאם...)
מצד שני קען מען אבער זאגן אז א צייטונג עיקר פארדינסט איז פון אדווערטייזמענט, והא ראי' די צייטונג איז דאך אומזינסט אויף זייער וועבזייטל מיט די אדווערטייזמענט צונאזאם. איז דער פאזיטיווער פרסום גאר שטארק געזונט פאר'ן צייטונג.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » מאנטאג ינואר 04, 2016 6:14 pm

גאנץ א שארפע ארטיקל געווען לעצטע וואך.
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אמביציע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג ינואר 04, 2016 6:52 pm

אלץ א שרייבער (נישט קיין ספעלער) האב איך זייער הנאה פון זיינע ארטיקלן אבער איך האלט און איך הער אז דער אלגעמיינער גאס פארשטייט נישט פינקטלעך וואס ער וויל, איך האלט אז ער דארף שרייבן אויף אזא מהלך אז אלע זאלן דאס פארשטיין און אזא איינער וואס איז נישט אויסגעקאכט מיט שרייבעריי זאל אויך קענען גרינג פארשטיין וואס ער שרייבט און וואס ער וויל,
מיינע צוויי סענט.

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג ינואר 04, 2016 6:53 pm

טייערע טאג בוך, עפעס ליגט מיר אין זכרון אז כ'אב שוין אמאל געלייענט פון'ם די מעשיות.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מוצ"ש אפריל 16, 2016 10:40 pm

ר' שאול זז"ג איז צוריק צו די נושא פונעם ביטערע מלחמה, ער איז כדרכו אין די פעדערן, מורא'דיג מרוגש צו ליינען

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19702
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אפריל 17, 2016 8:59 am

ער הויבט טאן מיט די די.פי תקופה, אין ווארהייט ווייסן מיר די אייניקלעך פון די דיספלעיסד פערסאנס גאר ווינציג איבער יענע תקופה, ווארט מיר מיט אפענע מיילער צו לעזן א טראפקעלע פון ר' שאול'ס טיפע ידיעות בנושא.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אפריל 18, 2016 10:59 am

farshlufen האט געשריבן:ער הויבט טאן מיט די די.פי תקופה, אין ווארהייט ווייסן מיר די אייניקלעך פון די דיספלעיסד פערסאנס גאר ווינציג איבער יענע תקופה, ווארט מיר מיט אפענע מיילער צו לעזן א טראפקעלע פון ר' שאול'ס טיפע ידיעות בנושא.

אויסער די ידיעות זיינע, און זיין גאלדענע שפראך, איז ער א מומחה נפלא ווען עס קומט ארויסצוברענגען די טיפע פיין און ליידן פון די "ניצולי השואה", און די שרעקליכע דורכגאנג וואס מיר קענען קוים משיג זיין באפס קצהו, ר' שאול זז"ג - וואס דרך אגב איז ער מגלה אז דין רפיש מדבית אבא, זיין פאטער ע"ה איז געווען א געבילדעטער מענטש און זיין מוטער א געלונגענע שרייבערין - האט מורא'דיגע טאלאנטן אדורכצונעמען דעם ליינער און אריינברענגען א לעבעדיגען געפיל, עס האט זיך ביים ליינען געשפירט ווי איך זעלבסט בין געבוירן געווארן דאס ערשטע יאר נאכן קריג אין א די. פי לאגער, איך האב דעם גענעראל פעטטאן ימ"ש געוואלט צושניידן אויף שטיקער ליינענדיג זיינע אנטיסעמיטישע באהויפטונגען באלד נאכן קריג, צוגלייכנדיג די אידישע פליטים צו בהמות רח"ל, און דאס איז שוין אן אמעריקאנער הויכראנגיקער גענעראל וואס האט מחד גיסא אויף זיין קאנטע די סוקסעס פון באזיגן די נאצישע שדים, אבער לאידך גיסא איז ארורים הרשעים שאין טובתם שלימה, ווען מ'ליינט וויאזוי אזא איינער האט געקענט שרייבן אפענע אנטיסעמיטיזם כאחד הרשעים, ראה ה' והביטה מה היה לנו, לא יאומן כי יסופר.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג אפריל 18, 2016 11:22 am

די פיילס וואס האבן זיך אויסגעמעקט איז פיינע נייעס, עס איז ארויסגעקומען גוטע זאכן דערפון. איך האב הנאה געהאט וויאזוי ער איז מסביר פאר'ן אינגערן דור וואס CLOUD באדייט... (אדער אפשר איז עס פאר'ן עלטערן דור)

זייער זיס די וואך
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג אפריל 18, 2016 11:33 am

מיללער האט געשריבן: איך האב דעם גענעראל פעטטאן ימ"ש געוואלט צושניידן אויף שטיקער ליינענדיג זיינע אנטיסעמיטישע באהויפטונגען באלד נאכן קריג, צוגלייכנדיג די אידישע פליטים צו בהמות רח"ל, און דאס איז שוין אן אמעריקאנער הויכראנגיקער גענעראל וואס האט מחד גיסא אויף זיין קאנטע די סוקסעס פון באזיגן די נאצישע שדים, אבער לאידך גיסא איז ארורים הרשעים שאין טובתם שלימה, ווען מ'ליינט וויאזוי אזא איינער האט געקענט שרייבן אפענע אנטיסעמיטיזם כאחד הרשעים, ראה ה' והביטה מה היה לנו, לא יאומן כי יסופר.

פאר אינטערעסאנטקייט, איז די אנטיסעמיטיזם פון פעטאן געווען א נייעס פאר אייך? כהאב געמיינט ס'איז דברים ידועים
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אפריל 18, 2016 11:58 am

מילכיגער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן: איך האב דעם גענעראל פעטטאן ימ"ש געוואלט צושניידן אויף שטיקער ליינענדיג זיינע אנטיסעמיטישע באהויפטונגען באלד נאכן קריג, צוגלייכנדיג די אידישע פליטים צו בהמות רח"ל, און דאס איז שוין אן אמעריקאנער הויכראנגיקער גענעראל וואס האט מחד גיסא אויף זיין קאנטע די סוקסעס פון באזיגן די נאצישע שדים, אבער לאידך גיסא איז ארורים הרשעים שאין טובתם שלימה, ווען מ'ליינט וויאזוי אזא איינער האט געקענט שרייבן אפענע אנטיסעמיטיזם כאחד הרשעים, ראה ה' והביטה מה היה לנו, לא יאומן כי יסופר.

פאר אינטערעסאנטקייט, איז די אנטיסעמיטיזם פון פעטאן געווען א נייעס פאר אייך? כהאב געמיינט ס'איז דברים ידועים

עס איז מסתם דברים ידועים, אבער פאר מיר איז עס געווען נייעס, הודה ולא בוש

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג אפריל 18, 2016 2:02 pm

די "לימוד זכות" אויף אים איז אז ער איז נישט נאר געווען א אנטיסעמיט נאר א מענטשן האסער און משוגענער... גיב עס נאר א גוגל און דו וועסט טרעפן א באנטש
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג אפריל 18, 2016 3:31 pm

בס"ד
מיללער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ער הויבט טאן מיט די די.פי תקופה, אין ווארהייט ווייסן מיר די אייניקלעך פון די דיספלעיסד פערסאנס גאר ווינציג איבער יענע תקופה, ווארט מיר מיט אפענע מיילער צו לעזן א טראפקעלע פון ר' שאול'ס טיפע ידיעות בנושא.

אויסער די ידיעות זיינע, און זיין גאלדענע שפראך, איז ער א מומחה נפלא ווען עס קומט ארויסצוברענגען די טיפע פיין און ליידן פון די "ניצולי השואה", און די שרעקליכע דורכגאנג וואס מיר קענען קוים משיג זיין באפס קצהו, ר' שאול זז"ג - וואס דרך אגב איז ער מגלה אז דין רפיש מדבית אבא, זיין פאטער ע"ה איז געווען א געבילדעטער מענטש און זיין מוטער א געלונגענע שרייבערין - האט מורא'דיגע טאלאנטן אדורכצונעמען דעם ליינער און אריינברענגען א לעבעדיגען געפיל, עס האט זיך ביים ליינען געשפירט ווי איך זעלבסט בין געבוירן געווארן דאס ערשטע יאר נאכן קריג אין א די. פי לאגער, איך האב דעם גענעראל פעטטאן ימ"ש געוואלט צושניידן אויף שטיקער ליינענדיג זיינע אנטיסעמיטישע באהויפטונגען באלד נאכן קריג, צוגלייכנדיג די אידישע פליטים צו בהמות רח"ל, און דאס איז שוין אן אמעריקאנער הויכראנגיקער גענעראל וואס האט מחד גיסא אויף זיין קאנטע די סוקסעס פון באזיגן די נאצישע שדים, אבער לאידך גיסא איז ארורים הרשעים שאין טובתם שלימה, ווען מ'ליינט וויאזוי אזא איינער האט געקענט שרייבן אפענע אנטיסעמיטיזם כאחד הרשעים, ראה ה' והביטה מה היה לנו, לא יאומן כי יסופר.

קעמיר נישט מסכים זיין מער... אה, נישט קיין גוטע איבערזעצונג פונעם ענגלישן קענט עגרי מאר, אבער מ'כאפט די פאינט. כ'וואלט עס אויך געשריבן אקוראט אזוי, אות באות.

פערזענליך, מיך קנייטשט אביסל זיין וואנדערונג פון עספערגערס צו די די. פי. לאגערן, הגם ס'איז מענין לענין באותו ענין, אביסעלע נאנט מיט א דריטע-פערטע דעגרי מרחק, אבער ס'א פיצקעלע פרייז צו באצאלן פאר'ן אומבאשרייבליכן(?..) אוצר פון ר' שאול זז"ג.

פאר אונז שרייבערלעך, לאמיר רעדן אפען, איז ר' שאול'ס ארטיקל נישט נאר די געוואלדיגע רייכקייט און אינפארמאציע און סגנון, נאר אויך א "לערן בוך צו שרייבן." קוק וויאזוי ער ברענגט ארויס א פאינט, קוק ווי די רישא פונעם ארטיקל מיט די לעצטע סעיף שאפן א קניפ צו שליסן דעם ראד. קוק ווי ער וואגט זיך צו רעדן ברייטע לשונות, אין זעלטענע פאלן "זייער" ברייט, אבער עס גייט דורך כהרף עין אן קיין פיפס.

[מזל מידיע לאכט... דער קונץ פון דורכשווערצן ברייטע ענינים און אויסדרוקן איז ריזיקאליש פונעם שרייבער, און א געשמאק פאר'ן ליינער, ווייל מען שפירט מען האט "געכאפט דעם טוטאר" אזוי באהאלטן, ווי דער מוח זאל זאגן, אה, פון מיר קענסט עס נישט באהאלטן... און אזעלכע מיני-סעקונדע מאמענטן פון "איך האב געכאפט דעם באהאלטענעם ענין" און ענליכע מיני-מאמענטן ווען דער ליינער שפירט ווי ער וואלט ממש געזאגט-געטראכט-געשריבן אות באות די זעלבע זאך, און מען שאקלט אזוי צו מיט'ן קאפ מיט הנאה אויפ'ן פאראייניגטן מוח גאנג פון די האלבע סעקונדע, זענען צוויי פון די בעסטע באהאלטענע סודות וואס דיפערענצירן צווישן גוטע שרייבערס און טאפ שרייבערס. די איינציגסטע צוויי אין אלגעמיינע אידישע אויסגאבעס וואס מאכן די צוויי קונצן גאנץ רעגלמעסיג איז די מעלות און ר' שאול קליין. אה, אנדערע "ווילן" אבער עס גייט נישט בשו"א, און אויב מ'לייגט נאך צו א וד"ל האסטעך חרוב געמאכט דעם פאנטש ליין.]

קוק ווי די סכום פון זיינע ווערטער צוזאמען זענען אסאך מער ווי די סך הכל פון די שורות פאר זיך - די קוואנטום מיט די קוואליטי צוזאמען, אויב מען ליינט עס גוט, אויך צווישן די שורות, קומען צו א פאינט וואס נעמט איבער דעם מענטש מיט איבערוועלטיגער קראפט (overwhelming force) וואס "דעמאלט" קנאקט אין קאפ אריין דער אמת'דיגער מעסעדזש וואס ער וויל שיקן. נישט יעדע וואך געשעט עס, נישט אלץ די זעלבע שטאפל, אבער פאריגע וואך מיט פעטאן האט עס דעליווערט א קאנאן אין "דעם" געביט פון א לערן בוך צו שרייבן קוואליטי היימיש ערליך אידיש.

שוין, צולאזט אביסל, צוריק צו די ליטערארישע פסח ארדערס.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » זונטאג יוני 05, 2016 11:56 am

מיללער האט געשריבן:ר' שאול זז"ג איז צוריק צו די נושא פונעם ביטערע מלחמה, ער איז כדרכו אין די פעדערן, מורא'דיג מרוגש צו ליינען


פאלגענד איז א פאראגראף צוויי פון פאריגע וואך פ' בחקותי, די געפילע ווערן ממש צעלאזט מיטשפירענדיג דעם צער... (אריינגעפאסט צו די תוכחה)
צוגעלייגטע
0605161151.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 05, 2016 4:04 pm

ר' שאול'ס ארטיקל איז גינגאלד, א שאד אז עס איז,גאר קורץ, קוים א גאנצע זייט יעדע וואך (לעומת די דינער פון כושהמ"ח וכו')

הרב החסיד
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2016 12:07 am

תגובהדורך הרב החסיד » זונטאג אוגוסט 21, 2016 2:07 am

אצינד שרייבט ר' שאול איבער ''פרשת ר' יעקב אסטרייכער''. האט עמיצער אן השגה וויאזוי די דאזיגע פרשה איז עפעס אזוי מיסטעריעז געלייזט געווארן.? עכ''פ אויף מ'געט ארויס מאחורי הפרגוד? פון וואספארא סארט אקציע איז די רעדע?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19702
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 10:24 am

ליינענדיג ווי ר' שאול בעשרייבט די פארגאגענע וואך פ' תולדות על קצה המזלג איבער מונקא-טאבאר און ווי אזויפיל ווי 17 טויזענט אידן זענען נעלם געווארן קיין רוסלאנד ביי איין שלאכט, נזכרתי אז איך האב אמאל געהערט ר' שלמה קאפפעל ע"ה רעדן צו א רוסישן פליסיג אויף זיין שפראך, על שאלתי פון וואו קימט צו אייך דער שפרך? ענה, 4 יאר בין איך געווען פארשלעפט ביי די רוסן", איך האב דאן נישט געוואוסט וויפיל היסטאריע און ווייטאג עס איז פארבינדן מיט די ווערטער.

אגב, מיר דארפן דאנקן ר' שאול פארן אונז ערגענצן פרטים פון א תקופה וואס אונזערע זיידעס האבן ווינציג גערעדט דערפון און ווען יא האב מיר נישט ארויסגעהאט א קלארן בילד בסדר הדברים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4592
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 10:46 am

האמיר א עלטער פעטער (געווען גאר א חשובער בחור) וואס איז נעבעך געבליבן פארשלעפט דארט, ולא נודע עקבותיו.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1386
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 4:52 pm

רבי שאול, געוואלד! אייער אורלויב איז לענגער ווי ערלויבט.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4592
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 6:08 pm

נא_שכל האט געשריבן:האמיר א עלטער פעטער (געווען גאר א חשובער בחור) וואס איז נעבעך געבליבן פארשלעפט דארט, ולא נודע עקבותיו.

גראדע האט מען געטראפון לעצטענס זיינע שפורן, אז ער איז אנגעקומען מיט א טראנספארט פון אונגארן (זומער תש"ד) קיין מוטהויזן לאגער, און דארט אומגברעננגט געווארען אין שבט תש"ה. הי"ד.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 10:16 am

רבי שאול איז צוריק די וואך ב"ה.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט