עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 3:22 pm

נייעסלעך האט געשריבן:די אמעריקאנע סטאקס קומען צוביסלעך צו זיך, היינט האבן ביידע סיי די דאו דזשאוינס און סיי נעזדעק פארדינט בערך 2.5%

ס'איז שוין פארמאכט?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 3:24 pm

נייעסלעך האט געשריבן:די אמעריקאנע סטאקס קומען צוביסלעך צו זיך, היינט האבן ביידע סיי די דאו דזשאוינס און סיי נעזדעק פארדינט בערך 2.5%

יעצט - דער מארקעט נאך אפען - זענען ביידע איבער 3.5% ארויף פון אפענינג.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 4:07 pm

די דאו דזשאונס האט היינט פארדינט א שטוינענדע נומער מער ווי 600 פוינטס, די גרעסטע פארדינסט אין איין טאג זייט יאר 2008; S&P האט פארדינט 500 פוינטס, ארויף מיט 3.9%, די גרעסטע געווינס זייט 2011.

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 3:45 pm

די דאו האט געטראסקעט היינט מיט 500 פוינטס אלס די שוואכע טשייניזע מענופעקטשורינג דעטע, האט אריינגעברענגט עצבות אינעם גלאבאלע מארקעט.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 5:27 pm

מיר זענען אויף א ראלערקאוסטער, שוין יארן וואס מען איז נישט אזוי צושאקלט געווארן אין די סטאק מארקעט.

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 4:12 pm

דער ראלער קאוסטער האט זיך געגעבן א גליטש אויף ארויף.
היינט האט די דאו אפגעענדיגט די טאג מיט 293 פוינטס אויף ארויף.

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 8:35 am

173 דשאבס איז צוגעקומען צו אמעריקאנער עקנאמיע אינעם חודש אוגוסט. די אנעמלוימענט רעיט איז אראפ געגאנגען צו 5.1 פראצענט.

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4931
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 9:12 am

זיי זאגען אלע אז עס איז סך נידריגער ווי געראכטען. וואס האט מען זיך געראכטען פאר?
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 9:55 am

זיי האבן ערווארטעט אין די געגנט פון 220,000.
Adp האט גראדע יא ערווארטעט בערך אין די 170,000 רעינדזש.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:05 pm

די US סטאק מארקעט האט זיך געשלאסן שארף ארויף, די דאו האט פארדינט בערך 390 פוינסט, אדער 2.42%, די נעסדעק האט צוגענומען 2.73%.

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 4:06 pm

דער דאוי האט היינט געטראסקעט מיט בערך 238 פוינטס אדער 1.45%

גליטשעדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2015 3:51 pm

אזוי ווי זייער אסאך שמיטה יארן אין די היסטאריע האט די לעצטע טעג פון חודש אלול שטארק געטראסקעט דער מארקעט אין א מאסיווע "שמיטת כספים" אקציע.

די גרעסטע וואס מיר געדענקען איז געווען אין 2001 ווען דער מארקעט איז ממש צושמעטערט געווארן נאך 9-11 און געווען פארשפארט עטליכע טעג, און נאכדעם געטראסקעט אויף א שרעקליכן אופן.



ביי שמיטת כספים זענען ווי פארשטענדליך דא פארלירער און געווינער, לאמיר האפן אלע אידן וועלן זיין פון די פארדינערס.

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 8:34 am

עפעס זעה איך אז וואלק-וואגאן סטאקס האבן געקראכט. איז דאס א מעידזשאר נייעס?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 9:04 am

אפטימיסט האט געשריבן:עפעס זעה איך אז וואלק-וואגאן סטאקס האבן געקראכט. איז דאס א מעידזשאר נייעס?

מעידזשער ווייסעך נישט, אבער גרויסע נייעס זיכער.

זייער סטאק האט אין די לעצטע צוויי טעג (מען טרעידט שוין אפאר שעה אין דער דייטשע מארקעט) געטראסקעט פערציג פערצענט! דאס קומט נאך די נייעס אז דער EPA (דער פעדעראלער ענווייראמענטעל פראטעקשען אגענטור) באשולדיגט זיי אין פעלשן די רעזולטאטן פון עמישען טעסטס וואס דער EPA האט געטעסט וויפיל עמישענס זייערע דיזעל קארס געבן ארויס. זיי האבן געמאכט אז ביי די טעסטס האט געארבעט די עמישענס קאנטראל אויף א הויכע לעוועל, אבער נאר דארט און ווען זיי האבן עס פארקויפט האט עס נישט געארבעט אזוי ארום צו געבן פאר דער קאר אסאך מער פאוער, אבער דאס איז געווען אויפן חשבון פון 40 מאל מער ווי דער לעגאלע לעוועל פון געוויסע עמישענס! א געשאצטע עלעוו מיליאן קארס זענען אריינגערעכנט צווישן די געפעלשטע טעסטס מאדעלן. זיי זאגן אז זיי האבן געלייגט אין דער זייט ארום 7.3 ביליאן טאלער צו קאווערן די ריקאל עקספענסעס און די עפפארטס צו צוריקגעוואונען די טראסט ביי די קאנסומער.

וואלקסוועגאן איז דער צווייט-גרעסטער קאר פירמע אויפן וועלט, נאכן נומער איינס טאיאטע. זייערע ברענדס רעכענען אריין די טייערע קאר מאניופעקטשורער אודי, לעמבארגיני, בענטלי, בוגאטי.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 9:13 am

א נקמה און די נאציס ימח שמם.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2910
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 9:29 am

AHA האט געשריבן:א נקמה און די נאציס ימח שמם.

געטראכט די זעלבע בשעת'ן ליינען די ריפארט

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2015 4:48 pm

.
צוגעלייגטע
stocks.png

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » פרייטאג אוקטובער 02, 2015 12:07 pm

די אמעריקאנער סטאק מארקעט האט היינט געכאפט א גליטש צוליב א ריפארט פון די לעיבאר דיפארטמענט אז עס זענען צוגעקומען בלויז 142,000 זשאבס, אסאך ווייניגער ווי די 200,000 וואס מען האט געהאט פאראויסגעשאצט, און די ארבעטסלאזיקייט ראטע איז געבליבן שטיין ביי 5.1%
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג אוקטובער 02, 2015 12:13 pm

נאך ערגער די אוגוסט נומער איז געווארן איבערגעמאכט אויף אראפ מיט בערך 40,000 דזשאבס און יולי אראפ מיט 30,000!
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » פרייטאג אוקטובער 02, 2015 12:30 pm

די לעיבאר פארס פערטיסיפעישאן רעיט און וועידזשעס זענען אויך געפאלן.

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » פרייטאג אוקטובער 02, 2015 4:22 pm

למעשה האט די סטאק מארקעט זיך געענדיגט שטארק העכער די דאו מיט 200 פוינטס, אויל איז ארויף כמעט א דאלער צי 45.71

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 9:17 am

מעכטיגע דזשאבס באריכט. 271,000 פרישע דזשאבס אין אקטאבער, הונדערט טויזנט מער ווי ערווארטעט. אנעמפלוימענט אראפ צו 5.0% פון 5.1% א חודש פארדעם. אוגוסט ריווייזד ארויף מיט 17,000, סעפטעמבער אראפ מיט 5,000. וועידזשעס זענען אויך שיין געשפרינגן ארויף מיט 0.4% פון א מאנאט פריער. לעיבאר-פארס פארטיסיפעישן ראטע אומגעטוישט.
67 מאנאטן און איין צו פון נאכאנאנדע דזשאבס וואוקס.
יעצט ערווארטעט מען 'שוין עכט' צו העכערן די אינטערעסט רעיט.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4931
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 2:24 pm

מען גרייט זיך אז די פעדעראל רעזערוו וועט העכערן אינטרעסט רעיטס די קומענדיגע חודש.

די עקאנאמיע איז קלאר אויפען וועג ארויף.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8298
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג נובעמבער 06, 2015 4:23 pm

מטעמים האט געשריבן:מען גרייט זיך אז די פעדעראל רעזערוו וועט העכערן אינטרעסט רעיטס די קומענדיגע חודש.

די עקאנאמיע איז קלאר אויפען וועג ארויף.

ווטס מיינט/ באדייט דאס העכערן אינטערעסט? פאר וועם, פאר וואס?
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

כווייס נישט אלעס
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » זונטאג נובעמבער 08, 2015 6:47 pm

כאפצעם האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:מען גרייט זיך אז די פעדעראל רעזערוו וועט העכערן אינטרעסט רעיטס די קומענדיגע חודש.

די עקאנאמיע איז קלאר אויפען וועג ארויף.

ווטס מיינט/ באדייט דאס העכערן אינטערעסט? פאר וועם, פאר וואס?

העכערען אינטרעסט רעיטס, יעדע מדינה האט א מאנעטערי פאלאסי צו פראטעקטען די קארענסי פון זייער מדינה ווען די עקאנעמי איז שוואך אזויוויא סאיז געווען 2008 מאכט מען אינטרעסט ביליגער סזאל זיין גרינגער פאר די מענטשן צו בארגן, נעמען א הלוואה,יעצט ווען די עקאנעמי ביי עני מעזשאר בומט וואלט די סברה געזאגט צו העכערען רעיטס, די פראבלעם איז אבער אז די אמעריקאנע עקאנעמי איז אזויא גוט בעת וואס די גלאבעלע עקאנעמי איז זייער שוואך, די דאללער איז זייער שטארק, און געווענליך ווען מען העכערט רעיטס ווערט די דאללער נאך שטארקער, וואס דאס איז נישט גוט פאר אמעריקאנע ביזנעסער וואס טוהן ביזנעס אויסלאנד, +די אלע מדינות וואס האבן חובות איז עס אויפן אמעריקאנע דאללער יעצט אויב די דאללער ווערט שטארקער קען עס פירן צו א גלאבעלע קריסיז, יעצט וואס איך האב מורא איז אז די פעד וועט זיך בייגן צו די פרעשור וואס די גרויסע בענק ( גנבים ) לייגן אז מען זאל יא העכערן כאטשיק ספעלט נישט אויס פאר די עקאנעמי, און סקען שאטן פאר די עקאנעמי .


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot] און 25 געסט