רבי ברוך אברהם בינדיגער זצ"ל אבד”ק האנשאוויץ – א' אלול תרל"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פלייוואד
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

רבי ברוך אברהם בינדיגער זצ"ל אבד”ק האנשאוויץ – א' אלול תרל"ה

תגובהדורך פלייוואד » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 1:46 pm

קומענדיגער זונטאג פאלט אויס דער יארצייט פון האי גאון וצדיק הגה"ק רבי ברוך אברהם בינדיגער זצ"ל א געוואלדיגער צדיק וקדוש, נאך געפארן צום הייליגן חוזה, קאשזניץ, ועוד, מגדולי תלמידי הדברי חיים, וועם דער דברי חיים האט גאר שטארק מחשיב געווען, זיך אויסדרוקענדיג אז ער לערנט תורה לשמה, ווי אויך האט דער צאנזער רב זיך אויסגעדרוקט א באגער זיך משדך צו זיין מיט א טאכטער פון האנשאוויצער רב ( פאר זיך אליין, ווי באוואוסט האט דער צאנזער רב געהאט עטליכע זיווגים).

ער איז אונטערגעשריבן אויף די באקאנטע קול קורא פון די תקנת מיהאלאוויץ, ווי אויך האט ער מחדש געעוען אסאך חידושי תורה אבער האט אלעס פארברענט פאר זיין פטירה.

ער איז געווען אן אייניקל פון בית שמואל און פון ב"ח, מהרש"ל, ועוד. און איבערגעלאזט גאר א הערליך דור פון רבנים גאונים וצדיקים.

מען בעט דער עולם זאל מרחיב זיין את הדיבור.

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 2:03 pm

פלייוואד האט געשריבן:קומענדיגער זונטאג פאלט אויס דער יארצייט פון האי גאון וצדיק הגה"ק רבי ברוך אברהם בינדיגער זצ"ל א געוואלדיגער צדיק וקדוש, נאך געפארן צום הייליגן חוזה, קאשזניץ, ועוד, מגדולי תלמידי הדברי חיים, וועם דער דברי חיים האט גאר שטארק מחשיב געווען, זיך אויסדרוקענדיג אז ער לערנט תורה לשמה, ווי אויך האט דער צאנזער רב זיך אויסגעדרוקט א באגער זיך משדך צו זיין מיט א טאכטער פון האנשאוויצער רב ( פאר זיך אליין, ווי באוואוסט האט דער צאנזער רב געהאט עטליכע זיווגים).

ער איז אונטערגעשריבן אויף די באקאנטע קול קורא פון די תקנת מיהאלאוויץ, [b]ווי אויך האט ער מחדש געעוען אסאך חידושי תורה אבער האט אלעס פארברענט פאר זיין פטירה.
/b]
ער איז געווען אן אייניקל פון בית שמואל און פון ב"ח, מהרש"ל, ועוד. און איבערגעלאזט גאר א הערליך דור פון רבנים גאונים וצדיקים.

מען בעט דער עולם זאל מרחיב זיין את הדיבור.

דענק איך אז אין ירחון כרם שלמה איז געווען ד"ת פון עם
דביה תחדי נפשא

הצבי
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 10:13 pm

תגובהדורך הצבי » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 2:12 pm

סיפר הגה"צ רבי יעק'לע לייזער מפשעווארסק זצ"ל בשם דו"ז הגה"צ ר' מנחם וואלדמאן דומ"ץ קלאסני (נכדו של רב"א) שהגה"ק מצאנז בזיוויגו האחרונים רצה ליקח את בת הגה"ק ר' ברוך אברהם בינדעגער זצ"ל והוא (רב"א) לא רצה אז, אבל אח"כ התחרט ע"ז.

הצבי
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 10:13 pm

תגובהדורך הצבי » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 2:41 pm

בניו:
בנו: הגה"צ ר' שמואל זנויל מבארדיוב זצ"ל בזו"ר חתן הרה"ק ר' נפתלי מליעזנסק זי"ע ובזו"ש חתן הגה"ק בעל באר משה מקאזניץ זי"ע, הי' מחותנו של הגה"ק משינאווא כי בנו ר' אלעזר הי' חתן הגה"ק הנ"ל.
חותנו: הגה"צ ר' יעקב צבי וואלדמאן זצ"ל אב"ד בארשא
חותנו: הרה"ח מו"ה ר' יעקב אברהאם מרימנוב ז"ל, (ב"ר שמואל) מחסידי ונגידי הרה"ק מצאנז וממקורביו.
לעצט פאראכטן דורך הצבי אום מיטוואך אוגוסט 19, 2015 10:02 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הצבי
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 10:13 pm

תגובהדורך הצבי » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 2:43 pm

פלייוואד האט געשריבן:קומענדיגער זונטאג פאלט אויס דער יארצייט פון האי גאון וצדיק הגה"ק רבי ברוך אברהם בינדיגער זצ"ל א געוואלדיגער צדיק וקדוש, נאך געפארן צום הייליגן חוזה, קאשזניץ, ועוד, מגדולי תלמידי הדברי חיים, וועם דער דברי חיים האט גאר שטארק מחשיב געווען, זיך אויסדרוקענדיג אז ער לערנט תורה לשמה, ווי אויך האט דער צאנזער רב זיך אויסגעדרוקט א באגער זיך משדך צו זיין מיט א טאכטער פון האנשאוויצער רב ( פאר זיך אליין, ווי באוואוסט האט דער צאנזער רב געהאט עטליכע זיווגים).

ער איז אונטערגעשריבן אויף די באקאנטע קול קורא פון די תקנת מיהאלאוויץ, ווי אויך האט ער מחדש געעוען אסאך חידושי תורה אבער האט אלעס פארברענט פאר זיין פטירה.

ער איז געווען אן אייניקל פון בית שמואל און פון ב"ח, מהרש"ל, ועוד. און איבערגעלאזט גאר א הערליך דור פון רבנים גאונים וצדיקים.

מען בעט דער עולם זאל מרחיב זיין את הדיבור.

הי' מגדולי חסידי ראפשיץ ואח"כ נסע לצאנז

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 12:26 pm


אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25753
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג פאברואר 12, 2017 4:09 pm

וואו געפינט זיך 'האנשאוויטץ'? און איז נאך דא די מצבה פון רבי ברוך אברהם בינדיגער זצ"ל?

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5745
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג פאברואר 12, 2017 4:16 pm

מיללער האט געשריבן:וואו געפינט זיך 'האנשאוויטץ'? און איז נאך דא די מצבה פון רבי ברוך אברהם בינדיגער זצ"ל?

ohel.JPG
bin.abr.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25753
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג פאברואר 12, 2017 4:20 pm

יישר כח - וואו געפונט זיך דאס היינט אויף די מאפע?

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1626
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג פאברואר 12, 2017 5:27 pm

איך האב געזעהן שרייבן Hanušovce, סלאוואקיי

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25753
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג פאברואר 12, 2017 7:51 pm

הסרפד האט געשריבן:איך האב געזעהן שרייבן Hanušovce, סלאוואקיי

יישר כח

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » זונטאג פאברואר 12, 2017 8:05 pm

כמדומה לי האט דער גרויסע אונגארישע גאון, רבי אליעזר חיים דייטש זצ"ל בעל פרי השדה איהם איבערגענומען דאס רבנות און האנאשאוויץ, דערנאך הערשט איז ער געוואן רב און באניהאד. אבער גרויסע טייל פון זיינע תשובות זענען געשריבען געווארן זייענדיג און האנאשאוויץ.

מירונער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 13, 2011 1:10 am

תגובהדורך מירונער » מאנטאג פאברואר 20, 2017 3:17 pm

יעצט באמערקט דעם אשכול, האב איך מיך דערמאנט אז אומגעפער 15 יאר צוריק האב איך מיך פארצייכנט תולדות איבער'ן האנשאוויצער רב, וכדי לזכות את הרבים לייג איך עס דא:

הגה"ק רבי ברוך אברהם בינדיגער זצוקללה"ה, איז געבוירן בערך אין יאר תק"ן לפ"ק, צו זיין גרויסן טאטן הגאון רבי שרגא פייוול זצ"ל, וועלכער איז געווען א רעכטער אור אייניקל בן אחר בן פון הגאון האדיר אבדק"ק פיורדא זצ"ל, בעל בית שמואל אויף שלחן ערוך אבן העזר אשר כל בית ישראל נשען עליו.
זיין מוטער איז געווען א טאכטער פון הגאון רבי שמואל זאנוויל זצ"ל בן הגאון רבי אלחנן זצ"ל. וועלכער איז געווען אן איידעם ביים הייליגען פוסק דורו הגאון האדיר המפורסם רבינו רבי יואל סירקיש זצוקלל"ה המפורסם בחיבורו הב"ח אבדק"ק קראקא.
ער איז אויך געווען אן אייניקל פון רבינו הגדול המהרש"ל זצ"ל ולמעלה בקודש מגזע רש"י הקדוש.
פון זיינע יוגענד יארן איז קיין סאך נישט באוויסט.
עס איז באקאנט אז ער האט חתונה געהאט ביום הבר מצוה, און ער האט אנגעהויבן לייגען טלית און תפילין און זעלבן טאג.
רבי ברוך אברהם איז געווען א גאון מופלג בתורה וחסידות, עסק בתורה ביגיעה עצומה ובעבודה ה' באמת ובתמים, לילות כימים.
קודם איז ער געווארן רב אין ביקאווסק אבער מען האט אים דארט אויסגעטיילט שטארקע צרות און רדיפות, ביז איינמאל ווען ער איז געזיצן פארטאגס אין ביהמ"ד און געלערנט און די ערלית איז געקומען אנהייצן דעם אויוון, כדי ווען די מתפללים קומען זאל שוין זיין ווארעם אין ביהמ"ד, זענען געגאנגען זיינע מתנגדים און פארשפארט די דרויסנדיגע טיר. ווען ער האט דאס באמערקט איז ער תיכף ארויסגעשפרינגען פון פענסטער און האט מחליט געווען גענוג, ער גייט פארלאזן די שטאט. [אין א שמועס מיט זיין אייניקל כ"ק הגה"צ הראב"ד ודומ"ץ דקהילתינו שליט"א האט ער מיר געזאגט אז די מעשה האט פאסירט אום שבת קודש].
ער איז ממש דעמאלטס גערופן געווארן פון גאליציע קיין אונגארן משמש צו זיין ברבנות און דעם שטעטל "האנשאוויץ", וואו דער רבנות שטול איז דאן ליידיג געווען נאך וואס דער פריערדיגער רב הג"ר רבי ישעי' בייערען זצ"ל איז געווארן רב אין שאראש-פאטאק.
עס ווערט דערציילט אן אינטערעסאנטע עובדא איבער זיין פאמיליע נאמען "בינדיגער" אז ווען ער איז געקומען צו די גרעניץ פון גאליציע גייענדיג קיין אונגארן האבן אים די באאמטע געפרעגט וואס איז זיין לעצטער נאמען, און אזוי ווי ער האט נישט געקענט זייער שפראך האט ער געענטפערט "איך בין דא א גר" (מיינענדיג דערביי אז ער איז א גר אין אונגארן) און מיט דעם נאמען איז ער פארבליבן "בינדיגער".
איבער זיינע פעולות אלס רב איז אונז נישט צופיל באקאנט ווייל ער איז געווען א שטארקער הצנע לכת, אבער זיין חתימה ווערט דערמאנט אויפן קול קורא אין שנת תרכ"ו לפ"ק ביי די באוויסטע מיהאלאוויטצער אסיפה ווען עס זענען זיך צוזאם געקומען אלע גדולי הדור, אויך טרעפט מען זיין חתי"ק אויפן קול קורא פון די שטאט צאנז בשנת תרכ"ט לפ"ק.
ר' ברוך אברהם איז געווען א תלמוד מובהק פונעם חוזה פון לובלין זי"ע, אויך איז ער געפארן להסתופף בצל קדשו פון הייליגן קאזניצער מגיד, און שפעטער איז ער אויך געווארן א מחותן מיט אים ווען ער האט זיך משדך געווען מיט זיין זון הרה"ק בעל באר משה זצוק"ל. ער איז אויך געפארן צו הרה"ק רבי ר' מאיר'ל מפרעמישלאן זי"ע.
און בעיקר איז ער געווען א תלמוד מובהק פונעם הייליגער ראפשיצער רב ווערנדיג פאררעכענט צווישען די צוויי און צוואנציג געהויבענע תלמידים וחסידים פונעם ראפשיצער רב זי"ע, ער פלעגט פארן צוזאמען מיט זיין הייליגן חבר הרב הקדוש מצאנז זי"ע, און זיי האבן געהאט זייערע מקומות קבועים צווישן די חבורה מיט די "ווייסע בעקיטשעס".
הרה"ק רבי מאיר'ל מפרעמישלאן זי"ע און רבינו הקדוש מצאנז זי"ע האבן מעיד געווען אויף אים אז ער לערנט תורה לשמה.
נאך די פטירה פון הרה"ק מראפשיץ זי"ע איז ער געפארן צו זיין ממלא מקום הרה"ק רבי אשר ישעי' מראפשיץ זי"ע. אויך האט ער זיך מבטל געווען אין זיינע פריער דערמאנטע חבירים הרה"ק מצאנז און הרה"ק מקאמינקא זי"ע.
ער איז געווען א קדוש עליון, ופועל ישועות, קדוש וטהור חסידא ופרישא, ער איז אויך געווען אן ענוותן כהלל. עד כדי כך אז פאר זיין פטירה האט ער פארברענט זיינע חידושי תורה מורא האבענדיג אז ער האט אפשר געהאט פניות ווען ער האט געשריבן אדער געזאגט די חידושי תורה. (כך סיפר כ"ק הגה"צ הדומ"ץ שליט"א אצל מסיבת התנאים של נכדו ל"ג בעומר תשס"ב לפ"ק בביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב עם בת כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א).
איבער זיינע ישועות איז באקאנט די מעשה וואס האט פאסירט ביי הרב הקדוש רבי צבי הירש מרימינוב זי"ע, אז איינמאל איז זיין טאכטער נישט געזונט געווארן און די רביצן איז געקומען צולויפן וויינען צו איר הייליגען מאן אז זייער טאכטער דארף א גרויסע ישועה, האט איר רבי ר' הערש געזאגט "דער צדיק רבי ברוך אברהם איז דא געווען א שטיק צייט צוריק און ער האט איבערגעלאזט א העמד גיי און טו איר אן דאס העמד פון רבי ברוך אברהם". וכן הווה מ'האט איר אנגעטוען דאס העמד פון רבי ברוך אברהם און זי איז געזונט געווארן.
[א צווייטע גירסא אויף די מעשה, אז דאס קינד איז געווען זיין יונגסטער קינד הרה"ק ר' יוסעלע מרימנוב וואס איז אים פארבליבן נאכן פארלירן צוועלף קינדער ל"ע, און ווען ער איז שטארק קראנק געווארן האט ר' הערש געשיקט קיין ביקאווסק דארט ווי ר' ברוך אברהם איז דעמאלטס געווען רב אז מ'זאל נעמען פון אים א בגד, און ער איז טאקע געזונט געווארן].
אויך ווערט דערציילט די פאלגענדע עפיזאד, אז איינמאל איז צו אים אריינגעקומען א פרוי זיך אויסרעדן אז איר מאן האט איר איבער געלאזט און זי איז שוין אזוי אן עגונה א שטיק צייט, האט איר דער האנשאוויצער רב געענטפערט "וואס קען איך דען טאן"?! רבי ברוך אברהם האט דעמאלטס פונקט געהאלטן אינמיטן טרינקן א קאווע, האט זיך די עגונה גענומען וויינען, "ווען דער רבי מישט די קאווע קען דאך די רבי איבערדרייען די וועלט און אזוי אויסגעפונען וואו מיין מאן געפינט זיך"... האט ער איר זייער ווארים אנגעוואונטשן, וכן הווה ביז א קורצע צייט האט זיך דער מאן צוריק באוויזן.
זיין דביקות אין תורה איז געווען עד אין לשער. עס דערציילט אן אייניקל דער נאדבורנער-פ"ת רבי פון ב"ב ז"ל, אז איינמאל האט ער געליטן אויף א מחלה און עס פלעגט אים רינען אייטער פון די הענט, האבן אים זיינע מקורבים געבעטן ער זאל פארן צום הייליגען שר שלום פון בעלזא, וואס איז געווען באקאנט אז ער היילט דארט וואו ער רירט אן מיט זיין הייליגע האנט, און ער האט טאקע געפאלגט און געפארן קיין בעלזא.
ווען ער איז אריין אל הקודש פנימה צום הייליגן שר שלום האבן זיי זיך גענומען ארום שמועסן גאר הויכע ענינים און סודות התורה, אז ער האט אינגאנצן פארגעסן פון זיינע פאראייטערטע הענט, שפעטער ווען ער איז אהיים געפארן האבן אים די יסורים צוריק דערמאנט פארוואס ער איז געפארן קיין בעלזא, איז ער תיכף צוריק געפארן און דעמאלטס געבעטן א רפואה פונעם בעלזער רב זי"ע, און ער האט אים טאקע אויסגעהיילט.
ער איז נסתלק געווארן בקדושה ובטהרה א' דר"ח אלול תרל"ה לפ"ק, און מ'האט אויפגעבויעט אויף זיין ציון אן אוהל, וואו עס פלעגן קומען צופארן מענטשן זיך שופך שיח זיין פאר ישועות ורפואות אין זכות פון דעם הייליגן צדיק וקדוש.
זכותו יגן עלינו.

mar0was
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » דינסטאג פאברואר 21, 2017 10:38 am

רבי ברוך אברהם בינדיגער איז געווען רב אין די שטאט האנשאוויץ נאד טאפלא (Hanušovce nad Topľou) אין די געגענד פון ווראנוב (נאד טאפלא = לעבן די טייך טאפלא).
די שטאט אונסדורף האט אויך געהייסן האנשאוויץ - Huncovce, דאס איז בערך 100 ק"מ ארויפציער פון האנשאוויץ נאד טאפלא לעבן קעזמארק.

אט איז א חתימה פון רבי ברוך אברהם בינדיגער אויף די פטירה רעקארדס פון די קהילה.
record-image_S3HT-DYLC-Y13.jpg


נאך רבי אליעזר חיים דייטש האט דארט געדינט אלס רב רבי יהודה צבי בלום בן רבי עמרם בלום בעל בית שערים.

די בית החיים שטייט נאך, און ס'איז דא בילדער אויף JOWBR (פון JewishGen).

מיין באבע ע"ה'ס משפחה איז געקומען פון דעם שטאט.

די שטאט האנשאוויץ נאד טאפלא אויף גוגל מאפעס: https://www.google.ca/maps/place/094+31+Hanu%C5%A1ovce+nad+Top%C4%BEou,+Slovakia/@49.0173321,21.4547784,13z/data=!3m1!4b1!4m5!3m4!1s0x473e9576d66b6307:0x400f7d1c6977d40!8m2!3d49.0273908!4d21.5022433

שה אחד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:05 pm

תגובהדורך שה אחד » זונטאג אוקטובער 29, 2017 3:53 pm

געזען געשריבן אויף איינעם
צאצא של המשפחה הרבנית המפורסמת מ Huncoviec.
קען איינער אויסטראכטן ווער דאס איז די רביצין המפורסמת פון האנשאוויטץ??

mar0was
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » מאנטאג אוקטובער 30, 2017 12:04 pm

שה אחד האט געשריבן:געזען געשריבן אויף איינעם
צאצא של המשפחה הרבנית המפורסמת מ Huncoviec.
קען איינער אויסטראכטן ווער דאס איז די רביצין המפורסמת פון האנשאוויטץ??

אויף וועם שטייט דאס?
אפשר נאכן וויסן ווער די אייניקל איז, קען מען אפיר זוכן די באבע די רבעצין.

שה אחד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:05 pm

תגובהדורך שה אחד » מאנטאג אוקטובער 30, 2017 12:43 pm

טעות. כ'האב עס געטרענסעלעט פון סלאוואקיש איז עס אזוי אויסגעקומען. למעשה מיינט עס "צאצא למשפחת הרבנים המפורסמת מהנקוביץ", וואס בלשונינו איז דאס אונסארף.

אוועטאר
וועלוועל קליינער
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2016 6:27 pm

תגובהדורך וועלוועל קליינער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 11:36 pm

ער האט איבערגעלאזט טויזענטער אייניקלעך, צווישן זיי אסאך גדולי הדור
איך ווייס נאר א חלק, אדרבא ווער עס ווייטס צוצילייגן זאל צולייגן.
כ"ק ראב"ד סאטמאר שליט"א לרפו"ש
כ"ק אדמורי"ם מסוקלען שליט"א
הרה"צ אבד"ק סאטמאר מאנטשעסטער שליט"א
הרה"צ אדמו"ר מהאדאס שליט"א ואחיו הרבנים הגוה"צ מסאלקא שליט"א.
הרה"ג אבד"ק בראד שליט"א
אדרבא ווער עס ווייסט זאל צו צולייגן.

צפונית מזרחית
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 6:31 pm

תגובהדורך צפונית מזרחית » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 11:52 pm

איינער ווייסט אפשר ביי וועמען ר' ברוך אברהם איז געווען אן איידעם?

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:52 pm

צפונית מזרחית האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר ביי וועמען ר' ברוך אברהם איז געווען אן איידעם?

ס'איז אינטרעסאנט אז אויפן סייט וואס רופט זיך "Geni" שרייבן זיי דארט אז רבי ברוך אברהם'ס רעביצין האט געהייסן 'מאטל לאה" וואס זי איז געווען א טאכטער פון רבי קלונימוס קלמן הוראוויץ ז"ל וואס ער איז געווען א זון פון רבי יוסף הוררוויץ - וואס ווערט אויך גערופן מיטן נאמען רבי יוסף מטורטשין בן החוזה מלובלין.

קומט אויס אז ווער עס איז אן אייניקל פון רבי ברוך אברהם ז"ל איז אן אייניקל פון דעם הייליגן חוזה מלובלין, סיידן אויב ער האט געהאט א זיווג שני, א זאך וואס ווערט 'נישט' דערמאנט דארט אויף דעם סייט.

מיר איז דאס ר גרויסע פליאה, אני הקטן איז אן אייניקל פון רבי ברוך אברהם ז"ל, איך האב קיינמאל געהערט אז מיר זענען אייניקלעך פונעם הייליגן חוזה מלובלין
צוגעלייגטע
20190905_233509.jpg
20190905_233509.jpg (375.55 KiB) געזעהן 672 מאל
20190905_233430.jpg
20190905_233430.jpg (402.96 KiB) געזעהן 672 מאל
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:59 pm

.
צוגעלייגטע
20190905_235759.jpg
20190905_235759.jpg (331.34 KiB) געזעהן 665 מאל
20190905_235728.jpg
20190905_235728.jpg (367.25 KiB) געזעהן 665 מאל
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

צפונית מזרחית
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 6:31 pm

תגובהדורך צפונית מזרחית » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 5:54 pm

ר' יוסף מטורטשין נפטר בשנת תקע"ח בהיותו בן ל"ו שנה (כשלש שנים לאחר פטירת אביו)
ומרת חי' יוטל וואלדמאן בת ר' ברוך אברהם (אשת ר' יעקב צבי מבארשא) נולדה בשנת תקע"ט
ולכן זה כנראה טעות, כי א"א שר' ברוך אברהם הי' נכדו.
Screenshot 2019-09-08 at 5.51.05 PM.png
Screenshot 2019-09-08 at 5.51.05 PM.png (84.01 KiB) געזעהן 603 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט