פריע מנינים מנחה וקבלת שבת אין וויליאמסבורג בארא פארק

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » מאנטאג יוני 20, 2011 10:32 am

קליוולאנדער שוהל אויף בעדפארד דאווענט מען בערך א האלבע שעה פארן זמן
שאלת חכם חצי נחמה

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מאנטאג יוני 20, 2011 10:32 am

אין בארא פארק דאווען איך געווענליך דאווען איך אין פעלדער'ס שול (געוועזענע קאונסילמאן'ס טאטע) אויף 49 ביי 18.
מען דאווענט דארט פונקטליך 6:45

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » מאנטאג יוני 20, 2011 1:25 pm

און חרדים שויל אויף ראדני סט. "פלעגט" זיין א מנין ביים זמן, אבער צוליב א טעם כמוס, איז עס מער נישטא, סאו בינעך געגאנגען די וואך און פוילישע שטיבל אויף ראסס סט. 15 מינוט נאכן זמן.

צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:54 pm

תגובהדורך צעיר באלפי ישראל » דינסטאג יוני 21, 2011 10:28 am

אינעם נייעם גליון 'אוצר' שע"י קהל בני יואל, וואס אגב איז דאס גאנץ אויף א שיינעם פארמאט, ערשיינט אינעם גליון פון סיון א רייכער מאמר איבער די הלכה'דיגע פראבלעמען פון דאוונען מנחה פרי עש"ק, עיי"ש.

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » דינסטאג יוני 21, 2011 10:30 am

צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:עיי"ש.


אפשר שאפסטו דעם "שם" איך האב נישט ווי עס צו באקומען.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » דינסטאג יוני 21, 2011 10:50 am

צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:אינעם נייעם גליון 'אוצר' שע"י קהל בני יואל, וואס אגב איז דאס גאנץ אויף א שיינעם פארמאט, ערשיינט אינעם גליון פון סיון א רייכער מאמר איבער די הלכה'דיגע פראבלעמען פון דאוונען מנחה פרי עש"ק, עיי"ש.

יענער מאמר איז געשריבן געווארן דורך הרה"ג ר' מנשה פילאפף שליט"א.

ער ברענגט דארט ארויס עטליכע נקודות ווי פאלגענד:
בעצם דאס משנה זיין די מנהג פון אבותינו ורבותינו וואס האבן בכוונה מקבל שבת געווען שבת ביים זמן פון צאת הכוכבים, און נישט פריער, איז דאס אליין שוין א פראבלעם פון שינוי מנהג אבותינו ורבותינו. ס'איז א מנהג וואס איז אמאל נישט געווען נאר ביי די מאדערנע, ביי די אמעריקאנע קרייזן, זיי האבן אייביג מקבל שבת געווען פריער, אבער דער מנהג האט מען נישט געזעהן אין קיין חסידישע שוהלן ביים עלטערן דור, אייביג האט מען געוואוסט אז עס איז באקוועמער און לייכטער מקבל שבת צו זיין אין א פריע שעה ווען עס איז נאך לעכטיג, מען האט אמאל אויך געוואוסט אז אין שו"ע סימן או"ח רס"ז סעי' ב' ווערט דערמאנט די הלכה אז מקדימין להתפלל ערבית יותר מבימות החול, אז שבת מעג מען דאווענען מעריב פריער ווי אין די וואכן טעג, אבער טראץ דעם וואס מען האט געוואוסט אז ס'איז מער באקוועם פאר די גאנצע משפחה אינג און אלט, צו עסן די סעודת שבת אין א פריע שעה, האבן אבער אונזערע רבי'ס און עלטערן דאס נישט געטוהן, זיי האבן עס נישט געטוהן בכוונה, און מיר זענען נישט בארעכטיגט משנה צו זיין די מנהג אבותינו צו די מנהג פון די מאדערנע קרייזן.

רבינו הק' זי"ע האט אויף דעם מקפיד געווען אז אין די סאטמארע בתי מדרשים זאל מען שבת אין די זומער חדשים אויך נישט דאווענען מעריב פארן זמן, אפילו אין אזעלכע שטעט ווי לאנדאן און אנטווערפן ווי עס ווערט זייער שפעט די צייט פון צאת הכוכבים, און דער אלגעמיינער עולם פירט זיך מקבל שבת צו זיין פריער נאך פלג המנחה, האט דער רבי בשיטה נישט געלאזט אז אין זיינע בתי מדרשים און אין זיינע קהילות זאל מען איינפירן צו דאווענען קבלת שבת פארן זמן צאת הכוכבים, צוליב פארשידענע טעמים. און עס איז זיכער אז באתריה דמר אין קרית יואל טאר מען זיכער נישט משנה זיין פון די מנהג המקום ווי רבינו הק' האט איינגעפירט אז מען זאל דאווענען קבלת שבת ביים זמן פון צאת הכוכבים.

דער מג"א אין סימן רס"ז ברענגט פון כתבים אז דער אריז"ל האט געדאווענט מעריב ביינאכט נאך צאת הכוכבים אפילו ערב שבת.

אויסער דעם איז דאווענען פרי פארבינדן מיט אסאך הלכה'דיגע שאלות, און ס'קומט ארויס זייער אסאך מכשולות קעגן די הלכה, עס איז נישט דא די ארט מברר צו זיין הלכה למעשה, איך וועל נאר בקיצור אנדייטן די הלכה'דיגע פראבלעמען, וואס זענען פארבינדן מיטן דאווענען קבלת שבת פרי.

1) דער מג"א שרייבט אין סי' רס"ז אז מען טאר אין איין טאג נישט טוהן קיין תרי קולי דסתרי אהדדי, דערפאר דארף מען זיין געווארענט ערב שבת צו דאווענען מנחה פאר פלג המנחה, און אויב אזוי דאווענען מעריב נאך פלג המנחה. דאווענען סיי מנחה און סיי מעריב נאך פלג המנחה איז נישט אויסגעהאלטן. (עיי' במשנה ברורה סי' תק"ג אז אפילו ביי תפלה בציבור טאר מען זיך נישט מקיל זיין אין דעם).

2) חוץ פון דעם איז פארבינדן אין דעם נאך א גרויסע שאלה, פרויען טארן בשום אופן נישט צינדן ליכט פארן זמן הדלקה, פארן זמן פון פלג המנחה. עס שטייט אין שו"ע סימן רס"ג ס"ד, לא יקדים למהר להדליקו בעוד היום גדול, ס'איז א שאלה צו די פרויען ווערן נאכגעצויגן נאך די קבלת שבת פונעם מאן, ס'דא געוויסע דיעות וואס האלטן אז אויב דער מאן האט שוין מקבל שבת געווען איז שוין די פרוי אויך מחויב מקבל שבת צו זיין, און זי טאר שוין נאכדעם נישט ליכט צינדן, נאכדעם ווי די מענער האבן שוין מקבל שבת געווען און דאווענען מעריב נאכן פלג המנחה, די פרוי איז מחויב פארדעם ליכט צו צינדן.

ספעציעל ביי די וואס דאווענען גאר פרי קומט אפט פאר אז די מענער קומען שוין אהיים פון דאווענען נאך קבלת שבת גייען ערשט דעמאלס די פרויען ליכט צינדן.

3) אויסערדעם איז עס פארבינדן מיט שאלות, מען ענדיגט די זמן פון קבלת שבת און מען מאכט קידוש נאנט צום זמן פון צאת הכוכבים, דער מג"א שרייבט אין סימן רס"ז סק"ב, אז די וואס פירן זיך צו דאווענען מעריב ערב שבת מבעוד יום, נאכדעם ווען עס קומט א האלבע שעה נאנט צום זמן קרי"ש, טאר מען נישט אנהייבן צו עסן, און מען האט דאך נישט יוצא געווען מיט די קרי"ש וואס מען ליינט בייטאג.

4) אויך איז עס פארבינדן מיט שאלות צו מ'איז יוצא מיט קידוש און מיט די סעודה וואס מ'עסט ווען ס'איז נאך לעכטיג פאר צאת הכוכבים, דער מג"א אין סי' תק"ל שרייבט אז מען זאל מחמיר זיין אז מען זאל עסן אויך א כזית ביינאכט, אז מען זאל מקיים זיין שלש סעודות בשבת.

אזוי איז פארהאן נאך אסאך הלכה'דיגע פראבלעמען, און מען דארף זיין א גרויסער ת"ח אויסצורעכענען אלע זמנים, ליכט צינדן, מנחה, מעריב, און סעודה, זאל זיין אויסגעהאלטן עפ"י הלכה, און בדרך כלל די המון עם וואס איילן זיך צו דאווענען פרי זענען נישט באהאווענט אין די אלע הלכות.

5) והעולה על כולנה איז דאס עצם דאווענען אין הייזער, שכנים קומען זיך צונויף צו דאווענען פרי, א גרויסער פראבלעם פאר די עצם תפילת שבת קודש. ס'ווערט א שינוי אין קבלת שבת פון די בתי מדרשים וואס איז פון די מערסטע ערענסטע תפילות ביי חסידישע אידן. ס'שטייט אין ספרים הק' אז ווען אידן קומען אין ביהמ"ד פרייטאג צו נאכטס ביי קבלת שבת פילט זיך א געוואלדיגע יראת ה', א ציטער און א אימה פון שבת, און דאס קומט זיך פון די התלהבות פון די תפלות פון יעדער איד ביי קבלת שבת, אפילו אידן בעלי בתים וואס זענען פארנומען א גאנצע וואך און טרוד על המחיה ועל הכלכלה, אבער פרייטאג צונאכטס ביי קבלת שבת דאווענט מען ערליך מיט כוונה און התלהבות.

געווענדליך די קבלת שבת וואס ווערן אפגעראכטן אין די הייזער דאווענט מען אן א חשק און מיט א קאלטקייט, מען איילט זיך וואס שנעלער צו פטר'ן דאס דאווענען, מען זאל קענען גיין עסן די סעודה מבעוד יום, וואס איז שעדליך אויך פאר די חינוך פון די קינדער אין עבודת התפלה.

6) חוץ מזה איז די תפילת קבלת שבת אין די הייזער פארבינדן מיט א שאלה צו מען מעג זאגן די הויכע שמו"ע ביי מעריב, די ברכת מעין שבע, לויט ווי עס ווערט גע'פסק'ענט אין שו"ע סי' רס"ח סעי' י' זאגט מען נישט לכתחילה קיין ברכת מעין שבע אין די הייזער, נאר אין ביהמ"ד ווי עס איז דא א מקום קבוע לתפלה.

עס איז דא וואס זאגן אז עפ"י האריז"ל דאווענט מען איבעראל די ברכה אחת מעין שבע, אבער רבינו הק' מסאטמאר האט געפ'סק'ענט אז מען זאל נישט זאגן די ברכה אחת מעין שבע נאר אין א ביהמ"ד קבוע, און נישט אין א צייטווייליגע מקום קבוע. וואסערע פנים האט עס אז וואך נאך וואך וועט מען נישט זאגן די ברכת אחת מעין שבע.

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » דינסטאג יוני 21, 2011 10:59 am

יש"כ.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג יוני 21, 2011 12:03 pm

בשמים האט געשריבן:עס איז דא וואס זאגן אז עפ"י האריז"ל דאווענט מען איבעראל די ברכה אחת מעין שבע, אבער רבינו הק' מסאטמאר האט געפ'סק'ענט אז מען זאל נישט זאגן די ברכה אחת מעין שבע נאר אין א ביהמ"ד קבוע, און נישט אין א צייטווייליגע מקום קבוע. וואסערע פנים האט עס אז וואך נאך וואך וועט מען נישט זאגן די ברכת אחת מעין שבע.

טעות הדפום?

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » דינסטאג יוני 21, 2011 12:15 pm

טעות לעולם חוזר

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3674
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג יוני 21, 2011 12:37 pm

בשמים; אויב קענסטו באקומען רשות לייג ביטע ארויף דעם ארטיקל אין א פי די עף
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג יוני 21, 2011 4:55 pm

פשעווארסק העריסאן ביי לינטש 8:00
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג יוני 21, 2011 8:29 pm

דער נושא פין דאווענען פרי איז א מחלוקת אין דעם ענין אין עס איז אויך דא חולקים אויף וואס הרב מנשה פילאף שרייבט אין געוויסע זאכן אין מחמת אריכות הדברים וועל איך יעצט נישט מאריך אין דעם ואתכם הסליחה ועוד חזון למועד בסייעתא דשמיא
参考专家

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11704
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג יוני 21, 2011 9:36 pm

א געמישאכטס פון געפיל,חסידות,הלכה.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג יוני 26, 2011 2:49 am

מומחה יוחס האט געשריבן:א הארציגן יישר כח הרב קרעמער איך האב נישט געוויסט פין דעם אשכול

גראדע האט מיר היינט איינער געזאגט אז אין דער בעלזער שטיבל אין וויליאמבורג איז אויך דא א מנין 7:00 איך וואוין אויף יענע געגענד וועל איך זעהן די וואך אויב עס איז דא דארט טאקע


כ'בין טאקע געגאנגען אהין דער ער"ש אין ס'איז טאקע דא א ערשטע מנין דאס וואך האבן זיי זיך געשטעלט 7:15 זיי האבן עפעס א חשבון לויטן פלג המנחה בכל אופן עס איז געוועהן א שיינע מנין ..

בכל אופן א הארציגע יישר כח פאר די אלע גוטע פריינד וואס האבן מגיב געוועהן ווי עס איז דא א מנין עס איז גוט צו וויסן כ'האב נישט געוויסט בכלל אז עס איז דא אין מיין געגענד א מנין .
参考专家

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך יוני 29, 2011 4:19 pm

עי' כאן
viewtopic.php?f=25&t=11444&hilit=%D7%A1%D7%98%D7%A2%D7%9E%D7%A4%D7%9C
ולעצם הענין, עיין מה שהבאתי שם בשם הה"ק מבעלז,
אבל מה שמביא ר' מנשה בענין מגן אבות בשם הה"ק מסאקמיר, צריכים לידע מקורו, כי בלי' מהרי"ח הביא בשם הה"ק משינאווא, דהמנהג פשוט לומר, ובדרך כלל הביא הלי' מהרי"ח מנהגי סיגוט, וצריכים לידע מקורו של המעשה
ולעצם הענין של "EARLY שבת" הנה דיברתי היום עם אברך ליטוואק אחד,
והנה הרבה מהליטוואקען אינם רוצים להתפלל מוקדם מטעם הביאור הלכה בראש העמוד בשם המעשה רב
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=282
והלה אינו רוצה להתפלל מוקדם
וטען בקאנטרי שלו, שאם מתפללים אף מנין א' מוקדם וזה רוב הציבור, כבר כלם מקבלים שבת בע"כ מוקדם, ולמה יעשו ככה, עי' סעיף י"ב בכאן
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=76
ולכאורה אין התי' בקאנטרי, של שני קהלות בעיר אחת,

והנה אודות מה שכתב ר' מנשה אודות אכילה בחצי שעה קודם לילה, עי' במ"ב ס"ק ו' שיש מקום להקל מי שנוהג כך
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=76
ועכ"פ כשמעמיד שומר, בודאי יש להקל

אולם לכאורה יש עצה אחרת ושמעתי מראש ישיבה אחד ליטאי שנהג כך
לאכול קודם מעריב, ואז כל השאלות להלכה נופלים עי' מ"ב כאן ס"ק י"א בשם המג"א
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=94
והיינו שיאמר בואו ונקדש אחר פלג המנחה, ויקבל עליו שבת, ויעשה קידוש ויאכל, ויפסיק כשיגיע הזמן לילך להתפלל מעריב, ואחר כך יאכל עוד כזית, וכל השאלות נפתרות אף אלו שמביא ר' מנשה, חוץ מהשאלה שלא נהגו כך.
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובהדורך mitzva man » מיטוואך יולי 06, 2011 8:31 pm

והוא פלאי האט געשריבן:אולם לכאורה יש עצה אחרת ושמעתי מראש ישיבה אחד ליטאי שנהג כך
לאכול קודם מעריב, ואז כל השאלות להלכה נופלים עי' מ"ב כאן ס"ק י"א בשם המג"א
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=94
והיינו שיאמר בואו ונקדש אחר פלג המנחה, ויקבל עליו שבת, ויעשה קידוש ויאכל, ויפסיק כשיגיע הזמן לילך להתפלל מעריב, ואחר כך יאכל עוד כזית, וכל השאלות נפתרות אף אלו שמביא ר' מנשה, חוץ מהשאלה שלא נהגו כך.


לא נהגו כך?
לשמור ולעשות ולקיים

אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

תגובהדורך בן אחר בן » פרייטאג נובעמבער 02, 2012 4:37 pm

ווייסט איינער ווי מ'קען היינט דאווענען אין וומ"ס ביים זמן?

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » פרייטאג נובעמבער 02, 2012 5:34 pm

תפארת ישראל, ווילסאן נאנט צו בעדפארד, 10 מינוט נאכ'ן זמן.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג נובעמבער 04, 2012 12:11 am

בן אחר בן האט געשריבן:ווייסט איינער ווי מ'קען היינט דאווענען אין וומ"ס ביים זמן?

מירער מנין, 260 מארסי.
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

טשאקלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » פרייטאג יוני 19, 2015 5:33 pm

אוי בינעך מיד, ווי קען מען דאווענען פרי שבת ביינאכט אין אלט ווילי עריא

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » פרייטאג יוני 19, 2015 5:38 pm

טשאקלעט האט געשריבן:אוי בינעך מיד, ווי קען מען דאווענען פרי שבת ביינאכט אין אלט ווילי עריא

טשאקלעט העלפט קעגן מידדעקייט

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » פרייטאג יוני 19, 2015 5:40 pm

אין אלט ווילי איז דא א מינין אין קליוולאנדער ביהמ"ד אויף בעדפארד
אין נייע ווילי איז דא א מינין אין באלחובער ביהמ"ד אויף מארסי
משטעלט זיך ביי ביידע 7:30

טשאקלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » פרייטאג יוני 19, 2015 6:04 pm

א גרויסען שכוח איפה, איך וואוין גראדע מער ביי ווייט/פענן עריא, איינער ווייסט פין נאך עפעס א מנין שפעטסענס 15 מינוט נאכן זמן

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5989
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג יוני 19, 2015 6:14 pm

בית אברהם, ראטלידזש קארנער ליע, 10 מינוט נאכן זמן
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » פרייטאג יוני 19, 2015 7:07 pm

ביהמ"ד מיר אויף מארסי ביים זמן
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט