קרית ברסלב - הורליוויל ניו יארק Hurleyville NY

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך יוני 05, 2019 12:38 pm

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן





לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך האב ערהאלטן די נעמען פון די אינגעלייט וועלכע קומען צום שיעור גמרא יעדע נאכט; איך פריי מיך זייער אז איר זענט זיך מחזק מיטן דף גמרא.


איך ווארט שוין צו הערן אז דו האסט געקויפט א דירה אין דעם פלאץ וואו מיר גייען בויען א שטעטל על שם רבינו: "ברסלב'ע קריה", וואו מיר וועלן קענען לעבן א לעבן מיטן רבי'ן און מחנך זיין אונזערע קינדער מיט'ן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען אריין ברענגען דעם רבינ'ס זיסע עצות אין די וועלט.


ווער האט געקענט טראכטן פאר צען יאר צוריק וואספארא מהפכה די ישיבה וועט מאכן אויף די וועלט; וויפיל צענדליגער טויזנטער מענטשן וועלן לעבן אויף די חיזוקים פון ישיבה. דאס איז אבער נאך גארנישט וואס עס וועט זיין, מיר האלטן נאך ביים אנהויב...


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען פאלגן די צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט, וואו ער האט אונז געהייסן עוסק זיין אין הדפסה, הפצה און זען עס זאל זיין שלום בין אנשי שלומינו.

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

א שיינעם שטעטל על שם רבינו

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך יוני 05, 2019 12:39 pm

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן





לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בין יעצט אויפן וועג קיין ארץ ישראל; איך שרייב דיר א בריוו פון הימל, פון העכער די וואלקענעס.


שטארק דיך טייערער ... נרו יאיר און שטארק דיין ווייב תחי'; איך וועל אם ירצה ה' מתפלל זיין פאר דיר און פאר דיין משפחה, איך וועל דערציילן פאר מוהרא"ש אלעס וואס איר טוט אויפצובויען אונזערע מוסדות.


דו האסט א גרויסער חלק אין אלע אונזערע גוטע מעשים; אינעם חדר, סקול, הדפסה און קעמפ, יעצט וועסטו אויך האבן א חלק אין דאס בויען א שיינעם שטעטל על שם רבינו; נאך אביסל וועלן מיר זוכה זיין צו האבן א "ברסלב'ע שטעטל" אין אמעריקע.


מוהרא"ש האט אויפגעשטעלט א שטעטל אין ארץ ישראל אויפן רבינ'ס נאמען, מיר וועלן דאס אם ירצה ה' נאכמאכן אין אמעריקע; ונזכה ונחי' ונראה.


א בין דיר זייער דאנקבאר פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


געב איבער פאר דיין אשת חיל א דאנק פון מיר פאר איר איבערגעגעבענע ארבעט פאר די מוסד.


רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1628
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך יוני 05, 2019 2:25 pm

מזל טוב מזל טוב

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1628
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך יוני 05, 2019 2:44 pm

א גוטע ניק האט געשריבן:שוין געווען דא עפעס איינמאל א פלאן, איז עס די זעלבע?


יא זיי האבן נישט געוואלט אז מען זאל רעדן דערפון דעמאלס

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2013
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך יוני 05, 2019 2:50 pm

לכבוד מיין טייערער ברוינע באנאנע נרו יאיר

א גרויסן יישר כח פארן באריכטן די פרייליכע נייעס איבער די נייע שטעטל

אבער ווי די ווייסט איז די בריוון פון די ראש ישיבה א קאנטרעווערסיאלע זאך, וואס טייל חברים פון דאס פלאץ דא שפירן אז די פראוואצירנדע פראגעס זענען א מכשול פאר אונזערע קינדער, און ברענגען די בריוון אהער דא וועט דוחה זיין די מטרה פון די נייע אידישע שטעטל, איך בין זיכער אז פאר די הצלחה פון רבין'ס שטעטל איז בעסער אז איר ברענגט נישט אהער די בריוון.

דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין שלום בין אנשי שלומינו.

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מיטוואך יוני 05, 2019 2:55 pm

עס גייט האבן אזא פנים ווי יבניאל?

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך יוני 05, 2019 2:55 pm

ווילאנג עס איז אפיציעל דארף דאס נישט זיין קיין פראבלעם

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך יוני 05, 2019 3:06 pm

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:איך בין מקנא אייער עולם הבא!!!!!!

אסאך שטעטלעך האבן זיך שוין געפענט די לעצטע שטיק צייט, אבער יעדעס איינציגע פון זיי ברויך גרויס סייעתא דשמיא עס זאל זיך אויסארבעטן און ווערן א שטאט.
דאס איז אבער די ערשטע מאל ווי ווייט איך ווייס, וואס א קהילה מיט איר משפיע אינאיינעם מאכן א דראסטישע שריט, און ציען זיך אריין דראדע אין א היבש ווייטע געגנט געאגראפיש, אבער איך זעה שוין די נאכווייען דערפון, עס איז ביי מיר בלתי ספק די ערשטע קערנדל פון די מושג אז א קהילה הייבט זיך עמטליך אויף מיט איר משפיע אינאיינעם, נישט די משפיע שיקט זיינע אינגע אינגעלייט אין הרי עררט און ער זיצט זיך על מי מנוחות אין וויליאמסבורג און הערט כסדר באריכטן פון זיינע געטרייע אינגעלייט וואס ער האט מצליח געווען זיי משלח צו זיין, איך מיין אז דא ברעכט זיך א מעכטיגע דורכברוך, אז דער משפיע גייט אהין דאס איז א היסטארישע געשעהניש וואס איך האלט אז די פירות דערפון גייט נישט געדויערן צו לאנג און עס גייט זיך איבערחזר'ן ביי אנדערע קהילות אויך.

ואל הקעטסקילס אשא עיני ואומר.

איך זעה שוין א באבוב שטעטל, קלויזענבורג, צאנז, בעלזא, מונקאטש, אין פיל נאך, די קעטסקילס גייט זיין די נייע וויליאמסבורג!!!

אשריך ר' יואל שליט''א, בלתי ספק אז די הצלחה פון די קעטסקילס האט זיך געוואנדן אינעם ערשטע משפיע וואס זאל מסכים זיין זיך ארויסציען! און די ווייטערדיגע הצלחה פון די געגנט וועט ווערן פארשריבן אויף אייער קאונטע, חזק חזק, איר ברענגט אריין א האפענונג פאר אלע וויליאמסבורגע געשטראנדעטע אידן אז הישועה קרובה לבוא, און אט אט מאכט מיין אייגענע משפיע די זעלבע געוואגטע שריט, און וועט מיטשלעפן מיין בני בית צו א רואיגערע לעבן על הרי הקעטסקילס.


אטא דאס איז וואס איך וויין שוין לאנג
קוק ווי אזוי די אמאליגע שטעטלעך האבן זיך געפענט
לאמיר אהייבן ביי סקווער די רבי איז געווען דארט ערשט און נאך דעם דער עולם
טאהש וואס ווער ס'ווייסט האט מען זיך געמיטשעט פאר מנין דארט די רבי איז געווען דארט ערשט
פאפא רב איז אוועק נאכן עפענען די שטעטל און די היינטיגע רב האט נישט אהין געמאפט קוקט עס טאקע אויס אזוי
די ליסט מיינעך שטימט ביי אלע
נייטרא קאשו
איין אויסנאם איז געווען קרית יואל

קומען היינט רבנים מען עפענט א שטעלט מאפטס אהין
ס'ארבעט נישט אזוי פינטעל!
אפי' לינדען האב שוין אויך נישט געגלייבט אז די רב פלאנט עכט אהין צי מאפן מען האט געהאלטן און איין שלעפן
זאל זיך איינע פון די גרויסע מנהיגים אויף שטעלן און מאפן אוי וועט די עולם לויפן

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1628
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך יוני 05, 2019 3:08 pm

דממה דקה האט געשריבן:לכבוד מיין טייערער ברוינע באנאנע נרו יאיר

א גרויסן יישר כח פארן באריכטן די פרייליכע נייעס איבער די נייע שטעטל

אבער ווי די ווייסט איז די בריוון פון די ראש ישיבה א קאנטרעווערסיאלע זאך, וואס טייל חברים פון דאס פלאץ דא שפירן אז די פראוואצירנדע פראגעס זענען א מכשול פאר אונזערע קינדער, און ברענגען די בריוון אהער דא וועט דוחה זיין די מטרה פון די נייע אידישע שטעטל, איך בין זיכער אז פאר די הצלחה פון רבין'ס שטעטל איז בעסער אז איר ברענגט נישט אהער די בריוון.

דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין שלום בין אנשי שלומינו.


איך בין שטארק מחולק מיט דיר, עס איז נייעס וועגן די שטעטל ,און איך זע נישט ווי די חילוק כאפט פאר סתם מענטשן , די שטעטעל איז קרית ברסלב פאר ווער עס איז אפהענגיג אזא שטעטל מיט זייער רבין, יא בריוו נישט בריוו , ווער עס איז נישט קיין חסיד וועט נישט מופן דארט עניוועי , און טאמער שאדט עס פאר דיינע קינדער ,לערן זיי אויס נישט צו קוקן אין די אשכול דא... נאר אוועקמישן ווען זיי זעען עס :lol:

שלום דארף עניוועי זיין נישט קיין חילוק צו עס איז דא בריווען צו נישט
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום מיטוואך יוני 05, 2019 3:20 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך יוני 05, 2019 3:13 pm

דממה דקה האט געשריבן:לכבוד מיין טייערער ברוינע באנאנע נרו יאיר

Go bananas

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך יוני 05, 2019 3:18 pm

זייער גיט נייעס.
און פאר די האבן קריטיק, אויב קענט איהר בעסער, מאכט טאקע אויף אן אייגענע שטעטעל.
איך בין נישט קיין ברסלעבער. איך בין נישט א חסיד פון ר' יואל שליט"א. איך האלט מיך אבער יא פאר זיין תלמיד. פארוואס?
ווייל א חבר מיינער שיקט מיהר זיינע קליפס (היות מיין פילטער בלאקט עס - שיקט ער מיך עס אין אימעיל). און איך האב אהנגעהויבען זיין עצה, אז מען מעג מעביר זיין אביסל אויף אמאהל, איעדע טאג. זונטאג ביז שני, וכו'.
א דאנק אייך, ר' יואל שליט"א, האב איך באוויזן מעביר סדרה זיין 2 יאהר, און איך האלט שוין ביים דריטן יאהר.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
ראש חדשים
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

תגובהדורך ראש חדשים » מיטוואך יוני 05, 2019 3:31 pm

Kosher Travel האט געשריבן:זייער גיט נייעס.
און פאר די האבן קריטיק, אויב קענט איהר בעסער, מאכט טאקע אויף אן אייגענע שטעטעל.
איך בין נישט קיין ברסלעבער. איך בין נישט א חסיד פון ר' יואל שליט"א. איך האלט מיך אבער יא פאר זיין תלמיד. פארוואס?
ווייל א חבר מיינער שיקט מיהר זיינע קליפס (היות מיין פילטער בלאקט עס - שיקט ער מיך עס אין אימעיל). און איך האב אהנגעהויבען זיין עצה, אז מען מעג מעביר זיין אביסל אויף אמאהל, איעדע טאג. זונטאג ביז שני, וכו'.
א דאנק אייך, ר' יואל שליט"א, האב איך באוויזן מעביר סדרה זיין 2 יאהר, און איך האלט שוין ביים דריטן יאהר.

ר' אברהם הערש וואזנער שליט"א עצה'ט אויך ביי זיינע שיעורים דאס.
עס איז נישט ר' יואל'ס חידוש...

מחנך
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » מיטוואך יוני 05, 2019 3:32 pm

Kosher Travel האט געשריבן:זייער גיט נייעס.
און פאר די האבן קריטיק, אויב קענט איהר בעסער, מאכט טאקע אויף אן אייגענע שטעטעל.
איך בין נישט קיין ברסלעבער. איך בין נישט א חסיד פון ר' יואל שליט"א. איך האלט מיך אבער יא פאר זיין תלמיד. פארוואס?
ווייל א חבר מיינער שיקט מיהר זיינע קליפס (היות מיין פילטער בלאקט עס - שיקט ער מיך עס אין אימעיל). און איך האב אהנגעהויבען זיין עצה, אז מען מעג מעביר זיין אביסל אויף אמאהל, איעדע טאג. זונטאג ביז שני, וכו'.
א דאנק אייך, ר' יואל שליט"א, האב איך באוויזן מעביר סדרה זיין 2 יאהר, און איך האלט שוין ביים דריטן יאהר.


די עצה ברענגט די משנה ברורה פון דעם גר"א זי"ע, אי משום הא...

אור
שר האלף
תגובות: 1877
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מיטוואך יוני 05, 2019 3:37 pm

WOW
מוארדיגע גוטע נייעס!
קומט איהם אסאך אסאך קרעדיט!! (צו איך/דו ביזט מסכים צו נישט)
קודם די ביליגע חתונת אין ישיבה (שוין געווען 6 שטיק !!!) און יעצט מיטן גיין קיין קעטסקילס

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך יוני 05, 2019 3:37 pm

מחנך האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:זייער גיט נייעס.
און פאר די האבן קריטיק, אויב קענט איהר בעסער, מאכט טאקע אויף אן אייגענע שטעטעל.
איך בין נישט קיין ברסלעבער. איך בין נישט א חסיד פון ר' יואל שליט"א. איך האלט מיך אבער יא פאר זיין תלמיד. פארוואס?
ווייל א חבר מיינער שיקט מיהר זיינע קליפס (היות מיין פילטער בלאקט עס - שיקט ער מיך עס אין אימעיל). און איך האב אהנגעהויבען זיין עצה, אז מען מעג מעביר זיין אביסל אויף אמאהל, איעדע טאג. זונטאג ביז שני, וכו'.
א דאנק אייך, ר' יואל שליט"א, האב איך באוויזן מעביר סדרה זיין 2 יאהר, און איך האלט שוין ביים דריטן יאהר.


די עצה ברענגט די משנה ברורה פון דעם גר"א זי"ע, אי משום הא...

מוהרא"ש פלעגט עס אלץ מעודד זיין
ער פלעגט בכלל שטארק מעודד זיין דאס ניצן די מויל און אסאך זאגן
איינע פון די הויפט נקודות זיינע איז געווען דאס מעביר סדרה זיין אויף א לייכטער וועג צו זאגן יעדן טאג אביסל.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך יוני 05, 2019 3:39 pm

מסתמא וועט נאך איין טאג זיין איין גרויסער עירוב פון די שטעטליך ארום מאנסי ביז נאך "קרית געלדצעהלער" ארויף ארויף די בערג ערגעץ אין די 90'ר עקזיטס.

אור
שר האלף
תגובות: 1877
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מיטוואך יוני 05, 2019 3:39 pm

וועלכע EXIT איז עס ?

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2013
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך יוני 05, 2019 3:40 pm

ראש חדשים האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:זייער גיט נייעס.
און פאר די האבן קריטיק, אויב קענט איהר בעסער, מאכט טאקע אויף אן אייגענע שטעטעל.
איך בין נישט קיין ברסלעבער. איך בין נישט א חסיד פון ר' יואל שליט"א. איך האלט מיך אבער יא פאר זיין תלמיד. פארוואס?
ווייל א חבר מיינער שיקט מיהר זיינע קליפס (היות מיין פילטער בלאקט עס - שיקט ער מיך עס אין אימעיל). און איך האב אהנגעהויבען זיין עצה, אז מען מעג מעביר זיין אביסל אויף אמאהל, איעדע טאג. זונטאג ביז שני, וכו'.
א דאנק אייך, ר' יואל שליט"א, האב איך באוויזן מעביר סדרה זיין 2 יאהר, און איך האלט שוין ביים דריטן יאהר.

ר' אברהם הערש וואזנער שליט"א עצה'ט אויך ביי זיינע שיעורים דאס.
עס איז נישט ר' יואל'ס חידוש...

כמפורש בשולחן ערוך סימן רפ"ה

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » מיטוואך יוני 05, 2019 3:40 pm

קענדי'ס האט געשריבן:אטא דאס איז וואס איך וויין שוין לאנג
קוק ווי אזוי די אמאליגע שטעטלעך האבן זיך געפענט
לאמיר אהייבן ביי סקווער די רבי איז געווען דארט ערשט און נאך דעם דער עולם
טאהש וואס ווער ס'ווייסט האט מען זיך געמיטשעט פאר מנין דארט די רבי איז געווען דארט ערשט
פאפא רב איז אוועק נאכן עפענען די שטעטל און די היינטיגע רב האט נישט אהין געמאפט קוקט עס טאקע אויס אזוי
די ליסט מיינעך שטימט ביי אלע
נייטרא קאשו
איין אויסנאם איז געווען קרית יואל

קומען היינט רבנים מען עפענט א שטעלט מאפטס אהין
ס'ארבעט נישט אזוי פינטעל!
אפי' לינדען האב שוין אויך נישט געגלייבט אז די רב פלאנט עכט אהין צי מאפן מען האט געהאלטן און איין שלעפן
זאל זיך איינע פון די גרויסע מנהיגים אויף שטעלן און מאפן אוי וועט די עולם לויפן


טעות גם בקרית יואל היה רבינו זצוק"ל מראשונים
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך יוני 05, 2019 3:44 pm

בעל דעת האט געשריבן:טעות גם בקרית יואל היה רבינו זצוק"ל מראשונים

ס'קען זיין איך האב א טעות לויט ווי איך האב געהערט אז ער געהאט א הויז דארט און נאך נישט געוואוינט דארט
אבער ס'קען זיין אז יא און לייג עס צי די ליסט

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6318
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יוני 05, 2019 3:47 pm

קענדי'ס האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:טעות גם בקרית יואל היה רבינו זצוק"ל מראשונים

ס'קען זיין איך האב א טעות לויט ווי איך האב געהערט אז ער געהאט א הויז דארט און נאך נישט געוואוינט דארט
אבער ס'קען זיין אז יא און לייג עס צי די ליסט

זיכער האט ער געוואוינט דארט, שאל אביך ויגדך, איך ווייס נישט וועלכע קרייז דו געהערסט, אבער ס'איז באקאנט אז ער האט געוואוינט דארט, אוודאי איז ער היבש געפארן קיין וומס"ב אפילו אויף געוויסע ימים טובים, אבער יעדער האט געוואוסט אז זיין וואוין ארט איז אין קרית יואל
און מען האט טאקע גענוג געציטערט נאך די הסתלקות וואס וועט זיין מיט קרית יואל, דארט איז אריינגעקומען די סייעתא דשמיא אז גדלו והצליחו למעלה מדרך הטבע
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך יוני 05, 2019 3:49 pm

ארלעדיגט ביי מיר האסטו געפוילט
מאכט עס נאך שטערקער די זאך
אז אן א שטארקע מנהיג וועסטו נישט האבן קיין שטארקע שטעטל

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך יוני 05, 2019 3:50 pm

קענדי'ס האט געשריבן:
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:איך בין מקנא אייער עולם הבא!!!!!!

אסאך שטעטלעך האבן זיך שוין געפענט די לעצטע שטיק צייט, אבער יעדעס איינציגע פון זיי ברויך גרויס סייעתא דשמיא עס זאל זיך אויסארבעטן און ווערן א שטאט.
דאס איז אבער די ערשטע מאל ווי ווייט איך ווייס, וואס א קהילה מיט איר משפיע אינאיינעם מאכן א דראסטישע שריט, און ציען זיך אריין דראדע אין א היבש ווייטע געגנט געאגראפיש, אבער איך זעה שוין די נאכווייען דערפון, עס איז ביי מיר בלתי ספק די ערשטע קערנדל פון די מושג אז א קהילה הייבט זיך עמטליך אויף מיט איר משפיע אינאיינעם, נישט די משפיע שיקט זיינע אינגע אינגעלייט אין הרי עררט און ער זיצט זיך על מי מנוחות אין וויליאמסבורג און הערט כסדר באריכטן פון זיינע געטרייע אינגעלייט וואס ער האט מצליח געווען זיי משלח צו זיין, איך מיין אז דא ברעכט זיך א מעכטיגע דורכברוך, אז דער משפיע גייט אהין דאס איז א היסטארישע געשעהניש וואס איך האלט אז די פירות דערפון גייט נישט געדויערן צו לאנג און עס גייט זיך איבערחזר'ן ביי אנדערע קהילות אויך.

ואל הקעטסקילס אשא עיני ואומר.

איך זעה שוין א באבוב שטעטל, קלויזענבורג, צאנז, בעלזא, מונקאטש, אין פיל נאך, די קעטסקילס גייט זיין די נייע וויליאמסבורג!!!

אשריך ר' יואל שליט''א, בלתי ספק אז די הצלחה פון די קעטסקילס האט זיך געוואנדן אינעם ערשטע משפיע וואס זאל מסכים זיין זיך ארויסציען! און די ווייטערדיגע הצלחה פון די געגנט וועט ווערן פארשריבן אויף אייער קאונטע, חזק חזק, איר ברענגט אריין א האפענונג פאר אלע וויליאמסבורגע געשטראנדעטע אידן אז הישועה קרובה לבוא, און אט אט מאכט מיין אייגענע משפיע די זעלבע געוואגטע שריט, און וועט מיטשלעפן מיין בני בית צו א רואיגערע לעבן על הרי הקעטסקילס.


אטא דאס איז וואס איך וויין שוין לאנג
קוק ווי אזוי די אמאליגע שטעטלעך האבן זיך געפענט
לאמיר אהייבן ביי סקווער די רבי איז געווען דארט ערשט און נאך דעם דער עולם
טאהש וואס ווער ס'ווייסט האט מען זיך געמיטשעט פאר מנין דארט די רבי איז געווען דארט ערשט
פאפא רב איז אוועק נאכן עפענען די שטעטל און די היינטיגע רב האט נישט אהין געמאפט קוקט עס טאקע אויס אזוי
די ליסט מיינעך שטימט ביי אלע
נייטרא קאשו

איין אויסנאם איז געווען קרית יואל

קומען היינט רבנים מען עפענט א שטעלט מאפטס אהין
ס'ארבעט נישט אזוי פינטעל!
אפי' לינדען האב שוין אויך נישט געגלייבט אז די רב פלאנט עכט אהין צי מאפן מען האט געהאלטן און איין שלעפן
זאל זיך איינע פון די גרויסע מנהיגים אויף שטעלן און מאפן אוי וועט די עולם לויפן

סתם אלץ היסטאריע, דאכט זיך מיר איינער האט שוין געהאקט, אבער הרה"ק מסאטמאר איז געווען אין קרית יואל פון די עשרה ראשונים, אין סקוירא, אויב כ'געדענק גוט האב איך געליינט אז ער האט יא געווארט אביסל לענגער ומי יבוא בסוד קדושים.
אויך האסטו פארגעסן וויזניץ מאנסי אויסצורעכענען צווישן די וואס זענען געפארן מיטן עולם
איך רעאגיר נישט אויף די תוכן הדברים אזוי ווי כפרוביר בכל הכוחות נישט צו שרייבן מער דא ווייל כ'האב שארף שארף אראפ געריסן מנהיגי קהלות קדושות ווי כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן און כ'האב געטון נגד רצוני ווייל כ'האב באקומען א אויסברוך נאכן זען זאכן וואס האבן מיך אויפגעקאכט עד הסוף
אז מ'לעבט דערלעבט מען

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6318
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יוני 05, 2019 3:51 pm

קענדי'ס האט געשריבן:ארלעדיגט ביי מיר האסטו געפוילט
מאכט עס נאך שטערקער די זאך
אז אן א שטארקע מנהיג וועסטו נישט האבן קיין שטארקע שטעטל

אין הכי נמי
קיינער פון די גרויסע רבי'ס ווילן נישט איבערלאזן די הייליגע וומס"ב, אבער דעם עולם שיקט מען, נאר אין גור קען דאס ארבעטן, אדער אפשר סקווירא, חוץ דעם ארבעט דאס נישט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך יוני 05, 2019 3:53 pm

קענדי'ס האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:טעות גם בקרית יואל היה רבינו זצוק"ל מראשונים

ס'קען זיין איך האב א טעות לויט ווי איך האב געהערט אז ער געהאט א הויז דארט און נאך נישט געוואוינט דארט
אבער ס'קען זיין אז יא און לייג עס צי די ליסט


אוודאי האט דער רבי זצ"ל געוואוינט געהעריג אין ק"י, נאר מתחילה האט ער געוואוינט אין א הויז וואס איז געווען מער אינדרויסן פון שטעטל, אויך האט ער געהאט דעם דירה נעבן די ביהמ"ד אין די בעק. שפעטער האט מען געבויעט פאר איהם דעם נייעם הויז (שפעטער ילד שעשועים) וואס איז פארטיג געווארן זומער תשל"ט, דעם לעצטן פרייטיג פון זיין לעבן איז ער אפילו געגאנגען באזוכן דעם נייעם הויז, אבער למעשה האט ער זיך נישט אריינגעצויגן דארטן.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט