כאראקטערן פונעם חסידישע דיזיין און געבוי פון בתי מדרשים

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 869
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » זונטאג אוקטובער 21, 2018 8:15 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:אמרי חיים געדאווענט אין מאנסי?

'קהל תורת חיים וויזשניץ' איז אין וויליאמסבורג. דעריבער האב איך פארשטאנען אז ער רעדט פון יענעם שוהל.

מאנסי שול אין שיכון כתר איז 'קהל אמרי חיים' און די נייע שול הייסט לבוש מרדכי.

האסט א טעות ס׳הייסט יא קהל תורת חיים
צוגעלייגטע
DFADDBE9-0CB5-4E6F-8DFE-7E999092AA8E.jpeg
DFADDBE9-0CB5-4E6F-8DFE-7E999092AA8E.jpeg (156.53 KiB) געזעהן 1241 מאל

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג אוקטובער 21, 2018 8:23 pm

אסאך אמאליגער שולן זענען געווען געבויט מיט די גאטהעשיער דעזיין "Gothic architecture" וואס איז געניצט געווארן ביי שוהלן און להבדיל אא''ה קירכעס!

נאך דא אסאך בנינים וואס זענען נאך היינט אין באנוץ ביים היימישן ציבור וואס זענען געבויט מיט דער גאטה'טישער דעזיין

מתון מתון
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובהדורך מתון מתון » זונטאג אוקטובער 21, 2018 10:39 pm

מען זאגט עס ארויס גאטהיק. נישט גאטהעישיער

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג אוקטובער 21, 2018 11:19 pm

מתון מתון האט געשריבן:מען זאגט עס ארויס גאטהיק. נישט גאטהעישיער

יעך האב עס פראבירט צו פאראידישן...

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2844
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג אוקטובער 21, 2018 11:48 pm

מאפין האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:איז עס נישט א פשוטע טויש אין די אלגעמיינע וועלט פון בויען בנינים? איז די דאזיגע סטייל א חידוש בלויז אין די אידישע וועלט, אדער איז דאס פשוט געווארן די מאדערנע סטייל נאציאנאל.


וויפיל נישט-יידישע (ליין חרדישע) בניינים פון די לעצטע 70 יאר קענסטו מיר ווייזען וואס קוקען אויס אפילו ענדליך צו ראדני אדער דער נייער חלק פון גרויסען בית מדרש און ק"י?

ס'איז קלאר אז ביי חסידים בויט מען אנדרעש ווי אין די אלוועלטלעכער גאס. די פראגע איז פארוואס? איז עס מחמת חוקת הגוי? חדש אסור מן התורה? דער אלטער היים? אדער סתם, דאס איז די סטייל וואס חסידים האבען ליב?

מיין עיקר פראגע אבער איז: פארוואס איז די אויבערדערמאנטער סיבה (איזה סיבה שיהיה) נאר רעלאווענט אין די לעצטע 20 יאר? פארוואס איז דער גרויסער ק"י ביהמ"ד נישט געבויט געווארן לכתחילה ווי דעם נייער אפטיילונג? וואס האט זיך גענדערט ביי אונדז אין די לעצטע דרייסיג יאר וואס האט געפירט צו דעם טויש?

נ.ב. איינער דא ווייסט ווער ס'איז געווען די ארכיטעקט פון גרויסען בית מדרש אין ק"י?

לעניות דעתי האט עס מיט די קאנסטראקשען און ריעל עסטעיט מארקעט. נאך די קריג זענען די אונגערישע אידן אריין אין ביזנעס, קיינער האט נישט געבויעט. ביז תש''נ איז כמעט נישט געווען קיין איין נייע נוי בילדינג אין וויליאמסבורג, מ'האט געקויפט א אלטע הויז און רענעווירט. און ביי שולן איז געווען בערך די זעלבע. ס'קיינעם נישט בייגעפאלן אריין צו לייגן קאפ אין מוח אין דיזיין שניידן פענסטער רינדיג וכדו'. מערסטענס זענען די השגות געגאנגען אויף א שטיקל מארבל אויפ'ן מזרח וואנט.

תש''נ בערך האבן זיך זאכן אנגעהויבן טוישן, וויליאמסבורג האט אנגעהויבן זעהן דעוועלאפמענטס א שטייגער ווי די פאז, מיניסעפול, דער עולם איז צוביסלעך אריין אין קאנסטראקשען און ריעל עסטעיט. מ'האט אנגעהויבן בויען אין גרויסן און ספענדן אויף דיזיין, און די שולן זענען נאכגעוואקסן.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
פעטער שמואל
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 12:08 am

אזוי וויל איך האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:אמרי חיים געדאווענט אין מאנסי?

'קהל תורת חיים וויזשניץ' איז אין וויליאמסבורג. דעריבער האב איך פארשטאנען אז ער רעדט פון יענעם שוהל.

מאנסי שול אין שיכון כתר איז 'קהל אמרי חיים' און די נייע שול הייסט לבוש מרדכי.

האסט א טעות ס׳הייסט יא קהל תורת חיים

גערעכט.
טעיתי.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

yoy
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 8:23 am

מאפין האט געשריבן:איך לערן זיך ארכיטעקטור... וועלעכע נאך זאכען קען מען ווייזען מיט די פינגער וואס מאכט ארקיטעקטור 'חסידישע ארקיטוקטור'?

נאך א זאך: רובא דרובא היימישע שולען ווערן היינט צוטאגס דעזיינט אין די קלאסישע סטייל, דהיינו מיט רונדיכיגע פענסטער, זיילן, וכו' וכו'. אויב מען קוקט אויף די שולען און בניני המוסדות פון פערציג יאר צוריק זעט מען אז מען פלעגט נישט בויען אזוי. צום ביישפיל, ראדני, ביהמ"ד הגדול ק"י האבן נישט די כאראקטערן פון די היינטיגע בתי מדרשים. אזוי ווייט אז די נייע חלק פון ביהמ"ד ק"י לויפט גאר אנדערש פונעם אלטן חלק (זעה בילדער). וואס האט צוגעברענגט די טויש אין דיזיין ביי בתי מדרשים וכדו?


איך קען עס נישט גלויבן:
אבער, די מענטשען, וואס האבן דיזיינט, דעם נייער חלק פון דעם גרויסע ביהמ"ד אין ק"י, האבען נישט געכאפט וואס דער ביהמ"ד קונסט פּלאַן (Architectures View) פון די אַלט חלק, איז דיזיינט געווארען

ער האט נישט געזען, אין פאַרשטאנען, אז א גאר גרויסן חלק פינעם בולדינג'ס אויסזען, טאקע נאר די 8-9 זוילן, (אין די 9טע די מיטעלסט, די גאר גרויסער אין מעכטיגע הויעך'ע זויל)
אבער די רושם (impression) פינעם בולדינג געט זייער א שטארקען "טאן", אז סע איז געבויט געווארען, טרייענגל (Triangle)

די ווייסע שטיינער מאכען נישט דעם גאצן מעכטיגן אויסזען, זיכער גאר א גרויסע חלק, אבער,

די נייע, צו די אַלטע מעטשען אינגאנצן נישט

אין מיינע אויגן ער איז נישט קיין דיזיינער, ווייל סע פעלט די טרייענגל חלק
צוגעלייגטע
Old KJ_Synagouge . .jpg
Old KJ_Synagouge . .jpg (97.98 KiB) געזעהן 396 מאל
לעצט פאראכטן דורך yoy אום דינסטאג אוקטובער 23, 2018 10:18 am, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20296
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 9:03 am

די אריגענעלע פלאן פונעם קרית יואל'ער ביהמ"ד איז נישט געוועזן מיט א שפיץ, ס'האט געהאט א גראדע פראנט מיט לוחות אויסגע'שורה'ט.

די שטיגן דעזיין בעצם איז ר' חיים הערש ליימזידער'ס קאפ לויט די סופרים קארט בילדינג אין מאנהעטן:
https://goo.gl/maps/nQTxAoCfcwC2
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 12:56 pm

farshlufen האט געשריבן:די אריגענעלע פלאן פונעם קרית יואל'ער ביהמ"ד איז נישט געוועזן מיט א שפיץ, ס'האט געהאט א גראדע פראנט מיט לוחות אויסגע'שורה'ט.

די שטיגן דעזיין בעצם איז ר' חיים הערש ליימזידער'ס קאפ לויט די סופרים קארט בילדינג אין מאנהעטן:
https://goo.gl/maps/nQTxAoCfcwC2
צוגעלייגטע
kj_shul.jpg
kj_shul.jpg (199.52 KiB) געזעהן 900 מאל
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20296
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 12:59 pm

ישר כחכם הער קאמענטאטער.

האב מיר עס געזען אריבער 20 יאר צוריק.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 1:28 pm

yoy האט געשריבן:
מאפין האט געשריבן:איך לערן זיך ארכיטעקטור... וועלעכע נאך זאכען קען מען ווייזען מיט די פינגער וואס מאכט ארקיטעקטור 'חסידישע ארקיטוקטור'?

נאך א זאך: רובא דרובא היימישע שולען ווערן היינט צוטאגס דעזיינט אין די קלאסישע סטייל, דהיינו מיט רונדיכיגע פענסטער, זיילן, וכו' וכו'. אויב מען קוקט אויף די שולען און בניני המוסדות פון פערציג יאר צוריק זעט מען אז מען פלעגט נישט בויען אזוי. צום ביישפיל, ראדני, ביהמ"ד הגדול ק"י האבן נישט די כאראקטערן פון די היינטיגע בתי מדרשים. אזוי ווייט אז די נייע חלק פון ביהמ"ד ק"י לויפט גאר אנדערש פונעם אלטן חלק (זעה בילדער). וואס האט צוגעברענגט די טויש אין דיזיין ביי בתי מדרשים וכדו?

[image][/image]

עס קען נישט גלויבן;
אָבער די מענטש וואס האבן געמאכט די ניי טייל פון די גרויסע שול, ביהמ"ד הגדול ק"י ווייסט נישט וואָס די שול קונסט פּלאַן פון די אַלט חלק איז

האט ער נישט געזען צו פאַרשטיין אַז די גאנצע בולדינג איז געבויט דורך triangle design דרייענגל ??

די נייע, צו די אַלטע פּלאַן מעטשען אינגאנצן נישט
אין מיין אויגן ער איז נישט אַ דיזיינער

גוגל איבערזעצן ווייס נישט מאַכן גוטע אַרבעט
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 1:33 pm

המממ... געדענקט איינער די "קאלירטע פענסטער" ?
צוגעלייגטע
color....PNG
color....PNG (260.29 KiB) געזעהן 849 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20296
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 1:36 pm

דו לעזט נישט גוט, די עראאו ווייזט וועלכע קאליר [#1] די שטיינער זאלן זיין.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מאפין
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 07, 2018 12:23 pm

תגובהדורך מאפין » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 3:30 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:זייער א אינטרעסאנטע און יוניק אשכול!
מברויך לכאורה צוריקקוקען צו די אלטע היים, וויזוי מפלעגט אמאל בויען



איך גלייב אז די שטאטישע שול אין די שטאט סאטמאר איז אין די Moorish סטייל (די סטייל איז ענדליך צו מוסלימישע- ספאנישע געביידעס פון די מיטל אלטער). די Moorish סטייל איז געווען סטייליש אין די גבוי פון שולען במשך די ענדע ניינצהען יארהונדרעט און אין די אנפאנג פון צוואנציג יארהונדרעט, אין באַזונדער אין די אונגארישע און דייטש ריידענדע שטעט פון די עסטרייַך-אונגארן מלוכה (זעה בילדער).

איך מיין אז די היינטיגע חסידישע שולען ניצען עלעמענטן פון די רענעסאַנס און באַראָוק ארקטעקטור וואס איז געניצט געווארן אין אסאך שולען אין פוילען און אוקריינע (גאליציע) (זעה בילדער)

איז יעצט די פראגע: פארוואס (אין די פאל פון סאטמאר) זיך ווענדען צו די סטייל פון שולען איז גאליציע און נישט צו די שולען אין אנגארען ווי סיגעט און סאטמאר?
צוגעלייגטע
hungarian_galician shuls.png
hungarian_galician shuls.png (220.68 KiB) געזעהן 662 מאל
לעצט פאראכטן דורך מאפין אום מאנטאג אוקטובער 22, 2018 4:05 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

מאפין
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 07, 2018 12:23 pm

תגובהדורך מאפין » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 3:40 pm

קאמענטאטאר האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:די אריגענעלע פלאן פונעם קרית יואל'ער ביהמ"ד איז נישט געוועזן מיט א שפיץ, ס'האט געהאט א גראדע פראנט מיט לוחות אויסגע'שורה'ט.

די שטיגן דעזיין בעצם איז ר' חיים הערש ליימזידער'ס קאפ לויט די סופרים קארט בילדינג אין מאנהעטן:
https://goo.gl/maps/nQTxAoCfcwC2


Wow זייער אינטערסאנט!

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 5:08 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:אמרי חיים געדאווענט אין מאנסי?

'קהל תורת חיים וויזשניץ' איז אין וויליאמסבורג. דעריבער האב איך פארשטאנען אז ער רעדט פון יענעם שוהל.

מאנסי שול אין שיכון כתר איז 'קהל אמרי חיים' און די נייע שול הייסט לבוש מרדכי.

מיר באציהען זיך צום וויזשניצע שוהל אין מאנסי.
ספארמאגט א הערליכע שיינע טויער ביים אריינגאנג, נאר די אריינגאנג איז אין בעק פון די געביידע און מען קאן עס נישט זען פון גאס!

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 5:57 pm

ווען מ'האט געבויט דעם בנין פארן כולל אין קר"י, האבן די פארפירערס פארפירט אז דער מגדל פון אויבן איז נישט אין איינקלאנג מיט תקנות מיהאלעוויטץ......
אולי פאר דעם האט מען טאקע אין סאטמאר נישט געבויט די סטייל פון סאטמאר אינדערהיים, וואס האט לכאורה דעם זעלבן פראבלעם,
ודי בזה להזוכרים את השערוריה....

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 9:35 am

ראספשע האט געשריבן:ווען מ'האט געבויט דעם בנין פארן כולל אין קר"י, האבן די פארפירערס פארפירט אז דער מגדל פון אויבן איז נישט אין איינקלאנג מיט תקנות מיהאלעוויטץ......
אולי פאר דעם האט מען טאקע אין סאטמאר נישט געבויט די סטייל פון סאטמאר אינדערהיים, וואס האט לכאורה דעם זעלבן פראבלעם,
ודי בזה להזוכרים את השערוריה....
צוגעלייגטע
Kollel.jpg
Kollel.jpg (71.5 KiB) געזעהן 434 מאל
קאמענטארן זענען איבריג

yoy
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 10:01 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
yoy האט געשריבן:
מאפין האט געשריבן:איך לערן זיך ארכיטעקטור... וועלעכע נאך זאכען קען מען ווייזען מיט די פינגער וואס מאכט ארקיטעקטור 'חסידישע ארקיטוקטור'?

נאך א זאך: רובא דרובא היימישע שולען ווערן היינט צוטאגס דעזיינט אין די קלאסישע סטייל, דהיינו מיט רונדיכיגע פענסטער, זיילן, וכו' וכו'. אויב מען קוקט אויף די שולען און בניני המוסדות פון פערציג יאר צוריק זעט מען אז מען פלעגט נישט בויען אזוי. צום ביישפיל, ראדני, ביהמ"ד הגדול ק"י האבן נישט די כאראקטערן פון די היינטיגע בתי מדרשים. אזוי ווייט אז די נייע חלק פון ביהמ"ד ק"י לויפט גאר אנדערש פונעם אלטן חלק (זעה בילדער). וואס האט צוגעברענגט די טויש אין דיזיין ביי בתי מדרשים וכדו?

איך קען עס נישט גלויבן:
אבער, די מענטשען, וואס האבן דיזיינט, דעם נייער חלק פון דעם גרויסע ביהמ"ד אין ק"י, האבען נישט געכאפט וואס דער ביהמ"ד קונסט פּלאַן (Architectures View) פון די אַלט חלק, איז דיזיינט געווארען

ער האט נישט געזען, אין פאַרשטאנען, אז א גאר גרויסן חלק פינעם בולדינג'ס אויסזען, טאקע נאר די 8-9 זוילן, (אין די 9טע די מיטעלסט, די גאר גרויסער אין מעכטיגע הויעך'ע זויל)
אבער די רושם (impression) פינעם בולדינג געט זייער א שטארקען "טאן", אז סע איז געבויט געווארען, טרייענגל (Triangle)

די ווייסע שטיינער מאכען נישט דעם גאצן מעכטיגן אויסזען, זיכער גאר א גרויסע חלק, אבער וויפיל האבען געוויסט צי זאגען, אז עס אז עס קימט פינעם supreme court building in manhattan

די נייע, צו די אַלטע מעטשען אינגאנצן נישט

אין מיינע אויגן ער איז נישט קיין דיזיינער, ווייל סע פעלט די טרייענגל חלק


גוגל איבערזעצן ווייס נישט מאַכן גוטע אַרבעט


איך לייג דא צו בילדער

קלאָצקאָפּ:
זענט איר אפשר די יעצטיגע דיזיינער.?
פערביר זיך צו האלטען דא , צו די נושא פין דיזייניג (designing subject)

(btw די שמעקסט פיין... איך האב טאקע נישט געהאט א אידישן קיבארד דאן .. איך פארעכט עס יעצט
צוגעלייגטע
1 NUCH INS .jpg
1 NUCH INS .jpg (352.44 KiB) געזעהן 179 מאל
try angl.png
try angl.png (352.38 KiB) געזעהן 403 מאל
~MyBitmap.Bmp
~MyBitmap.Bmp (529.15 KiB) געזעהן 403 מאל
לעצט פאראכטן דורך yoy אום מאנטאג אוקטובער 29, 2018 10:50 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20296
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 10:32 am

ראספשע האט געשריבן:ווען מ'האט געבויט דעם בנין פארן כולל אין קר"י, האבן די פארפירערס פארפירט אז דער מגדל פון אויבן איז נישט אין איינקלאנג מיט תקנות מיהאלעוויטץ......
אולי פאר דעם האט מען טאקע אין סאטמאר נישט געבויט די סטייל פון סאטמאר אינדערהיים, וואס האט לכאורה דעם זעלבן פראבלעם,
ודי בזה להזוכרים את השערוריה....


די טורעם איז אראפגענומען געווארן ע"פ פקודת מרן בעל ברך משה נאכדעם וואס ער האט עס געזען ביים שפאצירן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נאר חסרונות, שטיל און 24 געסט