איך האב געהאט א חלום- אויף מארטין לוטער קינג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

איך האב געהאט א חלום- אויף מארטין לוטער קינג

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג יוני 18, 2018 6:00 pm

דאס מאל מאכענדיג מיין וועג צום ביהמ"ד המרכזי דגרינוויל, שפאצירענדיג פרייטאג צונאכטס אויף מארטין לוטער קינג דרייוו, זענען מיינע טריט געווען שנעלער און פרייליכער.

גוט אויסגערוהט, נאכן כאפן א דרימל פון א שעה, א גוטע טועמיה, א שיין געדעקטע שבת טיש, ווערענדיג ארויס באגלייט דורך די ב"ב און די לעכטיגע קינדער קע"ה, איז נאטורליך צו פילן פרייליך און מינטער, אבער דאס מאל איז עס געווען מער ווי געווענליך, איך פרוביר צו כאפן פארוואס, ביז איך האב מיר דערמאנט:

איך האב געהאט א חלום!

א שיינע חלום האב איך געהאט, עס איז חנוכה ביינאכט, מען זיצט מיט די קינדער און אייניקלעך ארום דעם טיש, די שטוב איז באלאכטען מיט די הייליגע חנוכה לעכטלעך, פון די פענסטער זעהט מען די לעכטעלך שיינען ארויס פון אלע אידישע שטובער, די אטמאספערע און ווארעם אין אנגענעם.

אינמיטן דעם פארברענג איז מען אויסגעלאפן פון פאפקארן, די קליינע מושי פארפירט אז ער האט נישט באקומען, נו, שרה'לע גיי צו 'פערענץ 24' און קויף נאך פאפקארן, אויפן וועג מאך א סטאפ אין די אייז קרים סטאר און קויף איין גענונג פאר יעדן.

שרה'לע לויפט ארויס צו 'פערענץ 24' וואס געפונט זיך אין צענטער פון 'אלט גרינוויל' אויף מארטין לוטער קינג צווישן בידוויל אין סטעגמענט, א גיגאנטישע סופער מארקעט מיט ריזיגע איילס און צען קאשירערס, כאטש וואס עס זענען פארהאן צענדליגע גראסערייען און סופער מארקעטס אין די אידישע בוואוינטע גרינוויל, איז אבער 'פערענץ 24' א געשעפטן וואס יעדער ניצט אסאך, ערשטענס צוליב די גרויסקייט און די פולע ליין פון פרודאקטן, וואס נעמט אריין פיש און פלייש געשעפטן, טעיק אוט און וואס נישט, והשנית, סאיז אפען 24 שעה א טאג, און געפינט זיך הארט נעבן צוויי פארנומענע חתונה זאלן, אזוי ארום דינט עס אויך די חתונה געסט פון די דערנעבענדיגע ווילאמסבורג, צו כאפן א נאש אדער א טרינק פאר'ן אהיים פארן.

אויך איז עס נישט ווייט פון בית המדרש בית זאב דוב ביים ווינקל פון מ-ל-ק און פולטאן, די בית המדרש וואס ווירבעלט מיט מנינים פון די נץ ביז 3 אויף דער נאכט.

עס גייט דורך 15 מינוט, שרה'לע איז צוריק מיט די סחורה, און מיט א שמייכל פון איין אויער צום צווייטן זאגט זי, טאטי, איך האב געזעהן וויאזוי טאטעס זענען אויף א טשערי פיקער און הענגן אויף סיינס פאר די הכנסת ספר תורה, מאמי האט געזאגט אז ביי די הכנסת ספר תורה גייען אונז גיין פרי, ווייל פאריגע וואך ווען אונז זענען אנגעקומען צו די הכנסת ספר תורה אין וויזניץ מאנסי גרינוויל שול האט מען שוין געהאלטן נאך אלעם.

פארשטייט זיך אז איך האב גענטפערט, יא שעפעלע, אי"ה דאס מאל וועט מען גיין פריער.

נו שוין, מען האלט שוין ביי די אייז קרים, שוין נאך 12 אויף דער נאכט, און די קינדער הייבן זיך אן גרייט מאכן אהיים צו גיין, טייל וואוינען טאקע נישט ווייט, צוויי דריי גאסן אראפצו, אבער אנדערע וואוינען שוין אין 'ניי גרינוויל', א וואק פון 20 מינוט. אלזא, שוין שפעט, מען דארף בענטשן און גיין.

אבער פלוצלינג איז איינע פון די אייניקלעך וואס איז געזיצן איבער משפחה בילדער, אויפגעשפרינגען מיט א בילד אין די האנט, 'מען זעהט דא מומע ביילי אלס מיידל אהיים קומענדיג פון איר סידור פלעי, אבער ווער זענען די גוים? באבי, פארוואס זענען די ש.... גוים געווען ביי די סידור פלעי?

א שמייכל איז ארויף אויף מיין פנים, איך געדענק נאך די סידור פלעי ווי עס וואלט היינט געווען.

איך האב מחליט געווען, איך מוז רעדן מיט מיינע קינדער און אייניקלעך איבער דעם בילד.

קינדערלעך, געווען איז דאס די סאמע ערשטע סידור פלעי על אדמת גרינוויל, אינמיטן ווינטער פון תשע"ח, עס האבן דאן געוואוינט דא אומגעפעהר 60 אידישע משפחות, די קערנדלעך פון די היינט אזוי באקאנטע אידישע שטאט גרינוויל זענען נארוואס געווארן אנגעזייעט.

איך באטראכט מיינע אייניקלעך, וויאזוי זיי קוקן מיר אן מיט ברייט צעפענטע אויגן, עס ליינט זיך זייער ווינדער, נאר 60 משפחות? אלע טויזענטער הייזער זענען געווען ליידיג?

ווי צו פארענטפערן זייערע קשיות בין איך ממשיך, אלע הייזער זענען געווען באוואוינט מיט טונקעלע גוים.

וואס מיינט טונקעלע גוים פרעגט יענקי, מושי וואס ווייסט אלעס רופט זיך אן, עס מיינט אזוי ווי די גוי וואס ארבעט ביי 'גריל אן אשען', הא רופט זיך אן חיים הערשעלע, אויך ביי 'גאלד דריי גוד' ארבעט אזא איינער מיט'ן נאמען דזשאסעף, ער פלעגט אמאל ארבעטן ביי 'איידליס טעיק אוט.

בקיצור קינדערלעך טייערע, ווען מיר זענען דא אנגעקומען האבן אונזער בלאק געוואוינט נאר דריי אידישע משפחות, מיר האבן דאן געוואוינט אויף דווייט סטריט, א גאס וואו עס וואוינען היינט נאר אידן, אביסל שפעטער זענען אנגעקומען נאך צוויי אידן אויף אונזער בלאק.

מיר זענען געוואקן צום בית המדרש וואס איז דאן געווען אויף מ-ל-ק, די גאנצע גאס איז געווען פול מיו גוים, גרופעס ביי יעדן געשעפט מיט ווילדע מוזיק און הויכע געשרייען.

עס איז דעלמאטס געווען בלויז צוויי שולן אין די גאנצע געגענט, די צענטראלע שול אויף מלק, און בארדיטושבער בית המדרש אויף ווילקאסין דאס.

בלויז איין גראסעריי נעקסט דאר פון בית המדרש, און אויסער דעם איז נישט געווען קיין איין אידישע געשעפט.

זעהנדיג די אינטערעסע פון די קינדער און אייניקלעך, האב איך געפענט א בינטל זכרונות, איבערגייענדיג די גאסן פון שטאט, די געשעפטן און בתי מדרשים מיט מוסדות התורה, אנגעבענדיג וואס עס איז אמאל געווען אויף די פלעצער.

ביים ווינקל פון מ-ל-ק און בעוויוא וואו עס שטייט היינט די הערליכע GB געשעפט, איז געווען א קליינע גוי'אישע גראסעריי, מען פלעגט פרובירן נישט אריבערצוגיין דעם געשעפט צוליב די ווילדע פארשוינען וואס פלעגן דארט אפזיצן.

אריבער די גאס ביים אנדערן ווינקל, וואו עס געפונט זיך היינט די הערליכע 'פרדס' חתונה זאלן איז געשטאנען א קלויסטער.

די ריזיגע סופער מארקעט 'פערענץ 24' איז א צוזאם שטעל פון אפאר געשעפטן, די 'קענדי שאפ' (וואו עס פלעגט אין די בראשית יארן פארקומען מלוה מלכה'ס און מעמדים פון די מוסדות, אריינגערעכנט די ערשטע סידור פלעי) און א בארבער שאפ מיט א גוי'אישע רעסטעראנט.

די גרויסע סאטמאר בית המדרש אויף אושען און דווייט, איז אין יענע יארן געווען א מושב זקנים.

דארט ווי עס שטייט היינט די סקווערע שטיבל אויף גארפילד און וועגמען איז געווען א 6 פעמעלי הויז מיט ערלים וואס זענען כסדר געווען אויפן גאס, מאכענדיג אומבאקוועם אלע דורכגעייער.

די אפעטייזינג געשעפט אויף מלק נעבן דווייט סריט איז בשעתו געווען א אלטע גראסעריי וואס האט געדינט ווי א הענגאוט פלאץ פאר די נידריגסטע.

עין טוב אפטיקעל, א מאדערנע אפ טו דעיט אויגן דאקטער-ברילן געשעפט ביים ווינקל פון מלק און ווענאסטרען איז געווען א באר, מען האט געציטערט דורכצוגיין דארט.

די קינדער און אייניקלעך שטייען מיט געשפיצטע אויערן, זיי גלייבן קוים וואס זיי הערן, די מארטין לוטער קינג גאס מיט אירע אומצאליגע אידישע געשעפטן, גראסערייען, פארמאסיס, רעסטוראנטען, ספרים געשעפטן, גלעזער סטארס, דריי גוד, טעיק אוטס, שיך געשעפטן, זענען אלעס אמאל געווען נישט אידיש?

יא, קינדערלעך אין אייניקלעך, און איך וועל ענק זאגן דעם אמת, כאטש וואס היינט איז גרינוויל א עיר ואם בישראל, א געשמאקע אידישע געגענט וואו עס וואוינען בליעה"ר טויזענטער אידישע משפחות, בענקט זיך מיר די בראשית יארן, עס האט געהאט א חן און געשמאק, טאקע נאר געווען צוויי קליינע שול'ן, איין קליינע מוסד, איין קליינע גראסעריי, מען האט מורא געהאט ארויס צו שיקן א קינד אויפן גאס ביינאכט, נישט געווען קיין חתונה זאלן, נישט קיין רעסטוראנטן, אבער עס איז געווען אזא אחדות, עס האט געהערשט א ברידערליכקייט, א פאראייניגטע ווילן צו בויען א ישוב פאר אונז און אונזערע קינדער און אייניקלעך.

דאס דאוונען אין שול א פשוטע מנחה מעריב האט געהאט אלע טעמים, א שלש סעודות בדיבוק חברים וואו כ"ק הגה"צ גאב"ד גרינוויל שליט"א האט אזוי ווארעם פארגעזאגט הערליכע דברי תורה, איז געווען מעין עולם הבא, א מלוה מלכה ביי כ"ק אדמו"ר מפערסנא שליט"א וואו ער אליין האט מיט א ענות חן סערוויט יעדן באזונדער, האט ריכטיג פארטייטשט דעם פסוק הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד.

און...... איך האב מיך אויפגעוועקט..... והנה חלום.

די חלום איז געווען די סיבה פון מיין איבער מינטערקייט גייענדיג אין בית המדרש פרייטאג צו נאכטס אויף מארטין לוטער קינג.

אריינקומענדיג אין בית המדרש האב איך גוט באטראכט אלע מתפללים, טראכטענדיג, איך און זיי גייען דאס נאך אמאל -אין די ווירקליכע מציאות- פארציילן פאר אונזערע אייניקלעך בעזרת ה'.
?I DON'T CARE, DO YOU

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יוני 18, 2018 6:07 pm

WOW א מייסטערווערק.

אזא שיינע באשרייבונג, דער אויבערשטער זאל העלפען עס זאל מקויים ווערן שנעלער ווי געטראכט.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג יוני 18, 2018 6:08 pm

א וויזשניצער רבי אין דזשערסי סיטי, פעלט פון חלום

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג יוני 18, 2018 6:09 pm

wow wow wow ;l;p- ;l;p- ;l;p-
די ערשטע חלק פון די חלום האט זיך שוין אנגעהויבן
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2844
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג יוני 18, 2018 6:10 pm

דיס איס סאמטינג עלס.

טענקס בוידעם.

אחותנו את היי לאלפי רבבה!
לעצט פאראכטן דורך יאצמעך אום מאנטאג יוני 18, 2018 6:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מאנטאג יוני 18, 2018 6:12 pm

די שעפערישקייט אין דעם ארטיקל, אנגעהויבן פונעם קעפל, איז אויסנאם! יה"ר שנזכה.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג יוני 18, 2018 6:15 pm

געוואלדיג.

ברודערלעך עס וועט שוין באלד קיין חלום מער נישט זיין...
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » מאנטאג יוני 18, 2018 6:17 pm

אייזן!
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...
קרעדיט: שמועסער ענד יאצמעך

אוועטער קרעדיטס: טראבל מעיקער מיט די גאנצע טריסקע הויף...

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג יוני 18, 2018 6:20 pm

ריזיג!

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג יוני 18, 2018 6:22 pm

בוידעם ווי אין די גוטע צייטן.... וואףף איז דאס גוט, די קליינע עולם היינט זענען די וואס בויען אויף די פיוטשער פאר אונזערע דורות, עס וועט קומען א טאג וואס מען וועט צוריק קוקן און נישט גלייבן ווי אזוי מען האט דאס אויסגעפירט.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » מאנטאג יוני 18, 2018 6:25 pm

בוידעם האט געשריבן: בענקט זיך מיר די בראשית יארן, עס האט געהאט א חן און געשמאק, טאקע נאר געווען צוויי קליינע שול'ן, איין קליינע מוסד, איין קליינע גראסעריי, מען האט מורא געהאט ארויס צו שיקן א קינד אויפן גאס ביינאכט, נישט געווען קיין חתונה זאלן, נישט קיין רעסטוראנטן, אבער עס איז געווען אזא אחדות, עס האט געהערשט א ברידערליכקייט, א פאראייניגטע ווילן צו בויען א ישוב פאר אונז און אונזערע קינדער און אייניקלעך.

יא אזא געשמאקע חלום דארף מען אראפ נעמען פון ''בוידעם''
האט איר א איבריגע מיניט? פירט אויס א שידוך דורך לזווג http://lezaveg.com

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » מאנטאג יוני 18, 2018 6:29 pm

Wow פון דיין פעדער צו גאט'ס אויער!!!!

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג יוני 18, 2018 6:39 pm

Wow
הערליך רייך געשריבן.
יויש האסטו עס גיט אפגעקלינט ווען די האסט עס אראפגענומען פונעם בוידעם, קיפ איט קאמינג, מיר האבן זייער הנאה פון דיינע שרייבעריי דא.
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » מאנטאג יוני 18, 2018 8:33 pm

הערליך שיין, אזא פעדער מיט אזעלכע געדאנקן איז ממש א חלום !
נזכה ונחיה ונראה !

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג יוני 18, 2018 8:40 pm

זעה איך אז אין בוידעם איז יא נאך דא א אייוולעט!!! חדש ימינו כקדם.

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מאנטאג יוני 18, 2018 8:50 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:זעה איך אז אין בוידעם איז יא נאך דא א אייוולעט!!! חדש ימינו כקדם.

;l;p-
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג יוני 18, 2018 9:00 pm

בווווויייידדדדעם.

איך בין ש-פ-ר-א-כ-ל-א-ז!

דו ביסט ריזיגע נייעס, כ'קען זיך נאכנישט צו זיך קומען. איר זעהט?! אט אזוי זאגט מען WOW אין אידיש!
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3131
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג יוני 18, 2018 9:53 pm

פאסט עס דען צו שרייבן א פשוט'ע "מעסיוו"! -?

אבער וואס, דאס "איז" דאך טאקע "מעסיוו!".
אייגענ-ארט-יג!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5954
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג יוני 18, 2018 10:12 pm

נע, וואס עפעס מעסיוו, ס'איז מעס-י-וו!!

בוידעם, האסט עס געמאכט
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » מאנטאג יוני 18, 2018 10:20 pm

פארגעסן אויסצורעכענען מעכל'ס אויף איינע פון די מער עלטערע גאסן...
;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג יוני 18, 2018 11:51 pm

פשיהא! (אזוי זאגט מען WOW אויף אידיש..)

טראג דעם ארטיקל אריין צו פערענץ24, כ'גלייב ער וועט דיר אפמעקן דעם חוב'נדל וואס האט זיך אנגעזאמלט ווילאנג דו האסט גע'חלומ'ט...

לויט ווי איך קען די ארטיגע ישוב, הענגט שוין דער ארטיקל אויפן וואנט פון פאליש...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג יוני 18, 2018 11:55 pm

נאע געהאט ביותר. א שיינער געשמאקער בעטעמ'טער חלום. לייק!

יעצט ווארט אויף די פתרונים וואס וועלן נאכטאנצן די נחשונים.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » דינסטאג יוני 19, 2018 12:13 am

ברוך השם היינט האבן מיר געהאט צו ליינען סיי פון שמאטע נאין סיי פון בוידעם בחנטע ארטקליך
#טעגלאש בתפארתה
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

פרידן
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דינסטאג יוני 19, 2018 12:26 am

בוידעם האט געשריבן: ווייל פאריגע וואך ווען אונז זענען אנגעקומען צו די הכנסת ספר תורה אין וויזניץ מאנסי גרינוויל שול האט מען שוין געהאלטן נאך אלעם.

אזוי ווי ביי די 7 אזוי ביי די 70 :lol: :lol:

פרידן
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דינסטאג יוני 19, 2018 12:33 am

מעכטיגע ארבעט
אינגערמאנשיקעל טייערער וואס יעצט וען דעי שורות ווערן געשריבן ביזטו נאכנישט אויף דעם עולם, 30 40 יאר ארום ווען די גייסט טרעפן דעי אשכול אין עס ארויף ברענגען פין בעיסמענט שיק מיט פליז א אישו וועסט מחיה זיין א אהבת קדומים איד


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט