מופן צו א נייע לאנד - וואס און ווי אזוי?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

רוויגו
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

מופן צו א נייע לאנד - וואס און ווי אזוי?

תגובהדורך רוויגו » פרייטאג מאי 04, 2018 12:36 pm

יאפ, האט דער אויבערשטער געהאלפן אז מען טראגט מיר אן א פאסטן אין א נייער לאנד אויסער די גרעניצן פון די פאראייניגטע שטאטן. ביזנעס-ווייז איז דאס א פיינע זאך, א פעטן געהאלט, און דאס מאכט טראכטן אז מען זאל אויפהייבן די גאנצע פאמיליע פון אכט קינדער - עלסטע פון זעכצן יאר, אריבערפעקלען מיטן גאנצן עולם צו א נייער מקום יישוב.

פארט, אריינטראכטנדיג טיפער דערין, ברענגט עס ארויף ספיקות. ווי נישט ווי, מען רעדט פון קינדער אין א נייע מוסד אין א גענצליך נייע לאנד מיט א נייע קולטור, און אפילו פאר מיר מיט מיין בני-בית. דאס מיינט אריבערפלאנצן א משפחה, עס קען נעמען א שיינע פאר יאר ביז מען רעקאווערט זיך דערפון - אויב מען קען זיך בכלל ריקאווערן פון אזא מעשה.

הגם איך האב נאך ספיקות דערין, איז דער מהלך אצינד אז מען גייט עס יא טאן! - איך בין נישט קיין נאר, איך ווייס וואס דאס מיינט און איך ווייס וויפיל איך קען דורכגיין דערוועגן, אבער דער באשלוס איז אצינד אז מיר גייען איין דערויף, הגם די פלענער קענען זיך נאך טוישן הונדערט מאל אינמיטן.

איך וויל יעצט דורכשמועסן מיטן עולם, על צד אז איך נעם טאקע דעם שריט און מיר מופן צו א צווייטע לאנד. זאל מיר דער עולם העלפן טראכטן, וואס מיינט דאס פונקטליך, וואס זענען די וועגן ווי אזוי מען קען זיך פארגרינגערן, וואס קען איך ערווארטן וכו' וכו' - אויב איז דא איינער וואס האט שוין אמאל געטאן אזא שריט, זאל זיך לאזן דא הערן לתועלת משפחתי ונפשי, צו הערן עצות און הדרכות אין דעם ענין.

איך וועל עפענען אצינד דעם נושא פון מיין פערספעקטיוו, און איך בעט, אז ווער עס האט אייגענע עקספיריענס, אדער אויב האט ער מיטגעהאלטן פון קרובים וידידים וואס האבן דאס געטאן, און וואס זיי זענען דורכגעגאנגען, זאל זיך לאזן הערן, און זיך נישט צוריקהאלטן ביטע... ווייל יעדע שטיקל אינפארמאציע אין דעם נושא קען מיר צו הילף זיין.

...
געלט
א קלוגער רב האט מיר געזאגט, אז צו קומען צו א נייע לאנד, זאל איך נישט קומען איידער איך האב דרייסיג-אלפים דאלער מזומנים אין טאש, און צוויי יונגעלייט וואס זענען גרייט על כל צרה שלא תבוא, ארויסצוהעלפן מיט וואס מען דארף. ער האט מיר ערקלערט אז זאכן קאסטן, און קומענדיג אויף א נייעם פלאץ איז אלעמאל דא אומאויסגערעכנטע הוצאות, און דאס איז וויפיל ס'קאסט. ווער רעדט נאך אז די ערשטע שטיק צייט מאכט זיך אז מען קען נישט ארבעטן געהעריג, דא דארף מען דאס ערלעדיגן און יענץ, און מען דארף האבן פון וואס צו לעבן.

ערשטע תקופה און צווייטע תקופה
די ערשטע פאר חדשים וואס מען קומט אויף א נייע פלאץ, קען זיין מורא'דיג שיין און געשמאק. אלע שכנים נעמען דיר אויף מיט א שיינעם ברוך-הבא, אלע זענען וויליג דיר צו העלפן. בכלל שפירט זיך עס ווי א נייע פלאץ, א שטיקל וועקעישן, און מען זעט נאר די מעלות פון דעם פלאץ מיט אירע איינוואוינער. בקיצור, אלעס איז שמייכלדיג ארום דיר, און דו דאנקסט און בענטשסט דעם אויבערשטן אז ער האט דיר אהינגעשיקט אויף דעם גאלדענעם גן-עדן.

ווען עס גייט דויך א שטיקל צייט, זעט מען שוין אז ס'איז גארנישט אזוי גאלד. מען הויבט שוין אן איינצוזען די חסרונות פון דעם נייעם ארט, קריטיק אויף דעם און יענעם... די שכנים זענען שוין נישט אזוי העפליך ווי אמאל. פלוצלינג קען מען זיך שפירן אויף די וואסער, אז מען האט א פראבלעם, האסטו שוין נישט די אמאליגע פראטעקציע וואס דו האסט געהאט אין דיין אלטן שטאט, דארט וואו דו האסט געקענט יעדן איינעם און געוואוסט אויף וועלכע טירן אנצוקלאפן. יעצט ביזטו אליין, קיינער קען דיר שוין נישט... ס'איז יענץ געשעפט."

מאנכע טענה'ען, אז כדאי צו ווערן אנערקענט ביי די ארומיגע, אלס געהעריגע תושב אין לאנד, דארף מען וואוינען אויף א פלאץ צען יאר. ביז צען יאר ביסטו נאך א גאסט. צען יאר איז א לאנגע תקופה אין לעבן, און ס'קען דורכגיין צומאל זייער שווער. מען דארף א באזונדערע סייעתא דשמיא דערויף.


ווארעמקייט אין שטוב - חינוך
קינדער וואס גייען אריבער אזא טויש, קען עס אסאך מאל אנקומען מורא'דיג שווער. ער קען נישט די שפראך, מענטעליטעט, אויסדריקן פון אנדערע קינדער, ווייסט נישט די מנהגי המקום. מ'קען ווערן צומישט און פארלוירן, און אמאל פארקנאקט. מען דארף האלטן אן עינא-פקיחא אויף יעדן קינד, זיכער צו מאכן אז יעדער האט וואס ער דארף. און נישט אלעמאל איז דאס גרינג, וויבאלד דאס איז א פארנומענע תקופה און צומאל אן אנגעצויגענע תקופה, וואו מען האלט זיך נאך אינמיטן מסדר זיין, און דא דארף מען זיכער מאכן אז אלעס קלאפט מיט די קינדער. נישט אלעמאל איז דאס גרינג.

א קלוגער רב האט מיר געזאגט, אז ביי גרויסע בחורים און מיידלעך, קען דאס אריינגיין אין פארשידענע רוחניות'דיגע פראבלעמען. די צענלערינג קינדער דארפן וויכטיג האבן ווארעמקייט, וואס דאס נעמען זיי פון שטוב. בפרט א מיידל אין די יארן, דארף קריטיש וויכטיג האבן ווארעמקייט, זיי דארפן א מאמע, געשוויסטע, א ווארעמע סביבה. אנקומען אין א נייע לאנד און א נייע קולטור, און זיך טרעפן אליין אויפן וואסער, אן זייערע אלטע חבר'טעס, קען אויסקלאפן זייער שווער. לויט די ווערטער פונעם רב, קען דאס אמאל גורם זיין רוחניות'דיגע פראבלעמען, ווען זיי קוקן ארויס אויף אהבה, וד"ל וכו', והמבין יבין. און דאס קען געשען מיט די בעסטע מיידלעך, מיט די חסידי'שסטע מיידלעך פון די שענסטע שטיבער. די עצה דערפאר איז, צו האלטן א געשמאקע רואיגע און ווארעמע אטמאספערע אין שטוב.

לויט די ווערטער פון דעם רב, איז דערפאר קריטיש וויכטיג צו האבן א געשמאקע אטמאספערע אין שטוב. אבער דאס איז ווייט נישט גרינג אין די ערשטע תקופה. יעדער איז פארנומען, יעדער איז אנגעצויגן, און אנטאן א שמייכל און ברענגען ווארעמקייט, איז ממש נישט פון די לייכטע זאכן, אבער דאס איז קריטיש וויכטיג. פון די אנדערע זייט העלפט דאס אויך שטארק ארויס אין אנדערע זאכן. אויב אין שטוב איז געשמאק, איז דאס א שטארקע הילף אין גיין פאראויס, אפילו פאר ערוואקסענע, עס ברענגט אריין מוהט און חשק.

באקוועמליכקייט
יעדע פלאץ האט זיך זיינע "אין-ענד-אואטס". אין ארץ-ישראל למשל, אויב א לעקטארישן זאגט דיר א פרייז, ערווארט ער אז דו זאלסט זיך דינגען דערויף און קומען צו א פשרה. אין אמעריקע לדוגמא, לעבט מען מער גראדער - זיך דינגען אויף א פרייז קען צומאל אויסקוקן נישט עטיש און נישט מענטשליך. דאס איז בלויז פון די קליינע זאכן, עס איז דא פלעצער וואס אויב דו האלסט נישט גענצליך ריין די דרויסן פון דיין הויז, דאן ביסטו אן אפגעפרעגטער מענטש - אנדערע פלעצער זענען אנדערש. אין לאנדאן למשל, איז א מצוה צו גיין ליידיג, א מענטש וואס וועט ארבעטן עבודת-כפים, א לעקטארישן, פלאמבער, אדער שטיין אין גראסערי, איז עפעס נישט... ווידער אין אנדערע פלעצער וועט מען גאר ארויפקוקן אויף אים... יעדע פלאץ האט זיך זיינע זאכן.

אז מען קומט וואוינען אויף א נייע פלאץ, און מען ווייסט נישט פונקטליך ווי איין און ווי אויס, קען מען מאכן טעותים, און צומאל שטערבליכע טעותים. עס נעמט א שיינע פאר יאר ביז מען כאפט עס, און צומאל איז עס זייער קריטיש. אינצווישן האסטו פארלוירן דיינע חברים וידידים פון דיין אלטע לאנד, און נייע חברים האסטו נאכנישט. דער גאנצער עסק קען האבן א גייסטישע השפעה אויף א מענטש און איבערלאזן אויף אים זייטיגע ווירקונגען וואס קען זיין שעדליך אויף שפעטער.

לאמיר רעדן אפילו פון קלייניגקייטן. איך וועל דערציילן צוויי עפיזאדן וואס איך האב מיטגעהאלטן. ל"ג בעומר ביינאכט בין איך געווען אין מאנסי מיט מיינע קינדער, און איך בין געווען אין דער ספרינג-וואלי געגנט. האט מען געשמועסט אז אין ויז'ניץ איז דא א שיינע פייער, מיין זוהן האט זיך געלאזט גיין אין ריכטונג פון ויז'ניץ דר. פרענק, ביז איך האב אים אויפגעמערקט אז דאס איז ויז'ניץ פרענסעס. א מאנסיער יונגל מאכט נישט דעם טעות און א נייער איינוואוינער מאכט כסדר אזעלכע טעותים, און ס'קען אמאל קאסטן עגמת-נפש. ריכטיג, ס'איז טאקע א קלייניגקייט, אבער דער געפיל פון זיין פארפרעמדעט און נישט וויסן וואס טוט זיך, קען שטארק אראפקלאפן א מענטש.

דער צווייטער דוגמא איז א פארקערטער, מיין מאנסי'ער קאזין - א כולל יונגערמאן - איז געווען אין בארא-פארק, ער האט געדארפט א טעקסי וואס זאל אים פירן קיין מאנסי אהיים, האט ער זיך נאכגעפרעגט און איז אנגעקומען צו עפעס א דרייווער פון מתושלח'ס צייטן, וואס קיינער נוצט אים שוין נישט היינט. איך האב רחמנות געהאט אויף אים, ער האט מסתמא געהאט יענע נסיעה מיט זיין אלטע קאר, און נאך באצאלט מסתמא א מאיאנטעק. אויב וואלט ער געוואוינט אין בארא-פארק, וואלט ער געוויסט אז ס'איז נישט פאר אים.

לאמיר אנכאפן נאך א קליינע דוגמא. א חבר מיינער פון אנטווערפן איז געווען דאהי אויף א שמחה, ער האט געדארפט באקומען געלט פון איינעם פון לעיקוואד. נישט האבנדיג ווי אזוי ס'זאל אנקומען צו אים, איז ער אראפגעפארן קיין לעיקוואד אויפצופיקן די געלט. איך האב אים געזאגט, דו שוטה, רוף א מעסענדזשער סערוויס פאר צוואנציג דאלער. ער האט נישט געוויסט וואס דאס איז, אין אנטווערפן איז דאס נישטא.

אזעלכע זאכן קענען זיך מאכן אפט אין א נייע לאנד, און מען וועט אפילו נישט וויסן אז מען האט געטאן עפעס נישט ריכטיג. ס'קען זיין זייער שווער און אומבאקוועם, און ס'קען קאסטן אן עמאושנל פרייז.

איך קען פערזענליך א יונגערמאן פון בית-שמש, וואס האט זיך געצויגן קיין מאנסי צוליב פרנסה צוועקן. אין בית-שמש איז ער געווען א מגיד-שיעור, דאהי ארבעט ער אין מצה-בעקעריי. זיין עמאשנל מצב איז געווען אזוי שווער, אז ער האט שוין באזוכט א שפיטאל פאר משוגעים רח"ל... דארט אפגעלעגן א צייט ביז ער איז צוריק אהיימגעקומען, נישט מער געדוכט.

פארט - עם כל זה:
איך גיי נישט אריין אין די סיבות וואס באוועגן מיר יא צו נעמען דעם שריט. איך וויל פשוט הערן פון מענטשן וואס ווייסן מער און וואס האבן דאס אמאל געטאן. די אלע דרשות וואס איך האב געשריבן ביז אהער, איז שפעקולאציעס וואס איך האב געהערט און געטראכט, נאך איידערן אונטערנעמען שריט. איך בין אבער זיכער אז ס'זענען דא מענטשן וואס ווייסן זאכן מער פון דער נאנט. און איך בעט אז מען זאל מיר ארויסהעלפן מיט אינפארמאציע, אדער על-כל-פנים העלפן טראכטן.

איך וויל וויסן וואס יאך האב צו ערווארטן, און ווי אזוי קען מען זיך גרינגער מאכן אין א נייע לאנד, וועלכע שריט דארף איך אונטערנעמען איידער איך טוה אזא סארט געדאנק.

און פאר אלע וואס העלפן מיר דערמיט, תהא שכרם כפול מן השמים.

yakovb
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 2:47 pm

תגובהדורך yakovb » פרייטאג מאי 04, 2018 12:57 pm

א יעדע פלאץ איז אנדערש, די דארפסט שרייבען צו וועלכע לאנד, אז ווער ס'האט געהאט אן עקספריענס און יענע לאנד זאל דיר קענען העלפען.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג מאי 04, 2018 2:57 pm

א אשכול וואס רעדט בערך פון די נושא
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=26813
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג מאי 04, 2018 3:08 pm

עס איז אמת אז דאס איז זייער נישט גרינג מילד גערעדט!

איך האב זיך שוין געדארפט איינרישען אין דריי באזינדערע פלעצער אין מיין קורצע לעבן, די בעסטע איז א גוטע חבר אדער שכן און אין א געוויסען זיהן איז א גוטע נאכט שיעור די בעסטע פלאץ צו זאמלען אינפארמאציע איבער די פלאץ און געגענט.

טעותים גייען פאסירען און א טעגליכע תפלה צום בורא כל עולמים - אפשר מאכען צוזאמען מיט די קינדער א ווארימע און קורצע תפלה און יעדער זאל דאס זאגען יעדן טאג און שבת א יעדער צוזאמען - אפשר מאכען עס אויף א ניגון.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10758
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג מאי 04, 2018 3:26 pm

איך האב לעצטנס געמופט פון (ירושלים ד')אמעריקע קיין אויסלאנד (אפסטעיט), און מ'האט מיר געזאגט אז עס דויערט ארום 8-9 חדשים זיך צוצוגעוואוינען צו א נייע שטאט. יעצט האלט איך שוין אין אכטן ב"ה, און מען זעהט ווי זאכן זענען זיך צוביסלעך זייער שיין מסדר.

א פרעמדע לאנד איז טאקע שווער, אבער איך גלייב אז דו האסט דארט עפעס משפחה (עס איז אומדערהערט כמעט א מענטש זאל זיך ציען צו א פרעמדע לאנד אן קיין גואל וקרוב), איז פרעג דיך טאקע נאך ביי זיי, אזוי ווי איך האב געטוהן מיט מיין שוואגער וואס וואוינט אין מיין נייע געגנט, מיר זענען געווארן גוטע פריינט..
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

רוויגו
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

תגובהדורך רוויגו » מאנטאג מאי 07, 2018 2:28 am

מטעמים האט געשריבן:עס איז אמת אז דאס איז זייער נישט גרינג מילד גערעדט!

איך האב זיך שוין געדארפט איינרישען אין דריי באזינדערע פלעצער אין מיין קורצע לעבן...


דריי לענדער אדער דריי שטעט? - עס איז א חילוק. אויב וואלט איר געקענט ארויסברענגען קלארער די שוועריגקייטן און די טעותים וכו', מיט מער א ברייטקייט, קען עס מיר צונוצקומען.

יישר כח.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג מאי 07, 2018 3:32 am

רוויגו האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:עס איז אמת אז דאס איז זייער נישט גרינג מילד גערעדט!

איך האב זיך שוין געדארפט איינרישען אין דריי באזינדערע פלעצער אין מיין קורצע לעבן...


דריי לענדער אדער דריי שטעט? - עס איז א חילוק. אויב וואלט איר געקענט ארויסברענגען קלארער די שוועריגקייטן און די טעותים וכו', מיט מער א ברייטקייט, קען עס מיר צונוצקומען.

יישר כח.

איך גראדע רעד פון איין לאנד און צוויי שטעט, איך האב דאס אלעס שוין ארלעדיגט אלס בחור און דאן איז עס א סך א סך גרינגער.

צו צולייגען די שוועריגקייטען פון א נייע געגענט האסטו דאך שוין גאר גוט ארויסגעברענגט, עס איז אין איין ווארט א פרעמדע פלאץ מיט אלע זייערע מנהגים דויערט צייט זיך צו צוגעוואוינען.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » מאנטאג מאי 07, 2018 7:28 am

אלץ איינער וואס האט שוין געמופט ממדינה למדינה מער ווי איינמאל, קען איך דיר זאגן איין זאך

העיקר שכחת!

וואס דאס מיינט פאר דיין פרוי


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט