קרית וויזניץ - קייאמישע לעיק, ניו יארק (גיבערס)

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

דעת יחידאה
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 17, 2012 3:47 pm

קרית וויזניץ - קייאמישע לעיק, ניו יארק (גיבערס)

תגובהדורך דעת יחידאה » מוצ"ש מארטש 17, 2018 9:39 pm

איך האב נישט געטראפען אן אשכול דערוועגן, אז הנה אני בא.

איינער פון די (רעלאטיווע) סוקסעפולע נייע חסידישע געגנטער, איז די וויזניצער שטעטל אין קייאמישע לעיק, וואס מען רופט 'גיבערס' אויפן נאמען פונעם הויפט גאס (א חלק פון דעם גאס הייסט היינט ישיבה דרייוו). די רעיון פונעם שטעטל האט זיך אנגעהויבן אין תשנ"ב ווען רביה"ק זי"ע הכ"מ האט מחליט געווען אז מאנסי איז שוין אויכעט א צו גרויסע שטאט, און האט ארויסגעפירט די ישיבה אהין.
11 יאר שפעטער, אין תשס"ג, האבען זיך די ערשטע 30 משפחות ארויסגעצויגן. דעמאלטס האט געהייסען אז די רבי וועט וואוינען דארט אפאר חדשים א יאר, פון פאר שבועות ביז פאר ראש השנה (בנוסף צו די דריי וואכען וואס די רבי איז געווען אין ישיבה פון תשנ"ב ביז תשע"א). למעשה איז די רבי געפאלען יענעם יאר, און עס איז געווארן שווערער צו זיין דארט פאר א לאנגען זמן.
אלס רב, האט די רבי אהינגעשיקט זיין דריטער (היינט צווייטער) זוהן, כ"ק אדמו"ר רבי מנחם מענדיל, וואס בנוסף צו זיין דער אייציגסטער זוהן אהן א רבנות שטעלע, איז שוין אויכעט געווען א מגיד שיעור אין ישיבה (ווי ער איז געווען ביז היינט).
צוליב מצב הבריאות פונעם רעבין זי"ע, האט ער נישט געקענט זיך אפגעבן מיטן שטעטל אזוי שטארק ווי ער האט געפלאנט, ממילא איז די שטעטל געוואקסען גאנץ צושטייטליך. יעצט, מיטן הכתרה פון רבי מענדיל אלס רבי, איז ערווארטעט אז אסאך פון זיינע אנהענגער וועלן זיך אהינציען.

היינט צוטאגס האט די שטעטל ארום 150 משפחות, א חדר און סקול מיט איבער 500 קינדער כ"י, א כולל, מקוה טהרה, גראסערי, אייגענע טרענספארציע אפאר מאל א טאג קיין מאנסי, אין אלעס וואס א קהילה דארף צו וואקסען אלס אן עיר ואם בישראל.
Screenshot_20180317-212100.jpg
די גרויסער בית המדרש און תלמוד תורה
Screenshot_20180317-212100.jpg (379.63 KiB) געזעהן 4873 מאל

דעת יחידאה
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 17, 2012 3:47 pm

תגובהדורך דעת יחידאה » מוצ"ש מארטש 17, 2018 9:41 pm

Optimized-Screenshot_20180317-213832.jpg
די שטעטל אויף גוגל מעפס
Optimized-Screenshot_20180317-213832.jpg (513.09 KiB) געזעהן 4864 מאל

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מוצ"ש מארטש 17, 2018 10:05 pm

כמדומה לי אז ס'וואינען דארט נישט מער ווי 70 - 80 משפחות. ס'איז אבער א חשוב פלאץ און נישט געאייגענט פאר יעדעם.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מוצ"ש מארטש 17, 2018 10:18 pm

גייט די ישיבה יעצט בלייבן דארט?

כ'מיין אז האדמו"ר ר' ישראל פון מאנסי איז ראש ישיבה, און די שטח באלאנגט אויך פאר אים.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מוצ"ש מארטש 17, 2018 10:20 pm

אויפן מאפע האב איך אפגעציילט 45 הייזער, לאמיר זאגן אז אין עוורידש וואוינען 2 מענטשען פער הויז, האסטו 90 משפחות, טאמער איז די עוורידזש 3 דאן האסטו 135.

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מוצ"ש מארטש 17, 2018 10:20 pm

דריידל האט געשריבן:כמדומה לי אז ס'וואינען דארט נישט מער ווי 70 - 80 משפחות. ס'איז אבער א חשוב פלאץ און נישט געאייגענט פאר יעדעם.

אודאי נישט פאר יעדעם,
נאר פאר וויזניצע חסידים, און אנהענגער פון כ''ק אדמו''ר ר' מענדל
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מוצ"ש מארטש 17, 2018 10:40 pm

איש האשכולות האט געשריבן:אויפן מאפע האב איך אפגעציילט 45 הייזער, לאמיר זאגן אז אין עוורידש וואוינען 2 מענטשען פער הויז, האסטו 90 משפחות, טאמער איז די עוורידזש 3 דאן האסטו 135.

גערעכט ס'וואוינען דארט ארום 90 משפחות.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מוצ"ש מארטש 17, 2018 11:00 pm

כ'ווייס נישט וויאזוי די לאדזשיסטיקס קען ארבעטן, אבער די רול אף מאלטיפליקעישען איז א פשוט'ער מציאות, און ס'איז כמעט מן הנמנע אז איינער זאל אליינס אנפירן כהיום אדער און 2-3 יאר ארום אלע מוסדות, און אנדער ווערטער ס'איז לכתחילה בעסער אז יעדער זאל זיך אליינס מאכן, און ס'איז דא די והותר מענטשן פאר יעדן.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מוצ"ש מארטש 17, 2018 11:49 pm

ס'איז דא דארט א גראסערי וואס ווערט געפירט דורך ר' דוב לעווין. די לעצטע צוויי יאר האט זיך עס אביסול פארברייטערט אבער ס'איז נאך אלץ באגרעניצט וואס ער מעג פארקויפן. למשל, צייטונגן אדער גאם טאר ער נישט האבן.
ר' דוב איז אויך איינע פון די הצלה וואלונטירן און די הצלה באס איז טאקע דארט פארקירט א גאנץ יאר (חוץ זימער).
לעבן די גראסערי איז דא א דרייגוד סטאר ביי איינעם אינדערהיים ווי אסאך מענטשן וועלכע קומען ארויס אין די קעטסקילס דורכן יאר זענען זיך מחי' ווען מ'דערזעהט זיך אז מ'האט עפעס פארגעסן מיטצוברענגן.
ס'זענען דא נאך עטליכע געשעפטן ביי מענטשן אינדערהיים. אויך איז דא די "כתר באס" מיט טעגליכע טריפס פון און צו מאנסי.
די דיין דארט איז הרב ירמי' גאלדהירש וועלכע האט זיך דארט ארועסגעצויגן בערך 5 יאר צוריק פון וויליאמסבורג.

yankyperl
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 7:16 pm

תגובהדורך yankyperl » זונטאג מארטש 18, 2018 12:08 am

אך מיין אז כ"ק אדמו"ר רבי מנחם מענדיל קוקט אויס די מערסטע צום רבי זצ"ל

גם זה יעבור
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

תגובהדורך גם זה יעבור » זונטאג מארטש 18, 2018 12:37 am

רפ''ש האט אויסגעקוקט די מערסטע

yankyperl
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 7:16 pm

תגובהדורך yankyperl » זונטאג מארטש 18, 2018 2:14 am

yankyperl האט געשריבן:אך מיין אז כ"ק אדמו"ר רבי מנחם מענדיל קוקט אויס די מערסטע צום רבי זצ"ל
צוגעלייגטע
1 %281%29.jpg
1 %281%29.jpg (199.36 KiB) געזעהן 3738 מאל

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » זונטאג מארטש 18, 2018 2:33 am

אלע יארן געהערט פון וויזניצע חסידים אז נאכן פטירה וועט א גרויס עולם מופן קיין גיבערס ,פשוט ווילאנג די רבי האט געלעבט האט מען געוואלט זיין במחיצות פון רבין

און בכלל אז ער האט אסאך אנהענגערס

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג מארטש 18, 2018 3:32 am

וויזשניצער רבי'ס אלע קינדער זענען איינס ביי איינס חשוב'ע דערהויבענע אידן.

רבי מענדעלע האט אסאך אנהענגערס, פשוט וויבאלד זיין הנהגה איז זייער זייער ענליך צו זיין טאטנ'ס (אפשר נאר אביסל מער שארף), ער איז זייער אן ערליכער דערהויבענער מענטש אן קיין פשרות וכו' וכו'.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

yankyperl
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 7:16 pm

תגובהדורך yankyperl » זונטאג מארטש 18, 2018 4:42 am

yankyperl האט געשריבן:אך מיין אז כ"ק אדמו"ר רבי מנחם מענדיל קוקט אויס די מערסטע צום רבי זצ"ל
צוגעלייגטע
IMG_0689.JPG
IMG_0689.JPG (81.54 KiB) געזעהן 3514 מאל

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג מארטש 18, 2018 10:02 am

ווייסע זאקן האט געשריבן:אלע יארן געהערט פון וויזניצע חסידים אז נאכן פטירה וועט א גרויס עולם מופן קיין גיבערס ,פשוט ווילאנג די רבי האט געלעבט האט מען געוואלט זיין במחיצות פון רבין

און בכלל אז ער האט אסאך אנהענגערס

קודם כל ער לאזט נישט יעדעם אריינקומען וואוינען דארט, און בכלל זאכן זענען שוין היינט אנדערש, די שטעטל שטייט שוין א גוטע 15 יאר און די וואסערען האבן זיך שוין געזעצט.. ס'שוין זייער קלאר די טעיסט פון די שטעטל... נישט יעדער קען מיטגיין דערמיט... ס'גערינגער צו זיין א חסיד פונדערווייטענס

חוץ מזה איז נישטא קיין דירות.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » זונטאג מארטש 18, 2018 10:09 am

סידיראם האט געשריבן:וויזשניצער רבי'ס אלע קינדער זענען איינס ביי איינס חשוב'ע דערהויבענע אידן.
:roll: צו וואס מגזים זיין??

רבי מענדעלע האט אסאך אנהענגערס, פשוט וויבאלד זיין הנהגה איז זייער זייער ענליך צו זיין טאטנ'ס (אפשר נאר אביסל מער שארף), ער איז זייער אן ערליכער דערהויבענער מענטש אן קיין פשרות וכו' וכו'.

היבש מער אביסל שארף פון די טאטע
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג מארטש 18, 2018 12:16 pm

Amazing האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:וויזשניצער רבי'ס אלע קינדער זענען איינס ביי איינס חשוב'ע דערהויבענע אידן.
:roll: צו וואס מגזים זיין??

רבי מענדעלע האט אסאך אנהענגערס, פשוט וויבאלד זיין הנהגה איז זייער זייער ענליך צו זיין טאטנ'ס (אפשר נאר אביסל מער שארף), ער איז זייער אן ערליכער דערהויבענער מענטש אן קיין פשרות וכו' וכו'.

היבש מער אביסל שארף פון די טאטע


בכלל נישט קיין פארגלייך צום טאטען.. מיט די קיצונישע מהלך.. עס וועט זיין אינטערעסאנט וואס עס וועט זיך אויסקאכן ביי די פרומע אינגעלייט פון מאנסי, וויפיל וועלן ווערן גיבערס חסידים..

אוועטאר
שתקן
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:35 pm

תגובהדורך שתקן » זונטאג מארטש 18, 2018 12:41 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:וויזשניצער רבי'ס אלע קינדער זענען איינס ביי איינס חשוב'ע דערהויבענע אידן.
:roll: צו וואס מגזים זיין??

רבי מענדעלע האט אסאך אנהענגערס, פשוט וויבאלד זיין הנהגה איז זייער זייער ענליך צו זיין טאטנ'ס (אפשר נאר אביסל מער שארף), ער איז זייער אן ערליכער דערהויבענער מענטש אן קיין פשרות וכו' וכו'.

היבש מער אביסל שארף פון די טאטע


בכלל נישט קיין פארגלייך צום טאטען.. מיט די קיצונישע מהלך.. עס וועט זיין אינטערעסאנט וואס עס וועט זיך אויסקאכן ביי די פרומע אינגעלייט פון מאנסי, וויפיל וועלן ווערן גיבערס חסידים..

זעהט אויס ווי איר האט נישט געקענט זיין טאטן זי״ע.......ער איז נאר פשרה׳לאז מיט זאכן וואס זיין גרויסער טאטע האט שטענדיג געלערנט און פארלאנגט פונעם עולם......צו א שוואכן בחור אדער אינגערמאן איז ער רך כקנה......ואכמ״ל

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג מארטש 18, 2018 12:43 pm

שתקן האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:וויזשניצער רבי'ס אלע קינדער זענען איינס ביי איינס חשוב'ע דערהויבענע אידן.
:roll: צו וואס מגזים זיין??

רבי מענדעלע האט אסאך אנהענגערס, פשוט וויבאלד זיין הנהגה איז זייער זייער ענליך צו זיין טאטנ'ס (אפשר נאר אביסל מער שארף), ער איז זייער אן ערליכער דערהויבענער מענטש אן קיין פשרות וכו' וכו'.

היבש מער אביסל שארף פון די טאטע


בכלל נישט קיין פארגלייך צום טאטען.. מיט די קיצונישע מהלך.. עס וועט זיין אינטערעסאנט וואס עס וועט זיך אויסקאכן ביי די פרומע אינגעלייט פון מאנסי, וויפיל וועלן ווערן גיבערס חסידים..

זעהט אויס ווי איר האט נישט געקענט זיין טאטן זי״ע.......ער איז נאר פשרה׳לאז מיט זאכן וואס זיין גרויסער טאטע האט שטענדיג געלערנט און פארלאנגט פונעם עולם......צו א שוואכן בחור אדער אינגערמאן איז ער רך כקנה......ואכמ״ל

ער איז בכלל נישט שארפער ווי די טאטע, אבער די שכל הישר פונעם טאטע׳ן קען מען נישט משיג זיין.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג מארטש 19, 2018 2:06 am

Amazing האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:וויזשניצער רבי'ס אלע קינדער זענען איינס ביי איינס חשוב'ע דערהויבענע אידן.
:roll: צו וואס מגזים זיין??


גארנישט מוגזם, איך קען ברוך השם אלע קינדער איינס ביי איינס פערזענליך, און אלע איינס ביי איינס זענען חשוב'ע דערהויבענע אידן. (זעהט אויס אז די ביסט פון די פלעצער ווי מען מאכט אוועק מענטשן מפי השמועה וד"ל. )
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג מארטש 19, 2018 2:08 am

שתקן האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:וויזשניצער רבי'ס אלע קינדער זענען איינס ביי איינס חשוב'ע דערהויבענע אידן.
:roll: צו וואס מגזים זיין??

רבי מענדעלע האט אסאך אנהענגערס, פשוט וויבאלד זיין הנהגה איז זייער זייער ענליך צו זיין טאטנ'ס (אפשר נאר אביסל מער שארף), ער איז זייער אן ערליכער דערהויבענער מענטש אן קיין פשרות וכו' וכו'.

היבש מער אביסל שארף פון די טאטע


בכלל נישט קיין פארגלייך צום טאטען.. מיט די קיצונישע מהלך.. עס וועט זיין אינטערעסאנט וואס עס וועט זיך אויסקאכן ביי די פרומע אינגעלייט פון מאנסי, וויפיל וועלן ווערן גיבערס חסידים..

זעהט אויס ווי איר האט נישט געקענט זיין טאטן זי״ע.......ער איז נאר פשרה׳לאז מיט זאכן וואס זיין גרויסער טאטע האט שטענדיג געלערנט און פארלאנגט פונעם עולם......צו א שוואכן בחור אדער אינגערמאן איז ער רך כקנה......ואכמ״ל


ממש אזוי. איך זיך נישט דא צו באשרייבן לעבעדיגע רבי'ס. אבער רבי מענדלע איז זייער ווייעך צו יעדן איינעם, און איז שארף אין אידישקייט, היבש היבש ענליך צו זיין טאטן אין דעים הינזיכט וואס האט אויך פארמאגט ביידע כוחות בחדא מחתא, געווען שארף שטרענג, און ליבליך ממש ווי א טאטע.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1891
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג מארטש 19, 2018 3:41 pm

קלויזענבורג גייט שוין אהן א שיינע פאר יאר מיט בלויז 90 משפחות אין יוניאן סיטי,
עס איז נישט שלעכט.

דעת יחידאה
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 17, 2012 3:47 pm

בית המדרש אין קריה

תגובהדורך דעת יחידאה » זונטאג אפריל 29, 2018 4:06 pm

פרישע בילדער פונעם גרויסען ביה"מ (60x60) אין שטעטעל. אין די לעצטע 3 וואכן איז די בית המדרש געווען איבערגעפולט יעדן שבת, מיט צענדליגער געסט פון איבער ניו יארק וואס קומען צופארן אויף שבת צום רבי'ן שליט"א (די בחורים פון די ישיבה זענען נישט ערלויבט צו קומען אין שטעטל אויף שבת, כרצונו פונעם רבי'ן ז"ל:
Screenshot (135).png
Screenshot (135).png (280.23 KiB) געזעהן 1371 מאל

Screenshot (134).png
Screenshot (134).png (440.68 KiB) געזעהן 1371 מאל

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2296
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » זונטאג אפריל 29, 2018 4:13 pm

די בימה איז אן אינטערעסאנטע צוזאמשטעל פון פארמייקע.
וויאויך איז עס פארמאכט פון אלע זייטן אנדערש ווי געווענליך ווען עס אז דא א געיט


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט