חרדישע רעזארט געגנט אין וועסט פאלם ביעטש פלארידא

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

חרדישע רעזארט געגנט אין וועסט פאלם ביעטש פלארידא

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 12:44 pm

ס'נאך נישטא קיין אשכול פאר וועסט פאלם ביעטש??!

לעצטנס איז דא א גרויסע מאוומענט צווישן די היימישע חסידישע מיטל-עידזש בעלי בתים פון וויליאמסבורג, קרית יואל וכו', צו קויפן הייזער אין סענטשורי ווילידזש, וועסט פאלם ביעטש פלארידע.

וועסט פאלם ביעטש געפונט זיך ארום 70 מייל (1 שעה און 15 מינוט) אוועק פון מיאמי ביעטש, און איז א חלק פון די מיאמי מעטראפאליטאן עריע.

וועסט פאלם ביעטש איז זייט ביי זייט מיט פאלם ביעטש וואו עס איז לאקירט די "טראמפ ווינטער ווייט האוז" מאר-א-לאגא.

די סענטשורי ווילידזש איז א געיטעט (אזויווי סיגעיט) סיניאר ווילידזש, וואס מיינט אז מען ברויך זיין 55+ יאר צו קויפן דארט א קאנדא,

עס באשטייט פון כמעט 8,000 קאנדאמיניום'ס, א גרויס חלק פון זיי זענען געבויט נעבן הערליכע לעיקס וואס געפונען זיך אין די ווילידזש.
DSCN01_3-Optimized.JPG
DSCN01_3-Optimized.JPG (161.95 KiB) געזעהן 2122 מאל


די הייזער דארטן זענען עפ"ר געבויט געווארן אין די 1970'ס, עס איז דאכצעך געבויט געווארן פאר ריטייערטע מיליטערלייט,

די פרייזן לויפן דארט ארום 35k - 50k פאר א 700 סקפ, איין בעדרומ'דיגע יוניט,
און ארום 50k - 65k פאר א 850 סקפ, צוויי בעדרומ'דיגע יוניט. לינק

טעקסעס זענען דארטן גאנץ ביליג, זינט עס איז נישטא דארטן קיין סקול (עס איז דאך א סיניער געגנט) איז נישטא קיין סקול טעקס.

אינדערויסן פון די געיט איז דא א מאדערן שוהל, נעבן דעם איז דא צוויי טרעילערס וואו די חסידישע אידן דאווענען, (אינעם ווילידזש טאר מען נישט מאכן קיין שוהלן אדער געשעפטן.)

עס איז בערך 10- 15 מינוט פון די פאלם ביעטש עירפארט, עס איז דא עטליכע גרויסע נעץ געשעפטן אזויווי וואל-מארט, טארגעט, קאסטקא, אין די 10 - 15 מינוט פון די ווילידזש,

ווער עס האט נאך אינפארמאציע זאל עס ביטע שרייבן דא.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

העניך
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

תגובהדורך העניך » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 1:00 pm

בין איך געווען דארט פאר 2 יאר צירוק פאר א וואך צייט

א הערליכע רואיגע שיינע געגענט

האב איך געטראפן א עלטערע בעל מחנך רבות בשנים זאג ער אז עס איז דא דא ווייניגער ריאות אסורת ווי אויף ליע עוועניו און וויליאמסבורג

גראדע איז דא א מנין שבת ביי איינעם אינדערהיים

זייער הנאה געהאט

פראהביטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 1:10 pm

העניך האט געשריבן:בין איך געווען דארט פאר 2 יאר צירוק פאר א וואך צייט

א הערליכע רואיגע שיינע געגענט

האב איך געטראפן א עלטערע בעל מחנך רבות בשנים זאג ער אז עס איז דא דא ווייניגער ריאות אסורת ווי אויף ליע עוועניו און וויליאמסבורג

גראדע איז דא א מנין שבת ביי איינעם אינדערהיים

זייער הנאה געהאט

וואס איז מיט א מקוה?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 1:14 pm

פראהביטש האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:בין איך געווען דארט פאר 2 יאר צירוק פאר א וואך צייט

א הערליכע רואיגע שיינע געגענט

האב איך געטראפן א עלטערע בעל מחנך רבות בשנים זאג ער אז עס איז דא דא ווייניגער ריאות אסורת ווי אויף ליע עוועניו און וויליאמסבורג

גראדע איז דא א מנין שבת ביי איינעם אינדערהיים

זייער הנאה געהאט

וואס איז מיט א מקוה?

כ'האב געהערט אז עס איז נאכנישטא.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

העניך
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

תגובהדורך העניך » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 1:20 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
פראהביטש האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:בין איך געווען דארט פאר 2 יאר צירוק פאר א וואך צייט

א הערליכע רואיגע שיינע געגענט

האב איך געטראפן א עלטערע בעל מחנך רבות בשנים זאג ער אז עס איז דא דא ווייניגער ריאות אסורת ווי אויף ליע עוועניו און וויליאמסבורג

גראדע איז דא א מנין שבת ביי איינעם אינדערהיים

זייער הנאה געהאט

וואס איז מיט א מקוה?

כ'האב געהערט אז עס איז נאכנישטא.

ווען איך בין דארט געווען איז געווען א הנחת אבן הפינה פאר א מקוה

איך בין געפארן צו א חב"ד שול בערך 15-20 מינוט

שואל כענין
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

תגובהדורך שואל כענין » פרייטאג ינואר 12, 2018 10:59 am

איז דארט דא אן האטעל. אדער דארף מען דינגען איינעמ'ס הויז?
וועם דארף מען רופען אז מען וויל דינגען א הויז?
איז דא כשרס דארט?

העניך
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

תגובהדורך העניך » פרייטאג ינואר 12, 2018 11:09 am

שואל כענין האט געשריבן:איז דארט דא אן האטעל. אדער דארף מען דינגען איינעמ'ס הויז?
וועם דארף מען רופען אז מען וויל דינגען א הויז?
איז דא כשרס דארט?

איינער וואס וואוינט דארט דארף דיר געבען רשות צו זיין ביי אים
מען קען נישט פלעין אריינגיין דארט עס איז דא א שומר הפתח

שואל כענין
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

תגובהדורך שואל כענין » פרייטאג ינואר 12, 2018 11:35 am

העניך האט געשריבן:
שואל כענין האט געשריבן:איז דארט דא אן האטעל. אדער דארף מען דינגען איינעמ'ס הויז?
וועם דארף מען רופען אז מען וויל דינגען א הויז?
איז דא כשרס דארט?

איינער וואס וואוינט דארט דארף דיר געבען רשות צו זיין ביי אים
מען קען נישט פלעין אריינגיין דארט עס איז דא א שומר הפתח

איז דא רענטלס?
האט אפשר איינער מער דיטעילס?

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דינסטאג ינואר 16, 2018 12:08 am

כפי ידיעתי איז דארט זייער שטרענג מיט רענטעלס, מ'קען נישט פארדינגען די דירה פאר איינעם וואס איז יונגער פון 55, מ'קען אפילו נישט איבערגעבן די דירה פאר קיין אייגענע קינדער, זיי קענען נאר קומען צו גאסט ווען די עלטערן זענען דארט.
1 + 1 = חלה דעקל...


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט