בלאט 1 פון 2

דעת הקהל# 5: וועלעכע פון די נייע שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטן?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 7:44 pm
דורך היימישער אינגערמאן
דירות, יישובים, שטעטלעך איז די נושא וואס גייט נישט אראפ פונעם סדר היום. גייען זיך די שטעטלעך טאקע אויסארבעטען, נו וואס זאגט דער עולם דא?

פאר 20 חדשים צוריק האב איך ארויפגעלייגט דעם ערשטען מאל די אייוועלט אנקעטע די פראגע וועלעכע פון די נייע שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטן.
viewtopic.php?f=98&t=29179

אבער גאר אסך האט זיך שוין געריקט זייט דעמאלס, בלומינגבורג האלט שוין ביי 110-120 משפחות. רוב פון די 200 משפחות פון וואס גערעדט דעמאלס אלס די טרעשהאלד וואס מיינט אויסארבעטן, זשערסי סיטי האלט ביי 65-70 משפחות. און לעיקוואד האט מען שוין אריינגעמופט. סטעטען איילענד הער איך האלט שוין ערגעץ 100-150, און מען רעדט שוין פון א שפאגל נייע יישוב אין לינדען.

(בלומינג גראוו/קאנטרי האלאו, עירמאנט/טשעסטנאט ריזש האב איך נישט אריינגעלייגט וויבאלד זיי זענען וואס זענען עקסטענשאנס פון עקזיסטירענדע יישובים.)

צייט איבערצולייגן נאכאמאל די שאלה, איך שטים פאר אלע 5 יישובים, אלע וועלן בעז"ה האבן 200 משפחות אין די קומענדיגע 3 יאר.

פון יאנאווער 2016
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:עס איז דא כמה וכמה אשכולות איבער דעם ענין פון שטעטלעך. אויף יעדעם שטעטעל איז דא מיימינים ומשמאילים, מענטשען וואס האלטן אז עס גייט זיך אויסארבעטען, און אנדערע וואס טענהן אז עס גייט זיין א דורכפאל. נו, די גרינגסטע וועג ווי אזוי עס מברר צו זיין, איז דורך מאכן אן אנקעטע דא אויף אייוועלט.

עטליכע נקודות בנוגע די אנקעטע,

אויסארבעטען מיינט, אז ביז דריי יאר וועט דער שטעטעל האבן בערך 200 משפחות וואס איז שוין א שטעטעל-שטאט לכל הדיעות, און קען באקוועם האבן אייגענע מוסדות און אלע באדערפענישען (יוניאן סיטי למשל האט 90 משפחות בערך און עס איז סעמי אנערקענט אלס א סוקסעספול שטעטעל, והוא הדין גיבערס).

אויב האלט איר אז 2 פון די שטעטלעך וועלן זיך אויסארבעטען, שטימט פאר די אפציע
"אלע דריי", און שרייבט צו ביי די תגובה אז איר האלט די צוויי יא און איינס נישט.

די אנקעטע האט גארנישט צו טוען וואס איר אליינס פלאנט צו טוען, און צו איר פלאנט בכלל צו מופן.

איך האב נישט אריינגעלייגט די שטעטלעך וואס זענען נאך אין פלאנירונג שטאפל אדער וואס זענען א חלק פון עקזיסטירענדע יישובים (טשעסטער, יאנקערס, בלומינגראוו וכדומה)
[/quote]

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 7:56 pm
דורך מונאוויטש
אלע 5 בעזהשי"ת!

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 8:10 pm
דורך ראבב
אלע פיר ! זשארסי סיטי בין איך נישט זיכער ממילא שרייב איך נאר פיר

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 8:37 pm
דורך בוידעם
וואס זענען דיינע ספיקות?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:32 pm
דורך היימישער אינגערמאן
בוידעם האט געשריבן:וואס זענען דיינע ספיקות?

טאקע ראטזאם אויב קען מען געבן א הסבר, נישט כחק בלי טעם. אין דעם אשכול קען יעדער אויסגעבן מיינונגען בנוגע סיי וואסארא יישוב, סיי פרא און סיי אנטי.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:04 am
דורך טשאקלעט
אויסגעארבעט ביי מיר מיינט 500 משפחות, דערווייל זעה איך עס נאך נישט ביי קיין איינס

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:53 am
דורך Amazing
לעיקוואד שפאנט פאראויס מיט גרויסע טריט...

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 1:02 am
דורך קליינטשיגער
אלע גייען זיך אויסארבעטן, פשוט ווייל די וואוקס ביים ציבור פארלאנג דאס, און אפילו מער ווי דעם, די פראגע איז נאר ווער עס וועט זיך שנעלער מסדר זיין.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 6:23 am
דורך דריידל
טשאקלעט האט געשריבן:אויסגעארבעט ביי מיר מיינט 500 משפחות, דערווייל זעה איך עס נאך נישט ביי קיין איינס

די פותח האשכול פרעגט וועלכע ישוב גייט זיך אויסארבעטן, נישט האט זיך אויסגעארבעט. עפ"י דרך הטבע וועלן אלע זיך אויסארבעטן.
איך וויל נאר פארשטיין פארוואס די לעיקוואד ישוב איז אן אפציע, איז עס נישט א חלק פון אן עקזיסטירענדע ישוב אווי בלומינג גרוב און עירמאנט?

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 7:48 am
דורך טראבל מעיקער
ער רעדט פון טאמס ריווער.
וואס איז לעצטענס געווארן אנגעפילט מיט אסאך חסידישע דעוועלאפמענטס אין ס'איז שוין אויסגעארבעט. איך ווייס נישט פארוואס ער פרעגט נאך צו ס'וועט זיך אויסארבייטען?...

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 8:16 am
דורך יונה
טשאקלעט האט געשריבן:אויסגעארבעט ביי מיר מיינט 500 משפחות, דערווייל זעה איך עס נאך נישט ביי קיין איינס

סתם נייגעריג פון ווי נעמסטו די נומער 500? לענ''ד מיינט אויסגעארבעט ווען עס איז דא גענוג אויף צו מאכן געהעריג אלע קלאסן ביי די יונגלך און מיידלאך. עס ווענד זיך אין די משפחה סייזעס, באט ביי אין אלגעמיין ביי 150 - 200 משפחות קען מען שוין רואיג דערגרייכן דעם גאול.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:22 pm
דורך חוקר
דריידל האט געשריבן:
טשאקלעט האט געשריבן:אויסגעארבעט ביי מיר מיינט 500 משפחות, דערווייל זעה איך עס נאך נישט ביי קיין איינס

די פותח האשכול פרעגט וועלכע ישוב גייט זיך אויסארבעטן, נישט האט זיך אויסגעארבעט. עפ"י דרך הטבע וועלן אלע זיך אויסארבעטן.
איך וויל נאר פארשטיין פארוואס די לעיקוואד ישוב איז אן אפציע, איז עס נישט א חלק פון אן עקזיסטירענדע ישוב אווי בלומינג גרוב און עירמאנט?

אויב אזוי איז סטעטן איילענד אויך נישט קיין נייע ישוב עס איז סך הכל א סניף פון ב.פ. זיי פלאנען אפילו נישט פון אהערשטעלן מוסדות וכו' עס איז בערך ווי בלומנגראוו

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 3:26 pm
דורך היימישער אינגערמאן
חוקר האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
טשאקלעט האט געשריבן:אויסגעארבעט ביי מיר מיינט 500 משפחות, דערווייל זעה איך עס נאך נישט ביי קיין איינס

די פותח האשכול פרעגט וועלכע ישוב גייט זיך אויסארבעטן, נישט האט זיך אויסגעארבעט. עפ"י דרך הטבע וועלן אלע זיך אויסארבעטן.
איך וויל נאר פארשטיין פארוואס די לעיקוואד ישוב איז אן אפציע, איז עס נישט א חלק פון אן עקזיסטירענדע ישוב אווי בלומינג גרוב און עירמאנט?

אויב אזוי איז סטעטן איילענד אויך נישט קיין נייע ישוב עס איז סך הכל א סניף פון ב.פ. זיי פלאנען אפילו נישט פון אהערשטעלן מוסדות וכו' עס איז בערך ווי בלומנגראוו

סטעטען איילענד איז 20 מינוט צו פארן פון בארא פארק מיטן וואסער אינצווישען. יעדער בר דעת פארשטייט אז דאס איז נישט קיין עקסטענשאן פון אן עקזיסטירענדער יישוב אפילו 100 פראצענט אידן דארט זאלן קומען פון ב.פ. "קענזינגטאן" איז אן עקסטענשאן צו ב.פ

עירמאנט און בלומינגראוו גרעניצען זיך אלע מיט עקזיסטירענדע יישובים, און ווערן א חלק פון די שטאט. עס זעט נישט אויס אז אפילו אין 10 יאר ארום וועט דארט זיין אייגענע מוסדות.

לעיקוואד סאטמערער יישוב איז לכאורה אויך נאר א הוספה צו א פריערדיגע יישוב, אבער קוקענדיג טיעפער זעט מען אז עס איז בכלל נישט קיין עקסטענשאן פון א עקזיסטירענדע יישוב, צוליב די פאלגענדע סיבות.
1. רובא דרובא מענטשען פונעם נייעם יישוב קומען פון שטאט, נישט פון לעיקוואד (אנדערש ווי עירמאנט און בלומינגראוו ווי רוב זענען לאקאלע).
2. די מענטשען וואס קומען אין דעם יישוב, קומען נישט ווייל זיי ווילן ביליגער ווי לעיקוואד אינמיטען שטאט, זיי קומען ווייל זיי ווילן דוקא וואוינען אין דעם שטעטעל וואס די מהלך החיים זאל זיין מער אויך זייער סטייל ווי לעיקוואד.
3. לעיקוואד האט אנגעהויבן גלייך מיט אייגענע מוסדות וואס איז געמאכט נאר פאר די מענטשען פונעם יישוב.

זו דעת קאטשי, והרוצה לחלוק יבוא ויחלוק..

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 4:39 pm
דורך חוקר
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:

אבער אז עס איז נישט דא קיין אייגענע מוסדות און וכו' האט דאס א דין ווי אן אמגעגנט אזוי ווי סיגעט

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 02, 2017 5:23 pm
דורך חדשות
די דריי וואס האבן געשטימט קיין איינס נישט, ווערן געבעטן ארויפצוקומען געבן א הסבר.. (עטץ האלטס טאקע אז בלומינגבורג גייט נישט מצליח זיין צו ברענגן נאך 80 אידן אין די נעקסטע 3 יאר..?)

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 02, 2017 5:31 pm
דורך ביטער זיס
פארוואז איז נישט דא א אפשען פון אלע 3 יא אויסארבעטן ?

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 02, 2017 10:57 pm
דורך צל עובר
קענסט שטימען מער פון איינס, סא שטים אלע סוואס דו האלטס.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 03, 2017 9:40 am
דורך חוקר
חדשות האט געשריבן:די דריי וואס האבן געשטימט קיין איינס נישט, ווערן געבעטן ארויפצוקומען געבן א הסבר.. (עטץ האלטס טאקע אז בלומינגבורג גייט נישט מצליח זיין צו ברענגן נאך 80 אידן אין די נעקסטע 3 יאר..?)

איך האב נישט געשטימט פאר קיין איינס נישט. אבער איך וויל אפשר העלפן און איך מיין וואס זיי מיינען.
די שאלה וואס הייסט מצליח געווען ביי איינער איז עס א נארמאלע בית המדרש (דעס האבן שוין אלע) ביי א צווייטע הייסט עס א פולע ת"ת (ווואס גייט זיין ביז געציילטע יאר אין אלע) און ביי א דריטע (וגם אני בתוכם) הייסט אויב עס האט מער איין כתה ביי יעדער יארגאנג (וואס דאס גייט שוין נעמען אביסל לענגער אבער אויך אלע גייען עס האבן) און ביי א פערדע (וואס איך מיין אז דאס זענען די דריי וואס האבן געשטימט אויף "קיין איינס נישט" הייסט אן הצלחה מיט בערך 2000 משפחות (וואס איז שוין א שאלה ווילאנג עס קען נעמען)

כנלע"ד

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 03, 2017 6:44 pm
דורך חדשות
חוקר האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן: און ביי א פערדע (וואס איך מיין אז דאס זענען די דריי וואס האבן געשטימט אויף "קיין איינס נישט" הייסט אן הצלחה מיט בערך 2000 משפחות (וואס איז שוין א שאלה ווילאנג עס קען נעמען)

כנלע"ד

ואיבעית אימא, אפשר ביי מאנכע הייסט נאר אויסארבעטען אויב "ער" גייט אנקומען דארט..

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 04, 2017 10:11 am
דורך שעבאשנוט
מאדנע אז סאיז נאך דא מענטשן וואס האלטן אז גארנישט גייט נישט ווערן

3 יאהר?

געשריבן: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:13 pm
דורך ווילעךיא
סטעטן איילענד וועט שוין אויף פסח תשע"ח זיין 200... עס וואקסט זייער שנעל.
בלומינגבורג וועט איבערעס יאר זוממער האבן 200 פלוס
לעיקוואד איז שוין אלע הייזער פארקויפט און די קטני אמנה (וואס ווארטן מיטן מופן ביז די מוסדות וועט זיין פיקס פארטיג און מען וועט קענען קויפן געשניטענע אשר יצר פאפיר אין פיר גראסעריס בתוככי הישוב...) וועט דער מארטגעדש ביל אריינשטופן אין זייער הויז אסאך פריער ווי 3 יאר ארום...
דשערזי סיטי האט שוין בידי אחינו בנ"י באלד צוויי טויזענט דירות... אוודאי וועלן א גרויס חלק זיך האלטן מיט גויאישע טענענטס און מיט די קאפוויי וואס קומט דערמיט אבער אנדערע מאכן שוין איבער זייערע הייזער אריסטאקראטיש אידיש און פארדינגען עס פאר אידן. אין איין יאר ארום וועט שוין לכאורה די נומבער זיין אריבער 200.

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 09, 2017 12:56 am
דורך בוידעם
איין זאך איז זיכער, בלומניגבורג האט די שטערקסטע הצלחה מיט ניקס.....

איך גלייב אז אויף פסח תשע״ח וועלן זיי שוין האבן 500 ניקס...

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 09, 2017 1:08 am
דורך דברים אלו
בוידעם האט געשריבן:איין זאך איז זיכער, בלומניגבורג האט די שטערקסטע הצלחה מיט ניקס.....

איך גלייב אז אויף פסח תשע״ח וועלן זיי שוין האבן 500 ניקס...

אוי זאגסטו גיט

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 11, 2017 9:07 am
דורך יענקעלע
ביז וויפיל משפחות קען זיך די נייע ישוב אין לעיקוואד אויסשפרייטן?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 11, 2017 9:28 am
דורך מטעמים
בוידעם האט געשריבן:איין זאך איז זיכער, בלומניגבורג האט די שטערקסטע הצלחה מיט ניקס.....

איך גלייב אז אויף פסח תשע״ח וועלן זיי שוין האבן 500 ניקס...

;l;p-