נייע חסידישע געגנט אין "היילענד מילס" נ.י.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג מאי 31, 2018 9:44 pm

רוב איינוואוינער פון די געגנט באטייליגן זיך אין די אנקלאגע. עס קומט נאך עטליכע יארן אומאויפהערליכע רדיפות מצד די אסאסיאציע. מייקל סאסמאן איז דער לויער אויף די אנקלאגע, און אויב איז טאקע דאס אלעס אמת, האבן זיי גוטע שאנסן צו געווינען. למען ישמעו ויראו.
אז איר מיינט אנדערש, דאן ליינט ביטע איבער מיין תגובה. אז איר ווענדט מיך אפ, וועל איך בדרך כלל זיך נישט באמיען אייך צו ענטפערן.

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דאנארשטאג מאי 31, 2018 10:50 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:פון די לעצטע שורות קומט אויס אז זיי זעען עס פאר א דורכגעפאלענע זאך וויבאלד זיי קענען נישט פארקויפן זייער הייזער, אבער אויך נישט וואוינען דארט. איז די וועג צוריק צו זען געלט וואס איז דארט פארלוירן, מיט סוען.

אויך געטראכט אזוי

ווי אויך אויב געווינען זיי קאנען זיין טשעינדזשעס און די רולס וואס וועט גרינגער מאכען די פארקויפען און קויפען

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג מאי 31, 2018 11:05 pm

געוואונען אדער פארלירן קען נעמען יארן, ביזדערווייל זוכט קיינער נישט צו אריינגיין אין א קראנקע בעטל.

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דאנארשטאג מאי 31, 2018 11:07 pm

לויט ווי די מצב זעהט אויס איז עס סיי ווי קראנק

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2294
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג מאי 31, 2018 11:14 pm

נו שוין האט געשריבן:געוואונען אדער פארלירן קען נעמען יארן, ביזדערווייל זוכט קיינער נישט צו אריינגיין אין א קראנקע בעטל.

עס 'קען' באט ס'מוז נישט. אפטמאל טוט זיך דער אנגעקלאגטער דערשרעקן (ספּעציעל ווען ער האָט נישט צוצאלן פאר לעגאַלע קאסטן) און קומט שנעל פארהאנדלן בעפאר די קעיס גייט צו ווייט.

די קעיס איז נאכנישט קיין וואך אלט.. סא עס איז נאך צו פרי בכלל צו וויסן וויאזוי די זאך פארט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 01, 2018 12:07 am

ר' יום טוב האט געשריבן:רוב איינוואוינער פון די געגנט באטייליגן זיך אין די אנקלאגע. עס קומט נאך עטליכע יארן אומאויפהערליכע רדיפות מצד די אסאסיאציע. מייקל סאסמאן איז דער לויער אויף די אנקלאגע, און אויב איז טאקע דאס אלעס אמת, האבן זיי גוטע שאנסן צו געווינען. למען ישמעו ויראו.

א. מייקל סאסמאן האט אויף זיין רעקארד אסאך דורכפעלער

ב. א איד קלאגט נישט קיין גוי 'למען ישמעו ויראו', ער קען פארלאנגען זיינע רעכטן געזעצליך, אבער עס דארף אסאך יעוץ והדרכה צו נעמען לעגאלע שריט

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » פרייטאג יוני 01, 2018 12:31 am

מיללער האט געשריבן:#התגרות באומות


כבוד הרב מיללער really??

ווען איך מוף מיך אריין אויף א נייע גאס אין פלעטבוש, און אפאר שכנים גוים נעמען זיך צוזאם און טוען מיר אן צרות, טשעפענען מיר ווי זיי קענען נאר, מעג איך אלס יוד זיי נישט קלאגן אין געריכט? עס איז התגרות באומות?

ווען די ווילאמסבורגער "פראדשעקטס" באהערדע דיסקרימינירן אידישע אייגענטומער טאר מען זיי נישט קלאגן?

דא רעדט מען נישט פון קלאגן די "ווילעדש אדער טאון אוו היילענד מילס" סך הכל קלאגט מען א "איחוד השכנים" הנקרא Home Owners Association וואס באקומט לעגאל א סטאטוס פון באי כח בשם די שכנים איינצופירן און אינפארסירן תקנות המקום

אבער זיי זענען פארט געבינדן צו די אמעריקאנע געזעצן און קענען נישט מתקן זיין תקנות כל מה שלבם חפץ און איינטיילן פונקליך וואס איך מעג יא אדער נישט טון ביי מיר אינדערהיים, דאס איז נומער איינס

צווייטנס זיי קענען נישט אינפארסירן זייערע תקנות נאר אויף די אידישע שכנים ווען ביי די גוים טוען זיי עס בכלל נישט אינפארסירן דאס איז שוין גלאט כשר דיסקרימינאצע, און עטליכע זאכן אינעם קלאגע איז אזוי געווען

מיינט נישט אז מ'האט נישט פראבירט מיט גוטן, קיינער פון אידישע שכנים האבן נישט געוואלט דארפן אנקומען ביז ממש קלאגן,

איבער א יאר צוריק האט מען זיי געשיקט א לויערס לעטער מודיע זיין אז אויב זיי וועלן אנגיין מיט די טשעפערייען וועט מען זיי קלאגן, און ס'האט אביסל געהאלפן,
איך נישט אפדעיטעד וואס האט יעצט געטריגערט יא צו קלאגן אבער די פאר נידריגע גוים אויפן באורד פונעם HOA האבן בכלל נישט פראבירט צו באהאלטן זייער שנאה, זיי האבן בכלל נישט פראבירט צו שפילן כמו דיפלאמאטיש אדער פאליטיקלי קארעקט
לעצט פאראכטן דורך פלאחותיך אום פרייטאג יוני 01, 2018 12:42 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » פרייטאג יוני 01, 2018 12:31 am

מיללער האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:רוב איינוואוינער פון די געגנט באטייליגן זיך אין די אנקלאגע. עס קומט נאך עטליכע יארן אומאויפהערליכע רדיפות מצד די אסאסיאציע. מייקל סאסמאן איז דער לויער אויף די אנקלאגע, און אויב איז טאקע דאס אלעס אמת, האבן זיי גוטע שאנסן צו געווינען. למען ישמעו ויראו.

א. מייקל סאסמאן האט אויף זיין רעקארד אסאך דורכפעלער

ב. א איד קלאגט נישט קיין גוי 'למען ישמעו ויראו', ער קען פארלאנגען זיינע רעכטן געזעצליך, אבער עס דארף אסאך יעוץ והדרכה צו נעמען לעגאלע שריט

מייקעל האט טאקע אסאך דורכפעלער אבער כ'על דיר מסביר זיין פארוואס, רוב פאפולערע קעיסעס ווי ער האט געמאכט העדליינס איז געווען "לאוסט קעיס טו בעגין וויט" אבער ער איז געגאנגען און געמאכט נויז, איבער געדרייט אין די מידיע, ער נעמט ריסטרעינינג ארדערס אפילו ווען די מצב קוקט אויס דערנאך, און ער איז מהפך קערה על פיה,

לעגוי לענד יוכח! יעדער האט אים אנגעקוקט ווי א צודרייטער, און יעצט האט ער געלייגט די גאנצע זאך אויף האלד,

זיין סטראטעגיע אין אזעלכע פעלער איז - אויסטרינקען די דם התמצית פונעם קעגנער- ווילאנג יענער שרייט גענוג! און געט אויף, אדער זעצט זיך צום פארהאנדלונגס טיש.

לויט ווי איך קוק אן די מצב יעצט זיכן לכאורה נישט די אינגעלייט קיין געלט, זיי ווילן מסתם אראפזעצן די באורד צום פארהאנדלונגס טישל און אז ס'גייט נישט מיט שיינעם גייט עס מיט... מייקל סאסמאן, וואס ער איז לכאורה גאר צוגעפאסט צו אזא מצב.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 01, 2018 12:51 am

לעגאלענד איז אויף האלד? איר חלומ'ט בגדולות ובנפלאות

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 01, 2018 12:55 am

פלאח,
ס'א חילוק פון קלאגן א טאון אדער אן אסאסיעישאן? גראדע א מוניציפאליטעט צו קלאגן האט מער פשט און שטעלט זיך מער אויפן שכל, און אסאסעישאן דארף רעםרעזענטירן די דעת הקהל און ווילאנג רוב איינוואונער זענען גוים וואס ווילן נישט טוישן זייער געגענט צו שולן און ביציקלעך, טיי אוונטס אוו וואכנאכטס, דארפן זיי ארבייטן פאר זייערע אינטערעסן.


איך בארעכטיג נישט די גוים, אבער קלאגן א גוי און באשולדיגען אז עס זאל ווערן א שטינק אין די מידיא אז נאך א געגנט ליידט שוין פון די 'כאסידים' איז אן אחריות, און דארף אסאך ישוב הדעת און סיעתא דשמיא.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » פרייטאג יוני 01, 2018 1:08 am

מיללער האט געשריבן:לעגאלענד איז אויף האלד? איר חלומ'ט בגדולות ובנפלאות

גערעכט איך האב זיך טועה געווען מיט די לעצטיגע נייעס אז זיי האבן אויפגעגעבן די לעצטע 8 לאטס וואס זיי האבן געוואלט קויפן.

באט דעטס מיי פוינט, אז ער לייגט זיך אריין אין פון פאראויס פאלוירענע קעיסעס, און ער קוועטש ארויס דאס מערסטע וואס שייך, און די פאל פון לעגוי לענד האט ער פאר א גאר קורצע צייט פון Feb 28 ביז Mar 8 געהאט א סטאפ ארדער אויפן פראיעקט, אבער היות מארלין עינטערטינמענטס איז א ריזיגע קאמפעני האבן זיי געהאט די נויטיגע צייט, געלט, און וואס נישט, איבערצוקומען די אלע שוועריקייטן,

וואס איך גלייב שווער אז די HOA פון היילענד מיללס וואס איז נישט געפאנד ביי קיין גאווערמענט, האט האלב פון די נויטיגע געלט צו אנהאלטן א פארצויגענע געריכטליכע געראנגל.

פוטער
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2010 8:11 pm

תגובהדורך פוטער » פרייטאג יוני 01, 2018 1:33 am

איך האב שטארק הנאה פון די לאו סוט

דאס איז די וועג צו גיין...

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » פרייטאג יוני 01, 2018 8:02 am

ווען איך וואוין אין א פריוואטע הויז און א גוי טשעפעט מיר קען איך רופן די פאליציי און די גוי רוהט איין, אבער די רעדט זיך פון א קאנדא ווי א גרופע מענטשען ווערן קענען דיר איינטיילן וואס יא אדער נישט צו טוהן, סאיז דא הונדערטער אזעלכע קעיסעס לאו דוקא צווישן אידן און גוים, סאיז נארמאל אז מזאל זיך נישט פארטראגן און אויב די איינוואוינערס שפירן אז זיי קומען נישט אן מיט שיינעם זעה איך קיין פראבלעם צו נעמען די די זאך אין געריכט אריין

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » פרייטאג יוני 01, 2018 9:29 am

איך האלט אויך אז מען מעג נישט קלאגען דעם גוי. אבער דאס צי הערן פין מיללער איז א חידוש.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג יוני 01, 2018 9:39 am

קיין חידוש... ווי זאגט נאר דער סקרענטאנער רב זז"ג, זאג נאר ווי דו שלאגטס כפרות כ'וועל שוין אליין אויספיגערן דאס איבריגע...
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג יוני 01, 2018 10:24 am

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:קיין חידוש... ווי זאגט נאר דער סקרענטאנער רב זז"ג, זאג נאר ווי דו שלאגטס כפרות כ'וועל שוין אליין אויספיגערן דאס איבריגע...

מיינסט צו זאגן מיט וועם הרה"ק מ'סקרענטאן שליט"א וויל שלאגן כפרות.... :roll:
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 01, 2018 11:30 am

Iphone האט געשריבן:איך האלט אויך אז מען מעג נישט קלאגען דעם גוי. אבער דאס צי הערן פין מיללער איז א חידוש.

איך זאג נישט אז מטאר נישט קלאגן, איך זאג אז קלאגן איז א האקעלע זאך און גרעניצט זיך מיט חילול השם און התגרות באומות, מ'דארף האבן פארדעם ישוב הדעת און עקספיריענס ווען און וויאזוי צו טאן.

מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

תגובהדורך מושך חסד » פרייטאג יוני 01, 2018 11:46 am

און וויאזוי באקומט מען די עקספעריענס?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 01, 2018 12:09 pm

מושך חסד האט געשריבן:און וויאזוי באקומט מען די עקספעריענס?

שאל אביך ויגדך זקיניך ויאמרו לך, הער פון אזא איד ווי רח"צ ליימזידער און ר' משה פר"מ, פרעג אן אידן ווי ר' אברהם ווידער און ר' גדלי סעגעדין, נעם שימוש ביי אזאלכע וועטעראן עסקנים ווי ר' ליפא דייטש און ר' שמואל שלמה קויפמאן, שמועס עס דורך מיט כלל טוער ווי ר' משה דוד נידערמאן און ר' ארי' לייב גלאנץ וכולי האי ואולי וועסטו נישט נכשל ווערן מיט הארבע איסורים

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג יוני 01, 2018 12:12 pm

מיללער האט געשריבן:
מושך חסד האט געשריבן:און וויאזוי באקומט מען די עקספעריענס?

שאל אביך ויגדך זקיניך ויאמרו לך, הער פון אזא איד ווי רח"צ ליימזידער און ר' משה פר"מ, פרעג אן אידן ווי ר' אברהם ווידער און ר' גדלי סעגעדין, נעם שימוש ביי אזאלכע וועטעראן עסקנים ווי ר' ליפא דייטש און ר' שמואל שלמה קויפמאן, שמועס עס דורך מיט כלל טוער ווי ר' משה דוד נידערמאן און ר' ארי' לייב גלאנץ וכולי האי ואולי וועסטו נישט נכשל ווערן מיט הארבע איסורים

די אלע וועלן נאר זיין נוצבאר נישט צו האבן קיין הילכיגע נידערלאגע... לגבי איסורים דארף יעדער קאנסאלטן זיין לא"ר.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

האבגרויסהצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm

תגובהדורך האבגרויסהצלחה » פרייטאג יוני 01, 2018 12:21 pm

מיללער האט געשריבן:
מושך חסד האט געשריבן:און וויאזוי באקומט מען די עקספעריענס?

שאל אביך ויגדך זקיניך ויאמרו לך, הער פון אזא איד ווי רח"צ ליימזידער און ר' משה פר"מ, פרעג אן אידן ווי ר' אברהם ווידער און ר' גדלי סעגעדין, נעם שימוש ביי אזאלכע וועטעראן עסקנים ווי ר' ליפא דייטש און ר' שמואל שלמה קויפמאן, שמועס עס דורך מיט כלל טוער ווי ר' משה דוד נידערמאן און ר' ארי' לייב גלאנץ וכולי האי ואולי וועסטו נישט נכשל ווערן מיט הארבע איסורים

און ווער זאגט אז זיי האבן עס נישט געטהון ? אחוץ די ביסט איינע פון די נעמען וואס די שרייבסט..

וואס האסטו געוואלט אז די ארטיקל זאל שרייבן פינקטליך ביי ווען זיי האבן זיך דרוך גערעדט אויכט ?

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » פרייטאג יוני 01, 2018 12:58 pm

בס"ד
מיללער האט געשריבן:
מושך חסד האט געשריבן:און וויאזוי באקומט מען די עקספעריענס?

שאל אביך ויגדך זקיניך ויאמרו לך, הער פון אזא איד ווי רח"צ ליימזידער און ר' משה פר"מ, פרעג אן אידן ווי ר' אברהם ווידער און ר' גדלי סעגעדין, נעם שימוש ביי אזאלכע וועטעראן עסקנים ווי ר' ליפא דייטש און ר' שמואל שלמה קויפמאן, שמועס עס דורך מיט כלל טוער ווי ר' משה דוד נידערמאן און ר' ארי' לייב גלאנץ וכולי האי ואולי וועסטו נישט נכשל ווערן מיט הארבע איסורים

;l;p- ;l;p- ;l;p-
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » פרייטאג יוני 01, 2018 1:43 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
מיללער האט געשריבן:
מושך חסד האט געשריבן:און וויאזוי באקומט מען די עקספעריענס?

שאל אביך ויגדך זקיניך ויאמרו לך, הער פון אזא איד ווי רח"צ ליימזידער און ר' משה פר"מ, פרעג אן אידן ווי ר' אברהם ווידער און ר' גדלי סעגעדין, נעם שימוש ביי אזאלכע וועטעראן עסקנים ווי ר' ליפא דייטש און ר' שמואל שלמה קויפמאן, שמועס עס דורך מיט כלל טוער ווי ר' משה דוד נידערמאן און ר' ארי' לייב גלאנץ וכולי האי ואולי וועסטו נישט נכשל ווערן מיט הארבע איסורים

;l;p- ;l;p- ;l;p-


הרב מזל איך ווייס נישט וואס איר לייקט אזוי מיללערס תגובה. מיללער איז געווען סארקאסטיש. ווען הרב ל"ד האט געטועהן וואס ער האט געהאלטן פאר ריכטיג, איז סקרענטנער רב געווען בייז.

סך הכל איז געוואָרן א צייט ווען דער עולם וואוינט נישט אינטער די ווילידזש, און זיי קענען/ווילן נישט נעמען העלפ פין די ווילידזש, און רב מיללער איז בייז.

איך האלט אז נישט די ווילידזש און נישט די אידן זאלן פייטן די גויים. אבער מיין מיינונג איז גארנישט ווערט. ווער בין איך, ווער איז מיללער, מען ברויך האבן א שטארקע תורה'דיגע דעת פאר דעהם.

(מיין מיינונג: אויב עפעס איז דאס מער בארעכטיגט ווי ווען די ווילידזש האט דאס געטוהן. עגעין: מיין דעת בעל הבית )

שמע בני מוסר
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 5:54 pm

דער פאזעטיוו בליק

תגובהדורך שמע בני מוסר » פרייטאג יוני 01, 2018 3:19 pm

בנוגע התגרות האומות. עס איז געקומען צו קלימאקס די רדיפות אזש מען איז געוועהן געצווינגען אריינצומישן די דעמאקראטישע אמעריקאנער רעגירונג...
און די מעשה וועגן א אינגערמאן וואס האט געוואלט פארקויפן זיין הויז. עס איז בלויז א שפיל אז די אידישע תושבים האבן געהאט געלט שאדן...

שמע בני מוסר
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 5:54 pm

דער אמת

תגובהדורך שמע בני מוסר » פרייטאג יוני 01, 2018 3:37 pm

די חברה דארט אין היילענד לעיק עסטעיטס האקן א לעבן....
יעצט לעקן זיך שוין האניג..$$$$$$$$""$"


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נודניק און 6 געסט