חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » זונטאג יוני 17, 2018 10:35 am

קודם יישר כח

די מציאות איז אז מ'קען, דעיס אז מען האט עס נישט אויסגעפירט? איז ווייל ס'נעמט זייער לאנג זיך אפהאקן פון די הא הא פון די שטאט, במילא וויל מען נישט, דעס זאגט כשר אז ביי אנדערע קרייזן, געשעט עס יא איז לאו דוקא ווייל מ'קען דארט, נאר ווייל מ'וויל

נישט יעדער געדענקט די נ' יארן וואס די ליפט איז געווען דעמאלט. . . און ס'האט זיך שטארק געטוישט, סיי ק''י האט זיך שיין אויפגעבויט אין די ס' יארן, די זעלבע איז צוגעקומען א געוואלט מיט א אפארמעטס און מאנסי

יעצט די לעצטע צייט איז מען געגאנגען ארום, ק''י מאנסי אויכט

ווייל מען איז אין א נייע סטעז, וואס טייטש אונז האבן שוין א גרעסערע עולם, אז ווי נאר געציילט משפחות וועלן נאר ערגעץ מופן, וועלן שוין זיין צעליגע וואס וועלן עס קאנסידערן, און אפילו טאמער עס וועט זיך נישט אויסארבעטן, וועט מען ס''ה דערלייגן 5K וואס קאסט די מאווינג טראק. . .
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » זונטאג יוני 17, 2018 10:44 am

צולייגער האט געשריבן:כשר טרעוול:

ביי די ישיבה'ישע עולם דרייוון די עזרת נשים, און ביי רוב חסיד'ישע נישט. דעריבער, איז טראנספארטאציע צו דאקטורים, געשעפטן פאר וויכטיגע געברויכן און אריין אין שטאט צו משפחה, שמחות וכדו' א "מוז". און מיט ווייניג משפחות איז דאס כמעט אוממעגליך צוצושטעלן געהעריג.


און שלום עליכם פארן זיך ארויצוען, צו דיין עצם טענה יא איך פערזענליך האלט אז מען דארף מער קאנסידערן אזא שטאט ווי פילידעלפיא, ווי אלעס איז שוין דא. . און עס איז וואקינג דיסטענס, ווען מען רעדט זיך אליינס בויען א שטאט פון צען טויזענט משפחות איז עס 10-20 יאר טאמער עס געלונגט
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » זונטאג יוני 17, 2018 12:40 pm

צולייגער האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן:ס'איז א קליינע חילוק, אלעס צוזאמען, די עיקר מ'פארגעסט אז די קאסטומער איז פירסט
ס'טיישט איבעראל גייט עס די דאקטורים און וואס ס'זאל נאר זייט לויפן נאך די קאסטימער, אזוי ווי גראסעריס, טרעספערטעשן וכו'

ווייל אונז אליינס זענען א מאלטי מיליאן דאלער אינדאסטרי

נאר איין זאך מ'איז צוקלאפט און מ'גלייבט נישט אין זיך, יעדע מענטש עקסטער איז א משפחה פאר זיך און מאכט אויס א געוואלד

איך הער וואס דו זאגסט.

אבער דו ביסט זיך סותר מיני' ובי'... דער גראסערי און דאקטאר לויפן אונז נאך ווייל מיר זענען א מאלטי מיליאן דאלער אינדאסטרי, די מינוט וואס מיר ווערן מפוזר, יעדע פאר משפחות אין אן עקסטערן ישוב, יעדעס איינע פופצן מינוט אוועק פון די אנדערע, פארגעסן די דאקטורים און גראסערי לייט וויאזוי מיר הייסן.

אין קעיס דו ווייסט נישט, איך האב זיך אוועקגעצויגן פון ברוקלין צו איינס פון די נייע ישובים, און מבשרי אחזה. עס איז נישט במציאות א ישוב זאל זיך היינט צו טאגס אויסארבעטן (און מיט אויסארבעטן מיינעך נישט צען טויזנט משפחות, נאר אפילו אפאר הונדערט) אנע זיין צוגעשטעלט מיט באקוועמע, גרינגע און ביליגע צוטריט צו פעסיליטיס און אמעניטי'ס. און ניין, "קיינער" לויפט דיר נישט נאך אין ערגעץ, נישט דער דאקטאר, נישט דער שוסטער, נישט די גראסערי לייט און נישט זייערע סופלייערס, ווילאנג דו האסט נישט לכה"פ זעכציג זיבעציג משפחות ברוכות ילדים, און דעמאלטס כולי האי ואולי.

דאס אז מען גלייבט נישט אין זיך, ביסטו הונדערט פראצענט גערעכט.


בלומענבורג יוכיח ,דר. זעגעלבוים איז דארט און געפענט א הערליכע אפיס

עס איז דא א שיינע גראסערי דארט מיט א שיינע פיש סטאר ,פיצא סטאר און שששש.. סעפענט זיך די בוטשער די נעקסטע פאר וואכן

זעט אויס אז סאיז יא דא וואס לויפן דיך נאך

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג יוני 17, 2018 1:27 pm

ווייסע זאקן האט געשריבן:בלומענבורג יוכיח ,דר. זעגעלבוים איז דארט און געפענט א הערליכע אפיס

עס איז דא א שיינע גראסערי דארט מיט א שיינע פיש סטאר ,פיצא סטאר און שששש.. סעפענט זיך די בוטשער די נעקסטע פאר וואכן

זעט אויס אז סאיז יא דא וואס לויפן דיך נאך


צולייגער האט געשריבן:"קיינער" לויפט דיר נישט נאך אין ערגעץ, נישט דער דאקטאר, נישט דער שוסטער, נישט די גראסערי לייט און נישט זייערע סופלייערס, ווילאנג דו האסט נישט לכה"פ זעכציג זיבעציג משפחות ברוכות ילדים, און דעמאלטס כולי האי ואולי.


נאכאמאל, א נייער ישוב זאל זיך אויסארבעטן, האט עס סטעפס וואס מען ברויך דורכגיין:

פאזע 1) ביז ארום צוואנציג מענטשן, זענען נחשונים וועלכע זענען געווענליך גרייט צו גיין בארץ לא זרועה, אדער ווייל זיי זענען פשוט אויפן גאס און האבן במציאות נישט וואו צו גיין, אדער ווייל זיי זענען נאאיוו און קויפן אפ יעדע הבטחה פון יעדן עסקן אז ביז א וואך צוויי איז דארט דא א פול פלעדזש גראסערי / מקוה / שוהל / חדר / סקול / ישיבה קטנה / ישיבה גדולה / דאקטאר / דענטיסט, אדער זענען עס אויבער חכמים וואס זוכן צו קענען זיין די ערשטע אינעם נייעם געגנט און מאכן נויז אז יעדער זאל זיי קענען הערן.

פאזע 2) ביז ארום 50 - 60 משפחות, איז אביסל פון פאזע 1 אבער שוין א שיינע פאר פון אזוינע וועלכע האבן געמאכט זייער קאלקולעישאנס און פארשטאנען אז אפילו עס גייט זיין א סטראגל פון אנפאנג זענען זיי גרייט אז די גראסערי גייט נישט האבן צען פלעיווארס דזשעם און זיבן פלעיווארס גריק יאגורט, די מקוה גייט נישט אייביג זיין פונקט די גוטע טעמפעראטור, וכו' וכו', אבער נאכאלץ לוינט עס פארן פרייז פון קענען לאקן א הויז פאר די ביליגע פרייז. אנצוקומען צו דעם מוזן זיי אבער האבן צוטריט צו די מינימאלע געברויכן אין קעיס אוו עמערדזשענסי, לייען "טראנספארטאציע" צו עקזיסטירנדע ישובים, און צו די פעסיליטיס / עמעניטיס.

פאזע 3) איז דער שפרונג ארויף צו איבער הונדערט משפחות, ווי נאר ביסט געסעטלט מיט יענע נומבער, און ס'איז דא דירות עוועיליבל, זענען מענטשן מער גרייט צו מופן, און יא, דאן וועלן דיר די סופלייערס און דאקטורים נאכלויפן, ווי נאר זיי זעהן אז ס'איז דא א טרענד פון מופערס.

אויף דעם האב איך פרוף, בלומינגבורג. עס איז געגאנגען אין דעם דירעקשן, און ווען מען וואלט דארט געקענט קלויזן וואלט מען שוין בדרך הטבע געהאלטן סאך ווייטער בעז"ה, ווייל די דירות זענען דא, און א טרענד פון מופערס איז אויך דא. האסט פרוף אויף פארקערט?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » זונטאג יוני 17, 2018 1:42 pm

למעשה זענען מיר דא אין לינדען אשכול, דארפסט וויסן אז פינקט ווי ס'איז דא לינדען מיט גרינוויל, איז דא פיל מיט שטעט ווי מ'קען זיך באזעצן, און יעדער קוקט אויף עפעס אנדערש, אויסצוועלן א שטאט אדער דערפל וכו'
א אנדערן גלעגענהייט
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

אליעזר קרויס
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » זונטאג יוני 17, 2018 1:48 pm

New Jersey האט געשריבן:Linden bulletin #5
https://drive.google.com/open?id=1qvvP_ ... KlmlVpYGTF



איך מיין עס איז נישט קיין פאבליק לינק - קען מען דאס פארעכטן?

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2801
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג יוני 17, 2018 1:49 pm

אויפגעפרישט האט געשריבן:למעשה זענען מיר דא אין לינדען אשכול, דארפסט וויסן אז פינקט ווי ס'איז דא לינדען מיט גרינוויל, איז דא פיל מיט שטעט ווי מ'קען זיך באזעצן, און יעדער קוקט אויף עפעס אנדערש, אויסצוועלן א שטאט אדער דערפל וכו'
א אנדערן גלעגענהייט

ס'וואלט שיין געווען צו עגרי'ן ווען מען זעהט יענער איז גערעכט..
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2801
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג יוני 17, 2018 2:01 pm

יאצמעך האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן:למעשה זענען מיר דא אין לינדען אשכול, דארפסט וויסן אז פינקט ווי ס'איז דא לינדען מיט גרינוויל, איז דא פיל מיט שטעט ווי מ'קען זיך באזעצן, און יעדער קוקט אויף עפעס אנדערש, אויסצוועלן א שטאט אדער דערפל וכו'
א אנדערן גלעגענהייט

ס'וואלט שיין געווען צו עגרי'ן ווען מען זעהט יענער איז גערעכט..

איך וויל מיר אנטשולדיגן פאר ידידינו הרב אויפגעפרישט, איך האב נישט באמערקט אז ס'דא דא מער ווי צוויי ביים שמועס און געמיינט אז צולייגער'ס תגובה איז דירעקטעט צו אים.

ישר כח פארן אויפרישן אונזער וועלטעל, מיר האבן שטארק הנאה פון אייער תגובות בכלל און די קליפס בפרט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג יוני 17, 2018 2:15 pm

אליעזר קרויס האט געשריבן:
New Jersey האט געשריבן:Linden bulletin #5
https://drive.google.com/open?id=1qvvP_ ... KlmlVpYGTF



איך מיין עס איז נישט קיין פאבליק לינק - קען מען דאס פארעכטן?

https://www.dropbox.com/s/639ot7rfyicha ... L.pdf?dl=0

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג יוני 17, 2018 2:44 pm

שוין... אבי מען רעדט און מען איז עוסק אין ישוב הארץ.

אמת, איעדער זיכט עפעס אנדערשט. אבער אין לינדען קען זיך אויסארבייטן אהן צופיהל נייע אינפאסטרוקשור. פשוט ווייל אלעס איז דא ממש בשכינות. עס איז דא היימישע און סעמיי היימישע ישובים גלייך נעקסט דאור. Elizabeth, NJ מיט Hillside and Union NJ. פילע בתי מדרשים, כשר עסען, וכו'. עס איז דא דאקטוירעם מיט אלעס.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג יוני 18, 2018 5:18 pm

הרב צולייגער, לינדן האט די אלע סערוויסעס אויפן פלאץ, (נישט ממש אלעס, אבער גאר אסאך, ס'האט פארמעסיס, גראסערי'ס וכו' אנדערע געברויכן, אזוי אז דאס אריין פארן אין שטאט כהיום איז מער ווייניגער נאר פאר די מוסדות, וואס וועט בעז"ה נעקסטע יאר שוין זיין אייגענע, (פאר די יונגערע קינדער) לויט ווי זיי שרייבן, און צו די ארבייט, וואס מ'פארט פון אלע שטעט צו אלע שטעט, אזוי אז לינדן קען זיך זייער שיין אויסארבעטן בעז"ה
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
זזה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » דאנארשטאג יוני 21, 2018 3:28 pm

any news?
"sign up @ ebates for free and save @ all stores
https://goo.gl/oFZR4y

https://goo.gl/Rrje39 Ebay daily deals
יש"כ

ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דאנארשטאג יוני 21, 2018 4:30 pm

זזה האט געשריבן:any news?

יא נאך איינער האט געקלויזט נעכטן

שמדריך
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 15, 2014 12:59 am

תגובהדורך שמדריך » דאנארשטאג יוני 21, 2018 6:07 pm

יא, נעכטען האט געקלויזד א מונקאטשער אינגערמאן, זיין פלאן איז צו מאכען אביסעל קאנסטראקשין און מאפען נאך די ימים טובים.
און היינט, ממש א שעה צוריק, האט געקלויזד נאך א באבאווער אינגערמאן אויף א ברענד נייע הויז און גייט אי״ה תיקף מאפען.
און נאך צוויי באבאווער יונגערלייט זענען די וואך ב״ה געקלירט מיט׳ן באנק צו קלויזען און שטייען אי״ה גרייט צו קלויזען און די נעקסטע 1-2 וואכען.

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » דאנארשטאג יוני 21, 2018 6:15 pm

די לינדענער פאר נישט אין קאנטרי?
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג יוני 21, 2018 6:44 pm

אויפגעפרישט האט געשריבן:די לינדענער פאר נישט אין קאנטרי?

הער איך אז קאסאניער רבי שליט"א גייט זיין דעם שבת אין לינדן
כשמ"ו כן הוא

קאכעדיגע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובהדורך קאכעדיגע » דאנארשטאג יוני 21, 2018 7:17 pm

ווייסט איינער אויב עס אזי דא א מעגליכקייט צו דינגען א דירה אויף שבת אין לינדען? אויב יא, צו וועם דארף מען רעדן?

זכאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 5:00 pm

תגובהדורך זכאי » דאנארשטאג יוני 21, 2018 7:21 pm

האט איינער אן אפדעטיד מאפע וואו דער עולם וואוינט/ געקלאויזט/ געסיינט קאנטרעקט?

שמדריך
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 15, 2014 12:59 am

תגובהדורך שמדריך » דאנארשטאג יוני 21, 2018 10:50 pm

עטליכע זענען געפארען, רוב בלייבען דארט.

אוועטאר
זזה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » פרייטאג יוני 22, 2018 2:42 pm

האט איינער אן אפדעטיד מאפע וואו דער עולם וואוינט/ געקלאויזט/ געסיינט קאנטרעקט?
"sign up @ ebates for free and save @ all stores
https://goo.gl/oFZR4y

https://goo.gl/Rrje39 Ebay daily deals
יש"כ

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » זונטאג יוני 24, 2018 2:58 am

שמו האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן:די לינדענער פאר נישט אין קאנטרי?

הער איך אז קאסאניער רבי שליט"א גייט זיין דעם שבת אין לינדן

נו? וויאזוי איז געווען שבת אין לינדען מיטן רבי'ן?

ישראל בטח
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 8:03 pm

מנין

תגובהדורך ישראל בטח » זונטאג יולי 01, 2018 5:21 pm

איינער ווייסט צ'י עס איזה דא מנין אין לינדען היינט פאר מנחה מעריב?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יולי 01, 2018 5:38 pm

ישראל בטח האט געשריבן:איינער ווייסט צ'י עס איזה דא מנין אין לינדען היינט פאר מנחה מעריב?

דא ?
אדער דא ?

ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מאנטאג יולי 02, 2018 8:59 am

הער איך אז עטליכע פאפא אינגלייט פון ווילי פלאנען צו מופן

שמדריך
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 15, 2014 12:59 am

תגובהדורך שמדריך » מאנטאג יולי 02, 2018 10:50 pm

ס׳איז דא א מנין מעריב יעדען נאכט. מנחה און שחרית ווענדט זיך ווי א טאג יעצט זוממער


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט