מאנטריאל: נייע חסידי'שע געגענט - קאוט סט. לאוק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

גליטשעדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » מאנטאג מאי 22, 2017 12:02 pm

בתי מדרשים האט מיט זאונינג, דאס ווענדט זיך וועלכע גאס און געגנט מען וואוינט.
חינוך האט מיט קוויבעק איז די גאנצע פראווינץ די זעלבע. און די זעלבע מהלכים וואס מען נוצט יעצט קען מען נוצן סיי וועלכע געגנט מען ציעט זיך.

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » מאנטאג מאי 22, 2017 12:15 pm

ערגער
ווייל סי'ז ציווישן יודן
יחי המלך

בּרזל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » מאנטאג מאי 22, 2017 7:17 pm

גליטשעדיג האט געשריבן:
יא איך האט געשריבן:איך קוק זיי אן ווי זיי זענען אויסגעשפילט פין גאנץ כלל ישראל זיי וואוינען אפגעזינדערט פין די גאנצע זאך
ממילא זיי וואוינען דארט ווייל זיי זענען לעבען עלטערן אדער זיי זענען צוגעוואוינט פארשטיי איך זיי אבער...


אויסגעשפילט פון כלל ישראל?
מען ווארט אויף משיח מיט גאנץ כלל ישראל יעדער איז גלות ערגער אנדערש.

מענטשן האבן דזשאבס.
מענטשן האבן קינדער געלט.
מען איז א גאנצע וואך נאענט צו די עלטערן ס׳איז אזוי ווי איינער מופט וויליאמסבורג קיין בארא פארק.
מענטשן האבן ליב קאנאדא חן המקום על יושביו


איקזאקטלי. די אמעריקאנע אידעלעך מיינען אז זיי own'ען גאט ב״ה, און ארויס פון זייער הו-הא איז אלעס אינדרערד. פאקט איז אז ווייניג אידן וואס וואוינען אינדרויסן פון די גאלדענע לאנד וואלטן אהערגעמופט, אינקלודינג אמעריקאנע געבוירענע וואס האבן זיך געשוואוירן אז א חודש נאך די חתונה מופן זיי צוריק.

Hochelaga
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 15, 2014 11:06 pm

תגובהדורך Hochelaga » מיטוואך מאי 24, 2017 9:45 pm

אביסל איבער צו שמועסן און קאמענטארן וואס די חברים
האבן פריעט געשריבן

היינט צו טאג וואוינען איבער 1200 משפחות אין אוטרעמאנט /מייל ענד

די רעדע פון די דעוועלאפמענט אפאר יאר צוריק איז געווען מיט נייע געבויטע הייזער, וואס מאנכע האבען געוואלט מאכן גרויסע געלטער אויפן חשבון פונעם ציבור. איצטער רעד מען פין עקסיסטירנדיקע הייזער, וואס יעדער קויפט פונעם מוכר אליינס, די איינציקע פונקט פון אן ארגאניזאציע וואס גייט פאר איז אז די פאראינטערעסירטע ארבעטן מיט איין אנגעט כדי אז עס זאל ניט ווערן א בידדינג מלחמה, און זיך אליינס ארויף שרויפן די פרייזן.

בנוגע די היינטיקע פרייזן אין אוטרעמאנט, מיר וואלטן געווען זייער איבערראשט אויב מען קען געפינען א שטאק מיט א בעיסמענט פאר אונטער $750,000 א חוץ אויב מען מיז אריין לייגן אסאךגעלט

yid101
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 31, 2014 7:36 pm

תגובהדורך yid101 » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 11:49 pm

די ערשטע קבוצה ציט זיך אריבער די וואך

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 1:29 am

ונזכה ונחיה ונראה לאמיר האפן אז עס זאל זיך אויסארבעטן ווייל עס איז דא אסאך וואס לייגן אינטער פיסלעך אז עס זאל זיך נישט אויסארבעטן

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2801
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 11:43 am

א קאנאדער האט געשריבן:ונזכה ונחיה ונראה לאמיר האפן אז עס זאל זיך אויסארבעטן ווייל עס איז דא אסאך וואס לייגן אינטער פיסלעך אז עס זאל זיך נישט אויסארבעטן

וואס פארא אינטערעסן האבן די מענטשן?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 1:49 pm

עס איז דא מענטשן און בעלז וואס האבן א שטח און בלעינוויל 15 מוניט פון טאהש אין זיי האבן פלענער דארט צו מאכן א געגנט

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 8:47 pm

כ׳הער זאגן אז ס׳שוין דא מינין אויף שבת..
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

Hochelaga
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 15, 2014 11:06 pm

תגובהדורך Hochelaga » זונטאג דעצמבער 24, 2017 9:58 pm

שבת מאכט זיך מינין מיט די בחורים אזוי ווי דערווייל האבען זיך 7-8 משפחות אריבערגעצויגן צום נייעם געגנט

דערווייל איז דא בערך א 15 געקויפטע הייזער, מען קען ערווארטן אז נאכען ווינטער וועט עס גיין אביסל שנעלער אזוי ווי ווינטער קומען ניט ארויס מערערע הייזער אויפן מארק

אוועטאר
moishy56
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4557
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 6:54 pm

Hochelaga האט געשריבן:שבת מאכט זיך מינין מיט די בחורים אזוי ווי דערווייל האבען זיך 7-8 משפחות אריבערגעצויגן צום נייעם געגנט

דערווייל איז דא בערך א 15 געקויפטע הייזער, מען קען ערווארטן אז נאכען ווינטער וועט עס גיין אביסל שנעלער אזוי ווי ווינטער קומען ניט ארויס מערערע הייזער אויפן מארק

ס׳איז נאר בעלזע משפחות?

Hochelaga
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 15, 2014 11:06 pm

תגובהדורך Hochelaga » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 11:41 pm

לויט ווי איך האב גערעדט מיט איינער פון די נארוואס געמופטע איז דערווייל נאר דא משפחות פון בעלזא, עס איז צום האפען אז מיטגלידער פון אנדערע קהילות וועלן בקרוב אויך נעמען אונבאטראכט דעם נייעם געגנט

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 7:39 am

נאר בעלז,
עס איז נישט אזוי ביליג די הייזער דארט אז די עולם זאל לויפן,

אפי בעלזער חסידים גייען נישט קיין סאך אהין ביז דערווייל, יעצט הייסט עס אז די רב האט געזאגט פאר אפאר אהין צו גיין קען זיין אז יעצט וועט עס ווערן א שטיקל ישוב

אוועטאר
zookeeper
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 13, 2011 12:52 am

תגובהדורך zookeeper » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 4:19 pm

5
צוגעלייגטע
lm6.jpg
lm6.jpg (6.73 KiB) געזעהן 2242 מאל

אוועטאר
moishy56
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4557
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג יוני 18, 2018 7:08 am

Hochelaga האט געשריבן:שבת מאכט זיך מינין מיט די בחורים אזוי ווי דערווייל האבען זיך 7-8 משפחות אריבערגעצויגן צום נייעם געגנט

דערווייל איז דא בערך א 15 געקויפטע הייזער, מען קען ערווארטן אז נאכען ווינטער וועט עס גיין אביסל שנעלער אזוי ווי ווינטער קומען ניט ארויס מערערע הייזער אויפן מארק

לויט ווי איך האב געהערט, האבען זיך דערווייל אריבערגעצויגן צום נייעם געגנט, 17 משפחות.

ישראל משה
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 11, 2018 7:56 am

תגובהדורך ישראל משה » מאנטאג יוני 18, 2018 8:04 am

לעצטע וואך האבן נאך געוואוינט דארטן 11 משפחות די וואך האבן זיך נישט אריבערגעצויגן נאך 6 משפחות

אוועטאר
moishy56
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4557
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג יוני 18, 2018 8:12 am

ישראל משה האט געשריבן:לעצטע וואך האבן נאך געוואוינט דארטן 11 משפחות די וואך האבן זיך נישט אריבערגעצויגן נאך 6 משפחות

אנטשולדיגט.
איך האב נישט געהערט פון כלי ראשון, נאר פון כלי שלישי.

ישראל משה
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 11, 2018 7:56 am

תגובהדורך ישראל משה » מאנטאג יוני 18, 2018 8:18 am

איך ווייס פון כלי ראשון איך ווייס אפילו נעמען


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט