נייער סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3165
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 9:04 pm

רואיג, רואיג, כאפט נישט קיין הייסע לאקשן, קרוב צו פערציג יודן האבן שוין געסיינט קאנטראקטן, און איבער א מנין האבן שוין געגיבן דעם דאוין פעימענט פון פערציג אלפים, ב״ה פאר דעם, דער פארלאנג איז גרויס, דער שטאט איז א שטאט, נישט קיין נייע געגענט וואס איז א ארץ לא זרועה, וואס נעמט אוועק טאנען פון חבלי לידה וואס א נייע געגענט דארף דורך גיין, סאיז נאך נישט געוועהן אזא גוטע געלעגנהייט פארן היימישן עולם ביז היינט, קיין איינע פון אלע איידיעס זענען נישט געוועהן אזוי פראמעסינג מיט אזוי ווייניג ריסק.

abr
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 8:25 pm

תגובהדורך abr » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 9:11 pm

have someone the number for new development ?thanks

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6569
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 9:30 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:האבן נישט די בעלזע משפחות אריינגעמופט גראד ווען די בנינים זענען פערטיג געווארט?

זיי האב יא!

אפילו ווען נאר א חלק דירות איז פארטיג געווארן און א חלק האט נאך געהאלטן אינדערמיט, האט מען שוין געזעהן מאווינג טראקס.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5796
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 9:39 pm

דאן וואס הייסט אז עס גייט זיי נישט?
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6569
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 9:41 pm

ווער ס'זאגט אז ס'גייט נישט, איז מן הסתם נישט באקאנט מיט די פאקטן.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אברך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 9:44 pm

איך האב א חבר וואס מופט אין די קומענדיגע חדשים צו די בעלזא פראיעקט אין לעקוואד לפי דבריו שפאנען זיי פאראויס

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 10:04 pm

בעלזא בויט שוין די 3 פאזע אין לעיקוואד
*

מרדכי פארהאנד ובנו נפתלי משה זענען נישט קיין נדבנים, זיי זענען די בונים, זענען דא פאר ביזנעס, נפתלי משה וואינט שוין יארען לאנג אין לעיקוואד, אזוי רוב פון זיין געשוויסטער [חוץ איינער] מרדכי האט אויכעט א הויז אין לעיקוואד ווי ער וואינט א שיין חלק פון יאר

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 10:21 pm

732-905-5511

http://www.imperialnj.com
347-770-0206
kiryassatmar.lakewood@gmail
לעצט פאראכטן דורך green אום מוצ"ש פאברואר 28, 2015 10:47 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

babaganush
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 12:32 pm

תגובהדורך babaganush » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 10:43 pm


לעיקוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » זונטאג מארטש 01, 2015 1:25 am

קראנקע מענטשן, עס איז דא א דירות מאנגל און ענדליך האט שוין די קהילה פארגעשלאגן א פאסיגע סאלושען, און ניין מען האט נישט קיין פראבלעם מיט די וויכטיגע זאכן (וואס ב"ה האט לעיקוואד נישט די אנדערע חסרונות פון אנדערע פלענער) אבער מען האט א פראבלעם אז היות איך האב 2 שוואגער'ס אין ק"י און זיי גייען חתונה מאכן 2 מאל א יאר וועט אויסקומען אז איך וועל פארן א האלבע שעה לענגער אהין און צוריק צו די שמחה, איין זאך די דארפן א דאקטאר ווי שנעלער..
חוץ דעם וואס עס איז א ליגענט, פון ק"י צו לעיקוואד דויערט נישט מער ווי א שעה מיט פופציג מינוט און ביי ראש אוער איז עס מיט 20 מינוט לענגער, איך פאר די וועג מינומים איינמאל א חודש די לעצטע צוויי א האלב יאר און ב"ה איך האב נאך קיינמאל נישט באקומען קיין טיקעט און איך האב נישט וועיז, סא זאגטס מיר נישט אז איך ספיד מער ווי נארמאל.
אגב איך האב שוין גענוג מאל געמאכט א פארמעסט מיט איינע פון מיינע ברודער'ס וואס וואוינען אין ווילי און אונז זעמיר ארויסגעפארן קיין ק"י די זעלבע צייט און פרייטאג נאכמיטאג אדער ווען מען איז געפארן צו א שמחה נאכמיטאג בין איך אנגעקומען פריער. אויף די גארדען סטעיט פארקוועי איז נישט דא אזא מושג ווי שטיין אזוי ווי די FDR, חוץ זומער ביי די וויקענד און געווענדליך פארסטו דאך די פארקערטע וועג, דהיינו די פארסט ערב שבת אוועק פון לעיקוואד. די טרעפיק כלל איז גילטיג פארשטייט זיך חוץ ביי אן עקסידענט וואס דאן קענסטו איבעראל שטיין שעות.


לגבי בעלזא, די סוקסעס איז אזוי גרויס אז די בילדער'ס לוינט שוין נישט צו דיעלן מיט די קהילה און אויטאמאטיש מאכן זיי נישט אזוי סאך נאר די דריטע פאזע איז געגאנגען פאר די אפענע מארקעט, און יעדער האט געקענט קויפן, און די אלע וואס האבן זיך איינגערעדט אז עס לוינט צו ווארטן און עס וועט ממילא זיין די גאר ביליגע פרייז, צאלן יעצט ארויף.

אבער איין זאך נערט'ס ענק נישט, צו קויפן פאר אן אינוועסטמענט נישט מיט'ן חשבון פון אליינס וואוינען (אדער די קינדער) לוינט זיך נישט, לעיקוואד איז נישט אזא גוטע מארקעט פאר רענטאל'ס, א לענדלארד דארף זיין גערישט צוצושטעלן אזוי ווי ביי די גוי'אישע מארקעט. בקיצור עס איז נישט וומסב"ג/ק"י/ב"פ.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג מארטש 01, 2015 8:30 am

לעיקוואד האט געשריבן:אבער איין זאך נערט'ס ענק נישט, צו קויפן פאר אן אינוועסטמענט נישט מיט'ן חשבון פון אליינס וואוינען (אדער די קינדער) לוינט זיך נישט, לעיקוואד איז נישט אזא גוטע מארקעט פאר רענטאל'ס, א לענדלארד דארף זיין גערישט צוצושטעלן אזוי ווי ביי די גוי'אישע מארקעט. בקיצור עס איז נישט וומסב"ג/ק"י/ב"פ.

דאס איז גאר גוטע נייעס
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

חזק
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 13, 2015 10:05 am
לאקאציע: וואו דער מחשבה איז

תגובהדורך חזק » זונטאג מארטש 01, 2015 5:22 pm

א מענטש דארף האבן צו לעבן
1] א הויז מיט הרחבת הדעת.
2] פרנסה.
3] א חברה/קאמיונטי/קהלה/חברים.
4]משפחה.
5]א ערליכע איד דארף א ערליכע סביבה, מיט א ערליכע חינוך, שדרך בני אדם לימשך אחר הסביבה, כמבואר ברמב''ם.
איינער וואס האט דעי אלע זאכן א וואו ער וואוינט מה טוב ומה נעים.
אבער ווער נישט, קען לעיקוואד זיין גאנץ א גוטע זאך.
1] א הויז 2600 סקווער פיס, פלאס בוידעם. 3 בית כסא'ס ספרים שטיב, פלעי רום גונוג בעד רומ'ס- פאר א גוטע פרייז פלאז א רעדי טאו מוב אין רענטעל פון 1300 סקווער פיס..
2] פרנסה, א שטאט מיט 11 טויזענט מענשטען, עס זענען דא גוטע דזאב'ס פאר חסידשע אידן דארט, עס זענען דא אסאך בני תורה וואס ארבעטן נישט, מלמדים זוכן זיי דוקא חסידשע, באס דרייוער'ס די ליטוושע טוהן דאס נישט, אזוי ארום אלע חסידשע דשאבס, עס איז דא א לאקל גוטע אקנאמיע. מיט טראנספטאציע צו מאנהעטען, בארא פארק, מאנסי מיט מנינים אויפן באס.
3] ווען מען מופט אריין און א דעוועלפמונט האסטו א קהלה שטערקער וואו יעדע געגענט, עס איז ווי א באנגלוי קאלעני. און שטאט מיט דער גאנצע עולם מיז נישט זיין דו וועסט האבן א מנין חברים וואס זאלן זיך מיטפרייען ווען דו מאכסט חתונה.
4] משפחה. ווערט מען ווייטער, חוץ אויב עס מופן ארויס משפחות צוזאמען. אבער אויב מען קען נישט אלעס האבן מאכט א חשבון וואס איז אייך וויכטיגער.
5] ערליכע סביבה. אז מען מופט אריין און א קהלה דוועלעפמונט, האסטו דיין ערליכע סביבה וואס דו ווילסט. און דו בליייבסט נישט און קיין באקס אן קיין אלטערניוו אזוי ווי א קריה, עס געפעלט דיר נישט די ת''ת- כולל- ביהמ''ד , האסטו ווי צו גיין און דו דארפסט נישט זיין קיין רעבעל- פאר צו מיטן קאר צו א אנדרע ביהמ''ד.

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » זונטאג מארטש 01, 2015 7:32 pm

וויפיל דירות בויעט זיך יעצט און די נייע ישוב?

babaganush
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 12:32 pm

תגובהדורך babaganush » זונטאג מארטש 01, 2015 8:22 pm

כמעט 200, האפענטליך וועט דאס זיין א פיינע התחלה...

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » זונטאג מארטש 01, 2015 9:30 pm

סתם פאר אינטערסאנטקייט, וועלכע רבי וועט קענען פירן טיש דארט שבת אז זיי ווילן ארויסקומען?
די קהילה גייט קויפן פארענטשעס צו סערוויסן אלע רביס????

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4057
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » זונטאג מארטש 01, 2015 9:47 pm

גוגל האט געשריבן:סתם פאר אינטערסאנטקייט, וועלכע רבי וועט קענען פירן טיש דארט שבת אז זיי ווילן ארויסקומען?
די קהילה גייט קויפן פארענטשעס צו סערוויסן אלע רביס????

ס'איז דא א איד אין בארא פארק וואס שטעלט צו פארענטשעס אלל אווער, מאכט גאר א גוטע סערוויס, אויב דארפסטו זיין קאנטאקט אינפא קום אין אישי.

הרב_שלום
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מאנטאג מארטש 02, 2015 12:25 am

הרב לעקוואד איך וועל עס איבער שרייבען נאכאמאל

איך רעד פאר א סאטמער יונגערמאן בלומינגבערג ווערסעס לעקוואד ביידע נעמט די זעלבע צייט צופארען קיין ווילי, אפשר צעהן מינוט לענגער און בלומינגבערג איז נאנט צו קרית יואל און די קעטסקילס
לעקוואד איז זייער גוט פאר די בארא פארקער יודען, זיי האבן פונקט א דירות קריזיס ווי די ווילי יודען
Today Only
ECCO Men's New Jersey Slip-On Loafer Reg $119.95 Now Only $84.99
http://amzn.to/2vNkdie

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3165
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מאנטאג מארטש 02, 2015 9:38 am

בלומענבערג איז גוט פאר איינער וואס פארמאגט די מעגליכקייט צו נעמען אויף זיך די פינאנציעלע ריסק, חלילה וחס דער בלומענבערג שטעטל ארבייט זיך נישט אויס, איז דער הויז נישט ווערט פאר סקרעפ מעטל, מה שאין כן לעיקוואד, אויב חלילה וחס עס ארבייט זיך נישט אויס, וועט מען עס פאר קויפן אין ערגסטן פאל, עס איז ווייט נישט אזא ריסק, עס איז א שטאט, א מארקעט, דער הויז קען נישט ווערן ווערט זירא.

rrr
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 03, 2015 10:33 pm

תגובהדורך rrr » דינסטאג מארטש 03, 2015 11:01 pm

איך הער אז sales זענען יעצט געשלאסן פאר נייע קונים, קען דאס איינער באשטעטיגען?

abr
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 8:25 pm

תגובהדורך abr » דינסטאג מארטש 03, 2015 11:39 pm

וואס מיינסטו צו זאגען אז מען קען נישט קויפן יעצט ?
בכלל נישט אמת !

rrr
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 03, 2015 10:33 pm

תגובהדורך rrr » דינסטאג מארטש 03, 2015 11:50 pm

יישר כח

אברך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » מיטוואך מארטש 04, 2015 11:59 am

איך הער א רומער אז קהלת מהריי גייט בויען 175 דירות אויף קראסס סטריט 4 מינוט פון בעלזא פרוייקט. האט איינער געהערט דערוועגן?

אברך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » מיטוואך מארטש 04, 2015 12:08 pm

איך האב מורא אז יענער מיינט די ארטיקל אין די איד

rrr
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 03, 2015 10:33 pm

תגובהדורך rrr » מיטוואך מארטש 04, 2015 12:26 pm


שוין געברענגט געווארן דא

abr
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 8:25 pm

תגובהדורך abr » זונטאג מארטש 08, 2015 11:07 pm

אפגעשטאט היינט א באזוך אין לעקוואד די וועג אהין האט גענומען אן טרעפיק א שעה און 20 מינוט און די וועג צוריק א שעה אין
40 מינוט מיט טרעפיק אין סטעטען איילענד .
ב''ה זייער אנציקט פון די פלענער פון די סאטמערע דירות און די פלענער פון די מוסדות פון סאטמאר .
געכאפט א שמועס מיט די בעלי בתים פון אימפעריעל .
און עס קוקט אויס זייער זייער א סאליד זאך לדעתי קוקט אויס אי''ה גאר א שטארקע זאך וואס קען [גייט] זיך
אויסארבעטען .


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט