הייזער און דירות דעוועלאפמענטס בגלילות קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » זונטאג אוקטובער 07, 2018 2:41 pm

אהער און אהין האט געשריבן:מען רוקט זיך אריין טיפער קיין מאנרא, א שפע פון הייזער, צוזאמגעשטופט אזויווי אידן דארפן, איז דאס די נעקסטע בלומינגראוו?!

וואו פונקטלעך?

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוקטובער 07, 2018 2:53 pm

קאץ און מויז האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:איך האב שטודירט די נייע מאפע פון פאלם טרי מערערע מאל דורכן יו"ט מרעדט דא פון קרוב צו 7 טויזענט נייע דירות לכאורה וועט פאלן די פרייזן

די מאפע איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן!
ס'איז אפשר וויפול מען קען דארט בויען, נישט וויפול מען פלאנט!

מר. פריינד פון עיקרעס פלאנט נישט צו בויען אויף זיין לאט בכלל און זיכער נישט קיין 150 יוניטס ווי די מאפע זאגט
זיין שכן לאנדא פלאנט נישט צו בויען קיין 20 דירות
זייט ווען קען מען בויען אויף מייערס לעיק 350 דירות
וכו'

מייערס לעיקס מיינט מען די לאט פון אברהם ווידער און און יא מען קען בויען דארט 350 דירות
שויתי ה' לנגדי תמיד

עס וועט זיין גיט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » זונטאג אוקטובער 07, 2018 3:02 pm

איין זאך איז זיכער ביז יעצט האבען די דעוועלעפערס געקענט בויען ווי אזוי עס האט זיי געשמעק אן זיך רעכענען מין די קאסטמערס
יעצט איז א נייע וועלט עס איז דא געניג ווער עס שטעלט זיך צי צי דעם וועט מען גיין
עס איז דא יודי ג"ב בראךס לאט אהרן וויינבערגער2 לעפקוויטש חיים נחום ווערצבערגער אין נאך
ווער עס וועט צישטעלען נארמאלע דירות צי אים וועט מען גיין
די איבעריגע וועלן זיך מיטשנען צי שטיפען דירות אין די פרייז וועט פאלען
קרעדיט קימט זיך פאר די ווילידש פארן צישטעלן וואסער וואס מען ארבייט שוין 20 יאר אן דעם וואלט מען נישט געקענט בויען
עס קימט זיי א גרויסע שכח זיי האבען נישט געלעקט קיין האניג ביז די פייפ לייין איז דא

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג אוקטובער 07, 2018 3:42 pm

עס וועט זיין גיט האט געשריבן:איין זאך איז זיכער ביז יעצט האבען די דעוועלעפערס געקענט בויען ווי אזוי עס האט זיי געשמעק אן זיך רעכענען מין די קאסטמערס
יעצט איז א נייע וועלט עס איז דא געניג ווער עס שטעלט זיך צי צי דעם וועט מען גיין
עס איז דא יודי ג"ב בראךס לאט אהרן וויינבערגער2 לעפקוויטש חיים נחום ווערצבערגער אין נאך
ווער עס וועט צישטעלען נארמאלע דירות צי אים וועט מען גיין
די איבעריגע וועלן זיך מיטשנען צי שטיפען דירות אין די פרייז וועט פאלען
קרעדיט קימט זיך פאר די ווילידש פארן צישטעלן וואסער וואס מען ארבייט שוין 20 יאר אן דעם וואלט מען נישט געקענט בויען
עס קימט זיי א גרויסע שכח זיי האבען נישט געלעקט קיין האניג ביז די פייפ לייין איז דא


איך הער זאגן אז מען רעכענט זיך היינט מיט די קאסטמערס, לאמיר אנכאפן א דגמה שכינות ויואל משה, זיי האט שוין לאנג געזאגט אז זיי גייען נישט צו שטעלן קיין פארק'ס ווי זיי האבן קודם פארשפראכן, ווי אויכט און די לעצטער ווילטש בלעטל איז געשטאנען אז די מעין גאס גייט זיין גאנצע 40 פיס ברייט די ראוד מיט א דיוויידער אינמיטן און דאס הייסט שוין גרויס און שיין וואס נאר די מעין גאס גייט עס האבן און אנדערע גייט נישט האבן די לאגשערי וואס דאכציך די בארימטע ווייניארד גאס וואס איז בארימט מיט איר שיינעם אויסקיקט און אויסשטעל האט אויכט די אויסזערגעווענטליכער ברייטקייט און א דיוויידער אינמיטן און אדרבה כאפט אייך אריבער דארט און זאגט מיר צו דאס מיינט זיך גערעכענט מיט די קאסטמערס, ווי אויכט שכנות ויואל משה נעמט הלואות פינעם עולם אויף 0% פאר א 4 יאר זאג די מיר אויב דאס הייסט זיך גערעכענט, און דאס איז שוין אפילו איצטערט ווען מען רעכענט זיך פעסט מיטן עולם ווייל נאכאמאל ווייל עס איז שוין דא א שפע, מיט דעם האלט איך יא ווי דיר אויף דיין אויספיר אז די גאנצע קרעדיט ווי אזוי זאכן ארבעטן דא קימט זיך אויסדריקליך פארדי געטרייע ווילידש וואס ארבעט א גאנץ יאר צפרינדן צו שטעלן די גאנצן ציבר תושבי קירות יואל
און א פראווייטער טובה ווען די פרייזן פאלן אויב די קענסט מיר שיקן א מעלדינג און אישי ישר כח פון פארדעם
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוקטובער 07, 2018 3:49 pm

ד י אלע זאכן וואס די זאגסט וועגען שכונות ויאל משה איז געווען פאר עס איז געווארן די אלע נייע דעוועלעפמעננס יעצט ווען עס קומט אלעס ארויף לאמיר זעהן
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5775
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוקטובער 07, 2018 4:24 pm

ווייסעך נישט, אין וואכנשריפט איז געווען א בריוו איבער א דעוועלאפמענט אז זיי שטעלן זיך פיין צו, אנדערש ווי דער בריוו שרייבער האט זיך פארגעשטעלט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

רעסטאראנט
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג אוקטובער 07, 2018 5:48 pm

עס וועט זיין גיט האט געשריבן:איין זאך איז זיכער ביז יעצט האבען די דעוועלעפערס געקענט בויען ווי אזוי עס האט זיי געשמעק אן זיך רעכענען מין די קאסטמערס
יעצט איז א נייע וועלט עס איז דא געניג ווער עס שטעלט זיך צי צי דעם וועט מען גיין
עס איז דא יודי ג"ב בראךס לאט אהרן וויינבערגער2 לעפקוויטש חיים נחום ווערצבערגער אין נאך
ווער עס וועט צישטעלען נארמאלע דירות צי אים וועט מען גיין
די איבעריגע וועלן זיך מיטשנען צי שטיפען דירות אין די פרייז וועט פאלען
קרעדיט קימט זיך פאר די ווילידש פארן צישטעלן וואסער וואס מען ארבייט שוין 20 יאר אן דעם וואלט מען נישט געקענט בויען
עס קימט זיי א גרויסע שכח זיי האבען נישט געלעקט קיין האניג ביז די פייפ לייין איז דא


האסט זייער א זיסן חלום יונגערמאן,און איך זאג עס אייך וועגן אז איר זאלט נישט אויסזען ,ווי צענדליגע טאקע דא אויף אייוועלט ,האבן נישט לאנג צוריק ביי די תקנות הדירות עפאכע זיך געשוואירען אז עס קומט גוטע צייטן , גרויסע דירות פאר שפאט ביליג מיט הרחבות הדעת ,

קרית יואל אין שטעטל ווערט הייסער און הייסער , אזש ווי וויליאמסבורג אין די סה יארן , דירות ווערן קלענער, קיין דעוועלעפער אדער די גאווערמענט (וויליזש) רעכענט זיך מיט אייך נישט , סך הכל גייט קומען און סאיז בה דא ווי צו בויען אין שטעטל טויזענטער דירות אין קרית יואל פאר טייער געלט

איך האב מיר געבעטען דאן ביי די תקנות עפאכע הערט אויף חלומען

יחזקאל בראך און שכונות ויואל משה איז במציאות ערגער ווי אין וויליאמסבורג

קערעסטיר גאס אין לעמבערג יוכיחו , עס איז סך הכל אז מען בויעט און ווער עס וויל קען קויפן, און קיין איינער קומט דיר גארנישט , איך שרייבט עס נאר פאר די יודן וואס חלומען אז טאקע יעצט קומט גוטע צייטן

עס האבן חתונה א יאר איבער טויזענט קאפעלס צווישען וויליאמסבורג און קרית יואל , א שיין חלק פון וויליאמסבורג קומט אן קיין קרית יואל נאך אפאר יאר ,איינער פריער איינער שפעטער

טאמער קומט צו טויזענט דירות א יאר ,דאס הייסט פרישע טויזענט דירות אין קרית יואל יעדע 12 חדשים וואס מען מופט אריין אין די דירה ,דעמאלס איז אן אישו ,אבער עס האלט נישט דארט

דער ציבור וואקסט אויף הייווען און סאיז דא גענוג פאר אינדרויסן און גענוג פאר אינעווייניג , אלעס ווערט פארכאפט פאר טייער געלט אינעווייניג

אשאד די טענהריי אדער האפענונגען

דיסקלעימער , אדרבה מוף קיין קרית יואל אדער קויף א דירה אין שטעטל , נאר דאס וואס יודן דרייען זיך ארום מיט א האפענונג אויפן געזיכט אז עס קומט ביליגע דירות לעבן אין א טעות

די דירות ווערן קלענער ,גרעסערע בילדונג ,מער משפחות אין איין ענטערענס , מער משפחות אין איין בנין ,ווייניגער גראז אדער ביימער, שוואכערע קוואליטי , און טייערער

שכונות ויואל משה יוכיח אז הונדערטער מענטשן האבן געקויפט דירות אן וויסן וויזוי זייערע הייזער און דירות גייען אויסקוקן , דאס הייסט אז סאיז דא א דימענד פאר דירות צוקוועטשט אפילו שכונות יואל משה איז נישט אזוי נאנט וואקינג דיסעטענס , און די דימענד ווערט נאר גרעסער , א קליינע לאט אזוי ווי חברון צו קענען בויען א הייזער מיט א שותף גייט יעצט פאר 1.2 מיליאן נאר די לאט אויף פארעסט ווי משה פרידמן פארקויפט ! און יא עס האט זיך שוין פארקויפט עטליכע

600 דירות ביי יחזקאל בראך וואס נעמט א 2 אדער 3 יאר צו בויען ביי פארעסט עיקערס איז א שפיים און ים פאר די דימענד וואס וואקסט אויף הייווען און וועגן דעם גייט ער בויען צוקוועטשטעריזיגע בנינים פאר טייער געלט , רבותי אמר שאצט אינטער די ציבור וואס סאטמאר פארמאגט און ווי שנעל עס וואקסט כן ירבו
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום זונטאג אוקטובער 07, 2018 6:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » זונטאג אוקטובער 07, 2018 5:53 pm

שפתיים יושק, קעניש זיין מער קלארער
שבעה מי יודע!?

אהער און אהין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג אוקטובער 07, 2018 6:39 pm

מיטהאלטענדיג דא, - און אין די אנדערע ארום 15 אשכולות פון ק''ק קרית יואל - די שפע פון נעגאטיווע רעטאריק און הארץ עסענישן, האלט איך אבער דאך איר זאלט בלייבן דא און זיך עסן, ענדערש ווי שמייכלען מיט אן אפגעגאלטן בארדע אין עיה''ת פלעטבוש און עובר זיין אויף עקרי הדת.
ענדערש נעגאטיוויטעט אין קרית יואל, ווי איידער פאזיטיוויטעט אין פלעטבוש.
והבן למבינים

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » זונטאג אוקטובער 07, 2018 7:06 pm

אהער און אהין האט געשריבן:מיטהאלטענדיג דא, - און אין די אנדערע ארום 15 אשכולות פון ק''ק קרית יואל - די שפע פון נעגאטיווע רעטאריק און הארץ עסענישן, האלט איך אבער דאך איר זאלט בלייבן דא און זיך עסן, ענדערש ווי שמייכלען מיט אן אפגעגאלטן בארדע אין עיה''ת פלעטבוש און עובר זיין אויף עקרי הדת.
ענדערש נעגאטיוויטעט אין קרית יואל, ווי איידער פאזיטיוויטעט אין פלעטבוש.
והבן למבינים

:lol:
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אהער און אהין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:06 pm

פאראויס האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:מען רוקט זיך אריין טיפער קיין מאנרא, א שפע פון הייזער, צוזאמגעשטופט אזויווי אידן דארפן, איז דאס די נעקסטע בלומינגראוו?!

וואו פונקטלעך?

ווי שוין באריכטעט אין די לאקאלע 'וואכנשריפט' אויסגאבע, איז שוין דא פאקטישע חסידישע איינוואוינער נאכן 'עץ חיים' טעמפל, (דאס געפונט זיך ביים ארויפפארן נאך TD באנק) און מען קען ערווארטן נאך קומענדיגע אין די נעקסטע מאנאטן.
ווען איינער פארט ארום דארט און זעהט די הייזער אויסשטעל וואס איז אזויווי בלומינגראוו, איינס נעבן צווייטן, קען מען טראכטן אז ס'אנטוויקעלט זיך א נייער ישוב דארט.
טוט א בליק אויף די פילע גאסן מיט הייזער, און ארויפציר איז גאר דא הערליכע פאלאצן וואס מען האט אקארשט געענדיגט בויען. הכלל פאר די וואס קענען נישט דערהייבן די צו הויכע בלומינגראוו פרייזן, איז דארט גאנץ א גוטער אויסוואל.
דירה נאה מרחבת דעתו של אדם.

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:47 pm

אהער און אהין האט געשריבן:מיטהאלטענדיג דא, - און אין די אנדערע ארום 15 אשכולות פון ק''ק קרית יואל - די שפע פון נעגאטיווע רעטאריק און הארץ עסענישן, האלט איך אבער דאך איר זאלט בלייבן דא און זיך עסן, ענדערש ווי שמייכלען מיט אן אפגעגאלטן בארדע אין עיה''ת פלעטבוש און עובר זיין אויף עקרי הדת.
ענדערש נעגאטיוויטעט אין קרית יואל, ווי איידער פאזיטיוויטעט אין פלעטבוש.
והבן למבינים

די נעגאטיוויטי איז נאר מיט באהאלטענע ניקים, און שרייבעריי אין עלום הווערטועלי,
אבער אין ריעליטי פנים אל פנים קלאפט מען זיך אין רוקען אין ס'הערשט אצינדער פאזיטיוויטי ברחובותינו.
שבעה מי יודע!?

אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 10:04 am

תגובהדורך dont care » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:22 pm

(Now I do care)אויב שרייב איך אין ענגליש דאן זיי מיך דן לכף זכות אז איך קען נישט יעצט שרייבן יודיש

רעסטאראנט
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 9:39 pm

פון מיינע טעגליכע אימעילס פון זילא די לעצטע פאר טעג
צוגעלייגטע
Screenshot_20181024-213308_Gmail.jpg
Screenshot_20181024-213308_Gmail.jpg (632.26 KiB) געזעהן 1329 מאל
Screenshot_20181024-213252_Gmail.jpg
Screenshot_20181024-213252_Gmail.jpg (703.25 KiB) געזעהן 1329 מאל
Screenshot_20181024-213125_Gmail.jpg
Screenshot_20181024-213125_Gmail.jpg (625.45 KiB) געזעהן 1329 מאל

רעסטאראנט
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 9:41 pm

נאך
צוגעלייגטע
Screenshot_20181024-213405_Gmail.jpg
Screenshot_20181024-213405_Gmail.jpg (608.44 KiB) געזעהן 1326 מאל
Screenshot_20181024-213422_Gmail.jpg
Screenshot_20181024-213422_Gmail.jpg (678.96 KiB) געזעהן 1326 מאל
Screenshot_20181024-213750_Gmail.jpg
Screenshot_20181024-213750_Gmail.jpg (668.77 KiB) געזעהן 1326 מאל

רעסטאראנט
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 9:42 pm

נאך
צוגעלייגטע
Screenshot_20181024-213319_Gmail.jpg
Screenshot_20181024-213319_Gmail.jpg (510.8 KiB) געזעהן 1324 מאל
Screenshot_20181024-213339_Gmail.jpg
Screenshot_20181024-213339_Gmail.jpg (693.94 KiB) געזעהן 1324 מאל
Screenshot_20181024-213344_Gmail.jpg
Screenshot_20181024-213344_Gmail.jpg (710.61 KiB) געזעהן 1324 מאל

קאנסילמאן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 12:14 am

איך האב נישט קיין צייט איצט, אבער לכשאפנה פארלאנגט זיך אראפצושרייבען די צווייטע זייט פון די מטבע, די די פראבלעם פון קויפן אלטע כאטקעס פאר הויך אידישע גע'פילפ'טע פרייזן.

ארויס מופן בגלילות קר"י איז געווען א ישועה, אבער ווי נעמט מען דא א גור רבי וואס זאל לייגען א חרם חמור אויף סיי ווער עס קויפט א הויז פון א איד וואס איז האט שוין ארויפגעלייגט דערויך זיבעציג אלפים פראפיט.

די הייזער האבן אלע פראבלעמען, יעדער וואס קויפט די הייזער האט איבערן יאר אן א שיעור בילס וואס דער ברויקער דערציילט נישט בעפאר, און אויב קויפט מען ביליג לוינט עס נאך, אבער ווען מען קויפט פון די היימישע ברויקערס קויפט מען טייער און עס איז ווייטאג צו זען אידיש גילט גיין לטימיון.

מען דארף האבן צייט - און א מאגען צו דערציילען דעם אמת וואס די ברויקערס ווילן נישט איר זאלט וויסען.

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » זונטאג נובעמבער 04, 2018 5:22 pm

א 2400 סק. פיס הויז ,ממש אפאר יאר אלט נייע הויז

ממש לעבן קרית יואל אין שוין א באוואינטע אידישע געגענט מיט א שול אין מקוה

$399

פאר מער אין אישי

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 12:17 am

יעצט מיט די געהעכערטע אינטערעסט רעיט, דארף מען רעכענען א יעדע דירה מיט א הונדערטער מער ווי פאר יאר. דאס טייטשט, נניח קויפט איר היינט א הויז פאר 400ק און די רעיט איז 5% , גייט איר צאלו די זעלבע חודשליכע מארטגעידזש ווי איינער וואס האט געקויפט פאר יאר א הויז פאר 500ק מיט א רעיט פון 4%.

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 10:42 am

נו שוין האט געשריבן:יעצט מיט די געהעכערטע אינטערעסט רעיט, דארף מען רעכענען א יעדע דירה מיט א הונדערטער מער ווי פאר יאר. דאס טייטשט, נניח קויפט איר היינט א הויז פאר 400ק און די רעיט איז 5% , גייט איר צאלו די זעלבע חודשליכע מארטגעידזש ווי איינער וואס האט געקויפט פאר יאר א הויז פאר 500ק מיט א רעיט פון 4%.


מען קען דאך פאר אפאר נישטיגע טאלער אראפ רוקן די רעיט

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 11:06 am

צייט שטיפער האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:יעצט מיט די געהעכערטע אינטערעסט רעיט, דארף מען רעכענען א יעדע דירה מיט א הונדערטער מער ווי פאר יאר. דאס טייטשט, נניח קויפט איר היינט א הויז פאר 400ק און די רעיט איז 5% , גייט איר צאלו די זעלבע חודשליכע מארטגעידזש ווי איינער וואס האט געקויפט פאר יאר א הויז פאר 500ק מיט א רעיט פון 4%.


מען קען דאך פאר אפאר נישטיגע טאלער אראפ רוקן די רעיט

וויאזוי?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 12:17 pm

נא_שכל האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:יעצט מיט די געהעכערטע אינטערעסט רעיט, דארף מען רעכענען א יעדע דירה מיט א הונדערטער מער ווי פאר יאר. דאס טייטשט, נניח קויפט איר היינט א הויז פאר 400ק און די רעיט איז 5% , גייט איר צאלו די זעלבע חודשליכע מארטגעידזש ווי איינער וואס האט געקויפט פאר יאר א הויז פאר 500ק מיט א רעיט פון 4%.


מען קען דאך פאר אפאר נישטיגע טאלער אראפ רוקן די רעיט

וויאזוי?


רעדט צום בראקער

viewtopic.php?f=25&t=37847&p=1796240#p1796240

שמע בני מוסר
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 5:54 pm

שטוינענדע מאפע פובליצירט אין ק"י וואכנשריפט היינט

תגובהדורך שמע בני מוסר » פרייטאג נובעמבער 09, 2018 11:18 am

איינער ווייסט מער דיטעילס וואס דארט טוט זיך אין היילענד לעיק, אויבן אויף זעהט עס אויס ווי עס קומט אריין זייער קלאר שטערקער ווי געראכטן, עס איז פשוט אומגלויבליך.
צוגעלייגטע
Screenshot_20181030-011104.jpg
קען איינער קאנפערמען די פאקטן?
Looks Massive#
Screenshot_20181030-011104.jpg (557.11 KiB) געזעהן 367 מאל

שמע בני מוסר
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 5:54 pm

שטוינענדע מאפע פובליצירט אין ק"י וואכנשריפט היינט

תגובהדורך שמע בני מוסר » פרייטאג נובעמבער 09, 2018 11:29 am

אויב זענען די פאקטן קלאר שטייען די חברה דארט זייער גוט
צוגעלייגטע
Screenshot_20181109-112128.png
סקרינשאט פינעם וואכנשריפט
Screenshot_20181109-112128.png (691 KiB) געזעהן 352 מאל

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מוצ"ש נובעמבער 10, 2018 8:39 pm

שטוינענד, שטערקער ווי געראכטן, אומגלויבליך, סאמע גרעסטע, אומגלויבליכע רעזולטאטן, הערליכן מציאות,

וואס פעלט זיך אויס אזויפיל באמביסטישע טיטלען? עפעס ליגט דערינטער?


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט