די חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי, ניו זשערסי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מאי 14, 2019 4:18 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:ניו קאנסטראקשאן איז טאקע נישט ביליג אין ז״ס ווי אויך איז די טעקסעס נישט ביליג.

עקזעקטלי. אן אלט הויז וואס איינער וויל אריינמופן מיט אריינלייגן די מינימום וועט ער ערגעץ אנדערש נישט טרעפן פאר אזוי ביליג. אבער איינער וואס זיכט עפעס ניי איז ז. ס. נישט אייביג די ביליגסטע.

ישוב הדעת האט געשריבן: עס פעלט גארנישט פון א אלטע בריק הויז וואס איז איבערגעמאכט טאפ טו באדעם..

ווי טרעפסטי א בריק הויז אין גרינוויל? און וויפול קאסט איבערצומאכן טאפ טו באדאם?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג מאי 14, 2019 4:19 pm

דריידל האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך קען נישט אזוי די פרייזן, איך געדענקט נאר אזויפיל אז איינער האט געשריבן וויפול עס קאסט א ניי הויז אין גרינוויל און ס'האט מיר געגעבן די אימפרעשאן אז ס'איז גארנישט ביליגער ווי לעיקוואד אדער בלומינגבורג

א נייע 1 פעמילי אין לעיקוואוד/בלומינגבורג וו"ס 2 פעמילי ז"ס, ריכטיג?

לאמיר קודם אנהייבן מיט גרינוויל, וויפול קאסט דארט א נייע קאנסטראקשן און נאכדעם עמיר עס קאמפערן צו די אנדערע ישובים. למשל טאמער אין גרינוויל קאסט א נייע 2 פעמילי 600,000 און אין בלומינגבורג קאסט א 1 פעמילי 350, איז גרינוויל נישט ביליג

עס קאסט 600 אין גרינוויל, יעצט אויב קאסט אין בלומינגבורג $13000 טעקסעס און אין גרינוויל $6000 ווי גייסטו צאלן ביליגער?
Trumpism is a mental tragedy

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מאי 14, 2019 4:30 pm

איך בין נאכנישט זיכער, פארדעם וויל איך עס אויסשמיעסן. וויפול רענט קען מען באקומען אין ז. ס. פאר די צווייטע דירה? און וואס טיט זיך מיט וועקענסי און אנדערע עקספענסעס וואס א לענדלארד קען האבן? און כ'מיין אז נישט איבעראל אין בלומינגבורג קאסט טעקס 13 אלפים און אין ז. ס. ווען איך האב געקוקט פאר א ניי הויז איז טעקס געווען בערך 8,000 קען זיין יעצט איז עס שוין אראפ. אבער פארוואס זאל מען רעדן הייפעטעדיקעל?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג מאי 14, 2019 4:59 pm

וואס עפעס הייפעטעטיקל. קענסט יעצט קויפן א ברענד נייע הויז פאר 600k, לייגסט אראפ 60 טויזענט און נעמסט ארויס א מארטגעדזש פאר %4.3 פאר 540k וועט די מאנאטליכע פעימענט זיין: $2,672 + $6000 טעקס (יא טעקס איז שטארק אראפ) דעוויידעד אין 12 איז עס $500, +$100 אינשורענס. ס"ה: $3,272. מיינוס טענענט פעימענט פון $1600 (מינימום פאר ברענד ניו הויז)

קומסטו אן צו א ס"ה: $1,672

אויב נעמסטו א "נייערע" הויז, ס'טייטש נישט ברענד ניו אבער די בריק בנינים וואס זענען געבויעט געווארן אין 2007-2009 (וואס איז דא דערפון איבער גאנץ גרינוויל) וועסטו צאלן $450,000, א מארטגעדזש אויף $390,000 +500 טעקס +100 אינשורענס קומסטו אן צו $2,530. מיינוס א טענענט פעימענט פון $1,400 (מינימום פאר נייערע הייזער)

קומסטו אן צו $1,130.

און דאס איז נישט הייפעטעטיקל ווייל דאס איז מעשים בכל יום. אויב ס'איז דא וועקענסיס? כמעט נישט מצוי, אפגערעדט פון נייע הייזער.
Trumpism is a mental tragedy

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מאי 14, 2019 5:18 pm

כאפצעם האט געשריבן:

ואס עפעס הייפעטעטיקל. קענסט יעצט קויפן א ברענד נייע הויז פאר 600k, לייגסט אראפ 60 טויזענט און נעמסט ארויס א מארטגעדזש פאר %4.3 פאר 540k וועט די מאנאטליכע פעימענט זיין: $2,672 + $6000 טעקס (יא טעקס איז שטארק אראפ) דעוויידעד אין 12 איז עס $500, +$100 אינשורענס. ס"ה: $3,272. מיינוס טענענט פעימענט פון $1600 (מינימום פאר ברענד ניו הויז)

קומסטו אן צו א ס"ה: $1,672

אויב נעמסטו א "נייערע" הויז, ס'טייטש נישט ברענד ניו אבער די בריק בנינים וואס זענען געבויעט געווארן אין 2007-2009 (וואס איז דא דערפון איבער גאנץ גרינוויל) וועסטו צאלן $450,000, א מארטגעדזש אויף $390,000 +500 טעקס +100 אינשורענס קומסטו אן צו $2,530. מיינוס א טענענט פעימענט פון $1,400 (מינימום פאר נייערע הייזער)

קומסטו אן צו $1,130.

און דאס איז נישט הייפעטעטיקל ווייל דאס איז מעשים בכל יום. אויב ס'איז דא וועקענסיס? כמעט נישט מצוי אזא זאך, אפגערעדט אז נייע הייזער ווערט צוכאפט.

סאונדס גוד.

יעצט לאמיר עס קאמפערן צו לעיקוואד. וויפול קאסט דארט א הויז מיט א רענטל? (איך ווייס אז רעהטלס דארט איז שווער, אבער לאמיר דאס לאזן פאר שפעטער)

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג מאי 14, 2019 5:46 pm

דריידל האט געשריבן:סאונדס גוד.

יעצט לאמיר עס קאמפערן צו לעיקוואד. וויפול קאסט דארט א הויז מיט א רענטל? (איך ווייס אז רעהטלס דארט איז שווער, אבער לאמיר דאס לאזן פאר שפעטער)

סאטמאר ריווערוואוד איז 675, אויף א 575k מארטגעדזש מיט 12k טעקס קומסטו אן צו:

$3,946.

מיינוס די 850 פונעם טענענט (אויב אויב..) ביזטו ביי:

$3,100

ראקוועל ווייסעך נישט די פרייזן היינט,עניוואן?
Trumpism is a mental tragedy

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מאי 14, 2019 6:07 pm

כאפצעם האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:סאונדס גוד.

יעצט לאמיר עס קאמפערן צו לעיקוואד. וויפול קאסט דארט א הויז מיט א רענטל? (איך ווייס אז רעהטלס דארט איז שווער, אבער לאמיר דאס לאזן פאר שפעטער)

סאטמאר ריווערוואוד איז 675, אויף א 575k מארטגעדזש מיט 12k טעקס קומסטו אן צו:

$3,946.

מיינוס די 850 פונעם טענענט (אויב אויב..) ביזטו ביי:

$3,100

ראקוועל ווייסעך נישט די פרייזן היינט,עניוואן?

פשיהא. כ'הא נישט געוויסט ס'איז אזוי טייער.
וויפול קאסט צו קויפן אין בלומינגבורג?

ווילעךיא
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2015 1:18 am

פרייזן אין א אפענע מארקעט

תגובהדורך ווילעךיא » דינסטאג מאי 14, 2019 6:49 pm

דריידל האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך קען נישט אזוי די פרייזן, איך געדענקט נאר אזויפיל אז איינער האט געשריבן וויפול עס קאסט א ניי הויז אין גרינוויל און ס'האט מיר געגעבן די אימפרעשאן אז ס'איז גארנישט ביליגער ווי לעיקוואד אדער בלומינגבורג

א נייע 1 פעמילי אין לעיקוואוד/בלומינגבורג וו"ס 2 פעמילי ז"ס, ריכטיג?

לאמיר קודם אנהייבן מיט גרינוויל, וויפול קאסט דארט א נייע קאנסטראקשן און נאכדעם עמיר עס קאמפערן צו די אנדערע ישובים. למשל טאמער אין גרינוויל קאסט א נייע 2 פעמילי 600,000 און אין בלומינגבורג קאסט א 1 פעמילי 350, איז גרינוויל נישט ביליג

וויפול קאסט א הויז אין וויליאמסבורג אדער אין בארא פארק? דעם ענטפער קענסטו נישט געבן... ווייל ס'איז א שטאט מיט טויזענטער פארשידנארטיגע הייזער. אזוי איז דשערזי סיטי. אוודאי קענסטו קויפן טייער אויך... קענסט קויפן וואס דיר שמעקט אדער אפילו וואס דיר שמעקט נישט... אבער לויט דיין יכולת און בודשעט. די פרייזן ווערן דיקטעיטעט לויט די עוועילעביליטי און אינטערעסע. משאי"כ אין די דעוועלאפמענטס ווי אינוועסטארס שטעלן אראפ די הייזער און די פרייזן.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג מאי 14, 2019 6:52 pm

דריידל האט געשריבן:וויפול קאסט צו קויפן אין בלומינגבורג?

ס'קאסט $325000, נעמסט א מארטגעדזש פאר $265,000 צאלסטו $1,311 + 100 אינשורענס, $150 עידזש או עי, $1,125 טעקסעס. =$2,686

וואס דארף מען מער פון דעם, פרעג עני עוורידזש יונגערמאן (וואס מאכט אונטער $1500 א וואך) וואס האט געקויפט אין בלומענגבורג אדער לעיקוואוד וועסטו הערן ווי ס'איז א שווערע לאסט די מאנטלי עקספענסעס.

דאס איז טאקע בכלל א פראבלעם ביי אלע פלעצער ווי מענטשן שפרינגען אריין מ'פרייט זיך מ'קויפט א הויז אבער ווען מ'טרעפט זיך צאלן אזוינע גרויסע פעימענטס ברעכט מען אונטער, דארף זיך יעדער מאכן דעם חשבון וויפיל ס'גייט אים באמת קאסטן און צו מ'קען זיך עס עפארדן.
Trumpism is a mental tragedy

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

Welcome

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » דינסטאג מאי 14, 2019 9:23 pm

Boruchim Haboo’im! We’re welcoming the Cohen Family who just moved in into our neighborhood. Yihay bo’om librochu.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מאי 14, 2019 11:49 pm

יהיה מה שיהיה האט געשריבן:Boruchim Haboo’im! We’re welcoming the Cohen Family who just moved in into our neighborhood. Yihay bo’om librochu.

די עקספא איז דאך געווען קוים צוויי טעג צוריק? אזוי שנעל געמאכט די החלטה און אלעס ארלעדיגט?

מזל טוב!

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » מיטוואך מאי 15, 2019 6:56 am

דריידל האט געשריבן:
יהיה מה שיהיה האט געשריבן:Boruchim Haboo’im! We’re welcoming the Cohen Family who just moved in into our neighborhood. Yihay bo’om librochu.

די עקספא איז דאך געווען קוים צוויי טעג צוריק? אזוי שנעל געמאכט די החלטה און אלעס ארלעדיגט?

מזל טוב!

דאס איז שוין געווען געפלאנט פון פאר דעם פארשטייט זיך.

אבער גראדע איז מיר אויסגעקומען צו רעדן צו די באמטע אין די יעזורו אפיס, זיי זאגן אז די פלייץ פון רופן וואס זיי האבן די וואך האבן זיי שוין נישט געהאט פאר גאר א לאנגע צייט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך מאי 15, 2019 11:21 am

כאפצעם זייער שיינע חשבונות, אבער האסט נישט גערעכענט די וואוטשערס וואס איז דא אין דזשערסי סיטי.

איז אמת אז די רעגירונג אין ניו דזשערסי צאלט אויס די גאנצע שכר לימוד?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך מאי 15, 2019 12:13 pm

.
צוגעלייגטע
20190515_121121.png
20190515_121121.png (87.09 KiB) געזעהן 1942 מאל
Trumpism is a mental tragedy

פארדעם
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 09, 2019 12:28 pm

תגובהדורך פארדעם » מיטוואך מאי 15, 2019 2:10 pm

Picture0515191405_1.jpg
Picture0515191405_1.jpg (29.5 KiB) געזעהן 1873 מאל

וואס איז די מעשה??

ראגעלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:10 pm

תגובהדורך ראגעלעך » מיטוואך מאי 15, 2019 2:48 pm

שמועה שמעתי אז דער וויזשניצער רבי שליט"א פון בארא פארק קוקט זיך אום צו עפענען א ישיבה אין גרינוויל, דזשערסי סיטי.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 15, 2019 3:23 pm

ראגעלעך האט געשריבן:שמועה שמעתי אז דער וויזשניצער רבי שליט"א פון בארא פארק קוקט זיך אום צו עפענען א ישיבה אין גרינוויל, דזשערסי סיטי.

הלואי, מאכט אסאך סענס, פארוואס זאל ער נישט האבן א פלאץ ווי זיינע חסידים קענען זיך אויסשפרייטן, דער טאטע האט זיי דאך כמעט נישט געגעבן קיין עפענונג, עס וואלט געווען א קלוגע זאך פאר וויזניץ וויליאמסבורג צו שיקן אהין אפאר חסידים און עפנט א שטיבל, (די פון אפסטעיט וועלן דאך נישט גיין קיין סיטילייף, און אין אפסטעיט איז דא וואו צו וואקסן) ער קען שוין נישט מאכן א באזע אין לעיקוואד, נישט אין אפסטעיט, נישט אין מאנסי, איך וואלט געזאגט דער בארא פארקער רבי זאל גיין קיין לינדען און דער וויליאמסבורגער רבי זאל גיין קיין דזשערזי סיטי פשוט, ווייל דס איז פול מיט וויליאמסברגע סטיל משפחות, און לינדען איז פול מיט בפ סטיל משפחות, גארנישט קעגן קיינעם,
און כ'האב הנאה אז נאך מענטשן טראכטן אזוי והראי' אז סגעשעט
לעצט פאראכטן דורך lebediger berel אום דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:37 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ווילעךיא
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2015 1:18 am

וואוטשערס

תגובהדורך ווילעךיא » מיטוואך מאי 15, 2019 4:53 pm

יא! ס'איז דא וואוטשערס און ס'איז בעל הבית'ישע וואוטשערס.
מ'דארף נישט זיין אן ארימאן צו האבן וואוטשערס. פארקערט, מ'מעג פארדינען ביז ארום הונדערט אלפים און באקומען וואוטשערס.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

באקומען אין אישי - הלואי איז עס אמת

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:20 am

lebediger berel האט געשריבן:
ראגעלעך האט געשריבן:שמועה שמעתי אז דער וויזשניצער רבי שליט"א פון בארא פארק קוקט זיך אום צו עפענען א ישיבה אין גרינוויל, דזשערסי סיטי.

הלואי, מאכט אסאך סענס, פארוואס זאל ער נישט האבן א פלאץ ווי זיינע חסידים קענען זיך אויסשפרייטן, דער טאטע האט זיי דאך כמעט נישט געגעבן קיין עפענונג, (די פון אפסטעיט וועלן דאך נישט גיין קיין סיטילייף, און אין אפסטעיט איז דא וואו צו וואקסן) ער קען שוין נישט מאכן א באזע אין לעיקוואד, נישט אין אפסטעיט, נישט אין מאנסי, איך וואלט געזאגט דער בארא פארקער רבי זאל גיין קיין לינדען און דער וויליאמסבורגער רבי זאל גיין קיין דזשערזי סיטי פשוט, ווייל דס איז פול מיט וויליאמסברגע סטיל משפחות, און לינדען איז פול מיט בפ סטיל משפחות, גארנישט קעגן קיינעם,
און כ'האב הנאה אז נאך מענטשן טראכטן אזוי והראי' אז סגעשעט

בערעלע זיידישקע, אלץ שפרינגסטו פאראויס נעכטן האט א בראקער אנגעטראגן פאר וויזניץ וויליאמסבורג א גרויסע שטיקל שטח נעבן דס טענה'נדיג אז דאס איז דער בעסטער פאר זייער ציבור נאנט צום רבי'ן און דאך נישט טשעפענען קיין איין אנדערע ברודער אדער רבי. וואו

ונזכה ונחי' ונראה.
לעצט פאראכטן דורך lebediger berel אום דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:38 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:40 am

סאיז געווען א פליטת הקולמוס דער לשון וואס כ'האב שוין אראפגענומען.
כ'האב פשוט געמיינט צו זאגן אז קוקנדיג זעט עסאויס א קלוגע זאך
אבער סאיז נישט קלוג צו שרייבן אומגעטראכט
איך האב עקסטרים רעספעקט צו די וויזניצע סיסטעם - דער אויבערשטער זאל אודאי העלפן סזאל מצליח זיין אין דזשערזי סיטי און איבעראל. איך דאוון אסאך דא אין 53 לעת הצורך אויך ווען איך בין אין ווילי ביי די עלטערן/משפחה האב איך ליב אריין צו גיין אין 6 לי עוו. א הערליכע מסודר'דיגע ביהמ"ד.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:59 am

וואלט געווען זייער א פאזעטיווע אנטוויקלונג פאר ז. ס. אויב וויזניץ קומט אהין. פון די אנדערע זייט דארף מען אבער ארבעטן קלוג די פרייזן זאלן זיך נישט הייבן ווייל אלע וויזניצע וועלן דאך וועלן וואינען נאנט צו זייער בית מדרש און דאס קען העכערן די פרייז דארט און ס'כאפט זיך שנעל אריבער צו אנדערע גאסן.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:38 am

דריידל האט געשריבן:וואלט געווען זייער א פאזעטיווע אנטוויקלונג פאר ז. ס. אויב וויזניץ קומט אהין. פון די אנדערע זייט דארף מען אבער ארבעטן קלוג די פרייזן זאלן זיך נישט הייבן ווייל אלע וויזניצע וועלן דאך וועלן וואינען נאנט צו זייער בית מדרש און דאס קען העכערן די פרייז דארט און ס'כאפט זיך שנעל אריבער צו אנדערע גאסן.

כ'קריג מיך שוין לאנג מיט די דס מענטאליטי נישט צו לאזן (עכ"פ נישט צו שטופן) מעיזשאר סוקסעס ווייל ס'וועט הייבן די פרייזן, איך זאג עווענטשועלי וועט עס אדער אזוי געשען אדער דורכפאלן, אונזער ציבור איז נישט געאייגענט צו וואוינען הונדערט צוויי הונדערט משפחות צווישן שחורים אין איין געגנט און דערנאך זוכן א נייע געגנט, סדארף קודם שטארק מצליח זיין און ווערן גוט טייער און "נאכדעם" וועט מען עפענען א נייע געגנט. כנלע"ד, די נחשונים שטעלן איין זייער געלט און רעפוטאציע און זיי פארדינען, די וואס קומען צום גרייטן צאלן אפרייז דעטס קאפיטעליזים.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

קרית יואל יוכיח

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:42 am

מורי ורבי המשפיע בקול סאטמאר ר' מענדל ווייס שליט"א שרייט אז די פירותיהן בעולם הזה פאר די וואס האבן געפאלגט איש האלקים רביה"ק מסאטמאר און געקומען פאר פערציג יאר צוריק וואוינען בארץ לא זרועה איז אז זיי פארקויפן זייערע לאטס פאר מיליאנען און באקומען אויסגעצאלטע דירות אויף דער עלטער פאר זיך און די קינדער.
דאס וועט אי"ה נאכפאלגן אין דזשערזי סיטי, בלומינגבורג ועדו, דערווייל פרו ורבו ומלאו את הארץ!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:44 am

קומט אריין די נייעס אז באבוב 45 איז אין געשפרעכן איבער א נייע שטעטל פאר זייערע חסידים, א געגענט נישט ווייט פון זשערזי סיטי און בערך 40 מנוט פון בארא פארק.

זאל עס זיין מיט הצלחה און סייתא דשמיא.
Trumpism is a mental tragedy

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3551
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:48 am

כאפצעם האט געשריבן:קומט אריין די נייעס אז באבוב 45 איז אין געשפרעכן איבער א נייע שטעטל פאר זייערע חסידים, א געגענט נישט ווייט פון זשערזי סיטי און בערך 40 מנוט פון בארא פארק.

זאל עס זיין מיט הצלחה און סייתא דשמיא.

אשאד זיי האבן עס נישט געטון צעהן יאר צוריק. און די לעצטע פאר יאר האבן זיי אינוועסטירט צענדליגע מיליאנען אין בארא פארק וואס וואלט געווען גענוג אויפצובויען א גאנצע שטאט.
איך ווינטש זיי גרויס הצלחה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט